היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9973

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נישט מאסגעבנד. אויף זייער טאן קוקט אויס ווי עפעס ברענט זיי.

דאס 'מצילי אש' פלאקערט זיי אין הארץ. דאס איז צריך ביאור.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10944

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:57 pm נישט מאסגעבנד. אויף זייער טאן קוקט אויס ווי עפעס ברענט זיי.

דאס 'מצילי אש' פלאקערט זיי אין הארץ. דאס איז צריך ביאור.
וביאור גדול יש...
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 389
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 300

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:47 pm די אקטיוויסטן וואס האסן אזוי די מצילי אש, האבן עפעס א מענה בפיהם?

וואס איז מצדם די פשט פון די האס? וואס שטערט עס זיי, אויב נישט שנאת ע"ה לת"ח? איך טריי עכט צו פארשטיין.
די איינגעשטעלטע און פענס פון די פייער דעפארטמענט איז דאך פשוט, סיי אלס קאמפעטישאן -מי בראש, און סיי ווייל די מערכה מאכט זיי אויסקוקן גאר שלעכט, ממילא ווילן זיי זען מצילי אש אראפ פון די מאפע.

קהילות וויזניץ האלט אז די שטאט מאנסי באלאנגט פאר זיי, און ר' יחזקאל וואס טוט וואס (ער האלט פאר) ריכטיג אן זיך רעכענען מיט וויזניץ צעברעכט זייער הנהגה (ממש פארקערט ווי אין ק"י) ממילא איז עס אטאמאטיש א מערכה קעגן זיי.

מחנה מגושמים און נ-נח אינגעלייט האסן ר' יחזקאל שוין נישט פון היינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9973

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@יאנטשי איך רעד פון די פאליטישע פירער, לאמיר עס רופן די לאולער חברה.

וואס האבן זיי מיט ברוערס רבוש"ע?
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מענדל »

יאנטשי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:47 pm די אקטיוויסטן וואס האסן אזוי די מצילי אש, האבן עפעס א מענה בפיהם?

וואס איז מצדם די פשט פון די האס? וואס שטערט עס זיי, אויב נישט שנאת ע"ה לת"ח? איך טריי עכט צו פארשטיין.
די איינגעשטעלטע און פענס פון די פייער דעפארטמענט איז דאך פשוט, סיי אלס קאמפעטישאן -מי בראש, און סיי ווייל די מערכה מאכט זיי אויסקוקן גאר שלעכט, ממילא ווילן זיי זען מצילי אש אראפ פון די מאפע.

קהילות וויזניץ האלט אז די שטאט מאנסי באלאנגט פאר זיי, און ר' יחזקאל וואס טוט וואס (ער האלט פאר) ריכטיג אן זיך רעכענען מיט וויזניץ צעברעכט זייער הנהגה (ממש פארקערט ווי אין ק"י) ממילא איז עס אטאמאטיש א מערכה קעגן זיי.

מחנה מגושמים און נ-נח אינגעלייט האסן ר' יחזקאל שוין נישט פון היינט.
וואס הייסט ממש פארקערט ווי אין ק"י ?
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 926

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך איטשע »

יעדער איינער וואס איז פארכאפט אין די פראפעגאנדע אנטקעגן מצילי אש וועט זיך אויסדרוקן געוויסע טענות, ארויף און אראפ, אבער יעדער וועט צוקומען צום זעלבע פינטל אז ער איז א "יחיד", האב איך מיך אראפגעזעצט טראכטן וואס ס'קען זיין די פראבלעם מיט אן אזויגערופענע יחיד? וואס איז די פראבלעם?


מאנסי - א שטאט וואס וואקסט און בליעט, נעמט אריין אין זיך פון פריש יעדע יאר הונדערטע משפחות, די שטאט איז שוין אויסגעוואקסן, מ'מופט צען מינוט אוועק פון מאנסי, און די נעקסטע יאר טרעפט מען זיך אין צענטער פון שטאט, מ'פארברייטערט זיך ימה וקדמה, די שטאט ווירבלט מיט טויזענטע איינוואוינער וואס ווילן לעבן א ערליכע אויסגעהאלטענע לעבן, יעדער וויל אז די שטאט אין ווי ער וואוינט זאל אלעס זיין אויסגעהאלטן בתכלית ההידור אויפן העכסטן סטאנדארט וואס שייך

די לעצטע פאר יאר זענען ארויפגעקומען אויפן טיש עטליכע אזויגערופענע עסקנים וואס האבן מחליט געווען אז מאנסי באלאנגט צו זיי, און זיי זענען די וואס מאכן החלטות פארן שטאט, ווען עס רעדט זיך ווען פון מענטשן וואס זענען אויפגענומען געווארן דורך רבנים אדער עלטערע עסקנים וואס האבן א היסטאריע פון העלפן די היימישע אידנטום, איז איין זאך, אבער ווען עס רעדט זיך פון מענטשן פון גאס וואס האבן מחליט געווען צו מאכן שבת פאר זיך, דאס איז עפעס וואס איז אומדערהערבאר, עס איז אנגעקומען צו א מצב אז די אזויגערופענע עסקנים שעמען זיך נישט און קומען ארויס אפן "איך פיר די שטאט", און עס איז שטיל...

עס איז נישט דאס ערשטע מאל אז מיר זאלן געכאפט ווערן אין שאק וואס זיי שטעלן זיך דירעקט ארויס קעגן די רבנים, אונז האלטן שוין נאך עטליכע שקרים וואס זיי האבן באוויזן אונז אריינצונארן אין זייער זאק, זיי זענען מחליט פאר וועם צו שטימען, און ווער עס שטעלט זיך קעגן ווערט גלייך אפגעשטעלט, זאל עס זיין מיט גוטן, און אז עס ארבעט נישט נוצט מען אנדערע מיטלען, וכו' וכו', מעשיות וואס דארף נישט און טאר נישט אויסגעשמועסט ווערן אין פובליק

שטעלט זיך א פראגע, ווי זענען מיר געווען ביז יעצט? נאר, מיר זענען געווארן געפירט פון מגושמים וואס האבן אונז געפירט און געפארעמט אונזער שכל אז זיי ברויך מען פאלגן, זיי מיינען אונזער גוט'ס, כאטש וואס ווען מ'האט ארויסגעקוקט פון די גלעזער האט מען געזען די קארופציע וואס קומט פאר און שטאט, אבער צוליב פחד און מורא פאר די חברה איז מען געבליבן איינגעבויגן

ווען ס'איז אנגעקומען צו די ברענעדיגע נושא פון די פייער דעפארטמענט, וואו יעדער האט ווייטער געציטערט פון "די חברה", איז געקומען א יחיד וואס האט געוויזן, איך האב נישט מורא! נישט זיי וועלן אונז פירן, די תורה וועט אונז פירן, אונז האבן נישט מורא פון טעראר און אונז ברויכן קיינעם נישט נאכפאלן ווי עופות צום שחיטה, ער איז געקומען און אונז אויפגעקלערט אז מיר קענען זיך פאראייניגן און צוקראכן די מאכטפולע באבל פון אנשים מגושמים און זיך זעלבסט איבערצייגן אז די אינעווייניג איז הוילע לופט, ער איז געגאנגן בכבודו ובעצמו, טראץ דעם וואס ער איז א אדם חשוב, און צוזאמגעשטעלט א אייגענע פייער קאמפעני מיטן נאמען מצילי אש, ווייל ער האט געזען די חורבן פאר זיין אויגן, און ער האט געוואלט מאכן א ענדע צו די וועכענטליכע חילולי שבת וואס פאראורזאכט א שרעקליכע חילול שם שמים עד אין לשער, יא, מיר זענען גרייט צו מיטגיין מיט אים, נאכדערצו ווען אלע רבנים און פוסקים און שטאט געבן אים די גרעסטע מאס שטיצע, מיר וועלן קעמפן פארן שבת!

יא, ער איז די יחיד וואס מיר קוקן אן מיט א שטאלץ וואס האט געראטעוועט אונזער שטאט, ער איז די נחשון וואס האט אויפגעהויבן די קאפ, און געקעמפט פארן באשעפער'ס וועגן, אים וועלן מיר שטיצן און ארויסהעלפן מיט וואס נאר מעגליך

ער איז א יחיד און א העלד וואס מיר קוקן אן מיט שטאלץ, ער איז געווען די יחיד!!!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1203
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3258

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

שמן ששון האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:17 pm וועלכע רב מובהק האט מצילי אש איבער זיך? , און ווי עס ווערט קלאר געפסקנט דורך ר' יחזקאל דא אין דעם צעטיל, אז געבן שיעורים איז נישט גענוג, נאר עס ברויך זיין א רב מובהק בישראל.
סאיז דא א דרשה פון ר’ יחזקאל פון דעם פארגאנגענעם חוה”מ געזאגט אין סאטמאר 13 אין וועלכע ר’ יחזקאל זז”ג דעטאלירט אינטער וועלכע 3 רבנים די מצילי אש איז און אינטער וועמענס אוטאריטעט די מצילי איז געעפנט געווארן און ווערט געפירט בהסכמתם דורך ר’ יחזקאל זז”ג.
הגרא”ה וואזנער סאטמאר מהר”א מאנסי
הגרב”ט וועטענשטיין בעלזא מאנסי
דערצו איז פארמישט הגאון ר’ געציל בערקאוויטש דיין דקרית יואל וועלכער שטייט אינטער די קרית יואלע מצילי אש ארגאניזאציע.

איז אזוי, ווער סקען מאנסי ווייסט אז אט די 3 נעמען זענען ”די” נעמען וועלכע זענען מחייב יעדער נוטראלער מאנסיער איד, אפגעזעהן וואו ער באלאנגט.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5338
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9973

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:57 pm נישט מאסגעבנד. אויף זייער טאן קוקט אויס ווי עפעס ברענט זיי.

דאס 'מצילי אש' פלאקערט זיי אין הארץ. דאס איז צריך ביאור.

איך טרעף נישט קיין צווייטע ביאור, נאר אז ווער עס זוכט ס'זאל זיין "איש כל הישר בעיניו יעשה" שפירט זיך אויטאמאטיש געטראפן אז א רב קען טון זאכן אויף די אייגענע האנט... אן רשות.

מיין קליינע שכל זעט נישט קיין שום אנדערע מאסגעבנדע הסבר.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1203
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3258

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מסתמא »

סתם א חזרה אויף היסטאריע. וואס האט געפירט צו די טיילונג אין אונגארן? די השתלטות פון די רעפארמער אויף די תורה טרייע אידן. זיי האבן ”באצווינגען” די ארטאדאקסן אז זיי ”טארן” נישט זיין אינטערגעווארפן אינטער דעם שולחן ערוך. די רעפארמער האבן געפייט אנטקעגן די בעיסיק פרייהייט פון זיך קענען גיין די אייגענע וועג.

וואס וויל ר’ יחזקאל? אן אומאפהענגיקע ארגאניזאציע. כוויל דיך ברוער פייער קאמפעני נישט קענען. כוויל דיך בויקאטירן אויף ווי ווייט מיין יכולת גייט.
סאיז א פרי קאנטרי! לאז מיך טון וואס איך וויל! לאז מיך געמאכט! לאז מיך מיר גיין מיין וועג!
ביסטו אבער א לינקער פורק עול און א דיקטעיטער צוזאמען! סאיז א פארדאקס און סתירה מיניה וביה דיין שיטה, אדער מעג מען באצווינגען אנדערע אדער נישט? אויב יא, לאמיר דיך צווינגען צו זיין פרום! אויב נישט, צווינג מיך נישט צו האבן מיט דיך א מגע ומשא!
דו קענסט עס נישט האבן ביידע וועגן! און דו וועסט נישט באצווינגען א ציבור וועלכע רידזשעקט דיך!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:31 pm @שמן ששון צו באשמוצן רבנים טרעף א צווייטן ארט.

ר' יחזקאל איז א רב מובהק, און האט בעקינג פון רוב רבנים מובהקים.

ווער ס'האלט אז נישט, זאל נישט רופן מצילי אש.
אויף פליגמאן באדערט אייך נישט אז מען באשמיצט אים דא פערזענדליך?

מיך יא.
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מענדל »

לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:38 am
איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:17 am ר' יחזקאל איז געווען זונטאג אין וויזניצע ביהמ''ד, און געגעבן א נייע ספר במתנה פאר די וויזניצע רבי שליט''א און פאר בנו הגדול ר' יעקב יוסף שליט''א
(כך שמעתי, איך האב געהערט אויך די נאמען פון די ספר, אבער איך געדענק שוין נישט)
עס איז געווען א נייע איבערגעדריקטע ערוגת הבושם (אויב געדענק איך יא גוט) ער האט אריינגעשריבן זייער שיין און זיך מזכיר געווען זיין נאמען ושם אמו ביים וויזניצער רבין
מסתמא רעד מען פון ערגת הבשם על מעדים וואס א גרוס חלק ערשיינט צום ערשטן מאל דורך ר יחזקאלס ברודער ר ניסן און ר יחזקאל איז פון די חברי המערכת
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4002
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10944

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:24 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:57 pm נישט מאסגעבנד. אויף זייער טאן קוקט אויס ווי עפעס ברענט זיי.

דאס 'מצילי אש' פלאקערט זיי אין הארץ. דאס איז צריך ביאור.

איך טרעף נישט קיין צווייטע ביאור, נאר אז ווער עס זוכט ס'זאל זיין "איש כל הישר בעיניו יעשה" שפירט זיך אויטאמאטיש געטראפן אז א רב קען טון זאכן אויף די אייגענע האנט... אן רשות.

מיין קליינע שכל זעט נישט קיין שום אנדערע מאסגעבנדע הסבר.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:59 pm וביאור גדול יש...
הוא אשר דיברתי...קלאר און דייטליך.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1211
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4048

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

פליט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:38 pm אויף פליגמאן באדערט אייך נישט אז מען באשמיצט אים דא פערזענדליך?

מיך יא.
מען רעדט נישט אויף אים פערזענליך
מען רעדט איבער זיינע פעולות וואס ער טוט ברבים און וואס ער רעדט ברבים.
אויב רעדן איבער זיינע פעולות גייט אריין אין כלל פון בארעדן דאן זאל ער זיכער מאכן אז מען בארעדט אים נישט...

און אויב איינער בארעדט אים פערזענליך דאן ווערט איר געבעטן צו באריכטן די תגובה און די מנהלים וועלן קעיר נעמען אי"ה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:44 pm
פליט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:38 pm אויף פליגמאן באדערט אייך נישט אז מען באשמיצט אים דא פערזענדליך?

מיך יא.
מען רעדט נישט אויף אים פערזענליך
מען רעדט איבער זיינע פעולות וואס ער טוט ברבים און וואס ער רעדט ברבים.
אויב רעדן איבער זיינע פעולות גייט אריין אין כלל פון בארעדן דאן זאל ער זיכער מאכן אז מען בארעדט אים נישט...

און אויב איינער בארעדט אים פערזענליך דאן ווערט איר געבעטן צו באריכטן די תגובה און די מנהלים וועלן קעיר נעמען אי"ה.
איך רעד גראדע יא ווי געוויסע האבן אראפגעריסן די מענטש.

די מנהלים מאכן א פיינע ארבעט
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

שמן ששון האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:17 pm
שאלה צוויי:
וועלכע רב מובהק האט מצילי אש איבער זיך? , און ווי עס ווערט קלאר געפסקנט דורך ר' יחזקאל דא אין דעם צעטיל, אז געבן שיעורים איז נישט גענוג, נאר עס ברויך זיין א רב מובהק בישראל.
אפשר זאגסטו קודם וועלכע רב מובהק האט ברויער איבער זיך?
חסיד נלהב
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 11:16 pm
x 54

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך חסיד נלהב »

פליט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:02 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:44 pm
פליט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:38 pm אויף פליגמאן באדערט אייך נישט אז מען באשמיצט אים דא פערזענדליך?

מיך יא.
מען רעדט נישט אויף אים פערזענליך
מען רעדט איבער זיינע פעולות וואס ער טוט ברבים און וואס ער רעדט ברבים.
אויב רעדן איבער זיינע פעולות גייט אריין אין כלל פון בארעדן דאן זאל ער זיכער מאכן אז מען בארעדט אים נישט...

און אויב איינער בארעדט אים פערזענליך דאן ווערט איר געבעטן צו באריכטן די תגובה און די מנהלים וועלן קעיר נעמען אי"ה.
איך רעד גראדע יא ווי געוויסע האבן אראפגעריסן די מענטש.

די מנהלים מאכן א פיינע ארבעט
ביטע נישט אויסמישן כבוד ובזיון תלמידי חכמים מיט כבוד און בזיון פון א צווייטן ס'זאל ח''ו נישט זיין קיין 'אמרתם שוה עבוד אלוקים'.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

חסיד נלהב האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:19 pm
פליט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:02 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:44 pm
מען רעדט נישט אויף אים פערזענליך
מען רעדט איבער זיינע פעולות וואס ער טוט ברבים און וואס ער רעדט ברבים.
אויב רעדן איבער זיינע פעולות גייט אריין אין כלל פון בארעדן דאן זאל ער זיכער מאכן אז מען בארעדט אים נישט...

און אויב איינער בארעדט אים פערזענליך דאן ווערט איר געבעטן צו באריכטן די תגובה און די מנהלים וועלן קעיר נעמען אי"ה.
איך רעד גראדע יא ווי געוויסע האבן אראפגעריסן די מענטש.

די מנהלים מאכן א פיינע ארבעט
ביטע נישט אויסמישן כבוד ובזיון תלמידי חכמים מיט כבוד און בזיון פון א צווייטן ס'זאל ח''ו נישט זיין קיין 'אמרתם שוה עבוד אלוקים'.
זייער וויכטיג עס קלאר צו שטעלן. שכויעך!
זיי פריילאך
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 108

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

קלאר צו שטעלן, אפי' ברוער אדווערטייזט אז זיי האבן א שבת סיסטעם, איז ווי לאנג ס'איז נישט אויסגע-ארבעט דורך א רב מיט א הסכמה איז עס גארנישט ווערד
פונקט ווי הצלה און חברים האבן א רב מיט שיעורים אויף הלכות שבת.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:52 pm
כ'ווייס נישט צו דאס וועט דיר העלפן פארשטיין, אבער אויב די ווילסט וויסן זייער "אפעציעלע" טענה, איז זייער פראבלעם אז די נייע מצילי אש איז נישט גענוג פראפעסיאנאל און איז (דערווייל) נישט אויסגעשטאטעט מיט די נויטיגע עקוויפמענט. און אז מ'רופט זיי אנשטאט די אפיציעלע פייער דעפארטמענט ברענגט עס צו סכנות.
כ'האב מיך צוריק געהאלטן די לעצטע פאר שעה פון ציטירן די ווערטער פון @פייער פייטער, טראץ וואס ער איז זייער באגלייבט, האב'ך נישט געוואלט עפעס ברענגען אן עס מברר זיין כלי ראשון (כדרכי).
יעצט נאכ'ן רעדן מיט איינעם וואס איז געוועהן דערביי ביי די היינטיגע פייער אויף N Rigaud Rd בינעך קלאר געווארן אז מעשה שהי' כך הי':
מצילי אש האט אינגאנצן אויסגעלאשן די פייער, נאר נישט געמאכט וואס ווערט אנגערופן overhaul וואס דאס מיינט אפצוקילן די פלעצער וואס רייכענען זאלן זיך נישט צוריק אנצינדן, די סיבה דערפון איז וויבאלד ווען די פייער איז געווארן אויסגעלאשן דאן איז די טשיעף אנגעקומען, און ווען מצילי אש האט געוואלט צושטעלן א לייטער צום דאך האט ער זיי אפגעהאלטן, און דאן האט מען געדאפט ווארטן פאר די טראק צוועלעף מינוט, און ב"ה ווען די טראק איז אנגעקומען האט שוין די פייער געוויזן רויטע פינקן, און אנגעהויבן א משהו ברענען אזוי ארום אז זיי האבן אויך געהאט וואס צו טוען ב"ה.

נעמט אין אכט, ווען די טשיעף קומט ווען אן א מינוט שפעטער [אדער מצילי אש ווערט דיספעטשד א מינוט פריער] וואלט די טראק שוין נישט געהאט וואס צו טוען, און זאל ווען מצילי אש נישט ווערן געדיספעטשעד בכלל וואלטן צוויי משפחות געווען היינט אן קיין דאך איבערן קאפ.

אגב, די רופער האט נישט געהאט מצילי אש'ס נאמבער, ער האט אראפגעלייגט די פאן מיט 911 גערופן א חבר פאר די נאמבער, ווי לויטעט די חתימה פון פייער פייטער: "ווען ס'וועט פלאקערן וועסטו עס זוכן"...
און יא!
אויב מצילי אש וואלט געהאט שנעלער נאך אפאר דאללער וואלט'ן זיי געהאט א טראק מיט די נויטיגע עקוויפמענט, צו אפראטעווען די גאנצע זאך "פראפעשינאל", נאך פאר ברוער קומט אן.
העמיר ווארטן אויף די לינק וואס @דער תהלים איד האב געזאגט אז ער וועט ברענגען, און מיר וועלן אלע ביישטייערן צו העלפן מצילי אש זיין 100% פראפעשינאל!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

זיי פריילאך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:06 pm קלאר צו שטעלן, אפי' ברוער אדווערטייזט אז זיי האבן א שבת סיסטעם, איז ווי לאנג ס'איז נישט אויסגע-ארבעט דורך א רב מיט א הסכמה איז עס גארנישט ווערד
פונקט ווי הצלה און חברים האבן א רב מיט שיעורים אויף הלכות שבת.
וואס כ'האב אויבן געשריבן
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:09 pm
די שבת סיסטעם שטימט בכלל נישט, ערשטנס האב'ך נאכנישט געהערט פון קיין איינעם וואס האט געזעהן זייער פאטראל קאר, צווייטנס איז די מציאות אז ר' יחזקאל האט שוין געמאלדן פאר די מצילי אש מעמבערס בערך א חודש פאר פסח אז מ'זאל זיך גרייטן אויף א שבת סיסטעם, נאר יעצט האט מען עס געטוהן שנעלער ווי געפלאנט וועגן די פייער יום טוב ביינאכט.
יעצט, פאר וועלכע פאל איז די פאטראל געמאכט???
אין פאל פון עמערדזענסי דארף מען ווייטער רופן 911!
פאר נאן עמערדזענסי קאלס, האט מאנסי א פלאטע פון חברים פאטראל, כתר ווילעדז פאטראל, וועם וועט העלפן די נאך 1 אדער 2 קארס? וואס דעליווערן זיי??

און נאך איין שאלה,
וואס העלפט די שבת פאטראל קאר פאר די חילול שבת און אנדערע פראבלעמען וואס טוט זיך אפ נאך וואס זיי ריספאנדן צו א קאלל?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

די דאזיגע עד איז ערשינען די וואך אין קאנעקשענס
[מיינע הערות אויף דעם האב'ך שוין געשריבן]

.
Screenshot 2024-05-08 223529.png
Screenshot 2024-05-08 223529.png (787.77 KiB) געזען געווארן 707 מאל
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 409

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך משה יצחקי »

איך וויל פארשטיין..

ר׳ יחזקאל האט דאך געהאט א וועד הרבנים אויף יעדער שריט!
זיי זענען נאך אלס אויף זיין זייט? אויב יא, דעמאלטס איז ער דאך שטארק מסודר!
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 389
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 300

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

נאר איך כאפ בכלל נישט די איידיע פון שבת פאטראל? האט שוין הצלה געטראכט פון שיקן פאטראל קארס אז אין פאל איינער דארף א בענד עיד זאל מען נישט דארפן רופן הצלה?

ממה נפשך, איז עס א פאל וואס אויפן צעטל פון ר' יחזקאל שטייט אז מען מעג רופן, מעג מען עניוועי, און אז מען טאר נישט רופן פארוואס דארף מען פאטראל?

ועוד, וואס טוט דער פאטראל ווען מען רופט אים? ער רופט דאך פייער דעפארטמענט און די חברה קומען אן, ניין?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:42 pm איך וויל פארשטיין..

ר׳ יחזקאל האט דאך געהאט א וועד הרבנים אויף יעדער שריט!
זיי זענען נאך אלס אויף זיין זייט? אויב יא, דעמאלטס איז ער דאך שטארק מסודר!
יאפס, ער איז מסודר, און ס'פעלט גארנישט.

געלט קען אים העלפן צו העלפן תושבי מאנסי וואס שנעלער.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
משה יצחקי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 12:36 am
Location: א סוד!
x 409

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך משה יצחקי »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:47 pm
משה יצחקי האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:42 pm איך וויל פארשטיין..

ר׳ יחזקאל האט דאך געהאט א וועד הרבנים אויף יעדער שריט!
זיי זענען נאך אלס אויף זיין זייט? אויב יא, דעמאלטס איז ער דאך שטארק מסודר!
יאפס, ער איז מסודר, און ס'פעלט גארנישט.

געלט קען אים העלפן צו העלפן תושבי מאנסי וואס שנעלער.
קענענדיג פערזענדליך ר׳ יחזקאל שליט״א, טוט מיר עס אזוי וויי!

אונז לעבן אין אן אמת׳ע צומישטע וועלט!
שרייב פאוסט