סאטמאר מהר״יי
זונטאג פרשת אחרי א׳ - יום בדיקת חמץ בצל הקודש
► Show Spoiler
יום בדיקת חמץ
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ משה וויינבערגער הי״ו פון קרית יואל.
ובן הרה״ח ר׳ וואלף בראווער הי״ו.
אום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען הב׳ שרגא פייוויל שטראסער ני״ו.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת לעבאוויטש וואס זיצן שבעה ע״פ הרה״ח ר׳ יודא ארי לעבאוויטש ע״ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט אחיו הגה״צ אב״ד וואדרידזש שליט״א איבער עניני חג הפסח און דער רבי האט געוואונטשען ברכת תנחומין, אזוי אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת בריסק וואס זיצן שבעה ע״פ אמם ע״ה.
אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד בן הרב יואל ראזענבערגער שליט״א זוהן פון חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א רב ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת לי גארדענס, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוען די קאפל און ציצית, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארקויפט דעם חמץ ביי חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק שליט״א, דער רבי האט געמאכט די קנינים און איבערגעגעבן דעם שטר.
אזוי אויך איז פארגעקומען בקו״פ עטליכע אפשערענ׳ס פון קינדער מאנ״ש וואס געפאלט אום יו״ט פסח, דער רבי האט אפגעשניטן די האר און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
אום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הב׳ טובי בלייער ני״ו.
נאך מנחה איז רבינו שליט״א אנגעקומען צו שאיבת מים שלנו אינעם פלעסטיק פאבריק פון השותפים הנגידים הרה״ח ר׳ איטשע פריינד הי״ו, און הרה״ח ר׳ ליפא פריעדמאן הי״ו.
דער רבי איז געווארן געפירט מיטן קאר פון הנגיד הרב אליעזר קעסטענבוים שליט״א נשיא קרית ויואל משה, וואס האלט אן זיין לאנגיעריגע חזקה נאך משנות רביה״ק בעל ברך משה זי״ע, דער רבי האט געזאגט לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן און אריינגעגאסן א קריגל, און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קהלתינו הק׳ צו שעפן, דערנאך איז דער רבי אריין אין די אפיס פונעם פארבריק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס זכרונות וסיפורים ביו״ט פסח פון רביה״ק הברך משה זי״ע, דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשען די בעלי בתים און עקסטער אנגעוואונטשען הרה״ח ר׳ אברהם משה לעווי הי״ו.
מען האט געענדיגט ארום 9:15.
בביתו נאוה קודש האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב׳ הירצקא זופניק ני״ו.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, דערביי האט דער רבי ממנה געווען די אייניקלעך אלס שליחום צו בודק חמץ זיין אינעם דירה שע״י ביהמ״ד הגדול, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא.
~~