עס איז דאנערשטאג נאכט, די לעצטע מאגן קרעמפענישן פון נישט עסן א גאנצע טאג לאזן נאך, עס ווערט גענצליך איבערגענומען פון פייערדיגע ריקודים וואס די הערינג מיט אייער שפייז האלטן אפ טיעף אינעווייניג אין די געדערים, עס שאקלט און טאנצט זיך צו טרייסטן אויפן חורבן, בשעת איך זאג צו מיט א הייסע קבלה נישט צו רעדן ביים עסן פאר 40 שעה, וואס פאר מיר, א וועלט'ס רעדנער, מיינט עס זיך אפצושאקלן פון דאס מענטשליכע געברויך וואס רופט זיך עסן. דער צוזאג קומט גראדע בכלל נישט אן שווער זייענדיג אנגעגעסן פאר 10 שמיטות מיט 3 פערטל יובל'עך.
אט אין דעם שטורעם גרייט מען זיך ארויסצולאזן אויפן לאנגען וועג צום קאנטרי צו פראווען א דערהויבענע שבת של כולו קודש מיט די אידן וואס זוכן א טרייסט און נחמה אינעם שבת פון נחמה.
איך האב מיר איינגעקויפט א סלאט אין קאנטרי ''האללי קאט'' (א הייליגע קאנטרי מיט א טיפע שניט) ביי מיין פעטער נחום וואס האט א איבריגע בעיסמענט, און ער האט ברוב חסדיו מסכים געווען אריינצונעמען מיין משפחה'לע צו קענען פראווען שבת ביים אים אין קעלער.
מ'דארף דאך מיט טראגן א מתנה פארן פעטער אז ער לאזט אונז ניצן זיין בעיסמענט, אלזא בעפאר מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג גרייט מען אן א אשפוזין קעיק פאר פעטער נחום'ס 7 יעריגע טאכטערל נחמה.
די מעשה אונטער דעם אשפוזין איז א לאנגס און א ברייטס, אבער אין 3 ווערטער, סוכות בשעת אירע ברודער'ס געניסן פון הויפענס אטענטשן האט זי וויינדיגערהייט פארלאנגט אז זי מוז אויך האבן א שפיז, פארלוינערהייט האט דער טאטע געמאלדן אז זי האט אויך, און דאס איז שבת נחמו, אט דעם שבת איז איר אשפוזין.
פונעם לאנגען וועג ארויף צום קאנטרי העמיר רעדן אויף שמחות, מי שלא נסע מוצאי תשעה באב לא נסע לעולם יהא אדם, בקיצור… אבער ענדליך אין די שפעטע נאכט שעות האמיר זיך געטראפן ביי א ברייטע געיט וואס דערציילט מיט שטאלץ HOLY CUT יאפ, דא איז עס.
האמיר געטראפן אונזער לעכל אויסעגפאקט דאס געפעק און איינגעשלאפן אין א זיסע שלאף.
היסע חלומות
ערגעץ אינמיטן די נאכט האט זיך עס אנגעהויבן, עס איז שווער אנצווייזן אין וועלכע מינוט עס איז געשעהן, אבער ערגעץ ווי האב איך מיר געטראפן היסען ווי א נורסרי אינגל ביים איינשלינגען א לעפל פעפער פון זיין געטרייע מלמד וואס מיינט נאר זיין טובה.
די גערוך אינעם בעיסמענט איז געווען עד אין לשער, איינער דא האט פארגעסן צו שניידן זיין נעגל, זיין זאקן האט א גערוך.. א צינד אן די לייט און עס אנטפלעקט זיך א גרינע וואנט, הממ.. ווער פעינט זיין וואנט גרין רבש''ע?
א לייכטע טאפ אויפן וואנט האט מיר גאנץ שנעל אויפגעקלערט אז יענער האט זאגאר פארגעסן צו שרייבן וועט פעינט, ס'איז ליערלי נאס, אבער נעה… ס'איז ווייט נישט קיין פעניט, סאיז שימל.
גערוישן אין הימל, סקומט פאר א שימל, אין בעיסמענט ביי מיר
איך קען נישט פארשטיין, איך וויל אהיים, שטיי איך ביים טיר
קיין סאך ברירות האב איך נישט, און בלית ברירה האב איך געוויסט בין איך דא צו בלייבן.
ערב שבת שטייט מען שוין…
אה! לקראת שבת לכו ונלכה, אויפשטיין פרייטאג צופרי איז נישט ווי אויפשטיין דאנערשטאג, דאס איז שוין חוץ וואס היינט דארף מען נישט גיין ארבעטן, אין די לופטן שפירט זיך שוין א געדעכטקייט פון קאנאדישע רויעך, נעה.. דאס איז נישט קאנאדישע רויעך ס'איז לכאורה עפעס וואס וואלט געדארפט זיין א גריל און האט זיך גענדיגט מיט א כמעט קעמפ פייער.
מיד און ערשעפט שפאציר איך ארויס פון בעט, איך לייג מיינע אויסגעשפרייטע טריט ווי א הינקעדיגער אויפן וועג צו זיינע קראטעשס, נעמליך צוליב וואס איך האב פארגעסן אנצוגרייטן וואסער פאר די נעגל, כ'האף נאר אז די טאג זאל מיר נישט גיין מיטן לינקע פיס פאר די עבירה. וה' הטוב יכפר.
איך לויף צום ביהמ''ד באגעגנדיג די 12'ע מנין, אין האלי קאט ענדיגט זיך די דאווענען תכיף נאך שטילע שמו''ע, אפגע'דאווענט, געלערנט מיין טעגליכע שיעור, און מ'זעמיר גרייט צו עקספלארן די וועלט.
ווי נאר די זייגער האט געקלינגען 1 נול 2 האט די גאנצע קאנטרי באקומען א נייע פנים, אידעלעך ס'איז חצות! מאסן לויפן אין די גאסן אויפן וועג צום סווימינג פול, אויך דער אלטער איד וואס האט טראמע פון שווימען נאך פון נעפאנעק - ווי ער איז איינמאל ארויס די לעצטער פון פול און זייט דאן קען ער שוין נישט זיצן - איז געלאפן צום שווימינג פול.
דא זעה איך בעריש, דער גראדער מעכל וואס פארגינט נישט פאר א צווייטען קיין קאפ שאקל, און זייט אנהייב זומער האט ער נאכנישט אנגערירט די פול, אויך ער לויפט מיט לעכעריגע קראקס זיך צו טרעפן אין פול.
ואני באפסי, איך האב פארגעסן מיין שווים זאכן אינדערהיים, אבער כ'קען דאך נישט פארפאסן דעם מחזה הוד, בין איך אויך געגאנגען צום פול מיטן פלאן צו שטיין אינדרויסן.
איך עפן דעם דלת און איך גלייב נישט וואס מיינע אויערן זעהן, שטייען טאטעס נערים און נערנים און מען שאקלט זיך. זעהט אויס די פול איז היבש קאלט..
אבער ניין, מען האלט אינמיטן א קומזיץ.
איינע פון די בחורים שטייט ביים פיאנא בשעת וואס שראליק איז ביים מייק און זינגט נחמו נחמו עמי אויפן ניגון המסורה פון נשמת כל חי וואס איז נאך מקובל מדור דור ביז ר' שלמה'לע פון קרליבך.
טרייסט אייך אידעלעך
דעי טשיל אין פול זעהט מיר נישט אויס אינטערעסאנט סאו העמיר וארטן אויפן נעקסטען.
בשעת מעשה רוף איך אריין מיינע ברודער אין אמעריקא וואס גייען דורך גיין דעם שבת אין שטאט, יעדער האט דעם זעלבען דזשאוק, געווען אמאל א מעשה מיט איינער וואס איז געבליבן אין שטאט און ער האט זיך אריינגע'גנב'ט ביי יענעם אינדערהיים וגומר, אבער עכט… מיר איז אזוי גוט אין שטאט.
העי ברודער, דאס מיינט ריכטיג נחמה, מען טרייסט זיך אז מען איז אין שטאט, נחמו נחמו עמי.
אפגעלאכט פון אלע זיסע דזשאוקס, יעדעם געשיקט זיין אומפארדינטע סמיילי, און מען ווארט אז די זייגער זאל זיך רוקן אנצוקומען צום הייליגן שבת.
השבת נועם הנחמות
קבלת שבת אין האלי קאט איז הייליג ווי עס קען נאר זיין.
דר'עולם קומט אריין מיט פעלדער וואס וואקסן בליטשקידיגע בלומען, איינער האט עס געקויפט אין דזשי און דער צווייטער ביים אנדערע דזשי ברודער, אבער הכל כולם שוה, יעדער האט זיין פעלד. די שאלה איז נאר ווי אזוי מען באוואסערט עס אין שבת…
די פנים'ער שמייכלען ווי קיימאל בעפאר, זעהט אויס ווי א הימלישע נחמה האט זיך אראפגעלאזט אויפן קאנטרי, און אט אזוי טרעט מען אריין אינעם שבת מיט א הייליגע קבלת שבת, אנגעפירט דורך א זעלבסט געקרוינטער שטערן. מאנכע זאגן אז ער איז אזא שטערן אז די גאנצע עולם זעהט שטערנס בשעת ער דאווענט פארן עמוד.
לכה דודי זאגן די מבינים אז עס איז א גענצליך נייע יצירה, אנפאנג האט נאך דער עולם פרובירט צו פארדרייען זיין פארדרייטע ניגון, אבער נאך א שארפע קוק אויף צוריק פונעם בעל תפילה איז גאנץ שנעל קלאר געווארן אז דער איד וועט זיך נישט לאזן אריינערן אין נעץ, און ער איז טאקע געבליבן זינגען אליין ווען זיין קול ווארפט זיך ווי א היניגער הין בשעת מיינע ליפן קרעכצן פון ווייטאג, געדריקט דורך מיינע 32 אידישע ציינער וואס קוועטשן אראפ אז איך זאל חס ושלום נישט אויסשיסן לעיני הקהל והעדה.
אלפאנס האב איך געווארט און געווארט אין ביהמ''ד אין א ווינקל ביז ער האט גענדיגט אפזינגען דאס זייניגע, און אויסגעווארט זיך משתתף צו זיין ביים געהויבענע סעודה ביי פעטער נחום אויפן טראסע.
צוליב כבוד המשפחה וועל איך נישט רעדן פון די סעודה, און אויך נישט פון די עסן וואס זיין אשת חיל האט געקאכט, און אויך נישט פון די צוריקגעקומענע מאגן קרעמפניש וואס איך האב באקומען דערפון, אה, און אויך נישט פון זיין זמירות.
קדוש קדוש קדוש..
נאך א האלב שלאפלאזע נאכט אריבער אין מיין גרינעם וואנקל בין איך אויפגעשטאנען פריש ווי א פארשימלטע ניסל, גרייט אויפן היינטיגן דאווענען, און היינט האט מיר אפגעווארט א איבעראשונג, היינט איז דא א פרישע שטערן פאר א בעל תפילה.
תלי דער זינגער שפאצירט צום עמוד מיט א געהויבענע שטימע און נידריגע טלות, און ווי אן אראבער גייט ער זיך אויפרייסן מיט א דאווענען, זיין קול הערט זיך ווי אן עי קעי זיבן און פערציג, וואס שיסט ארויס אירע פיילן אויפן שונא, קל אדון האט ער נאך געזינגען א היבש נארמאלע ניגון, אבער אנקומנדיג צו נקדישך איז די גאנצע ביהמ''ד ארויסגעגאנגען אויף א הויכע קדושה.
ווי א פארייניגטע האלי קאט הייבט דער גאנצע עולם אן צוזאמען נקדישך ונעריצך אויפן ניגון הידיעה קדוש קדוש קדוש קדוש קדוש קדוש…
ווער האט מיר געזאגט אז עס שטייט נאר דריי מאל קדוש אין סידור ווער?
ערגעץ אינמיטן ליינען זענען אנגעקומען די ריכטיגע חברה הונגעריג ווי בערן, גרייט אויף א מאכטפולע קידוש ווי נבוכדנצר בעשתן זיצן מיט נבוזראדן,
ליינען זאג איך.. אין האלי קאט איז דא איינער וואס ליינט, איינער וואס רופט אויס, און דאס איבריגע זיצן ארום איין גרויסע טיש און שמועסן ווער עס קען זיך די מערסטע אויפרייסן ביים קידוש.
יעמוד מוה''ר ישראל בן זאב
דאס מיינט מיר.
מיין עליה ענדיגט זיך און מען גרייט זיך צו ש'נדרן. דער גבאי רוקט ארויס א ליסטע פון בארדס און איך דארף דעסיידן וועלכע בארד איך גיי ספאנסערן, למעשה האט מיר אויסגעזעהן ווי די TUMS בארד וועט מיר אויסקומען דאס ביליגסטע האב איך דאס גע'שנדרט.
ביי די זייט מערק איך ווי די רב פון ביהמ''ד איז פארנומען מיטן גבאי אז דאס איבערזאגן צופיל מאל א ווארט ביי נקדישך איז נישט דאס אויסגעהאלטנסטע, אלזא זאל מען פרובירן עפעס אלטערנאטיוו
בלית ברירה האט תלי דער זינגער באשלאסן אז ביי כתר וועט מען זינגען ר' אייזיק'ס כתר און מען וועט איינטיילן דעם כתר אז יעדער זאל עס זינגען נאר איינמאל.
דער ביהמ''ד איז פאכמאניש איינגעטיילט געווארן אין עטליכע טיעם'ס ווען יעדער באקומט זיין סאלאו פארט וואס ער גייט זינגען פונעם כתר אז עס זאל ארויסקומען א הערליכע שטיקל
למייסע האט די כתר געפלאפט ווייל א גרויס חלק עולם זענען געווארן עסקנים אנצוגרייטן דעם קידוש.
קידוש במקום סעודה
אוי, טינט און בלוט קענען נישט באשרייבן די קידוש הגדולה לנחמה, אלס איז געווען בארד כ'מיין נישט בארד עז בארד, בארד עז א פיש בארד. באמערקנדיג אז איך בין דער איינציגסטער מיטן שטריימל אויפן קאפ האב איך שנעל אפגעטוהן דעם קרוין פון קאפ, נישט פאר איך איך האב העפליך באגריסט תלי דער זינגער און אפגעהאלטן א שטיקל אינטערוויא מיטן שטערן בעולם הנגינה
א גוט יאר ר' תלי, ווען ביסטו אריין אין די עולם הנגינה?
תלי: כ'בין נאכנישט אריין
וואס הייסט?
תלי: גארנישט, איך זוך א שטיקל באנגאלו אויף שבת מיט א איבריגע דאללער צו די זייט האב איך מיר אנגעגעבן אלץ שטערן און אלטארנאטיווע זינגער און דעי חברה ווערן משוגע פאר מיר, זיי האבן מיר שוין אפילו באשטעלט פאר זייער ZOOM סליחות ווי מען גייט זינגען שטייטס אויף צו סליחות, סאו, וויי נאט..
וואס איז דיין מעסעדזש צו כלל ישראל?
אויב די וועלט איז משוגע נעם ארויס דערפון דאס מערסטע וואס דו קענסט דערפון.
שם ישבנו גם בכינו
באשרייבן די קידוש איז אומעגליך, אלזא וועל איך מיר האלטן צום ענין און פארן אויף א רייד גלייך צום מוצאי שבת פארברענג.
די גאנצע קאנטרי איז איינגעשפאנט פארן געהויבענעם מלוה מלכה כאיש אחד בלב אחד, די הערצער שטורעמען פון נחמה און מען גרייט זיך אויפצונעמען די וועלט בארימטע סלעב וואס זאל מיט זיין הארציגע גיטאר סטרונעס אויפוועקן די הערצער פון כלל ישראל.
והנה, ער איז דא, והיה כנגן המריח, די גערוך ארום אים טראגט ווייטע פליגלן און פון זיין מויל צעשפרייט זיך א רוח שטות אויף ווייטע שטרעקעס, ער טרעט צו צום מייק און הייבט אן מיט הייליגע גראמען.
די עולם שאקלט זיך ווי ביי גסיסה בשעת מען קאנעקט זיך צום באשעפר מיט א הייליגע קשר גלייך צום כסא הכבוד, בשעת די קצה העם ווערט נאך נענטער מיט א קשר של קיימא פון הויכע געווירצן, מיר איבערלאזנדיג מיט התפעלות וואספארע נחת רוח דער באשעפער האט אוודאי פון אזא הייליגע נחמה.
דער שרייבער ווארט אויף פידבעק, באגיסט אים מיט לייקס און פאוסטס בלויז פאר נעמען די מיה צו אראפ שרייבן דעם ארטיקל.
די ענדגילטיגע שטימען וועלן פארקומען ווי נאר אלע ארטיקלען וועלן זיין ארויסגעלייגט.