שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

@ווייסעריש

1) לאמיר זיין נאכאמאל זייער קלאר, קיין שום פריוואטע דיסיזשאן פון אן עסקן אין זיין ארגאניזאציע קען אויסמאכן צו די "גלילות" אדער "נייע שכונות" זענען אונטער קרית יואל רוחניות'דיגע השראה אדער נישט.

2) ווען אן עסקן אין קרית יואל כאפט נישט די מציאות פון די נייע געגנטער און ער פארשטייט אז דער וואס מופט צו הרחבה מעג אליין באצאלן וויפל די דיסטענס לייגט צו צי זיין בודזשעט, און נאכמער דער עסקן פארשטייט אז דער מופער פארדינט הונדערטער טויזנטער דאלער אויף די פרייז פון זיין הויז מעג ער האבן די הוצאה וואס דיסטענס קאסט אים, דאס איז א נארמאלע בליק פון אן עסקן און ס'קומט נישט אריין אינעם ביליד די נושא פון יא אדער נישט קרית יואל, וויבאלד אפי' אויב אלעס איז קלאר קרית יואל זענען למעשה די אידן געגאנגען צום סובארב חלק פון קרית יואל וואס האט געוויסע נייע הוצאות וואס דער עסקן קלערט אז דאס דארף זיין א חלק פונ'ם מופער'ס דיסיזשאן ביים קויפן הויז

אזא עסקן אויב ער פילט נישט קיין התחייבות זיי ציצישטעלן דאר-טו-דאר סערוויס און דורכדעם הייבן זיין בודזשעט, פירט ער נישט קיין מלחמה מיט'ן רבי'ן זי"ע, ער איז נישט דא צו מעקן דעם רבינ'ס נאמען און קרית יואל'ס מסגרת איבער'ן פלאץ, אדער אויסרייסן "קרית יואל קארופציע", ער טראכט פון זיין ארגאניזאציע וזהו..

משא"כ ווען עסקנים גייען בידים און נעמען אראפ קרית יואל פון לעדערהעד'ס און טוען כל מה שביכולתם אויסצימעקן דעם רבינ'ס נאמען און קרית יואל'ער מסגרת פון א געגנט, זיי רופן אלע קהילות, ישיבות, וכו' מען באהאלט ניטאמאל די טריפה'נע אגענדא און מען ארבעט אפן און קלאר אז דא איז "נישט קרית יואל", די חברה שלאגן זיך ליידער דירעקט אן אפענע מלחמה גלוי' מיט'ן מייסד הישוב.

3) לגבי גמ"ח הצלה, ס'איז אמת אז מען שטעלט צו צי פארשטיפטע דאקטרוירים ויבאלד דארט וועלן מענטשן נישט אנקומען און אויב יא קאסט עס גרויס געלד, משא"כ פון ווייטערע געגנטער אין קרית יואל, פון די נייע שכונות קען יעדער נעעמן א קאר סערוויס, א שאטל פאר עטליכע דאלער און כאפן די גמ"ח הצלה ווען און פארן פון דא, צו פארשפארן די קליינע טירחא פאר'ן באניצער און דורכדעם הייבן דראמאטיש זייער בודזשעט, זעהט אויס אז זיי האלטן נישט אז זיי זענען עס מחוייב.

און דאס האב איך פריער געשריבן, אין די זעלבע צייט וואס אין צענטער קרית יואל פילט מען א באס מיט קארגע עטליכע סטאפס, דרייט זיך א ליידיגע באס אין די נייע שכונות ליידיג פון קינדער, צו איז א צדקה ארגאניזאציע מחוייב עס צו טוהן? צו מעגן זיי עס טוהן??

אבער העיקר, די עסקנים לשם שמים, ארבעטן אויף דעם אויך, וויבאלד למעשה איז כל המרבה הרי זה משובח, וואס מער סערוויסעס מיר זענען גלייך צו די צענטער איז עס זיכער בעסער, און אנשטאט בלויז פארפירן מיט קריטיק אויף אידטיש, געבן זיי אוועק יומם ולילה, און ברוך השם דעליווערט זאכן וואס קוקן אויס ווי קלייניגקייטן פאר איינער וואס ווייסט נישט וויפל כוח ס'גייט אריין אין עסקנות, ועוד ידם נטוי' צו טוהן וואס זיי קענען ארויסציהעלפן דעם חשוב'ן ציבור תושבי שכונות החדשות מיט רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע סערוויסעס.

אויב איינער וויל ארויסהעלפן בפועל, קען מען זיך פארבינדן מיט מיר, און ס'איז אוודאי א גרויסע זכות ארויסציהעלפן המשכת עיר הקודש קרית יואל!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8214

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

אינטערסאנט, ווען איך האב לעצטנס געדארפט א גמ"ח הצלה טריפ אינמיטן טאג האבן זיי נישט געהאט קיין קאר עוועילעבל ביז אפאר שעה שפעטער.

גיי ווייס פארוואס דער גמח הצלה דיספעטשער האלט אז 4 אזייגער נאכמיטאג איז גארפילד נישט קרית יואל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

אגב, די "איינציגסטע" וועג, יא בעסער צו מאכן פאר טעכניש סערוויסעס וויפל ס'איז שייך איז בלויז אויב אלע עסקנים אין אלע ארגאניזאציעס אין קרית יואל זאלן פארשטיין אז די נייע שכונות איז געהעריג קרית יואל, נישט "חוץ לישוב'דיגע גלילות קרית יואל געגנטער" ווי מענטשן וואס ווילן וואוינען חוץ לישוב פאר הפקירות גייען אהין...

אויב דאס וועט זיין פשוט ביי יעדן וועלן די עסקנים זיכער פראבירן בעזהשי"ת פיל מער ציצישטעלן ביי אונז אויך אלע סערוויסעס, נישט אז פליצלינג וועט עס געשעהן פון איין מינוט אויף די אנדערע, זאכן נעמען צייט, וויבאלד אלע נקודות וואס פריער געשריבן, אבער לכה"פ וועט די רצון און פארשטאנד פון די עסקנים זיין גאר שטארק און לבסוף וועט עס ברענגען די געווינטשענע רעזולטאטן.

דאס וועט בלויז געשעהן דורך די הייליגע מערכה צו ערקלערן פאר די גאנצע וועלט אז אלעס איז קרית יואל, און וואס מער דאס ווערט אנגענימען ביים ציבור אלס שווערער ווערט עס ארויסצישניידן די נייע שכונות פון סערוויסעס.

ווען דו גייסט צו אן עסקן וואס וואוינט אין צענטער און דו רעדסט צו אים וועגן סערוויסעס פאר א געגנט וואס ער קוקט אן ווי "גלילות קרית יואל" איז עס אינגאנצן אנדערש ווי ווען דו גייסט צו אים און דו רעדסט פון "נייע געגנטער וואס אנטוויקלען זיך אין קרית יואל להרחבת העיר".

דערפאר איז די "ערשטע" סטעפ צו קלאר מאכן בכל עת ועידן די פשוט'ע אמת אז אלעס איז קרית יואל, אלעס איז א חלק פון די הרחבת גבולי הקדושה פון אונזער הייליגע שטאט.

אפי' בלויז די טעכנישע סערוויסעס וועט לכאו' בעסער ווערן ווען דאס וועט זיין קלאר ביי יעדן, וויבאלד די אלע עסקנים האבן ח"ו נישט קיין שלעכטע מאטיוון זיי כאפן פשוט נישט וואס דא טוט זיך און ווי פריער געשמועסט מאכן זיי דיסיזשענס לויט זייער בודזשעט.

ממילא איז יעצט די וויכטיגסטע פעולה להצלחת המערכה צו אויסשרייען איבעראל נאכאמאל און נאכאמאל אז אלעס איז קרית יואל איבעראל איז א חלק פון הרחבת פון די הייליגע ישוב קרית יואל,

מען האט שוין געזעהן גאר שטארקע רעזולטאטן פון פעולות וואס איז געטוהן געווארן דורך עסקנים אין צענטראל קרית יואל לטובת שכונותינו אין די לעצטע יאר וויבאלד זיי האבן דערהערט פון די אלע פעולות ההפצה אז איבעראל איז קרית יואל.

די שוועריגקייט אז נישט יעדער פארשטייט עס, נישט יעדער כאפט אז די הסברה איז די ערשטע סטעפ, און אלעס וועט נאכקומען, זיי שטייען מיט א גאן און שרייען אויף יעדע סערוויס וואס איז נאך נישט דא, און נעמען נישט אין באטראכט 1) די ארגאניזאציעס מיינען בשו"א נישט קיין שלעכט. 2) ס'דויערט צייט ביז ס'ווערט קלאר פאר אזעלכע וואז זענען נישט גענוג באקאנט מיט די מציאות אז די גלילות איז א חלק פון די הרחבת גבולי הקדושה קרית יואל.

ווילסט העלפן? מאך זיכער יעדער ווייסט אז איבעראל איז קרית יואל, נישט קריטיקירן די עסקנים לשם שמים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש, און פראטעקטן די מחריבים וואס שלאגן זיך מיט קרית יואל בריש גלי!
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

1. אמת און דאס רעכענט אוודאי אויך אריין יו דשעיסי פארשטענדליך אויך מאכט נישט קיין חילוק וואס עס שטייט אויף לעטערהעדס. וואס מאכט יא אויס? דו ווייסט טאקע נישט אבער די איינוואוינער דארט ווייסן שוין איינמאל.

2. איך ווייס דו ווילסט נאר רעדן פונעם משאכ יו דשעי סי. אבער ניץ דאס נישט צי פארענטפערן די אנדערע וועלכע האבן זייער אייגענע אדשענדעס און אחריות. איך זאג אז דעם רבינס הקפדה האט גענוג פלאץ פאר יעדן און ווען מען טוט אינעם זעלבן פאוסט ווי מען רייסט אראפ יו דשעיסי פארענטפערן די וואס טוען די זעלבע עוולה טוט עס אזויל אויף אז יעדער מיינט אז דו ביסט דא פאר א אייגענע אדשענדע וואס האט מיט רוחניות גארנישט. והא ראי דו ביסט גרייט אינעם זעלבן אטעם צו פארוואסערן מיט מעגליך גערעכטע תיריצים דעי וואס טוען די זעלבע זאך בעת וואס יעדער תוריץ אויף יו דשעיסיס מעשים ווערט אראפגעריסן מיט טיפע לומדותער.

ווילסט צופליקן יו דשעיסי שפירט פריי עס צי טון. שטיי אבער ווייט פון פארענטפערן די אנדערע אישי הציבור אינעם זעלבן אטים.

3. אלעס גוטע תיריצום אבער עס איז א שאד אז מען זעט נישט קיין טויש אין דעם הינזיכט.

איך זע אז דו האסט נישט גענטפערט מיין פריערדיגע פראגע אויב די באסעס היינט זענען טאקע פאר אומזינסט האב איך גערופן איננעם דארט פרעגן. עס קאסט א עקסטערע צוגאבע פאר די באס און אפשא אפי מיט רעכט. אבער די האסט פאר דוקא נישט געוואלט דאס שרייבן און דאס הייסט א עכטע טראלל. נאך געשריבן אין גראבע אותיות ווי למשל עס ווייזט אויף אז עפעס האט זיך געטוישט. זעט אויס אז די גמרא פון מלתא דעבידי לגלוי’ לא משקרא אינשי רעט נישט פון אלע סארט מענטשן.

קרית יואל קוקט ארויס אז די פעולות פון די עסקנים זאל שלאגן ווארצלן ווי שנעלער ווייל דערווייל זעט זיך ליידער גארנישט אן אויפן אויבערפלאך. און איך האב נישט חלילה טענות אויף א עסקן אדער מוסד וואס האלט נישט ביים צושטעלן עפעס. ער מוז נישט. אבער ער זאל מיר ביטע נישט פארקויפן אז ער האלט עס איז איינס.
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

quote=פופציגער post_id=81053 time=1713118925 user_id=789]
אינטערסאנט, ווען איך האב לעצטנס געדארפט א גמ"ח הצלה טריפ אינמיטן טאג האבן זיי נישט געהאט קיין קאר עוועילעבל ביז אפאר שעה שפעטער.

גיי ווייס פארוואס דער גמח הצלה דיספעטשער האלט אז 4 אזייגער נאכמיטאג איז גארפילד נישט קרית יואל.
[/quote]

די רעדסט פון א שיטה נישט צו דעקן ווייטע געגענטער. ער האט אלע רעכט צו טון וואס ער וויל אבער עס איז זיכער אז ער האלט אז עס איז נישט קרית יואל און ער האלט אז יעדער אין קרית יואל האלט אזוי.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2002

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יום טוב »

ווייסעריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:31 pm quote=פופציגער post_id=81053 time=1713118925 user_id=789]
אינטערסאנט, ווען איך האב לעצטנס געדארפט א גמ"ח הצלה טריפ אינמיטן טאג האבן זיי נישט געהאט קיין קאר עוועילעבל ביז אפאר שעה שפעטער.

גיי ווייס פארוואס דער גמח הצלה דיספעטשער האלט אז 4 אזייגער נאכמיטאג איז גארפילד נישט קרית יואל.
די רעדסט פון א שיטה נישט צו דעקן ווייטע געגענטער. ער האט אלע רעכט צו טון וואס ער וויל אבער עס איז זיכער אז ער האלט אז עס איז נישט קרית יואל און ער האלט אז יעדער אין קרית יואל האלט אזוי.
[/quote]

וואס פאלט די דאס ביי?
ער זאגט נאר אז עס נעמט זייער לאנג אנצוקוקומען צו יענע געגענט במילא ווען איינער האט א טריפ פון דארט זאל ער קומען צו די מער באוואינטע געגנטער אזוי ווי ער קומט אהער צו די שאפינג סענטערס און אלע אנדערע סערוויסעס
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:25 pm אגב, די "איינציגסטע" וועג, יא בעסער צו מאכן פאר טעכניש סערוויסעס וויפל ס'איז שייך איז בלויז אויב אלע עסקנים אין אלע ארגאניזאציעס אין קרית יואל זאלן פארשטיין אז די נייע שכונות איז געהעריג קרית יואל, נישט "חוץ לישוב'דיגע גלילות קרית יואל געגנטער" ווי מענטשן וואס ווילן וואוינען חוץ לישוב פאר הפקירות גייען אהין...

אויב דאס וועט זיין פשוט ביי יעדן וועלן די עסקנים זיכער פראבירן בעזהשי"ת פיל מער ציצישטעלן ביי אונז אויך אלע סערוויסעס, נישט אז פליצלינג וועט עס געשעהן פון איין מינוט אויף די אנדערע, זאכן נעמען צייט, וויבאלד אלע נקודות וואס פריער געשריבן, אבער לכה"פ וועט די רצון און פארשטאנד פון די עסקנים זיין גאר שטארק און לבסוף וועט עס ברענגען די געווינטשענע רעזולטאטן.

דאס וועט בלויז געשעהן דורך די הייליגע מערכה צו ערקלערן פאר די גאנצע וועלט אז אלעס איז קרית יואל, און וואס מער דאס ווערט אנגענימען ביים ציבור אלס שווערער ווערט עס ארויסצישניידן די נייע שכונות פון סערוויסעס.

ווען דו גייסט צו אן עסקן וואס וואוינט אין צענטער און דו רעדסט צו אים וועגן סערוויסעס פאר א געגנט וואס ער קוקט אן ווי "גלילות קרית יואל" איז עס אינגאנצן אנדערש ווי ווען דו גייסט צו אים און דו רעדסט פון "נייע געגנטער וואס אנטוויקלען זיך אין קרית יואל להרחבת העיר".

דערפאר איז די "ערשטע" סטעפ צו קלאר מאכן בכל עת ועידן די פשוט'ע אמת אז אלעס איז קרית יואל, אלעס איז א חלק פון די הרחבת גבולי הקדושה פון אונזער הייליגע שטאט.

אפי' בלויז די טעכנישע סערוויסעס וועט לכאו' בעסער ווערן ווען דאס וועט זיין קלאר ביי יעדן, וויבאלד די אלע עסקנים האבן ח"ו נישט קיין שלעכטע מאטיוון זיי כאפן פשוט נישט וואס דא טוט זיך און ווי פריער געשמועסט מאכן זיי דיסיזשענס לויט זייער בודזשעט.

ממילא איז יעצט די וויכטיגסטע פעולה להצלחת המערכה צו אויסשרייען איבעראל נאכאמאל און נאכאמאל אז אלעס איז קרית יואל איבעראל איז א חלק פון הרחבת פון די הייליגע ישוב קרית יואל,

מען האט שוין געזעהן גאר שטארקע רעזולטאטן פון פעולות וואס איז געטוהן געווארן דורך עסקנים אין צענטראל קרית יואל לטובת שכונותינו אין די לעצטע יאר וויבאלד זיי האבן דערהערט פון די אלע פעולות ההפצה אז איבעראל איז קרית יואל.

די שוועריגקייט אז נישט יעדער פארשטייט עס, נישט יעדער כאפט אז די הסברה איז די ערשטע סטעפ, און אלעס וועט נאכקומען, זיי שטייען מיט א גאן און שרייען אויף יעדע סערוויס וואס איז נאך נישט דא, און נעמען נישט אין באטראכט 1) די ארגאניזאציעס מיינען בשו"א נישט קיין שלעכט. 2) ס'דויערט צייט ביז ס'ווערט קלאר פאר אזעלכע וואז זענען נישט גענוג באקאנט מיט די מציאות אז די גלילות איז א חלק פון די הרחבת גבולי הקדושה קרית יואל.

ווילסט העלפן? מאך זיכער יעדער ווייסט אז איבעראל איז קרית יואל, נישט קריטיקירן די עסקנים לשם שמים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש, און פראטעקטן די מחריבים וואס שלאגן זיך מיט קרית יואל בריש גלי!
דיין מיינונג איז זייער טייער ביי אסאך גלייב איך אבער עס איז פארט נאר דיין מיינונג. שרייען אויף דעי וואס האלטן אזוי ווי די פארקויפסט דא אז עס איז דא א פראבלעם אבער האלטן אנדערש ווי דיר וויאזוי דאס צו מסדר זיין אז זיי זענען שקצים מהרסים שונאים יודשעיסיניקעס און נאך טויזענט שינד ווערטער מיננט אז די ווילסט נישט עכט פאררעכטן גארנישט נאר די ווילסט פאר אייגענע סיבות ארויסשטעלן יודשעיסי. און דאס איז ווי די פארלירסט דעם צוביר.

פארוואס שפרינגסט די ארויף אויף יעדן וואס טראגט פאר לעזונגן? זיי פארנומען צו זיך קריגן מיט א פאליטישער פארטיי אין געווין גערן. די האסט א קאפירייט אויף רביני הקדוש אדער אויף יודישקייט?

אויב איך האלט אז עס איז וויכטיגער צו האלטן פאראנטווארטליך אנדערע עסקנים ווייל איך האלט אז אפולי אויב יודשעי סי פליט גייט דער נעקסטער זיין דער זעלבער פראבלעם ווייל דער אונטערליגענדער פראבלעם ווערט נישט אדרעסירט. מעג איך שרייען אז די וואס די פראטעקסט זיי ביסט א מחריב און א מהרס און דער רבי גייט אין דיר נקמה נעמען?

די ביסט אז פארנומען מיטן שרייען הויעך אז די הערסט דיך אליין שוין אויס.
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

איך מיין אז די פונקטן זענען זייער קלאר, מען האט שוין כמ"פ דא געשריבן איבער די ריזיגע חילוק פון א מלחמה קעגן קרית יואל משא"כ די פעולות פון די קרית יואל עסקנים אין זייערע ארגאניזאציעס,

מען האט שוין אויך גענוג קלאר געשריבן אז עריע און דיסטענס דארף יעדער פארשטיין אז ס'מאכט חילוקים אין פרייז און אין סערוויסעס און זאגט גארנישט איבער דאס פלאץ אויב ס'איז יא אדער נישט קרית יואל,

וכן הלאה...

ס'קוקט אויס מר. ווייסעריש וויל בשום אופן נישט זעהן די פשוט'ע גראדע מציאות מחמת אן אגענדא אדער ווייטאג... ממילא וועל איך נישט איבערשרייבן די אלע קלארע תגובות אויף אלע פונקטן וואס דו ברענגסט דא אראפ און פראבירסט צו קריעיטן א צימישעניש... קענסט איבערגיין די אלטע תגובות און עס פראבירן פארשטיין.

ס'וואלט אבער זיכער געוועהן א טובה פאר די הייליגע מערכה להצלת עתיד העיר קרית יואל, אז אויב ביזטו יא אזוי קריעיטיוו זאלסטו אפשר טאקע ארבעטן אויף די חלק פון סערוויסעס און אדרבה מאך עס שנעלער ווי די עסקנים וואס טוען בעזהשי"ת די ריכטיגע פעולות, ס'וועט זיכער נאר ארויסהעלפן...

אבער מיט 1 קאנדישען אז ווען דו רעדסט צו די אלע ארגאניזאציעס קען עס נישט זיין מיט א וויקטים געשריי, און זיכער זיי נישט אראפמאלן ווי מחריבים... וויבאלד זיי זענען נישט דאס, און דאס וועט זיי בלויז מאכן אנקוקן דיינע ווערטער שטארק היפאקריטיש, שיין גערעדט.

אויך גיב עס די צייט וואס ס'מעג דויערן...

הצלחה מרובה...
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:35 pm
ווייסעריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:31 pm quote=פופציגער post_id=81053 time=1713118925 user_id=789]
אינטערסאנט, ווען איך האב לעצטנס געדארפט א גמ"ח הצלה טריפ אינמיטן טאג האבן זיי נישט געהאט קיין קאר עוועילעבל ביז אפאר שעה שפעטער.

גיי ווייס פארוואס דער גמח הצלה דיספעטשער האלט אז 4 אזייגער נאכמיטאג איז גארפילד נישט קרית יואל.
די רעדסט פון א שיטה נישט צו דעקן ווייטע געגענטער. ער האט אלע רעכט צו טון וואס ער וויל אבער עס איז זיכער אז ער האלט אז עס איז נישט קרית יואל און ער האלט אז יעדער אין קרית יואל האלט אזוי.
וואס פאלט די דאס ביי?
ער זאגט נאר אז עס נעמט זייער לאנג אנצוקוקומען צו יענע געגענט במילא ווען איינער האט א טריפ פון דארט זאל ער קומען צו די מער באוואינטע געגנטער אזוי ווי ער קומט אהער צו די שאפינג סענטערס און אלע אנדערע סערוויסעס
[/quote]

אין ער האט די פילע רעכטן דערצי. ער דארף אפולי נישט טוישן זיין נאמען צו גמח הצלה דפאלם טרי. עס איז אבער א גרויסע שאד.
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

איך רעד אגב פון א מציאות פון געוויסע קרית יואל עסקנים, וואס האבן למעשה שטארק מיטגעארבעט ב"ה צו העלפן די תושבי שכונות החדשות אבער האבן געהאט א פראבלעם פון גאר ווילדע איבערפאלן וואס זיי האבן באקומען בעפאר פון אומאחריות'דיגע וויקטימ'ס, וואס האט זיי געשטערט צו הערן די פשוט'ע מציאות און זיי אריינברעגנען מיט א גרויסע הילף.
מען האט געדארפט שווער ארבעטן אפציווישן די שאדן זיי זאלן פארשטיין וואס דא טוט זיך, נאכדעם וואס זיי האבן אנגעקוקט די עסקנים ווי פשוט'ע היפאקריטן, ואכמ"ל..

ממילא ווייסעריש, ביטע גיב אכטונג ווען דו רעדסט מיט ערליכע איידעלע קרית יואל עסקנים פון די קהלה, מוסדות, חסד ארגאניזאציעס וואס זיי געבן אוועק זייער לעבן פאר דעם איינעם מאטיוו להמשיך קדושת רביה"ק זי"ע,

אפי' אויב דו האלטסט זיי מאכן א טעות רעד צו זיי מיט רעספעקט... זייער מאטיוו איז גוט זיי מיינען נישט קיין שלעכטס אויך אויב זיי מאכן א טעות...
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:42 pm איך מיין אז די פונקטן זענען זייער קלאר, מען האט שוין כמ"פ דא געשריבן איבער די ריזיגע חילוק פון א מלחמה קעגן קרית יואל משא"כ די פעולות פון די קרית יואל עסקנים אין זייערע ארגאניזאציעס,

מען האט שוין אויך גענוג קלאר געשריבן אז עריע און דיסטענס דארף יעדער פארשטיין אז ס'מאכט חילוקים אין פרייז און אין סערוויסעס און זאגט גארנישט איבער דאס פלאץ אויב ס'איז יא אדער נישט קרית יואל,

וכן הלאה...

ס'קוקט אויס מר. ווייסעריש וויל בשום אופן נישט זעהן די פשוט'ע גראדע מציאות מחמת אן אגענדא אדער ווייטאג... ממילא וועל איך נישט איבערשרייבן די אלע קלארע תגובות אויף אלע פונקטן וואס דו ברענגסט דא אראפ און פראבירסט צו קריעיטן א צימישעניש... קענסט איבערגיין די אלטע תגובות און עס פראבירן פארשטיין.

ס'וואלט אבער זיכער געוועהן א טובה פאר די הייליגע מערכה להצלת עתיד העיר קרית יואל, אז אויב ביזטו יא אזוי קריעיטיוו זאלסטו אפשר טאקע ארבעטן אויף די חלק פון סערוויסעס און אדרבה מאך עס שנעלער ווי די עסקנים וואס טוען בעזהשי"ת די ריכטיגע פעולות, ס'וועט זיכער נאר ארויסהעלפן...

אבער מיט 1 קאנדישען אז ווען דו רעדסט צו די אלע ארגאניזאציעס קען עס נישט זיין מיט א וויקטים געשריי, און זיכער זיי נישט אראפמאלן ווי מחריבים... וויבאלד זיי זענען נישט דאס, און דאס וועט זיי בלויז מאכן אנקוקן דיינע ווערטער שטארק היפאקריטיש, שיין גערעדט.

אויך גיב עס די צייט וואס ס'מעג דויערן...

הצלחה מרובה...
יישר כח פאר די רשות. איך האב הנאה אז די ביסט גרייט איינציזען אז איינס רופן דיין שונא מיטן עכטן נאמען האט א פארקערטער ווירקונג און עס איז צום האפן אז דיין טאן דא וועט זיך טוישן לטובה. און צוויי אז די גייסט מער נישט אראפרייסן עסקנים וועלכע האבן א בעסערע מהלך ווי דיר נאר לאזן אנדערע טון וואס זיי טון די בעסטע.

עס איז דערפרישענד צי זען אז פין היינט אין ווייטער גייסטי מער נישט ווערן גערעגט אויף איינעם וואס האלט פאר אנדערע אישי הצוביר אויסער יו דשעיסי נאר די וועסט פשוט איגנארירן יענע פאוסט.

אם לא באתי אלא בשביל זה דיינו. עס האט זיך מיר אויסגעצאלט דעם קרעדיט קארדל אין די געשעפטן היינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6314
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14437

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@ווייסעריש גמ"ח הצלה האט צוויי אפטיילונגען.

איינס איז אזוי ווי חסד, מען פרובירט צו צוזאמשטעלן א פארער מיט א מיטפארער. דאס גייט אן איבעראל אין קרית יואל, און אפילו אין די גלילות ווי טשעסטער וכו'.

די צווייטע איז "סעט רוטס", מסודר'דיגע טעגליכע רוטס, וואס איז אנגעוויזן אין א זייגער און סיסטעם. ממילא נעמט ער נישט אן צו פארן איען די אויסגעשפרייטע געגנטער פון קרית יואל, ווייל ער דארף דארט פארן זייער לאנג פאר יעדע עקסטערע מענטש. נאר, ער בעט די מענטש זאל נעמען א קאר סערוויס ביז'ן צענטער און דארט נעמען דעם ווען.

אויב איינער שפירט זיך באקריוודעט דערפון, איז דא סייקא טעראפי.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8214

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:54 pm @ווייסעריש גמ"ח הצלה האט צוויי אפטיילונגען.

איינס איז אזוי ווי חסד, מען פרובירט צו צוזאמשטעלן א פארער מיט א מיטפארער. דאס גייט אן איבעראל אין קרית יואל, און אפילו אין די גלילות ווי טשעסטער וכו'.

די צווייטע איז "סעט רוטס", מסודר'דיגע טעגליכע רוטס, וואס איז אנגעוויזן אין א זייגער און סיסטעם. ממילא נעמט ער נישט אן צו פארן איען די אויסגעשפרייטע געגנטער פון קרית יואל, ווייל ער דארף דארט פארן זייער לאנג פאר יעדע עקסטערע מענטש. נאר, ער בעט די מענטש זאל נעמען א קאר סערוויס ביז'ן צענטער און דארט נעמען דעם ווען.

אויב איינער שפירט זיך באקריוודעט דערפון, איז דא סייקא טעראפי.
וואס דרייסטו א קאפ מיט פאקטן דא?

ווען דו הערסט איינעם שרייען אין ביהמ"ד "דער שמש איז א קליין קינד" גייסטו אים צו זאגן אז נישט ווייל האסט אים פריער געזען לייגן תפילין און א קינד לייגט נישט תפילין?

לאז פאקטן אינדרויסן. דא ברענג אריין א פאר שיך און נעם זיך שטויסן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:57 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 2:54 pm @ווייסעריש גמ"ח הצלה האט צוויי אפטיילונגען.

איינס איז אזוי ווי חסד, מען פרובירט צו צוזאמשטעלן א פארער מיט א מיטפארער. דאס גייט אן איבעראל אין קרית יואל, און אפילו אין די גלילות ווי טשעסטער וכו'.

די צווייטע איז "סעט רוטס", מסודר'דיגע טעגליכע רוטס, וואס איז אנגעוויזן אין א זייגער און סיסטעם. ממילא נעמט ער נישט אן צו פארן איען די אויסגעשפרייטע געגנטער פון קרית יואל, ווייל ער דארף דארט פארן זייער לאנג פאר יעדע עקסטערע מענטש. נאר, ער בעט די מענטש זאל נעמען א קאר סערוויס ביז'ן צענטער און דארט נעמען דעם ווען.

אויב איינער שפירט זיך באקריוודעט דערפון, איז דא סייקא טעראפי.
וואס דרייסטו א קאפ מיט פאקטן דא?

ווען דו הערסט איינעם שרייען אין ביהמ"ד "דער שמש איז א קליין קינד" גייסטו אים צו זאגן אז נישט ווייל האסט אים פריער געזען לייגן תפילין און א קינד לייגט נישט תפילין?

לאז פאקטן אינדרויסן. דא ברענג אריין א פאר שיך און נעם זיך שטויסן.
ערענסט. וואס איז דער פראבלעם פון א דורך רעדן א ענין? האסט מיך אמאל געזען זיין פארהאנקערט אין עפעס? מען שמועסט זיך א דורך ביז מען פארשטייט זיך.

סייקא טערעפי. שיך שטויסן. א מעכטיגע מאשין דא אנגעקלאפט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6314
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14437

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@ווייסעריש איך בעט דיר איבער פאר מיין לעצטע שורה.

ס'האט פשוט אויסגעזען אין די פאוסטס פריער אז דו שוכסט נישט צו הערן אן אויפריכטיגער ענטפער. אויב יא, האב איך זיך מיאוס טועה געווען, ונא לסלוח.
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:02 pm ס'איז גוט לאז די פאוסט, מען זאל זעהן פון דעם די הילוך המחשבה, וואס פארשטייט אז הנהלת המוסדות זענען מחריבים ווי די UJC אדער ערגער...

ס'איז א גרויסע טובה...
דאס איז נאר אויב יודשעי סי איז ביי מיר בכלל א מעסטער. איך גלייב אז ביים רבין זל נישט. יעדער האט זיין אייגענע בחירות און וועט דארפן אליין שטיין ביים בית דין של מעלה.
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 3:06 pm @ווייסעריש איך בעט דיר איבער פאר מיין לעצטע שורה.

ס'האט פשוט אויסגעזען אין די פאוסטס פריער אז דו שוכסט נישט צו הערן אן אויפריכטיגער ענטפער. אויב יא, האב איך זיך מיאוס טועה געווען, ונא לסלוח.
יישר כח פאר די אויפריכטיגקייט. איך זיך נישט קיין תיריצום איז זיך א טויש. אבער דערווייל איז זיך א דורך שמיעסן דעי איינציגסטע זאך וואס איז בידי. אין א אויפריכטיגער שמיעס איז וויכטיג נישט נאר פאר מיר נאר נאכמער פאר אלע וואס ליינהן דא אין מיינען אז די ווילדקייט פון עטליכע איז די אפיציעלע שטעלונג פון קרית יואל.

יעדע פאוסט וואס ברענגט ארויס א נארמאלע סיבה פארוואס די ווייטע געגענטער איז נישט געדעקט איז לטובה פאר די מערכה. א פאוסט וואס רייסט אראפ דעם פרעגער איז א שרעקליכער חורבן אין דעי וואס טון עס זענען עתיד ליטול.

יעצט לגבי גמח הצלה האב איך אויבן געשריבן אז עס איז מיט רעכט. אבער עס איז דאך א שאד. און די זעלבע גייט אן ביי יוטיעי אין ביי דירות מיטינגס אין ביי ווילידש געשעפטן. עס איז מיט רעכט אבער דאך א שאד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6314
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14437

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טאקע א שאד.

אבער דער עולם הזה איז אזוי אויסגעשטעלט, אז יעדע זאך האט באגרעניצונגען. א טבע העולם...
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 271

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

נישט פארגעסן בשעת'ן ליינען די תגובות, אז רבותי איז אנגעקומען דא שוין ווען בלומינג גראוו איז געווען פעסטגעשטעלט און אין אידישע הענט
ס'איז מיר ברור אז ווען ער וואלט דא געוואוינט געהעריג, און אין די שווערע צייטן, וואלט ער זיך נישט געוואגט צו רעדן אזוי אויף UJC
פילע האבן טענות אויף UJC פאר איינס אדער מערערע סיבות, אבער קיינער טריעט זיי נישט אזוי ווי אונזער גאסט ר' רבותי, ווייל מיר ווייסן וואס מיר זענען אינאיינעם אדורך, און מיר ווייסן וואס די עסקנים פון UJC האבן אונז ארויסגעהאלפן, קען זיין אז אסאך וואוטן שוין נישט פאר זיי, אסאך האלטן אז מ'דארף שוין "Move On" ווי מ'זאגט, אבער זיי אנרופן מיט די ערגסטע ווערטער, בשעת עס איז זיי צו פארדאנקען אז דו אדער דיין קהלה האבן בכלל געקענט בויען א שול דא, א מקוה, אפיסעס צו סיי וואס ס'זאל נאר זיין
אז ביי א וואסער מעין ברעיק זאל עס תיכף ווערן פארראכטן
אז ווען ס'דא סיי וואספארא פראבלעם ברוחניות ובגשמיות זאל זיין צו וועם צו רעדן, אפגעזען צו דו האלטס אז זיי טוען עס 100 פראצענטיג
אז אין פאל פון א פייער חלילה זאל מען נישט דארפן ווארטן שעה'ן ממש, ווי אויך קענען לעגאל רופן מצילי אש פון קרית
צו קענהן בויען אביסל נארמאלארע דירות אבער נאכאלס מיט א לימיט, וואס יעדער ווייסט וויאזוי עס וואלט אויסגעקוקט ווען די וואס רבותי וויל אריינברענגען דא וואלטן טאקע געווען די באהערדע
ועוד ועוד

פארשטייט זיך די וואס זוכן צו טרעפן שלעכטס וועלן אלץ טרעפן, טאקע עטוואס שווערער ווי ס'איז צו טרעפן אויף די שכינותדיגע ווילידזש, אבער טרעפן וועט מען
אבער דאס וואס זיי האבן אויפגעטון וועלן מיר, לאנג יעריגע תושבים קיינאמל נישט פארגעסן, אפגעזען וואס מיר האלטן יעצט איבער זיי, און דערפאר דעזערוון זיי עטוואס רעספעקט.

יעצט הרב ר' רבותי, זעץ פאר מיט אן אנאנימע ניק אויף א ווילידזש וואס דו האסט נאך נישט געשפירט וואס מיטמאכן מיינט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6314
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14437

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@בלומען מ'האט שוין דא טויזנט מאל געזאגט אז די גוטע מעשים פון העלפן אידן קען נישט מכסה זיין אויף די מעין פאקוס פון מאכן די געגנט פאר א מקום הפקר, און עס גנב'נען פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך אין עוד מלבדו.

סוי פארוואס שרייבסטו איבער נאכאמאל ווי גוט זיי האבן געטון ביים איבערנעמען די ווילעדזש? ווילסט נאך אפאר לאנגע דרשות פון @רבותי מיר וועלן בענטשן ?!...
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1401

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

חברים טייערע מ'גייט שוין דא איבער די זעלבע פאר נקודות אזא 60 ביז 100 מאל. ביטע מער נישט ממשיך זיין ביז ס'איז דא עפעס פריש צו אויסשמועסן. ס'הא נישט קיין טעם און ברענגט קיינעם גארנישט. און אויך נאכדעם, ביטע 'שטארק' געדענקען אלע פארשריפטן, נישט בארעדן פערזענליך קיין שום יחיד, און נישט אטאקירן איינער דעם צווייטן דאהי אפילו ווען מען שמועס אויס א הייקעלע נושא. די אחראים האבן געהאט איבריג ארבעט אין דעם אשכול, און מען פלאנט נישט אזוי ממשיך צו זיין.

שכוח ווי אלעמאל פאר'ן עולם'ס פארשטענדעניש.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 473
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 335

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך גראסערי »

בנוגע די נושא פון באסעס / גמ"ח הצלה

בדרך הלצה, בין איך געקומען צו די מסקנה אז מען דארף בויקאטן די עקסעלענט באסעס הלמאי זיי מאכן נישט קיין סטאפס אין די גלילות, דאס ווייזט אז זיי נעמען א שטעלונג אין די נושא ווי עס הייסט ק'י

נאך מער פון דעם, בעצם יום הפורים האלטן זיי אז ק'י באשטייט נאר פון בעקערטאון און גארפיעלד
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 257
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 290

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פשוטער איד »

גראסערי האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:30 pm בנוגע די נושא פון באסעס / גמ"ח הצלה

בדרך הלצה, בין איך געקומען צו די מסקנה אז מען דארף בויקאטן די עקסעלענט באסעס הלמאי זיי מאכן נישט קיין סטאפס אין די גלילות, דאס ווייזט אז זיי נעמען א שטעלונג אין די נושא ווי עס הייסט ק'י

נאך מער פון דעם, בעצם יום הפורים האלטן זיי אז ק'י באשטייט נאר פון בעקערטאון און גארפיעלד
און אם בדרך הלצה עסקינן

פארוואס איז דא א עקסטערע אשכול פון קרית יואל און בלומענגראוו, איך מיין מ' דארף עס צאמשמעלצן
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 574

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:02 pm חברים טייערע מ'גייט שוין דא איבער די זעלבע פאר נקודות אזא 60 ביז 100 מאל. ביטע מער נישט ממשיך זיין ביז ס'איז דא עפעס פריש צו אויסשמועסן. ס'הא נישט קיין טעם און ברענגט קיינעם גארנישט. און אויך נאכדעם, ביטע 'שטארק' געדענקען אלע פארשריפטן, נישט בארעדן פערזענליך קיין שום יחיד, און נישט אטאקירן איינער דעם צווייטן דאהי אפילו ווען מען שמועס אויס א הייקעלע נושא. די אחראים האבן געהאט איבריג ארבעט אין דעם אשכול, און מען פלאנט נישט אזוי ממשיך צו זיין.

שכוח ווי אלעמאל פאר'ן עולם'ס פארשטענדעניש.
האלטס אז עס איז נאך דא עפעס פריש, אויב יא באלאנגט עס ביי נייעס טעמע נישט דא.

מיין מיינונג איז, אזוי אלע ענינים זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן דארף ארויף לייגן א שלאס אויפן טעמע אין עס לאזן פאר read only.

ביז דער עולם וועט עלטער ווערן אין בעטן מען זאל עס אינגאנצן אויסמעקן
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
ווייסעריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:06 am
x 75

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך ווייסעריש »

אסמכתא בעלמא האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:02 pm חברים טייערע מ'גייט שוין דא איבער די זעלבע פאר נקודות אזא 60 ביז 100 מאל. ביטע מער נישט ממשיך זיין ביז ס'איז דא עפעס פריש צו אויסשמועסן. ס'הא נישט קיין טעם און ברענגט קיינעם גארנישט. און אויך נאכדעם, ביטע 'שטארק' געדענקען אלע פארשריפטן, נישט בארעדן פערזענליך קיין שום יחיד, און נישט אטאקירן איינער דעם צווייטן דאהי אפילו ווען מען שמועס אויס א הייקעלע נושא. די אחראים האבן געהאט איבריג ארבעט אין דעם אשכול, און מען פלאנט נישט אזוי ממשיך צו זיין.

שכוח ווי אלעמאל פאר'ן עולם'ס פארשטענדעניש.
אויסצישמיעסן דעם זעלבן נושא פין א אנדערע קוק ווינקל איז ערלויבט? ווייל איך מיין אז פינעם היינטיגן שמיעס איז יא קלארער געווארן עטליכע נקידות אין איך האף צי האבן נאך צייט צי אדרעסירען אביסל מער.
שרייב פאוסט