אין א בלויען מאנטאג איז עס געשען. נאך איבערמידליכע הפצרות פונעם שטוב איז באשלאסן געווארן אז די וואך גייט @שאינו אין גראסערי.
מיט הייליגע הכנות האט מען זיך געגרייט אויסצושפילן לייוו אלע דזשאוקס וואס די בדחנים ווערטלען זיך איבער די מענער וואס קויפן שיכטן פון קוקיס אנשטאט קוקי שיטס, און פרעגן דעם קאשיער צו "מיסטער קליען" ארבעט נאך אין דעי גראסערי... פארפאלן, ההכרח לא יגונה און איך ווענד מיינע טריט צו סופערמארקעט. אבער א מאדנע ספעקטאל האט מיר איבערגעלאזט אינגאנצן געפלעפט און שאקירט. ובכן.
מיט אומזיכערע טריט שפאציר איך אריין אין גראסערי ווען א וועגעלע באגלייט מיר פון די זייט, טוטצעך א טומל און א געפילדער, פייפערייען, שמוסערייען, אימיגראנטישע געשרייען ווערן אויסגעטוישט בשעת די גערויש פון געשניטענע סקאטש טעיפ גריזשעט מיר אין אויער. " איי העוו עי קאל פאר" צום זיבעטן מאל. אקעי, כ'האב שוין געהערט.
איך שטעל זיך אפ ביים ערשטן אייל און איך הייב אן מעיין זיין אינעם פארקנייטשטן ליסט, די שטערן וועט פאראקערט פרובירנדיג צו לייזן די געשריבענע שורות, זעקס אדער אכט? כאנישקאנאנונג פארוואס זי האט געדארפט שרייבן די ליסט דווקא אויף א אפגעריבענעם פאפיר, און למען השם, פארוואס מיט א טינט פען וואס צושמירט די ווערטער אויפן גאנצן פאפיר?
"אנטשולדיגט" הער איך פלוצלינג א געשריי געריכטעט צו מיר, א הויכע יונגערמאן מיט צופלאמטע פיאות אטאקירט מיר מיט שטרענגע בליקן, "דו זעסט נישט אז דו שטייסט מיר אין וועג? רוק זיך אפ פון דאנעט זיי מוחל!"
"אקעי, אקעי, וואס האבעך דיר שלעכטס געטון" פרוביר איך שוואך זיך צו פארטיידיגן, אבער ער לאזט נישט נאך. "פארברענגען קענסטו ערגעץ אנדערש, האלט נישט אויף דעם עולם דא, פארשטאנען???
איך צי אפ פון שטח ווען א רויטליכקייט באצירט מיין געזיכט ביז איבער די אויערן, סארא מאדנע מענטשן ס'איז אלץ דא אויפן וועלט. נושוין, לאמיך גיין צו די פרוכט סעקשאן, אולי וועט מיר דעי מאל געלונגען אהיימצוברענגען טאמעטעס וואס זענען נישט צי ווייעך אבער נישט צו הארט, אזוי פונקט... בקיצור, וועסט סייווי נישט פארשטיין וואס איך מיין.
איך זוך וואו צו אראפשטעלן מיין וועגעלע, מיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ווינקל און איך הייב אן גיין אהין, אבער א סעקונדע איידער איך שטופ אריין דעם קערידזש, ווער איך ווילדערהייט אפגעשטעלט דורך א צווייטנס וועגעלע וואס ער גיבט א רוק אריין פארנט פון מיין נאז, מיט וואונדער קוק איך אן דעם גרויס-בייכיגן גרוי-באבערדלטן איד, "ער האט נישט געזען ווי איך קום אהער? ש'טא קיין אנדערע פלאץ צו לייגן זיינע סחורה, אז ער האט זיך געדארפט אזוי מיאוס אריינשטופן?" אבער דער איז שוין לאנג נישט דארט, מיט א גראדן פנים קלויבט ער שוין זיינע עפלען, ווען איך פיל ווי איך גיי אויפרייסן. אין וואסערע מאדנע פלאץ האב איך אריינגעבלאנדזשעט דא?
מיט א זויערע געמיט רוק איך זיך ווייטער, מיין וועגעלע ווערט אנגעפילט מיט כל מיני מטעמים -לכבוד שבת שטייצעך. אין די זייט זע איך ווי א אינגעלע פרובירט אראפצונעמען שאקאלאדן פונעם העכסטן שעלף בעת זיין מאמע זוכט אים מיט קולות, א יונגערמאן קראצט זיך אויס זיינע בעסטע ענגליש קענטעניסן אנפרעגנדיג ביים ערל איבער די לאקאציע פון זיין געזוכטע פראדוקט, טיפיקעל גראסערי סצענעס.
איך טרעף זיך שפאצירן אין א שמאלן אייל הונטער א געדולדיגע באבע וואס האט באשלאסן אז היינט האט זי די וועלטס צייט, פאמעליך רוקט זי זיך אינטש נאך אינטש ווען איך גיי אונטער איר, א ברירה האבעך? אבער פון ערגעצוואו אונטער די הרי חושך קומט צו רייטן א יונגערמאן מיט אן אנגעפילטע וועגעלע, מיט א ריתחא דאורייתא שטופט ער זיך דורך, ווען שעמפאס און סיריעלס פליען פון אלע זייטן, מיט א שנעלקייט גייט ער פארביי דעם עלטערן פרוי וואס כאפט א רוק און פאלט כמעט אום פונעם אימפאקט.
"א מין חוצפא יסגא דאס" קלער איך צו מיר, איך ציפ מיך די באקן צי איך חלום נישט. "לעצטע מאל איך האב געטשעקט זענען גראסעריס געווען געמאכט פאר נארמאלע מענטשן, עפעס איז ראונג דא", קען איך נישט צו זיך קומען.
שוין אפגענדיגט מיט די בעקעלעך פרשה, דאסמאל האב איך באשלאסן צו קויפן סיי די ברייטע, גאנץ ברייטע, נאך ברייטערע, אביסל גרויסע און גאנץ גרויסע, און אויך די אלע איבריגע וואס כ'האב פארגעסן די נעמען. די איבריגע וועט מען שוין צוריקגעבן קומענדיגע מאל. מיט א ניגונ'דל אויף די לעפצן ווענד איך זיך אין ריכטונג פונעם רעדזשיסטער, אבער אופס---וואס איז יעצט?
ש'מער ש'ווייניגער, צוויי זיידעס זענען שטעקן געבליבן אינעם שמאלסטן אייל ווען ביידע זענען געקומען פון די פארקערטע ריכטונגען מיט זייערע קערידזשעס און ביידע ווארטן אז דער צווייטער זאל זיך אפרוקן צום זייט און עפענען די דורכגאנג, אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שטילע נוווו געברום און איז גאנץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין א קינדערגארטן סטיל קריגעריי, טויטע קללות פליסן ווי וואסער, א פילקעפיגע ציבור פון בחורים און כולל יונגעלייט קוקן זיך צו מיט שפאנונג, די פרויען זענען היסטעריש, דער מענעזשער רעדט האסטיג אויפן טעלעפאון מיט א פארלוירענע מינע אויפן פנים, שחוק וקעיאס משתמשין בערבוביא, און איך ווייס נישט וואו זיך אהינצוטון.
העלאאא???? איינער איז אינדערהיים???
כ'מיין איך מוף מיר קיין מארס... וואס איז זיכער, אין דעם גראסערי טרעט איך מער נישט אריין.
מיט שנעלע טריט יאג איך ארויס פונעם גראסערי איבערלאזנדיג דעם גאנצן ארדער פאר די משוגעים דארט, מיט א "נישט צום ווידערזען" זעץ איך זיך אריין אינעם קאר, איך פאר ארויס פונעם פארקינג לאט אזוי שנעל ווי די רעדער דרייען זיך-----און דאן האב איך עס געכאפט.
די געשיכטע איז לכאורה קיינמאל נישט פארגעקומען, עטליעסט נישט אין מיינע לעבנס יארן. אבער...
פארוואס ווען יענער זיצט אין א קאר, ארומגענומען מיט אייזערנע מחיצות, קענען מיר צומאל זיך אויפפירן ממש גענוי ווי אין דעם געשיכטע, אן כאפן אז יא, דא זיצט אויך א מענטש?
ווען דו פייפסט .
ווען דו נעמסט צו א פארקינג.
ווען דו שניידסט אריין ביים אינטערסעקשאן.
ווען דו רוקסט זיך נישט אין א זייט בשום אופן.
טראכט א מינוט צי דו וואלסט עס געטון צו יענעם פנים אל פנים.
#_דא_דארף_מען_טראכטן
מענטשליכע געפילן הינטער דער בלעכענער מאסקע
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4122
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11420
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5396
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10253
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
דו ביסט פיינע נייעס.
חומא למחשבה!
יא יא, אזוי אמת. גוט אראפגעמאלן!!!
חומא למחשבה!
יא יא, אזוי אמת. גוט אראפגעמאלן!!!
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
פיין!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
גוט!! און געשמאַק!
דו האסט געלערנט אידיש בחברותא מיט @פופצי?...
דו האסט געלערנט אידיש בחברותא מיט @פופצי?...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4122
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11420
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
כ'האלט מיך פאר אשטיקל תלמיד (טאלמעד) גראדע.
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
העי, וואו קום איך דא אריין?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
ס'האט מיר פשוט אויסגעזען אז ענק האבן געלערנט צוזאמען די כללים פון שרייבן
*אי(י)דיש...
*אייוועלט אידיש.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
געמיינט אז דו גייסט אויספירן אז דו האסט געשאפט אין ***. נישט צום גלייכן וואס חיות דרייען זיך אויף צוויי פיס
Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!