=מסע המרומם דורך הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו די מקומות הקדושים אין אייראפע=
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיט די פמליא זענען מתפלל אויפן בית החיים החדש אין שטאט קראקא ביי די ציונים הקדושים פונעם הייליגן מאור ושמש זי"ע און הרה"ק ר' שמואל גארליצער זי"ע בן מרן אלעזר ניסן זי"ע
=מסע המרומם דורך הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו די מקומות הקדושים אין אייראפע=
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיט די פמליא ביים ציון הקדוש פונעם הייליגן דברי חיים זי"ע אין צאנז
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
שב”ק פרשת קדושים בקרב קהלתינו הק’
פרקי אבות דורך הרה"ג ר' איתמר טובי' שווארץ שליט"א בשעה 7:30 בהיכל בית מדרשינו הגדול
אנגעהויבן פון די וואך וועט די חבורת ושננתם לבניך פארקומען שבת נאכמיטאג בשעה 6:30 למשך שעה אחת
הארציגע פלאקער נעמט ארום אנשי שלומינו ”להעמידם - איינמאל פאר אלעמאל” צו סטאביליזירן די קריזיס’פולע פינאנציעלע לאגע במוסדותינו הקדושים
ערשטע אין סעריע קלענערע מסיבות לקראת די גרויסארטיגע קאמפיין למען קיום המוסדות פארגעקומען בבית הרבני הנגיד ר’ שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו פאר קבוצה געלאדענטע עלטערן טרייבט אויף גרויסארטיגע אונטערנעמונגען פון אריבער א דריי פערטל מיליאן דאלאר!
אנשי שלומינו זענען איינגעשפאנט מיט התרגשות צום גרויסן אסיפה גדולה לקראת די גרויסארטיגע להעמידם קאמפיין למען קיום מוסדותינו הקדושים וואס קומט פאר מיטוואך בחוקותי אויפדערנאכט

כדי שלא יבטל התמיד ווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א איז נישט אין שטאט וועט אנשטאט די רב שליט"א'ס וועכענטליכע שיעור זונטאג פארמיטאג מארגן זונטאג פארקומען א שיעור נפלא בדיני והלכות ספירת העומר דורך הרה"ג ר' אפרים משה לעווי שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בשעה 11:00 בקערעסטירער שטיבל שע"י בית מדרשינו הגדול
דורכאויס די קומענדיגע פיר זונטאג’ס אנגעהויבן פון מארגן זונטאג ביזן יו”ט שבועות וועט פארקומען די הערליכע שיעורים במגילת רות דורך הרה"ג ר’ יחזקאל ווייס שליט"א בשעה 8:00 בערב בחדר האפפמאן שע”י בית מדרשינו הגדול
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 12, 2024 10:14 amבצל הקודש
מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש לרגל די שידוך שליסן פון הבחור המשב''ק חנני יו''ט ליפא דייטש ני"ו היינט מוצאי שבת.
~~
=מסע המרומם דורך הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו די מקומות הקדושים אין אייראפע=
הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א מיט די פמליא ביים פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אין שטאט ליזענסק ערש”ק סמוך לכניסת השבת