נאר וויאזוי דען זענען דעי געמיינע גוים געווארן פלוצלינג תושבי קרית יואל?!שמח האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:48 amדו ווייסט ערשטע האנטיג?פרוק ית ענך האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:44 amס'איז א גרויסע ווייטאג, די רבי האט זיך מוסר נפש געווען, צי בויען קרית יואל, אלס ווייל ער האט געוואלט האבן א שטעטל, אוועק פינעם גוי, און דא איז מען געגאנגען בשאט נפש, און אריינגעברענגט די געמיינע גוים אין קרית יואל,פייל און בויגן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:16 am
עס וואוינען גוים אין קרית יואל??
א פארוואס האט אויסגעפעלט אז די רעבע זכרונו לברכה זאל בויען א שטעטל??
כהאף סוועט נישט שאטן די הקפדה פינעם רבין,
שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 8:44 pm
- x 52
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
כ'קען נישט די מציאות פונקטליך,אבער אויבנאויף איז עס פונקט ווי אלט קרית יואל (בימים ההם), אז אין אנהייב וואוינען די גוי'שע שכנים דארט, און מיטן אייבערשנס הילף וועלן זיי זיך אוועקציען פון דארט און וועט באוואוינט ווערן מיט ערליכע סאטמאר אידן.פרוק ית ענך האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:49 amנאר וויאזוי דען זענען דעי געמיינע גוים געווארן פלוצלינג תושבי קרית יואל?!שמח האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:48 amדו ווייסט ערשטע האנטיג?פרוק ית ענך האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:44 am
ס'איז א גרויסע ווייטאג, די רבי האט זיך מוסר נפש געווען, צי בויען קרית יואל, אלס ווייל ער האט געוואלט האבן א שטעטל, אוועק פינעם גוי, און דא איז מען געגאנגען בשאט נפש, און אריינגעברענגט די געמיינע גוים אין קרית יואל,
כהאף סוועט נישט שאטן די הקפדה פינעם רבין,
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4911
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14662
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
@שמח האט אריינגעטרעטן אינעם בלאטע...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 728
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
הער איך יעצט אז שוין עטליכע חדשים צוריק אנהייב פון בויען דאס פארק האט מען זיך פארבינדן און געלאזט וויסן פאר די אינסטאנצן אז די פארק איז אין א גוישע נעיבערהוד וואס וועט זיין א גרויסע פראבלעם,
זעהט אויס אז די בנין נערים האבן ווייטער געבויט און אויפגעשטעלט דאס פארק כאטש ס'איז פרעצעדענטלאז אז אידן זאלן בויען א "אידישע" פארק ביים גוי אין בעקיארד.
אנדערש ווי רוח החיים וואס האט נאך ביז היינט נישט געבויט זייער בראד-וואק כאטש ס'איז געוועהן ברייט עדווערטייזט, זיי האבן שוין געשיקט הערליכע בראשור מיט רייכע בילדער פון די געשמאקע טרעילס אין רוח החיים, ס'איז זיי געוועהן א דורכפאל נישט צו קענען גיין ווייטער דערמיט, אבער אז די רוחניות הנהגה פארשטייט ס'איז א פראבלעם האט מען עס אפגעשטעלט, משא"כ דא אין אונזער געגנט ווי מען וועט קודם בויען די פארק אן עס איבעררעדן מיט די רבנים פון בעפאר, און דערנאך ווען ס'איז שוין א פאקט, לויפן מאכן אן עירוב איבערנאכט און אזוי אריינמיירענען רבנים עס צו כשר'ן.
אויב אזוי קומט זיך גאר א שטארקע קרעדיט פאר חומות העיר אז מיט דעם אלעם האבן זיי קיינעם נישט באשולדיגט, און אזוי איידל ריין און פשוט געשריבן פאר די עלטערן אכטונג צו געבן נישט צו טראגן אהין די קינדערלאך.

- ניי צום טיש
- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:44 am
- x 8
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
מיין מיינונג:
1) די נישט אידישע קינדער זענען היינט נישט אינטערעסירט אין די סארט פארקס, זיי זיצן אויף זייערע כלים אינדערהיים, קוק סיי וועלכע קאמיוניטי פארק וועסטו זעהן אז ס'פיסטעוועט אוועק, איי יעצט קומען זיי יא? דאס איז לכאורה ווייל ס'איז א נייע פארק און ס'איז דא א התחדשות און עקסייטמענט וואס וועט לכאורה אויסוועפן מיט די צייט. מוז נישט זיין, אבער שטארק מעגליך, א טאטע מאמע וואס קומען אן מיט די קינדער האבן די אחריות אליין צו באשלוסן ווען זיי קומען אן אין דעם פארק, אויב ס'איז אויסגעהאלטן פאר זייערע קינדער צו זיין אין דעם פארק, לפי המצב והזמן, פונקט ווי זיי ווייסן אז ווען ס'הייבט אן רעגענען גייט מען אהיים וכו'
2) חומות העיר זאל מיר ביטע מוחל זיין, אבער זיי זענען היבש גענויגט צו עקסטרעמיזם, זיי האבן ארויסגעגעבן שטייפע חוה"מ אנווייזונגען אז טאטעס זאלן בכלל נישטא קומען צו די ריידס, פארוואס און פארווען און אויף וועמענס חשבון? איבעראל בכלל תפוצות ישראל גייט מען ארויס חוה"מ האלטן משפחות משפחות צוזאמען אן קיין שום מכשולות, קען דען די מאמע גיין צו די ריידס מיט אלע 6 צו 8 קינדער אן קיין טראפ הילף, ווייל חומות העיר האט אזוי געשריבן? און ווען איך בין געווען ביי די ריידס איז געווען טאקע א הערליך בילד ווי "גאנצע" משפחות האבן אזוי שיין פארברענגט צוזאמען אידישלעך און צניעות'דיג, מ'האט געקענט ציילן מיט די פינגער'ס אינעם געפאקטן שטח וויפיל משפחות זענען געווען אן די טאטעס, דער עולם איז פארט נישט צודרייט
3) אין אלע אידישע געגנטער איז מען אויפגעוואקסן און געגאנגען אין פארקס טראץ וואס ס'איז געווען אסאך גוים, דער שרייבער פון די שורות קומט פון א גאר פרומע שטוב אין וויליאמסבורג, איז אמאל בייגעפאלן נישט צו גיין אין פארק ווייל מ'גייט אפשר זעהן א גוי?! מ'האי געוויסט אז מ'טוהט וואס מ'דארף טוהן און מ'האלט א שטארקע השגחה אויף די אוצרות'לעך והכל כל מקומו יבא בשלום.
יא זיכער אז מ'קען גיין נאר צווישן אידן מה טוב ומה נעים אבער די לעוועל פון אומגעבעטענע עקסטרעמע overprotection קריכט פון די נאז, און מאכט אונז אלע אומבאקוועם און ברענגט פראבלעמען פארן דור, עס מאכט אומבאקוועם פאר די עלטערע און פארעקלט די אינגע דור פון ליב האבן און אפרישיעיטן אונזער הערליכע ריינע זיסע לעבנסשטייגער.
איך האף איך האב נישט געשריבן צו שארף, אבער דאס איז א זאך וואס באדערט פאר מיר און נאך אסאך אידן ווי געהערט לעצטענס ביי אונז אין ביהמ"ד
נ.ב דער שרייבער קען נישט, און אינטערעסירט נישט די כלומפ'רשטע מחלוקה צווישן ק"י און ב"ג, איך רעד בלויז פון די עקסטרעמיזם חלק

- פאוסטס: 393
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
- x 405
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
פרוק ית ענך האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 3:45 pmעטליכע סיבת קען זיין, קענסט ניצן עטליכע מכח צירף אויב איינס איז נישט געניג,מחדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:24 pm עפעס וואס איז אינטערסאנט דערפאר טראכט איך הויך דערוועגן - האפענטליך ליגט נישט קיין פאליטיק דא,
במציאות איז ר שלמה זלמן ווייס הי"ו עלטער פון ר משה אלי עסטרייכער הי"ו, ועוד אז דער ערשטער פירט א מוסד מער ווי דאפעלט אזוי גרויס ווי דער צווייטער, ועל כולם דער ערשטער האט פאקטיש דעליווערט ביים פריערדיגען באס קריזיס און זיין הילף דאן איז פי כמה ווערט וויפיל מען גייט נאר פארדינען פון די אמיקעס בריוו דא, טא וואס פשט אז אלע שכוח צעטליך איז משה אלי'ס נאמען ערשט?! איט'ס דשאסט פאני.
1) ר' משה אלי איז געווען די ערשטע צי צישטעלן די בריף צים געריכט,
2) ס'איז עפ"י סדר הא"ב פין די ערשטע נעמען,
3) זיי גייען בשיטת "די לעצטע די בעסטע"
4) זיי האבן באמת יא געלייגט ר' שלמה זלמן ערשט, נאר די גראפיקער העט עס געטוישט, ווייל ס'שטימט בעסער מיט די צעטיל אויסשטעל,
5) זיי האבן געוואלט צישטעלן פאר די אידטיש ניקם וואס צי קאמפלעינען
לאזט וויסען אויב שטימט שוין, אדער זאל איך טראכטען נאך

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 387
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
לאמיר מסביר זיין ווייל אפי' אויב האלט איך אז חומות העיר איז אביסל עקסטרעמיסטיש באדערט מיר אבער נישט זייער צעטלעך, ודוקבאקאנטע ידען האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 1:28 pmאויב באדערט עס אייך און אייערע חברים סאמטינג פישינישט די זעלבע ניק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:55 pm אבער דאס איז א זאך וואס באדערט פאר מיר און נאך אסאך אידן ווי געהערט לעצטענס ביי אונז אין ביהמ"ד
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
איר וואלט גענומען אייערע קינדערלעך צו די פארקס און וויליאמסבורג און א הייסע זומער טאג און די צייט וואס די שטיינערנע באליס שפריצט וואסער?נישט די זעלבע ניק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:55 pm מיין מיינונג:
3) אין אלע אידישע געגנטער איז מען אויפגעוואקסן און געגאנגען אין פארקס טראץ וואס ס'איז געווען אסאך גוים, דער שרייבער פון די שורות קומט פון א גאר פרומע שטוב אין וויליאמסבורג, איז אמאל בייגעפאלן נישט צו גיין אין פארק ווייל מ'גייט אפשר זעהן א גוי?! מ'האי געוויסט אז מ'טוהט וואס מ'דארף טוהן און מ'האלט א שטארקע השגחה אויף די אוצרות'לעך והכל כל מקומו יבא בשלום.
האט אייער פאטער אייך גענומען אזא צייט?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15377
Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל
בלומען האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:58 amשוין די צווייטע מאל דו פרעגסט מיר אפ אנע שום פשטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 2:29 pmאון זיי מיינען נאך אלס... (חוץ אויב די וואטסעפפ מודעות זענען געמאכט פאר די גויים)דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:25 pm
די היימישע פירערשאפט אליינס האט אויך געמיינט אזוי בטעות...
Screenshot 2024-05-03 142542.jpg
וואס זעהסטו דא? אז ס'נישט געבויעט דורך די ווילעזש מיט ווילעזש געלטער? נאר געבויעט דורך די עסקנים ספעציעל פאר אונז?
סטאפ משוגע מאכן ביטע
האסט געשריבן אז קהל יטב לב האט בטעות געמיינט אז די פארק האט צוטון מיט די היימישע פירערשאפט.
ווייז איך דיר אז די היימישע פירערשאפט זעלבסט מיינט אויך אזוי.
אין פאקט איז עס א פארק געמישט מיט גויים וגוייות, און ווערט געפאמפט, אדווערטייזד, און גע'עירוב'ט, ווי א היימישע זאך. סוי ווייס איך נישט וואס דו וואונ דערסט זיך אז ועד הצניעות קומט ארויס מיט אזא אויפקלערונג.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 845
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1471
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
ס'איז דאס לעצטע מאל מיר מעקן אזא שורה. נעקסטע מאל מעקט מען אן אקאונט. איך שרייב עס ברבים כדי להורות תשובה לרבים. מען קען נישט דא באשמוצן קיינעם! ווער עס קען אויסשמועסן א נושא אן באשמוצן און העצן קעגן קיין אידן דער קען דא שרייבן, און ועור נישט, נישט.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:00 pm לא יאומן כי יסופר וויפל פרעכהייט, זילזול אין אייגענע רבנים, השחתת דעת תורה ליגט אין אזא ווערטשאפט.
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1287
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5081
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
קודאס.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:12 pmס'איז דאס לעצטע מאל מיר מעקן אזא שורה. נעקסטע מאל מעקט מען אן אקאונט. איך שרייב עס ברבים כדי להורות תשובה לרבים. מען קען נישט דא באשמוצן קיינעם! ווער עס קען אויסשמועסן א נושא אן באשמוצן און העצן קעגן קיין אידן דער קען דא שרייבן, און ועור נישט, נישט.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:00 pm לא יאומן כי יסופר וויפל פרעכהייט, זילזול אין אייגענע רבנים, השחתת דעת תורה ליגט אין אזא ווערטשאפט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15377
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
נישט די זעלבע ניק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:55 pm מיין מיינונג:
1) די נישט אידישע קינדער זענען היינט נישט אינטערעסירט אין די סארט פארקס, זיי זיצן אויף זייערע כלים אינדערהיים, קוק סיי וועלכע קאמיוניטי פארק וועסטו זעהן אז ס'פיסטעוועט אוועק, איי יעצט קומען זיי יא? דאס איז לכאורה ווייל ס'איז א נייע פארק און ס'איז דא א התחדשות און עקסייטמענט וואס וועט לכאורה אויסוועפן מיט די צייט. מוז נישט זיין, אבער שטארק מעגליך, א טאטע מאמע וואס קומען אן מיט די קינדער האבן די אחריות אליין צו באשלוסן ווען זיי קומען אן אין דעם פארק, אויב ס'איז אויסגעהאלטן פאר זייערע קינדער צו זיין אין דעם פארק, לפי המצב והזמן, פונקט ווי זיי ווייסן אז ווען ס'הייבט אן רעגענען גייט מען אהיים וכו'
נו, אפשר רעדט טאקע חומות העיר נאר לפי המציאות יעצט. אויב די מציאות וועט זיך טוישן וועט מען נאכאמאל דן זיין...
אבער לאמת, איך בין געגאנגען צום "מאנרא פארק" לעצטע יאר זומער צום ערשטן מאל מיט מיינע קינדער, און כהאב געדארפט מאכן א שנעלע פליטה צוליב א מחנה שרצימליך. די מאמעס זענען טאקע געווען אויף די כלים, אויך געווען גענוג פאר זיך... אבער די קינדער האבן געשפילט און פארנומען דאס פארק. כמובן, באקליידעט מיט א ס"ה פון פופציג צענט ווערד קליידונג מחמת העניות... וד"ל.
דאס איז נישט געווען קיין איסור נאר א רעקאמאנדאציע, כדי למנוע תערובות. איך בין עקטשולי יא געגאנגען מיט מיינע קינדער, אבער אזא צעטל איז אויסדרוקליך ריין און גוט און אפילו באגריסנד. אזוי טוען ערליכע אידישע קינדער, מען פרובירט מונע צו זיין תרעובות די מערסטע מעגליך.נישט די זעלבע ניק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:55 pm 2) חומות העיר זאל מיר ביטע מוחל זיין, אבער זיי זענען היבש גענויגט צו עקסטרעמיזם, זיי האבן ארויסגעגעבן שטייפע חוה"מ אנווייזונגען אז טאטעס זאלן בכלל נישטא קומען צו די ריידס, פארוואס און פארווען און אויף וועמענס חשבון? איבעראל בכלל תפוצות ישראל גייט מען ארויס חוה"מ האלטן משפחות משפחות צוזאמען אן קיין שום מכשולות, קען דען די מאמע גיין צו די ריידס מיט אלע 6 צו 8 קינדער אן קיין טראפ הילף, ווייל חומות העיר האט אזוי געשריבן? און ווען איך בין געווען ביי די ריידס איז געווען טאקע א הערליך בילד ווי "גאנצע" משפחות האבן אזוי שיין פארברענגט צוזאמען אידישלעך און צניעות'דיג, מ'האט געקענט ציילן מיט די פינגער'ס אינעם געפאקטן שטח וויפיל משפחות זענען געווען אן די טאטעס, דער עולם איז פארט נישט צודרייט
אין אלע אידישע געגנטער איז מען אויפגעוואקסן אז מ'קען זיצן טאג און נאכט מיט וועמען מען וויל. סאטמאר רב זי"ע איז געווען אן עקסטרעמיסט (כפי דבריך), ער איז געווען א הייליגער איד און געוואלט אויפשטעלן א הייליגע שטאט.נישט די זעלבע ניק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:55 pm 3) אין אלע אידישע געגנטער איז מען אויפגעוואקסן און געגאנגען אין פארקס טראץ וואס ס'איז געווען אסאך גוים, דער שרייבער פון די שורות קומט פון א גאר פרומע שטוב אין וויליאמסבורג, איז אמאל בייגעפאלן נישט צו גיין אין פארק ווייל מ'גייט אפשר זעהן א גוי?! מ'האי געוויסט אז מ'טוהט וואס מ'דארף טוהן און מ'האלט א שטארקע השגחה אויף די אוצרות'לעך והכל כל מקומו יבא בשלום.
יא זיכער אז מ'קען גיין נאר צווישן אידן מה טוב ומה נעים אבער די לעוועל פון אומגעבעטענע עקסטרעמע overprotection קריכט פון די נאז, און מאכט אונז אלע אומבאקוועם און ברענגט פראבלעמען פארן דור, עס מאכט אומבאקוועם פאר די עלטערע און פארעקלט די אינגע דור פון ליב האבן און אפרישיעיטן אונזער הערליכע ריינע זיסע לעבנסשטייגער.
אט דאס איז קרית יואל. און ס'איז טאקע דא די מחנה מגושמים וואס ווילן קענען וואוינען אין קרית יואל און האבן די פראסטקייט פון מאנסי, און די ועד הצניעות רעדט לכאורה נאר צו די ערליכע סאטמארע אידן.
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
נישט איינשטומיג אז עס ברויך זיין ברבים!אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:12 pmס'איז דאס לעצטע מאל מיר מעקן אזא שורה. נעקסטע מאל מעקט מען אן אקאונט. איך שרייב עס ברבים כדי להורות תשובה לרבים. מען קען נישט דא באשמוצן קיינעם! ווער עס קען אויסשמועסן א נושא אן באשמוצן און העצן קעגן קיין אידן דער קען דא שרייבן, און ועור נישט, נישט.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:00 pm לא יאומן כי יסופר וויפל פרעכהייט, זילזול אין אייגענע רבנים, השחתת דעת תורה ליגט אין אזא ווערטשאפט.
קען געבן א געפול אז די מנהלים נעמען א צד.
סוי מיינעך.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 728
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
פון די אלע תגובות דא קוקט עפעס אויס אז אין וויליאמסבורג זענען די פארקס א חלק פון די הייליגע מבצעים וואס די גדולי ישראל האבן אויפגעבויט...
אן ערליכער איד אין וויליאמסבורג וואלט געהאפט אז די פארקס נעבן גוישע בילדינגס\פראזשעקטס זאלן אוועקגיין ציזאמען מיט די גוים וואס וואוינען דארט, און זיכער זאל מען ח"ו נישט גיין אהערברענגען קיין עיר הקודש קרית יואל אט דעם אנשיקעניש.
ס'האט מיר געזאגט אן אינגערמאן דא אין די שכונות, ער איז אויפגעוואקסן אין קלעמענטי אז ס'איז געוועהן עק וועלט וויאזוי די גוים האבן זיך אויפגעפירט אין קלעמענטי פארק (אן א פול...) דער אינגערמאן האט זיך מיר אויסגעדריקט ס'איז ממש דארט אין בית אשר אין שם מת, קלעמענטי אידן האבן באצאלט א טייערע פרייז ביי זייערע קינדער וואס האבן זיך אנגעזעהן ביים פארק, דאס וויל מען אהערברענגען?
אין וויליאמסבורג וואוינט מען אזוי שרעקליך צישטיפט, די פארקס זענען ממילא דא וויבאלד די רעגירונג האט עס ציגעשטעלט, איז מען זיך מורה היתר ווען ס'איז "ליידיג" צו נעמען אהין די קינדער, פשוט זיך ארויסציריקן אביסל פון די ענגשאפט פון די הייזער, אן ערליכער איד אין וויליאמסבורג וועט נישט נעמען זיינע קינדער אין פארק אין א הייסע טאג ווען גוים זענען דארט.
אבער ליידער זענען דא גענוג אידן וואס האבן נישט די השגות און וועלן יא גיין אין פארק אין הייסע טעג, ווי מעג מען גיין ברענגען פריצות בידים און מכשיל זיין ערליכע קרית יואל אידן מיט אזא פארק?? און נאכדערצו ווען ס'איז פראמאוטעד און געברענגט מיט א אידישע נאמען אלס א אידישע פארק.
און בפרט אין אונזער געגנט ווי יעדער וואוינט אויף א דריטל אדער האלבע עיקער, די קינדער ב"ה האבן אויסטערלישע הרחבה דארף מען אריינטראגן די הייליגע ציבור צום גוישן שמעלץ טאפ, און זיי מכשיל זיין מיט ראיות אסורות? ס'מאכט אפי' סענס????

פארוואס טאקע דארף ווערן אזא שטורעם פון א פשוטע אישו
עפעס ליגט לכאורה דערינטער
עפעס ליגט לכאורה דערינטער
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 728
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
יישר כח פאר'ן מיר מעורר זיין, ס'איז באמת א פארגעניגן אז ס'איז דא אזא שטארקע פילטער (יא, אויך ווען מען פילטערט מיר...), אזוי ווייסט מען כאטש אז דא איז אן אויסגעהאלטענע פלאץ, ס'איז א טובה פאר יעדן.אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 2:12 pmס'איז דאס לעצטע מאל מיר מעקן אזא שורה. נעקסטע מאל מעקט מען אן אקאונט. איך שרייב עס ברבים כדי להורות תשובה לרבים. מען קען נישט דא באשמוצן קיינעם! ווער עס קען אויסשמועסן א נושא אן באשמוצן און העצן קעגן קיין אידן דער קען דא שרייבן, און ועור נישט, נישט.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:00 pm לא יאומן כי יסופר וויפל פרעכהייט, זילזול אין אייגענע רבנים, השחתת דעת תורה ליגט אין אזא ווערטשאפט.
לגופו של ענין, כ'וויל זיך אנטשולדיגן ס'איז עס געוועהן א פליטת הקולמוס וויבאלד מען רעדט דא פון באמת א פרעצעדענטלאזע ערשיינונג פון אינמיטן נאכט בויען אן עירוב צו קענען האבן א הכשר אויף א פארק מיט פריצות, האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און געשריבן זייער שארף.
כ'וועל מער אכטונג געבן בעתיד...
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
אין חדר אין טרופ האט מען אסאך מאל אויסגערופן אז היינט קען מען נישט גיין אין הויף וועגן די גוים אדער איז מען אריין פריער ווען חברה האבן זיך אנגערוקטנישט די זעלבע ניק האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 12:55 pm מיין מיינונג:
3) אין אלע אידישע געגנטער איז מען אויפגעוואקסן און געגאנגען אין פארקס טראץ וואס ס'איז געווען אסאך גוים, דער שרייבער פון די שורות קומט פון א גאר פרומע שטוב אין וויליאמסבורג, איז אמאל בייגעפאלן נישט צו גיין אין פארק ווייל מ'גייט אפשר זעהן א גוי?! מ'האי געוויסט אז מ'טוהט וואס מ'דארף טוהן און מ'האלט א שטארקע השגחה אויף די אוצרות'לעך והכל כל מקומו יבא בשלום.
- צווייזייטיג
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1033
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
- x 619
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
וואס האט די עירוב מיט די פארק?
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 304
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
- Location: קר"י והגלילות
- x 323
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
מיינע צוויי צענט איבער די פארק & חומת העיר
חומת העיר האט אריינגעטרעטן אין מאראסט מיטען צעטיל, ווי וויכטיג די נושא איז נאר האלט מען שוין נאך חוה"מ איז עס האט נישט אויסגעפעלט אויף די מינוט יעצט אזוי אריינצוטפארן יענעם, זייער נישט קלין און קלאסיש, זיי האבן זיך מער אפגעטיען מיטען צעטיל ווי יענעם אפגעטיען וויבאלד עס האט זיי געמאכט דורוכזיכטיג.
און אידטיש שטעלט זיך דא אריין אינעם דיטש..... מאוו אן!
חומת העיר האט אריינגעטרעטן אין מאראסט מיטען צעטיל, ווי וויכטיג די נושא איז נאר האלט מען שוין נאך חוה"מ איז עס האט נישט אויסגעפעלט אויף די מינוט יעצט אזוי אריינצוטפארן יענעם, זייער נישט קלין און קלאסיש, זיי האבן זיך מער אפגעטיען מיטען צעטיל ווי יענעם אפגעטיען וויבאלד עס האט זיי געמאכט דורוכזיכטיג.
און אידטיש שטעלט זיך דא אריין אינעם דיטש..... מאוו אן!
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 263
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
- x 728
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
נאר חול המועד טאר מען נישט זעהן קיין ראיות אסורות, גאנץ זומער מעג מען יא?מחדש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:17 pm מיינע צוויי צענט איבער די פארק & חומת העיר
חומת העיר האט אריינגעטרעטן אין מאראסט מיטען צעטיל, ווי וויכטיג די נושא איז נאר האלט מען שוין נאך חוה"מ איז עס האט נישט אויסגעפעלט אויף די מינוט יעצט אזוי אריינצוטפארן יענעם, זייער נישט קלין און קלאסיש, זיי האבן זיך מער אפגעטיען מיטען צעטיל ווי יענעם אפגעטיען וויבאלד עס האט זיי געמאכט דורוכזיכטיג.
און אידטיש שטעלט זיך דא אריין אינעם דיטש..... מאוו אן!
ס'איז פעינפול פאר אזעלכע וואס ווילן דא זעהן "פרייהייט" און הפקירות אז יא ב"ה ס'איז דא א שטארקע שמירה איבער גאנץ קרית יואל אויך איבער אונזער געגנט, דאס איז וואס טריגערט זיי מיט אזא ווילדע רעספאנד אויף אזא הייליגע מודעה געשריבן אזוי איידל און ריין.
רביה"ק בגנזי מרומים איז שומר זיין שטאט און מאכט זיכער ס'זאל בלייבן ריין און אפגעהיטן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15377
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
@מחדש דאס אז דו ביסט אלעמאל קעגן די סיסטעם, איז א פשוט'ע נאטור... אבער וועגן דעם ווערט נאכנישט א צווייטער אין א דיטש.
רבותי שרייבט אז מ'האט זיך געבעטן ביי זיי פון פאראויס. און מ'רעדט דא פון א עכטע אידישקייט אישו. פארוואס זאל ועד הצניעות שווייגן?
רבותי שרייבט אז מ'האט זיך געבעטן ביי זיי פון פאראויס. און מ'רעדט דא פון א עכטע אידישקייט אישו. פארוואס זאל ועד הצניעות שווייגן?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 304
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:05 pm
- Location: קר"י והגלילות
- x 323
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
טו אויס די בעריש לויפער היט און שנייד די קרעפל, עס איז דא א וועג פון רעדן און דא האט מען געטראפן א וועג יענעם אריינצופארן מיט א דאבל טרעלער און מען האט עס אומנויטיג אויסגעניצט, #נעריש.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:21 pmנאר חול המועד טאר מען נישט זעהן קיין ראיות אסורות, גאנץ זומער מעג מען יא?מחדש האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:17 pm מיינע צוויי צענט איבער די פארק & חומת העיר
חומת העיר האט אריינגעטרעטן אין מאראסט מיטען צעטיל, ווי וויכטיג די נושא איז נאר האלט מען שוין נאך חוה"מ איז עס האט נישט אויסגעפעלט אויף די מינוט יעצט אזוי אריינצוטפארן יענעם, זייער נישט קלין און קלאסיש, זיי האבן זיך מער אפגעטיען מיטען צעטיל ווי יענעם אפגעטיען וויבאלד עס האט זיי געמאכט דורוכזיכטיג.
און אידטיש שטעלט זיך דא אריין אינעם דיטש..... מאוו אן!
ס'איז פעינפול פאר אזעלכע וואס ווילן דא זעהן "פרייהייט" און הפקירות אז יא ב"ה ס'איז דא א שטארקע שמירה איבער גאנץ קרית יואל אויך איבער אונזער געגנט, דאס איז וואס טריגערט זיי מיט אזא ווילדע רעספאנד אויף אזא הייליגע מודעה געשריבן אזוי איידל און ריין.
רביה"ק בגנזי מרומים איז שומר זיין שטאט און מאכט זיכער ס'זאל בלייבן ריין און אפגעהיטן
איך דארף נישט מסביר זיין אז עס איז בעסערע און קלין'ערע מהלכים צו ברענגן אויפמערקזאמקייט צו די צניעות אישו.
@דער תהלים איד ביטע נזהר זיין בכבוד חברים אפילו אויב נישט איינשטומנג.
++ ענד ++
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
ווען ס׳איז דא א פירצה אין בארא פארק גייט אויך חומת העיר ארויסלייגן א מחאה? רוב איינוואינער דא ווילן נישט זיין אינטער חומת העיר האבן זיי נישט וואס אריין צו רעדן און די נושא.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:22 pm @מחדש דאס אז דו ביסט אלעמאל קעגן די סיסטעם, איז א פשוט'ע נאטור... אבער וועגן דעם ווערט נאכנישט א צווייטער אין א דיטש.
רבותי שרייבט אז מ'האט זיך געבעטן ביי זיי פון פאראויס. און מ'רעדט דא פון א עכטע אידישקייט אישו. פארוואס זאל ועד הצניעות שווייגן?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6662
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15377
Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל
אה. גוט.
ס'איז דא וואס האלטן אז די וואס ווילן דא מאכן א בארא פארק גייען אי"ה בקרוב מופן קיין בארא פארק.

פארוואס מופן קיין ב״פ? זיי האבן ליב גראז און ביימער און האבן זייער דעת תורה צו וויסן וואס מ׳מעג טון.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 05, 2024 3:53 pm אה. גוט.