היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 617

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הר ההר »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:51 pm
הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:38 pm
שמויגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:33 pm א שטארקע פראסק פאר די גאנצע מצילי אש נושא.

בינעך נייגעריג וואס זייער קימענדיגע סטעפעס וועלן זיין
א גוטן פורים, א פראסק אין קאפ אריין!
איז הצלה צופראסקעט ווייל וויזניץ האט א פראבלעם?
ניין!
אבער הצלה איז נישט צופרראסקעט טאקע ווייל ער האט געהאט א פראבלעם מיט זיי..
שוין, סא קען מען יעצט ערווארטען אז מצילי אש זאל זיך פארדאפלען.... רבי יחזקאל lucky you!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:01 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:51 pm
הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:38 pm

א גוטן פורים, א פראסק אין קאפ אריין!
איז הצלה צופראסקעט ווייל וויזניץ האט א פראבלעם?
ניין!
אבער הצלה איז נישט צופרראסקעט טאקע ווייל ער האט געהאט א פראבלעם מיט זיי..
שוין, סא קען מען יעצט ערווארטען אז מצילי אש זאל זיך פארדאפלען.... רבי יחזקאל lucky you!
אדער פארקערט...
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 617

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך הר ההר »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:07 pm
הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:01 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:51 pm

ניין!
אבער הצלה איז נישט צופרראסקעט טאקע ווייל ער האט געהאט א פראבלעם מיט זיי..
שוין, סא קען מען יעצט ערווארטען אז מצילי אש זאל זיך פארדאפלען.... רבי יחזקאל lucky you!
אדער פארקערט...
ווען די אפציע איז אידן מיט א רב העכער זיך אדער אידן אן קיין רב, איז דא איין וועג. נישט וויזניץ איז נישט!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:11 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:07 pm
הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:01 pm

שוין, סא קען מען יעצט ערווארטען אז מצילי אש זאל זיך פארדאפלען.... רבי יחזקאל lucky you!
אדער פארקערט...
ווען די אפציע איז אידן מיט א רב העכער זיך אדער אידן אן קיין רב, איז דא איין וועג. נישט וויזניץ איז נישט!
וויזניצע רבי איז נאך געווען די גרעסטע לוחם אויף חילול שבת, אויב וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט מאנסי פייער דיפארטמענט וואלט ער נישט געזיצן שטיל...

און גראדע מרעדט נישט נאר פון וויזניץ, נאר רוב גרויסע מאנסי רבנים זענען נישט אין שטיצע, ווי געשריבן.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

אזויווי @הר ההר זאגט, וויזניץ איז באקאנט מיט זייער שיטה, און די שיטה איז געשעצט, אבער דאס האלט נישט אפ הצלה / חברים, און וועט אויך נישט אפהאלטן מצילי אש.
מצילי אש ד'ראקלענד איז היינט גאר שטארק אנערקענט סיי ביי די רבנים, סיי ביי די עסקנים, און די המון עם.

כ'ווייס קלאר אז באקאנטע רבנים און עסקנים רעדן אויפן טיש אנדערש ווי אונטערן טיש, ווייל ס'דא פראבלעמען מיט די אלגעמיינע גאס, אבער אין פאקט געבן זיי זייער שטיצע.

פונקט ווי די וויזניצע חסידים רופן הצלה ווען זיי דארפן (אפילו שבת), רופן זיי אויך מצילי אש!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:31 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:08 pm

אויפן צעטיל זע'עך גראדע נישט אבד פאפא מאנסי, האדמור מוויזניץ מאנסי, ר' חיים פייוויל שנעבאלג, ר' חיים יהושע האלבערשטאם, כמיין זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין מאנסי.
וואס דו זאגט נישט.. הייסט שינאווער רבי ז"ל איז קלענער ווי אב"ד פאפא?
די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.

ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.

אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

@פליט כ'מעג פרעגן א פריוואטע שאלה?

ווער איז אייער רב?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:16 pm
וויזניצע רבי איז נאך געווען די גרעסטע לוחם אויף חילול שבת, אויב וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט מאנסי פייער דיפארטמענט וואלט ער נישט געזיצן שטיל...

נא פיר אויס: אלא מאי?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:16 pm וויזניצע רבי איז נאך געווען די גרעסטע לוחם אויף חילול שבת
???
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

אלס א זייטיגע נאטיץ,
מצילי אז נעמט אין די טעג אריין נאך עטליכע מעמבערס, וואס ברענגט דעם ציפער נענטער צו 40 געטרייע וואלענטירן!

אשריכם!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:19 pm אזויווי @הר ההר זאגט, וויזניץ איז באקאנט מיט זייער שיטה, און די שיטה איז געשעצט, אבער דאס האלט נישט אפ הצלה / חברים, און וועט אויך נישט אפהאלטן מצילי אש.
מצילי אש ד'ראקלענד איז היינט גאר שטארק אנערקענט סיי ביי די רבנים, סיי ביי די עסקנים, און די המון עם.

כ'ווייס קלאר אז באקאנטע רבנים און עסקנים רעדן אויפן טיש אנדערש ווי אונטערן טיש, ווייל ס'דא פראבלעמען מיט די אלגעמיינע גאס, אבער אין פאקט געבן זיי זייער שטיצע.

פונקט ווי די וויזניצע חסידים רופן הצלה ווען זיי דארפן (אפילו שבת), רופן זיי אויך מצילי אש!
וויזניץ האט נישט געהאלטן אנטגעקען הצלה, דאס איז א טעות וואס מענטשן האבן,
אמאל איז האט געהערשט א הפקירות אין מאנסי הצלה, האט ער איבערגעדרייט אז זאכן זאלן ווערן מסודר.
איך קען אפאר וויזניצע הצלה וואלאנטירן וואס לויפן יא אויף קאולס שבת מיט רשות פונעם רבי.

דאס אז געוויסע רעדן אונטערן טיש אנדערש קעניך גארנישט ענטפערן, סדאך אונטערן טיש...
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך רואה חשבונות »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:31 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:08 pm

אויפן צעטיל זע'עך גראדע נישט אבד פאפא מאנסי, האדמור מוויזניץ מאנסי, ר' חיים פייוויל שנעבאלג, ר' חיים יהושע האלבערשטאם, כמיין זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין מאנסי.
וואס דו זאגט נישט.. הייסט שינאווער רבי ז"ל איז קלענער ווי אב"ד פאפא?
די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
אב"ד סאטמאר מאנסי (הרב וואזנער) פארטרעט א קליינע קהילה?

רבי בצלאל טובי' וועטענשטיין פארטרעט נאך אזא גרויסע קהילה ווי אב"ד פאפא.

דער סטאניסלאווער רבי פארטרעט אויך א שיינע צאל אידן...
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:31 pm

וואס דו זאגט נישט.. הייסט שינאווער רבי ז"ל איז קלענער ווי אב"ד פאפא?
די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.

ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.

אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
זייער גוט געזאגט!
און ווען סקומט צו שטאטישע פראבלעמען, פרעגט מען די רבנים/עסקנים וואס פירן די שטאט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:32 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:19 pm אזויווי @הר ההר זאגט, וויזניץ איז באקאנט מיט זייער שיטה, און די שיטה איז געשעצט, אבער דאס האלט נישט אפ הצלה / חברים, און וועט אויך נישט אפהאלטן מצילי אש.
מצילי אש ד'ראקלענד איז היינט גאר שטארק אנערקענט סיי ביי די רבנים, סיי ביי די עסקנים, און די המון עם.

כ'ווייס קלאר אז באקאנטע רבנים און עסקנים רעדן אויפן טיש אנדערש ווי אונטערן טיש, ווייל ס'דא פראבלעמען מיט די אלגעמיינע גאס, אבער אין פאקט געבן זיי זייער שטיצע.

פונקט ווי די וויזניצע חסידים רופן הצלה ווען זיי דארפן (אפילו שבת), רופן זיי אויך מצילי אש!
וויזניץ האט נישט געהאלטן אנטגעקען הצלה, דאס איז א טעות וואס מענטשן האבן,
אמאל איז האט געהערשט א הפקירות אין מאנסי הצלה, האט ער איבערגעדרייט אז זאכן זאלן ווערן מסודר.
איך קען אפאר וויזניצע הצלה וואלאנטירן וואס לויפן יא אויף קאולס שבת מיט רשות פונעם רבי.

דאס אז געוויסע רעדן אונטערן טיש אנדערש קעניך גארנישט ענטפערן, סדאך אונטערן טיש...
וויזניצער רבי זי״ע האט געהאלטן אקעגן די פאקט אז הצלה זאל לויפן אום שבת, אפילו אן קיין הפקירות, און רוב וויזניצע מעמבערס לויפן נישט שבת ביזן היינטיגן טאג.

דער וויזניצער רבי זז״ג האלט נישט אקעגן די עצם מצילי אש.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:21 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:16 pm וויזניצע רבי איז נאך געווען די גרעסטע לוחם אויף חילול שבת
???
זיין גאנצע פראבלעם מיט הצלה איז געווען חילול שבת
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:35 pm
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm

די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.

ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.

אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
זייער גוט געזאגט!
און ווען סקומט צו שטאטישע פראבלעמען, פרעגט מען די רבנים/עסקנים וואס פירן די שטאט.
סאו במילא לעשט נישט מצילי אש פייערס? האט נישט קיין מעמבערס?

אז דיינע גדולי הרבנים האבן זיך נישט אנגערופן ביז יעצט, האט עס געמאכט אז די איבריגע ווערן די וואס פירן די שטאט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:35 pm
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm

די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.

ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.

אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
זייער גוט געזאגט!
און ווען סקומט צו שטאטישע פראבלעמען, פרעגט מען די רבנים/עסקנים וואס פירן די שטאט.
און ווען ס'דא א מיינונגס פארשידענהייט (נישט ממש אין דעם פאל, אבער אויב ס'דא)?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:38 pm סאו במילא לעשט נישט מצילי אש פייערס? האט נישט קיין מעמבערס?
ס'כדאי אנצומערקן די ווערטער וואס ר' יחזקאל האט געזאגט:

מצילי אש איז פארמאכט שבת, מ'גייט נישט אויף קיין קאלס,
נאר אויב ס'ברענט... דאס איז אן אנדערע מעשה, ווען ס'ברענט דארף יעדע איד לויפן!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

נקודה למחשבה:

ר' יחזקאל ווייס איז דער דעת תורה אויף וועם אלע חברי הצלה און חברים פארלאזן זיך אין זייער שבת סיסטעם, טא פארוואס ביי מצילי אש איז אנדערש?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:37 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:32 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:19 pm אזויווי @הר ההר זאגט, וויזניץ איז באקאנט מיט זייער שיטה, און די שיטה איז געשעצט, אבער דאס האלט נישט אפ הצלה / חברים, און וועט אויך נישט אפהאלטן מצילי אש.
מצילי אש ד'ראקלענד איז היינט גאר שטארק אנערקענט סיי ביי די רבנים, סיי ביי די עסקנים, און די המון עם.

כ'ווייס קלאר אז באקאנטע רבנים און עסקנים רעדן אויפן טיש אנדערש ווי אונטערן טיש, ווייל ס'דא פראבלעמען מיט די אלגעמיינע גאס, אבער אין פאקט געבן זיי זייער שטיצע.

פונקט ווי די וויזניצע חסידים רופן הצלה ווען זיי דארפן (אפילו שבת), רופן זיי אויך מצילי אש!
וויזניץ האט נישט געהאלטן אנטגעקען הצלה, דאס איז א טעות וואס מענטשן האבן,
אמאל איז האט געהערשט א הפקירות אין מאנסי הצלה, האט ער איבערגעדרייט אז זאכן זאלן ווערן מסודר.
איך קען אפאר וויזניצע הצלה וואלאנטירן וואס לויפן יא אויף קאולס שבת מיט רשות פונעם רבי.

דאס אז געוויסע רעדן אונטערן טיש אנדערש קעניך גארנישט ענטפערן, סדאך אונטערן טיש...
וויזניצער רבי זי״ע האט געהאלטן אקעגן די פאקט אז הצלה זאל לויפן אום שבת, אפילו אן קיין הפקירות, און רוב וויזניצע מעמבערס לויפן נישט שבת ביזן היינטיגן טאג.

דער וויזניצער רבי זז״ג האלט נישט אקעגן די עצם מצילי אש.
דעם וואך ביי של"ס תורה האט וויזניץ מאנסי געזאגט: א יחיד האט געעפענט א נייע מצילי אש, איך וויל נישט רעדן פון דעם, אבער איך בעט אז קיינער זאל נישט ווערן קיין וואלאנטיר.

פון זיינע ווערטער זעט יא אויס ווי ער האט א פראבלעם מיט די עצם זאך.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

ק/פ:

קאל שבת קודש פרשת אחרי

די וואך שבת נאכמיטאג איז אריינגעקומען א קאל צו מצילי אש, אז ס'שמעקט פון עלעקטריק פייער ביי איד אינדערהיים, [די קאל איז אריינגעקומען פון א שכן].

די דיספעטשער האט אריבערגעשיקט צוויי מעמבערס צופיס, זיי זענען דארט געווען בערך ביי א מינוט, זיי זענען אריין און די דירה, זיי האבן געגעבן פאר די גוי צו ניצן Thermal Imaging Camera, און מ'האט געזען אז ס'איז גארנישט אין די וואנט, די גוי האט דיסקאנעקטעד די פרידזש פון די וואנט, און די גרויך איז אוועק.

די גוי האט אוועקגעטראגן פון דארט די פייער עקסטינגווישערס און קעמערא, און די מעמבערס האבן אהיימגעוואקט.

[די פייער דעפארטמענט איז בכלל נישט באוויסטזיניג צו די קאל].
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:44 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:37 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:32 pm
וויזניץ האט נישט געהאלטן אנטגעקען הצלה, דאס איז א טעות וואס מענטשן האבן,
אמאל איז האט געהערשט א הפקירות אין מאנסי הצלה, האט ער איבערגעדרייט אז זאכן זאלן ווערן מסודר.
איך קען אפאר וויזניצע הצלה וואלאנטירן וואס לויפן יא אויף קאולס שבת מיט רשות פונעם רבי.

דאס אז געוויסע רעדן אונטערן טיש אנדערש קעניך גארנישט ענטפערן, סדאך אונטערן טיש...
וויזניצער רבי זי״ע האט געהאלטן אקעגן די פאקט אז הצלה זאל לויפן אום שבת, אפילו אן קיין הפקירות, און רוב וויזניצע מעמבערס לויפן נישט שבת ביזן היינטיגן טאג.

דער וויזניצער רבי זז״ג האלט נישט אקעגן די עצם מצילי אש.
דעם וואך ביי של"ס תורה האט וויזניץ מאנסי געזאגט: א יחיד האט געעפענט א נייע מצילי אש, איך וויל נישט רעדן פון דעם, אבער איך בעט אז קיינער זאל נישט ווערן קיין וואלאנטיר.

פון זיינע ווערטער זעט יא אויס ווי ער האט א פראבלעם מיט די עצם זאך.
ביזט געווען דארט?
איך האלט שוין ביי די דריטע נוסח וואס איך הער, און איך וויל באמת וויסן פונקטליך וואס ער האט געזאגט.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:44 pm נקודה למחשבה:

ר' יחזקאל ווייס איז דער דעת תורה אויף וועם אלע חברי הצלה און חברים פארלאזן זיך אין זייער שבת סיסטעם, טא פארוואס ביי מצילי אש איז אנדערש?
הצלה איז נישט ר' חיים פייוועל?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_1.jpg
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_1.jpg (302.55 KiB) געזען געווארן 653 מאל
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_2.jpg
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש_Page_2.jpg (327.51 KiB) געזען געווארן 653 מאל
הלכות כיבוי דליקה בשבת אידיש.pdf
(137.3 KiB) דאונלאודעד 41 מאל
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:49 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:44 pm נקודה למחשבה:

ר' יחזקאל ווייס איז דער דעת תורה אויף וועם אלע חברי הצלה און חברים פארלאזן זיך אין זייער שבת סיסטעם, טא פארוואס ביי מצילי אש איז אנדערש?
הצלה איז נישט ר' חיים פייוועל?
הצלה איז ר' בצלאל טוביה וועטענשטיין די רב, און ר' יחזקאל ווייס די מגיד שיעור הלכות שבת די פארגאנגענע פינף-און-צוואנציג יאר בערך.
חברים איז די רב ר' חיים פייוול, חוץ שבת איז ער נישט רב [נאכפאר ס'איז געווארן די תיקון ווי געשמעוסט ווייטער, וואס דאס זאל נישט מיינען] און די לעצטע פינף יאר בערך איז ר' בצלאל טוביה די דיין בנוגע הלכות שבת, און ר' יחזקאל ווייס די מגיד שיעור.
און מצילי אש איז ר' יחזקאל ווייס די רב דיין און מגיד שיעור.
שרייב פאוסט