אפשר קען מען העלפן דא אידן מיט פרנסה.
דאס מיליטער/ארמיי אדער דיפענס דיפארטמענט אוף דיפענס דארף כמעט יעדע אייטעם און סערוויס וואס איז דא עוועיליבל אויפן כדור הארץ.
ס'דא סעילערס און מערינס וואס געפונען זיך אויף א עיר קרעפט קעריער, סאב מערינס און סתם שיפן פאר חדשים לאנג און זיי דארפן עסן, בעטן, כל מיני פארניטשאר, פלעצער וואו צו פארברענגען און אלעס ארום אפילו ספארטס אייטעמס.
און צוגאב האט די אמעריקאנער מיליטער איבער א טויזענט מיליטערישע בעיסעס וואו מיליטער לייט האלטן זיך אויף צוזאמען מיט זייערע פאמיליעס די דיפענס דיפארטמענט שטעלט זיי צו דארט כמעט אלעס, מטה כסה שלחן ומנורה.
פארשטייט זיך אז זייער עיקר געברויכן איז פאר געווער און אלע איבריגע ערליי קריגס מכשירים. אבער נישט אלעס זענען כלי משחית דיירעקט, צום ביישפיל א גוטע באקוועמער האלטער פאר א גאן, יוניפאורם א.א.וו.
ועל כולם האט די אמעריקאנער דיפענס דיפארטמענט א גרויסן טשעק פון קאנגרעס פון 877 ביליאן דאלער! דאס מיינט אז זיי האבן אין טייסטער אסאך געלט צו ספענדן. סאיז אייביג גוט צו האנדלן מיט איינער וואס האט טיפע טאשן.
__
פארענדיג אויפן פליגער עטליכע יאר צוריק, האב איך געהאט א שכן א גוי וואס געזעצן נעבן מיר און איך האב געהאט א שמועס מיט אים וועגן זיין ביזנעס. זייענדיגע לאנגווייליג האט ער מיר פארציילט אז ער האט א ביזנעס און ער האט עטליכע קאנטראקטן מיט די אמעריקאנער דיפענס דיפארטמענט.
דעמאלס האט מיך עס נישט אזוי אינטרעסירט, כ'האב נאר געשמועסט מיט אים ווייל מיר זענען ביידע געווען אביסל לאנגווייליג. ס'טוט מיר לייד אז כ'האב אים נישט בעסער אויסגעהערט.
ער האט פארקויט culinary (כלים פאר קאכן), טעקנאלידטשי אייטעמס און נאך. ער האט מיר מסביר געווען אז ס'ארבעט מיט א גאווערמענט ביד. ס'דא ספעציעלע קאמפעניס וואס נעמען לאמיר זאגן בערך 5,000 (אזויפיל האט ער געצאלט) און זיי העלפן אביסל מיטן מאכן דעם עצם ביד און געבן אריין דיין ביד פאר די גאווערמענט/ דיפענס דיפארטמענט. אויב די גאווערמענט/ דיפענס דיפארטמענט מאכט אפ אז זיי דארפן דיין סערוויס אדער דו ביסט בעסער פון זייער יעצטיגער ספלייער צו צוליב ווייל דו האסט א בעסערע אייטעם אדער ווייל דו האסט א בעסערע פרייז וועל זיי דיר נעמען אלס זייער סופלייער.
איין גרויסע סייד אפעקט איז דא - כאשר בא כן ילך, כבולעו כך פולטו אזוי שנעל ווי מ'באקומט א קאנטראקט אזוי שנעל קען מען פארלירן ווען א צווייטער ערגעץ ווי אין אמעריקא האט אריינגעגעבן א ביד וואס זיי האלטן איז בעסער ווי דיי דיינע.
דער גוי מיין מיטרייזענדער האט מיר געזאגט אז וועגן דעם גיט ער כסדר אריין פרישע בידס אויף פרישע אייטעמס, אז טאמער ער פארלירט איינס זאל האבן די צווייטע.
קאנטראקטן פאר דער DOD (דעפארטמענט אוו דעפענס)
- ס'קען זיין אז..
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1409
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
- x 2632
Re: קאנטראקטן פאר די DOD (דיפארטמענט אוף דיפענס)
ס'איז אבער שווער צו ווערן אנגענומען אין די בידס
ווייל יעדער וויל עס כאפן אין מען דארף אראפ גיין מיט די פרייז אסאך מאל..
בקיצור ס'לוינט נישט
ווייל יעדער וויל עס כאפן אין מען דארף אראפ גיין מיט די פרייז אסאך מאל..
בקיצור ס'לוינט נישט
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1325
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3589
Re: קאנטראקטן פאר די DOD (דיפארטמענט אוף דיפענס)
איך קען איינעם א חסיד'שער אינגערמאן וואס גאר בעל בית'יש פון א איינצעלנע גוטע גאווערמענט קאנטראקט.ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 8:32 pm ס'איז אבער שווער צו ווערן אנגענומען אין די בידס
ווייל יעדער וויל עס כאפן אין מען דארף אראפ גיין מיט די פרייז אסאך מאל..
בקיצור ס'לוינט נישט
- ס'קען זיין אז..
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1409
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
- x 2632
Re: קאנטראקטן פאר די DOD (דיפארטמענט אוף דיפענס)
יא אבער קענסט אים פרעגן ווי שווער עס איז געווען אין הער וואס ער ענטפערטרואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 11:25 pmאיך קען איינעם א חסיד'שער אינגערמאן וואס גאר בעל בית'יש פון א איינצעלנע גוטע גאווערמענט קאנטראקט.ס'קען זיין אז.. האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 06, 2024 8:32 pm ס'איז אבער שווער צו ווערן אנגענומען אין די בידס
ווייל יעדער וויל עס כאפן אין מען דארף אראפ גיין מיט די פרייז אסאך מאל..
בקיצור ס'לוינט נישט
ווי אויך איז דא גענוג און נאך מענטשן וואס האבן פרובירט אין נישט סתם פרובירט אין ס'האט זיך אויס געלאזט מיט א קארנישט