"געזונטע” רוצחים!

געזונטע שמועסן און ידיעות
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך איך ווייס »

קלוגער חכם האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 1:50 pm
איך ווייס האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 12:25 pm איין זאך, איך מיין אז ס'איז אביסל איבערגעטריבן וויפיל דאקטוירים זענען קעגן נאטורליך, איך האב נישט געהאט קיין איין דאקטער וואס האט מיר נישט געווארענט אז איך מוז פארלירן וואג, און אז איך מוז טוהט עקסערסייז. יעדער דאקטער וואס איך געגאנגען צו האט עס מיר איבערגעחזרט נאכאמאל און נאכאמאל.

און נישט אלעס וואס מען רופט נאטורליך איז באמת נאטורליך. איך זיך נאך די בוים וואו עס וואקסט די מולטי ווייטאמען טאבלעטן.
מיין דאקטאר הייסט מיר אויך אטעמען, לייגן א באנדאזש אויב עס בלוט, און אויך אנטון שיך ווען איך גיי אויף שטיינער.

וואס האט עקסערסייז, און אפפאלן פונט מיט א נאטירליכע לעבן, אדער נאטירליכע רפואה?
מיין דאקטער האט מיר געהייסן נעמען ווייטאמין D אין פיש אויל. לייגסט דאס אויך אריין אין די אטאמען קאטעגאריע? אוודאי אזוי, אויב עס האט א סטאדי וואס צייגט אז עס ארבייט גייט עס ארויס פון די כלל פון "נאטורליך" אין אריין אין די כלל פון "אטאמען". אלזא, איז נאטורליך א זאך וואס האט נישט קיין סטאדי וואס ווייזט אז עס ארבייט. יעצט קען מען טוישן די שאלה פון "פארוואס געבן דאקטורים נישט קיין נאטורליכע רפואות (חוץ פון "אטאמען")" צו "פארוואס געבן נישט דאקטורים קיין זאכן וואס האבן נישט קיין סטאדיס וואס ווייזן אז ער ארבייט".
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

@איך ווייס וואו איז דער לייק קנעפל פאר א גוט יאר?!

(המממ, ס'האט א תירוץ, ווארט נאר ווארט)
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:57 am

וויטאמין די איז איינע פון די פאר זאכן וואס איז אפיציעל אריין אין די מעדיקל בוך, וועגן פיש אויל ווייס איך נישט (אפשר פאר קאלעסטראל?).
אבער בכלליות גייען דאקטורים נישט געבן קיין נאטיליכע רפואות, רוב דאקטורים גייען עס אוועקמאכן און חוזק מאכן דערפון. (און אויך האבן רוב דאקטורים נישט קיין גרויסע השגות אין נאטירליכע רפואה ווייל זיי זענען נישט טרענירט דערין).

דו ווילסט מיר איינרעדן אז עס איז נישט דא קיין סטאדיס? הא גופא קשיא.

יעצט ווילסטו זאגן אז עס איז יא דא און די סטאדיס ווייזן אז עס איז פשוט נישט ווירקזאם?
וויאזוי קען זיין אז טויזענטער יאר האט מען געלעבט און זיך געהיילט בעפאר די ערפינדונג פון מעדיקאציע, איך רעד נישט פון די מחלות וואס מען פלעגט טאקע שטארבן איך רעד פון מחלות וואס זענען אמאל געווען טריטעבל אן די אלע זאכן, דארף מען היינט זיין א קאנספיראציע טעאריקער, א מענטשן האסער, און א משוגענער, צו טון נאטירליכע רפואות.

עניוועי. איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן א יעדע פאר תגובות די זעלבע זאך. איך בין ניטאמאל אזוי נאטירליך מיינדעט ווי איך זע אויס דא.
עס באדערט מיר פשוט אז נאטירלכע לעבנס וועג (נישט נאר נאטירליכע רפואה נאר אפילו ווען איינער וויל לעבן געזונט איז ער א גאנצע חוזק), איז געווארן עפעס אזא סארט ארויסגעווארפענע זאך, אנגעהויבן ביי די וואס קאנטראלירן די מעדיקל וועלט, און ביי אלע וואס גלייבן דערין.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך איך ווייס »

@קלוגער חכם

לאמיר זעהן דיינע 3 טענות.

1. פארוואס מאכט מען נישט קיין סטאדיס אויף נאטורליכע רפואות?
2. וויאזוי האט מען געלעבט און זיך געהיילט טויזענטער יאר?
3. נאטורליכע זאכן וואס האבן סטאדיס, פארוואס ניצט מען דאס נישט?

זענען די תירוצים אזוי.

1. ס'איז דא טויזינטער נאטורליכע זאכן, און סטאדיס קאסטן א געוואלד מיט געלט. וועלעכע זאך זאל מען שטודירען? אויב דער רפואה, פארוואס נישט יענער רפואה? איי פארוואס מאכט מען נישט אויף כאטש אפאר סטאדיס? איז די תירוץ אז מען מאכט יא. האסט דאך אליין אויסגערעכענט א פאר זאכן וואס מען האט שטודירט און ס'איז אריין אין די דאקטער בוך.

2. ס'איז דא 2 מהלכים פון רפואה, די אלטע מהלך און די נייע מהלך, די אלטע מהלך איז געגאנען אויף עקספריענס פון די דאקטער, און די נייע מהלך גייט אויף סטאדיס, אויב די אלטע מהלך האט געהיילט 50% פון פעלער, היילט די נייע מהלך 90% פון פעלער. מילא אמאל, איז דאך נישט געווען קיין ברירה, האט מען גענוצט די אלטע מהלך. היינט אבער איז ב"ה דא א פיל בעסער מהלך וואס היילט פיל מער זיכער. איי, ווער פארציילט מיר אז די נייע מהלך איז בעסער? איז די תירוץ ריפראדאסיביל (reproducible). דהיינו געווענליך 2 סטאדיס געמאכט מיט די זעלבע מהלך, וועלן ארויסשפייען בערך די זעלבע רעזולטאטען, טאמער נישט, איז געווענליך דא א פעלער אין איינער פון די 2 סטאדיס. אנדערש איז אבער די אלטע מהלך פון עקספיריענס, וואס, אמת, טייל רפואות זענען געווען ריפראדסיביל, און אלע דאקטורים האבן געהאט די זעלבע עקספריענס, אבער ווייט, ווייט פון די ריפראדיסביליטי פון סטאדיס.

איי איך האב דאך דערמאנט אז סטאדיס קענען האבן פעלערן? מילא איז מעגליך אז די סטאדי וואס ווייזט אויף עפעס, איז א פעלערהאפטיגע סטאדי? איז די תירוץ, געווענליך פארלאנגט מען א מינימום פון 3 סטאדיס וואס ווייזן ענליכע רעזולטאטען, און אן דעם ווערט נישט די מעדיציען אנגענומען.

3. יש סטאדיס ויש סטאדיס, ס'איז דא און ס'איז דא. ס'איז דא א מהלך וואס די FDA האט אנגענומען אז א סטאדי מוז אויסקוקן, אויב ווילסטו טענה'ן אז די מהלך פון די FDA טויג נישט, דאן איז די צייט צו האבן טענות דערויף איידער די סטאדי ווערט געמאכט, נישט נאכדעם. די אמת איז אז די מהלך טוישט זיך כסדר, עס קומען דאקטורים און זאגן הערות, און ס'איז אן אפענע דייאלאג. נאך א זאך, וואו געשריבן אויבן, דארפן זאכן האבן 3 סטאדיס וואס ווייזן בערך די זעלבע רעזולטאטען, איז מעגליך אז אפילו ס'איז יא א הויעכע קוואליטיעט סטאדי, איז עס קיינמאל נישט ריפראדעסט געווארען. נאך איין נקודה, די מעדיצינישע וועלט איז אביסל שטייט, עס קענען נעמען א שטיק צייט פון ווען א סטאדי קומט ארויס ביז ווען די מעדיצינישע וועלט נעמט עס אן.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אני-הק' »

אינטערעסאנט איז אז ס'זענען דא דאקטוירים וואס וועלן יא רעקאמענדירן פארשידענע סארט ווייטעמינען און נאך מער צו די נאטורליכע סארט הייל מיטלען, אבער ס'איז דא דאקטוירים וואס נישט, און נישט נאר זיי וועלן נישט רעדן דערפון, נאר זיי וועלן עס אוועקמאכן און חוזק מאכן...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך רעגנדיג »

אני-הק' האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:45 pm אינטערעסאנט איז אז ס'זענען דא דאקטוירים וואס וועלן יא רעקאמענדירן פארשידענע סארט ווייטעמינען און נאך מער צו די נאטורליכע סארט הייל מיטלען, אבער ס'איז דא דאקטוירים וואס נישט, און נישט נאר זיי וועלן נישט רעדן דערפון, נאר זיי וועלן עס אוועקמאכן און חוזק מאכן...
פונקט ווי צווישן די המון עם, זענען פארהאן א צאל דאקטוירים וואס זענען נאטורליך מיינדעד.
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך והיתם נקיים »

קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:04 pm
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:57 am
קלוגער חכם האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 1:50 pm
מיין דאקטאר הייסט מיר אויך אטעמען, לייגן א באנדאזש אויב עס בלוט, און אויך אנטון שיך ווען איך גיי אויף שטיינער.

וואס האט עקסערסייז, און אפפאלן פונט מיט א נאטירליכע לעבן, אדער נאטירליכע רפואה?
מיין דאקטער האט מיר געהייסן נעמען ווייטאמין D אין פיש אויל. לייגסט דאס אויך אריין אין די אטאמען קאטעגאריע? אוודאי אזוי, אויב עס האט א סטאדי וואס צייגט אז עס ארבייט גייט עס ארויס פון די כלל פון "נאטורליך" אין אריין אין די כלל פון "אטאמען". אלזא, איז נאטורליך א זאך וואס האט נישט קיין סטאדי וואס ווייזט אז עס ארבייט. יעצט קען מען טוישן די שאלה פון "פארוואס געבן דאקטורים נישט קיין נאטורליכע רפואות (חוץ פון "אטאמען")" צו "פארוואס געבן נישט דאקטורים קיין זאכן וואס האבן נישט קיין סטאדיס וואס ווייזן אז ער ארבייט".
וויטאמין די איז איינע פון די פאר זאכן וואס איז אפיציעל אריין אין די מעדיקל בוך, וועגן פיש אויל ווייס איך נישט (אפשר פאר קאלעסטראל?).
אבער בכלליות גייען דאקטורים נישט געבן קיין נאטיליכע רפואות, רוב דאקטורים גייען עס אוועקמאכן און חוזק מאכן דערפון. (און אויך האבן רוב דאקטורים נישט קיין גרויסע השגות אין נאטירליכע רפואה ווייל זיי זענען נישט טרענירט דערין).

דו ווילסט מיר איינרעדן אז עס איז נישט דא קיין סטאדיס? הא גופא קשיא.

יעצט ווילסטו זאגן אז עס איז יא דא און די סטאדיס ווייזן אז עס איז פשוט נישט ווירקזאם?
וויאזוי קען זיין אז טויזענטער יאר האט מען געלעבט און זיך געהיילט בעפאר די ערפינדונג פון מעדיקאציע, איך רעד נישט פון די מחלות וואס מען פלעגט טאקע שטארבן איך רעד פון מחלות וואס זענען אמאל געווען טריטעבל אן די אלע זאכן, דארף מען היינט זיין א קאנספיראציע טעאריקער, א מענטשן האסער, און א משוגענער, צו טון נאטירליכע רפואות.

עניוועי. איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבן א יעדע פאר תגובות די זעלבע זאך. איך בין ניטאמאל אזוי נאטירליך מיינדעט ווי איך זע אויס דא.
עס באדערט מיר פשוט אז נאטירלכע לעבנס וועג (נישט נאר נאטירליכע רפואה נאר אפילו ווען איינער וויל לעבן געזונט איז ער א גאנצע חוזק), איז געווארן עפעס אזא סארט ארויסגעווארפענע זאך, אנגעהויבן ביי די וואס קאנטראלירן די מעדיקל וועלט, און ביי אלע וואס גלייבן דערין.
סיי די רפואות וואס דו רופסט נאטורליך, און סיי די רפואות וואס דו רופסט נישט נאטורליך, זענען ביידע נאטורליך אויפ'ן זעלבן שטאפל (ביידע ענטהאלטן נאטורליכע באשטאנדטיילן, און ביידע זענען פראצעסירט).

די זאכן וואס דו רופסט "מעדיקל" אדער דו זאגסט "ס'איז אפיציעל אריין אין די מעדיקל בוך" זענען בסך הכל די זאכן פון וואס אנגענומענע דאקטוירים האלטן, ווען פון געוויסע אנדערע זאכן האלטן זיי נישט*.

סאו די דעבאטע איז נישט איבער יא אדער נישט נאטורליך, נאר צו דיין מיינונג אין דאקטאריי האט סיי וועלכע ווערט קעגן די מיינונג פון דאקטוירים.

-
*ווי דו אליינס ביסט דאך מודה אז אין די אזויגערופענען "מעדיקל בוך" זענען דא געוויסע פון די זאכן וואס דו רופסט "נאטורליך".
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4585

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:15 pm

וואס עפעס?
ס'דא זאכן געמאכט פון קעמיקאלן וכדומה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

כעמיקאלן ליגן ענדערשט אין די ברויט (אדער אין די נאטורליכע פרוכט-דרינקס) ווי איידער אין מעדיקעישן.

אזוי מיין איך.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:38 pm כעמיקאלן ליגן ענדערשט אין די ברויט (אדער אין די נאטורליכע פרוכט-דרינקס) ווי איידער אין מעדיקעישן.

אזוי מיין איך.
.
רוב מעדיקעישנ'ס זענען פול מיט קעמיקל'ס, עס איז איין גוגל סערטש אוועק.

און דאס איז נאר איינס פון טויזענט חילוקים צווישן מעדיקל און נאטירליך.
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 35

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך והיתם נקיים »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:32 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:15 pm
סיי די רפואות וואס דו רופסט נאטורליך, און סיי די רפואות וואס דו רופסט נישט נאטורליך, זענען ביידע נאטורליך אויפ'ן זעלבן שטאפל (ביידע ענטהאלטן נאטורליכע באשטאנדטיילן, און ביידע זענען פראצעסירט).

די זאכן וואס דו רופסט "מעדיקל" אדער דו זאגסט "ס'איז אפיציעל אריין אין די מעדיקל בוך" זענען בסך הכל די זאכן פון וואס אנגענומענע דאקטוירים האלטן, ווען פון געוויסע אנדערע זאכן האלטן זיי נישט*.

סאו די דעבאטע איז נישט איבער יא אדער נישט נאטורליך, נאר צו דיין מיינונג אין דאקטאריי האט סיי וועלכע ווערט קעגן די מיינונג פון דאקטוירים.

-
*ווי דו אליינס ביסט דאך מודה אז אין די אזויגערופענען "מעדיקל בוך" זענען דא געוויסע פון די זאכן וואס דו רופסט "נאטורליך".
וואס עפעס?
ס'דא זאכן געמאכט פון קעמיקאלן וכדומה.
קלוגער חכם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:08 pmרוב מעדיקעישנ'ס זענען פול מיט קעמיקל'ס, עס איז איין גוגל סערטש אוועק.
פון וועלכע פלאנעט מיינט עטץ קומט די שרעקעדיגע זאך "קעמיקאלן"? זענען די מענטשן וואס שטעלן דאס צוזאם מענטשן וואס קענען טוהן ניסים חוץ לדרך הטבע?

אבוויעסלי איז דאס אויך טבע, ס'גייט נאר דורך א פראסעס, אזויווי די ברויט וואס ענק עסן (איך גלייב נישט אז ענק עסן שטרוי).
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך יאנטשי »

והיתם נקיים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:46 pm
אבוויעסלי איז דאס אויך טבע, ס'גייט נאר דורך א פראסעס, אזויווי די ברויט וואס ענק עסן (איך גלייב נישט אז ענק עסן שטרוי).
פארוואס גלייבסטו נישט? עס איז דא אסאך פון די עכטע נאטירלעכע וואס עסן נישט קיין ברויט אפילו האל-וויט ווייל די היינטיגע ווייץ ווערט געפלאנצט מיט חעמיקאלן און שפעטער געבליטשט וכו' וכו'...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4585

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

זאג מיר נישט אז דו ווייסט נישט די חילוק צווישן נאטורליכע זאכן און קעמיקאלן, סיריעסלי?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

והיתם נקיים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:46 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:32 pm
והיתם נקיים האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:15 pm
סיי די רפואות וואס דו רופסט נאטורליך, און סיי די רפואות וואס דו רופסט נישט נאטורליך, זענען ביידע נאטורליך אויפ'ן זעלבן שטאפל (ביידע ענטהאלטן נאטורליכע באשטאנדטיילן, און ביידע זענען פראצעסירט).

די זאכן וואס דו רופסט "מעדיקל" אדער דו זאגסט "ס'איז אפיציעל אריין אין די מעדיקל בוך" זענען בסך הכל די זאכן פון וואס אנגענומענע דאקטוירים האלטן, ווען פון געוויסע אנדערע זאכן האלטן זיי נישט*.

סאו די דעבאטע איז נישט איבער יא אדער נישט נאטורליך, נאר צו דיין מיינונג אין דאקטאריי האט סיי וועלכע ווערט קעגן די מיינונג פון דאקטוירים.

-
*ווי דו אליינס ביסט דאך מודה אז אין די אזויגערופענען "מעדיקל בוך" זענען דא געוויסע פון די זאכן וואס דו רופסט "נאטורליך".
וואס עפעס?
ס'דא זאכן געמאכט פון קעמיקאלן וכדומה.
קלוגער חכם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:08 pmרוב מעדיקעישנ'ס זענען פול מיט קעמיקל'ס, עס איז איין גוגל סערטש אוועק.
פון וועלכע פלאנעט מיינט עטץ קומט די שרעקעדיגע זאך "קעמיקאלן"? זענען די מענטשן וואס שטעלן דאס צוזאם מענטשן וואס קענען טוהן ניסים חוץ לדרך הטבע?

אבוויעסלי איז דאס אויך טבע, ס'גייט נאר דורך א פראסעס, אזויווי די ברויט וואס ענק עסן (איך גלייב נישט אז ענק עסן שטרוי).
דו ערווארסט א תירוץ? אדער דו ווילסט מיר פשוט פירן אויף א רייד?

פאר די שעדליכקייט פון קעמיקאלן פרעג דיין לאקאל מעדיקל דאקטאר.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

@קלוגער חכם מ'האט דאך דיר צוריקגעפרעגט א שאלה. דיינע אייגענע עסן האבן דאך די זעלבע כעמיקאלן? (אין אמת'ן, נישט די זעלבע נאר ארגערע)
פיילס
Screenshot 2023-08-03 084411.png
Screenshot 2023-08-03 084411.png (142.32 KiB) געזען געווארן 360 מאל
Screenshot 2023-08-03 084516.png
Screenshot 2023-08-03 084516.png (105.02 KiB) געזען געווארן 360 מאל
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך תינוק הבורח »

קלוגער חכם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:38 am
והיתם נקיים האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:46 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 5:32 pm

וואס עפעס?
ס'דא זאכן געמאכט פון קעמיקאלן וכדומה.
קלוגער חכם האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:08 pmרוב מעדיקעישנ'ס זענען פול מיט קעמיקל'ס, עס איז איין גוגל סערטש אוועק.
פון וועלכע פלאנעט מיינט עטץ קומט די שרעקעדיגע זאך "קעמיקאלן"? זענען די מענטשן וואס שטעלן דאס צוזאם מענטשן וואס קענען טוהן ניסים חוץ לדרך הטבע?

אבוויעסלי איז דאס אויך טבע, ס'גייט נאר דורך א פראסעס, אזויווי די ברויט וואס ענק עסן (איך גלייב נישט אז ענק עסן שטרוי).
דו ערווארסט א תירוץ? אדער דו ווילסט מיר פשוט פירן אויף א רייד?

פאר די שעדליכקייט פון קעמיקאלן פרעג דיין לאקאל מעדיקל דאקטאר.
עס זענען דא גאר שעדליכע און אפי' טויטליכע כעמיקאלן, ווי אויך גאר גוטע נוצבארע כעמיקאלן.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

@אסמכתא בעלמא מעדיקעישן קעמיקאלן איז נישט ווייניגער שעדליך עס באשטייט פון אומגעזונטע קעמיקאלן (נישט אז מען ברויך עס נישט נעמען אין צייט פון נויט, אבער צו זאגן אז עס איז געזונט? האסט אמאל אפגעליינט די ווארענונגען אויף יעדע מעדיקעישן וואס עס קען שאטן? דו ווייסט נישט אז כמעט יעדער וואס איז אויף סטעדי מעדיקעישן, נעמט נאך פינף, ווייל עס היילט אויס איין זאך, און מאכט א חורבן ערגעץ אנדערש?)

איך פרוביר צו עסן ווי מער געזונט,עס איז זייער שווער, אבער בעצם איז דיין טענה גערעכט. פארדעם פארשטיי איך נישט פארוואס מען לאכט פון מענטשן וואס עסן געזונט.

@תינוק הבורח איך ווייס אז עס זענען דא געציילטע געזונטע קעמיקאלן אבער דאס איז נישט די רוב, און נישט די קעמיקאלן ליגט אין מעדיקעישן און דו ווייסט עס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

קלוגער חכם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:56 amהאסט אמאל אפגעליינט די ווארענונגען אויף יעדע מעדיקעישן וואס עס קען שאטן?
דאס האט נישט שייכות מיט כעמיקאלן. נאר ווייל ס'איז גאר שטארק.

יעדער "נאטורליכע" רפואה, אויב נעמסטו גאר אסאך האט עס די זעלבע שאדנס. לינקס אוועילעבל אויב דו דארפסט.

קלוגער חכם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:56 amדו ווייסט נישט אז כמעט יעדער וואס איז אויף סטעדי מעדיקעישן, נעמט נאך פינף, ווייל עס היילט אויס איין זאך, און מאכט א חורבן ערגעץ אנדערש?)
ניין. ס'איז נישט אזוי.

אנשטאט "כמעט יעדע" טויש אויף דיינע ווערטער צו "געוויסע". און אנשטאט "עס מאכט א חורבן" טויש צו "עס הייבט". למשל, איין מעדיקעישן איז גוט פאר צוקער, אבער העכערט די בלוט פרעשור. דאס איז א נאטורליכע זאך, קיין שייכות צו קעמיקאלן כנ"ל.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:05 am

איך באצי מיר בכלל נישט צו קעמיקאלן איך באצי מיר צו מעדיקעישן

איך האב גערעדט פון קעמיקאלן בלויז דיר צו געבן אביסל ידיעות
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

אה, לאמיר האלטן קאפ.

@תינוק הבורח האט גערעדט פון כעמיקאלן, מיין לעצטע תשובה איז נוגע פאר אים.

@קלוגער חכם דו זאגסט אז מעדיקעישן איז א פראבלעם ווייל עס שאדט פאר עפעס אנדערש. איז אזוי, רוב מעדיקעישאנס שאטן נישט פאר גארנישט, און זיי זענען געזונטער ווי פינאט באטטער.

נאר, היות זיי זענען גאר שטארק אין איין זאך, האבן געוויסע א 'שאנס' צו שאטן פאר עפעס אנדערש. רוב מאל אזעלכע שעדליכע זאכן ווי דייעריע וכדו'...
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:14 am אה, לאמיר האלטן קאפ.

@תינוק הבורח האט גערעדט פון כעמיקאלן, מיין לעצטע תשובה איז נוגע פאר אים.

@קלוגער חכם דו זאגסט אז מעדיקעישן איז א פראבלעם ווייל עס שאדט פאר עפעס אנדערש. איז אזוי, רוב מעדיקעישאנס שאטן נישט פאר גארנישט, און זיי זענען געזונטער ווי פינאט באטטער.

נאר, היות זיי זענען גאר שטארק אין איין זאך, האבן געוויסע א 'שאנס' צו שאטן פאר עפעס אנדערש. רוב מאל אזעלכע שעדליכע זאכן ווי דייעריע וכדו'...
איך האב נישט געזאגט אז דאס איז די איינציגסטע אישו, איך האב דיר געוואלט ברענגן פאקטן דיר צו ווייזן אז מעדיקעישן איז נישט געזונט, אלזא דו קריגסט דיר מיט די פאקטן, דו זאגסט אז כמעט קיינער נעמט נישט נאך מעדיקעישנ'ס, דו זאגסט זאכן אן מאכן די מינדעסטע ריסערטש, איך האב נישט קיין כח דיר צו פרובירן איבערווייזן אויף יעדע זאך. (אסאך זאכן איז בכלל נישט קיין שווערע ריסערטש צו מאכן, מיט אפאר גוגל סערטשעס וועסטו אסאך זאכן זען)

עס איז לכאורה נישטא קיין איין דאקטאר וואס האלט אז מעדיקעישן איז געזונטער ווי פינאט באטטער.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

ניטאמאל דאקטורים האלטן אז מעדיקעישן איז אזוי געזונט ווי דו האלסט
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

איך קען ב"ה די פאקטן, איך ווייס וואס דאקטוירים זאגן, און איך ווייס וואס די נאטורליכע זאגן.

איך האב ארום מיר פון אלע סארטן, און איך בין אליינס געווען אמאל פון די אנדערע זייט. איך האב עס אסאך דורכגעטון ביז'ן צוקומען צו מיינע שארפע מסקנות. דער אויסדרוק פונעם פותח האשכול "רוצחים" איז אין מיין דיקשאנערי אנגעצייכנט ווי אן אנדערסטעיטמענט. באט עניוועי...
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

ערלעדיגט.

א קליינע קשיא. אז דו קענסט יא אזוי גוט אלע פאקטן פון ארום און ארום, וואס איז פשט אז אזא פשוטע זאך, ווי אז מעדיקעישן האט קעמיקאלן האסטו פארגעסן?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 884

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 8:46 am @קלוגער חכם מ'האט דאך דיר צוריקגעפרעגט א שאלה. דיינע אייגענע עסן האבן דאך די זעלבע כעמיקאלן? (אין אמת'ן, נישט די זעלבע נאר ארגערע)

קלוגער חכם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 9:10 am איך באצי מיר בכלל נישט צו קעמיקאלן איך באצי מיר צו מעדיקעישן
שרייב פאוסט