כזע נישט א אנדערע אשכול פאר עס עפן איך א נייע איך האף סיז בסדר
נעכטן איז געווען גאר גאר א שיין מעמד אין ביהמ"ג הגדול פאפא וומסב"ג מיט הערליכע דרשות וועגן טעכנאלאגיע און בעיקר בנוגע סמארטפאוןס. צום סוף האט מען אויסגערופן אז א נדבן האט געגעבן אומזיסטע פאונס פאר ווער סגיט יעצט אויפן פלאץ אויף די סמארטפאן. ס'געווען א מוראדיגע קידוש השם ווען אויפן פלאץ איז געווען עטליכע וואס האבן גענומען די אפער! זיי האבן באקומען די נייע פאם פאונס מיט א הכשר
לטהרינו ולקדשינו בקדישתך העליונה
אידישע נייעס איבער טעכנאלאגיע
-
האקט א טאג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 150
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
- x 309