בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
- x 9
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 36
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:45 pm
- x 9
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
כהאב נייעס פאר דיר איך (און נאך אסאך) האב ממש די זעלבע פראבלעם און דאס ברענגט צו צי ווערן מורה'דיג צובראכן אזש אז מען קען שוין פרעגן צי בין איך א איד וכוי'.מילעכיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:36 pm פארוואס פרעג איך?
אשיחה את אשר בלבבי.
איך בין א חסידישער יונגערמאן, אבער איך פיל נישט קיין שום געפיל צו גארנישט. קוים דאווענען, אביסל לערנען, מצוות כמצות אנשים מלומדה, ווער רעדט פון יראת שמים והמסתעף.
איך קוק מיך אום ביים דאווענען און איך זעה וויאזוי יונגעלייט דאווענען אויף איין פלאץ פון אנהייב ביזן סוף - און מיין הארץ ציפט.
איך זעה א איד אן ארייבטער, גייט מיט א העמד און שערט די בארד, און וועט זיך יאגן די לעצטע מינוט לייגן תפילין - און מיין הארץ וויינט, אוי וואו בין איך.
איך זעה די התעוררות פון בחורים און יונגעלייט שובבי"ם אדער א יום טוב - און מיין הארץ קלעמט, וואו בין איך, אזוי קאלט.
איך זעה יונגעלייט, עלטערע און יונגערע, טראסקען אין לערנען מיט א ברען, מיט א רשב"א און ריטב"א, קצות און נתיבות - און וואו שטיי איך אויף די וועלט...
איך זעה יונגעלייט מיט א התעוררות צו א מצוה, מים שלנו, מצות באקן, סוכה, חנוכה - און ביי מיר איז גארנישט. גארנישט. גארנישט.
אזוי קאלט, אן התעוררות און אן געפיל. ואני אנה אני בא.
איך ווייס ניט אמאל וואס טוהן, וויאזוי אנהייב.
אבער קרעכטצן קרעכץ איך.
קודם דארף מען וויסן אז די אלע סארט מחשבות זענען אנגעריפן מחשבות זרות און זענען אסור בתחליות האיסור עז קומט 100% מצד הייצר הרע וואס זיין ווילן איז צי צוברעכן דעם מענטש אין איהם מאכן בעצבות (ווי צדיקים זאגן, די ייצר הרע דארף נישט די עבירה ער דארף די עצבות פין נאכדעם) אין נאכדעם האט ער איהם אין זאק אין (כמובא מכמה וכמה דברי חז"ל וספרים הקדושים) ער קען טוען מיטן מענטש זאכן וואס ער וואלט קיינמאל געחלמט אפילו.
איז די ערשטע זאך דארף מען לערנען די ספרים וואס רעדן פון די חשיבות פין איעדן איד "יא! אפילו ווען האט מחשבות זרות" און פין איעדע מעשה אפילו א קלייניקייט, און מען דארף עס לערנען איעדן טאג און כסדר חזר'ן ביי זיך אין קאפ.
כדי צו וויסן און אויפבויען ביי זיך אין הארצן דאס חשיבות וואס אונז פארמאגן ביים אייבישטען, איי מען שפירט נישט!!! ר' איד איהר זענט גערעכט מען שפירט טאקע נישט אין דאס איז א חלק פון דעם ביטערן גלות אזויפיל אינגלעך, בחורים, איגעלייט, עלטרע בעלי בתים, מיטשענען זיך ארום מידי יום ביומו מיט נסיונות עצומות זה בכה וזה בכה מען פרובירט און מען פאלט צוריק אין נאכאמאל אין נאכאמאל אין מען פילט ווי מען טאפט א וואנט מען פילט ווי דאס לעבן איז טינקל מען האט נישט קיין גשמיות נישט קיין רוחניות מען שפירט זיך ווי פארלוירן און איבריג דא אין דעם גרויסן וועלט מען שפירט זיך אויסגעלאשן טויט וכוי' וכוי'
אבער אז מען לערנט און מען חזרט דאס אייגענע חשיבות פשוט אין פראסט וויל מען איז פין דעם עם הנבחר, צוביסלעך צוביסלעך קען מען זיך אויפהייבן פין דעם עצבות אין זיך מחזק זיין צי בויען די חשיבות פין איעדע קלייניקייט וואס מען טוט אין אזוי וועט מען טוען מער אין מער, און קיינמאל קיינמאל נישט קוקן אויף קיין צווייטער אפילו פין דרויסן קען עס בליטשקענען אבער מען דערף וויסן איעדער איינער האט זיך זיינע עבודות און נסיונות אויף די וועלט די ווילסט נישט זיינע און ער וויל נישט דיינע.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
ס'ארבייט מורא'דיג!טראפקעלע האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 30, 2023 4:00 pm צעטל קטן.
בְּכָל הַדְבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם, הֵן בַּתּוֹרָה, הֵן בִּתְּפִלָה, הֵן בְּמִצְוֹת מַעֲשִׂיוֹת, יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לוֹמַר בָּזֶה הַלָשׁוֹן: הֲרֵינִי עוֹשֶׂה זֹאת לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ, וְיַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לוֹמַר זֹאת בְּתּוֹכִיוּת הַלֵב, וּבְהֶמְשֵׁךְ הַזְמַן יַרְגִישׁ הֶאָרָה גְדוֹלָה בְּאֲמִירָה זוּ.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
מען זאגט נאך פון תלמידי בעל שם פארוואס זאגט מען ביי די ברכות אינדערפרי ברוך אתה..... שלא שעשנו גוי מען וואלט געדארפט זאגן שעשנו ישראל...
ענטפערט מען זייער שיין, א איד שטייט אויף אינדערפרי, ער געט א קוק צירוק ער הייבט זיך אן צו פיהלן זייער שלעכט פאר ווי ער האלט אויפן וועלט, ער קומט אן צו די ברכה, ווען ער וואלט געדארפט זאגן שעשנו ישראל, עס וואלט איהם נישט געלאזט מנוחה, איך זאג שעשנו ישראל?? איך?? זאגט מען איהם פיהלסט זיך נישט ווי קיין איד, אבער וויסן זאלסטו שלא עשנו גוי, א גוי ביסטו נישט!!!
די חורבן איז מען קוקט אויף אנדערעץ מען זעהט א איד קומט אן יעדע טאג מיט א פרישקייט דאווענט מיט אזא מתיקות וכו' ס'שטעכט.
עס איז שווער אבער מען דארף וויסן אז ס'איז נישט ריכטיג, אזוי ווי די פארשטייסט אז ווען די צווייג גייט האבן טענות פארוואס ער איז נישט די בוים, גייסטו איהם זאגן צדיק'ל רוה איין, מען האט דיר געשטעלט צו זיין א צווייג און נישט קיין בוים, אפשר טאקע איין טאג, אבער על כל פנים יעצט דארפסטו זיין א בוים, און די דארפסט טוהן די פליכט פון א צווייג, די קענסט נישט אנהייבן צו שלעפן אזוי סאך וואסער ווי די בוים ברענגט פאר די צווייגן, די דארפסט ברענגען פונקטליך וויפל די פרוכט דארפן האבן אביסל מער גייט חרוב מאכן די פירות.
קיינער הייסט נישט זיין ווי יענעם ווער זאגט אז די אויבשטער וויל יעצט פון דיר די זאלסט דאווענען די גענצע דאווענען מיט כוונה אפשר וויל ער סך הכל איין ברכה ביי שמונה עשרה זאל זיין בכוונה, ווער זאגט ער וויל פון דיר די זאלסט יעצט לערנען א שעה אפשר וויל ער איין משנה פון דיר יעמט באלד אויב גייסטו האבן כוח וועסטו לערנען נאך א משנה.
די עיקר סיבה פארוואס א מענטש האלט זיך צירוק פון טוהן געוויסע גוטע זאכן איז ווייל ער זעהט די גאנצע, א אינגערמאן ער האט געהאט א שווערע טאג ער האט נישט קיין כוח צו גיין יעצט לערנען אפאר שעה גייט ער נישט, ווען ער זאל ווען מחשיב זיין יעדע איינציגע ווארט תורה ותפילה וואלט ער זיך אראפ געזעצט געלערנט "איין" משנה, יא איין קליינע דאס וואס מען האט געלערנט אין כתה ד', נאכדעם אסאך מאל שיקט די באשעפער אריין חשק צו גיין ווייטער און אמאל נישט אבער עס מאכט נישט אויס די האסט יעצט געהאט די זכיה צו לערנען "איין" משנה!!!!
און שוין. איך ווייס נישט פונקטליך אויב ס'איז מוסר אדער חיזוק אבער אויב האסטו פארשטאנען איז גוט אז נישט דזשאסט סקופ איט,
ביי ביי סי יאו לעיטער

א הייליגע שמועס דא...
איך האב נישט צופיל וואס צו צולייגן, נאר איבער’חזר’ן אז א איד וואס דרייט זיך מיט אזעלכע דאגות צייגט עס שוין אויף העכערקייט!
ווי גייט דער ניגון? נישטא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן הארץ....
איך האב נישט צופיל וואס צו צולייגן, נאר איבער’חזר’ן אז א איד וואס דרייט זיך מיט אזעלכע דאגות צייגט עס שוין אויף העכערקייט!
ווי גייט דער ניגון? נישטא נאך אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן הארץ....
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 302
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
ס'איז זייער א וויכטיגער נושא, אבער די סיבה איז נישט ח"ו וועגן א חסרון אין אידישקייט. די סיבה איז ווייל מיר פארטרייבן אליינס די אייגענע כיסופים צו רוחניות, מיט אזעלכע פערפעקציאניסטישע לאזונגען אזויווי: ס'איז נישט אמת'דיג וכו'. אוודאי איז דא נאך מדרגות צו גיין, אבער מ'קען נישט גיין אויף דער צווייטער מדריגה איידער מ'האט אנערקענט אינעם ערשטן.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
ר' שמשון פינקוס זצ"ל פלעגט פארציילן א משל פון אן ארימאן וועלכער האט געפאסט א גאנצן טאג וויסנדיג אז ער האט א רייכע חתונה ביינאכט. לפנות ערב האט ער שוין נישט געקענט פארנעמען דעם הונגער, האט ער טועם געווען אינדערהיים אביסל ברויט מיט צוויבל. שפעטער ביים חתונה, האט ער זיך אפגערעדט אז די אלע טייערע מאכלים זען טאקע אויס שיין, אבער זענען נישט אין מויל צו נעמען. אלעס האט א טעם פון צוויבל!
האט אים א חכם אחד געענטפערט, "ר' איד, די מאכלים האבן אלע טעמים. הא ראיה קוק וויפיל אידן פאסמאקעווען זיך ארום דיר. דיין פראבלעם איז אז דיין מויל האט א טעם פון צוויבל, מיינסטו אז אלעס האט א טעם פון צוויבל!"
עס שטייט אין ספה"ק, אפטמאל ווען עס איז ביקשתי את שאהבה נפשי, ביקשתיו ולא מצאתיו, איז עס צוליב על משכבי בלילות. אז מען האט פארטעמפט די חושים מיטן פארקערטע, קען מען נישט שפירן דעם טעם פון קדושה.
הגם ווער בין איך יענעם צו זאגן מוסר, און סתם אזוי וואלט איך קיינמאל נישט געזאגט, אבער אז איר פרעגט קען מען זיך נישט מאכן אומוויסענד פון דאס וואס שטייט אין ספה"ק. אז מען הייליגט זיך פריער, בעזיבה וקבלה, און געוויס אויך תפילה, קען מער עררייכן א געשמאק בעבודת השי"ת.

א טראפקעלע אנדערש, ווייל דיזע געפילן זענען בעצם די כיסופין. נאר עס איז וואס דו שרייבסט אין די קומענדיגע פאראגראף.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:00 am ס'איז זייער א וויכטיגער נושא, אבער די סיבה איז נישט ח"ו וועגן א חסרון אין אידישקייט. די סיבה איז ווייל מיר פארטרייבן אליינס די אייגענע כיסופים צו רוחניות, מיט אזעלכע פערפעקציאניסטישע לאזונגען אזויווי: ס'איז נישט אמת'דיג וכו'.
המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:00 am אוודאי איז דא נאך מדרגות צו גיין, אבער מ'קען נישט גיין אויף דער צווייטער מדריגה איידער מ'האט אנערקענט אינעם ערשטן.
דאס איז די ווארט.
דער מענטש דארף עקסעפטן און אננעמען די מדריגה אין וועלעכע מען איז כעת, און פארשטיין אז דאס איז אויך אוואו דער בורא ומנהיג האט דיך אריינגעשטעלט, און מיט'ן דאס עקנאלידזשן און מקבל זיין ביסטו שוין מיט דעם אליין ארויף א מדריגה, וואס איז דען שייך גרעסער פון מקבל זיין אלעס מיט אמונה אז דער אויבערשטער טוט און מאכט אלעס ווי אזוי זיי זענען?!
אוודאי טאר דאס נישט אוועקנעמען פון גיין העכער, אבער אלעמאל ברויך מען מיטנעמען דיזע יסוד פון מקבל זיין און אננעמען דעם הוה - די פלאץ און מצב אוואו איך געפין זיך היצט.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
א דאנק יעדן פאר די שטארקע חיזוק, עס העלפט צו ווען מ'זעהט אנדערע אידן פרובירן פארשטיין און מחזק זיין, אן אראפ קלאפן עד עפר, כאשר היתה באמנה אתו.
ענק פארשטייען אז עס איז אביסל שווער שרייבן אויף פאבליק פונקטליך די מצב, אבער עס זענען דא מצבים וואס מ'פילט אזוי אין די טינופת אז מ'האט אפילו א טראפ כח זיך נעמען אין די האנט. אדער אלס יאוש, אדער מורא פון א גרויסע עול לעומת פריקות עול.
און ווי געזאגט בין איך כלפי חוץ געהעריג חסידיש.
אבער ענקער חיזוק העלפט זיכער אויף זיך נישט לאזן.
איך וועל עס דורך ליינען מער בעיון.

בינת הלב האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:00 am דער מענטש דארף עקסעפטן און אננעמען די מדריגה אין וועלעכע מען איז כעת, און פארשטיין אז דאס איז אויך אוואו דער בורא ומנהיג האט דיך אריינגעשטעלט, און מיט'ן דאס עקנאלידזשן און מקבל זיין ביסטו שוין מיט דעם אליין ארויף א מדריגה, וואס איז דען שייך גרעסער פון מקבל זיין אלעס מיט אמונה אז דער אויבערשטער טוט און מאכט אלעס ווי אזוי זיי זענען?!
און ווי איך האב געשריבן דא:
דאס שפירן א בעיטה און פריקת עול יעדעס מאל ווען מען פרובירט צו אנהייבן טוהן וואס מען דארף קומט פון מורא'דיגע כיסופין און ביקוש צו א מורא'דיגע שלימות וואס דער מענטש קען נישט פארנעמען ממילא פלאצט עס יעדעס מאל. עס איז ווייל דער מענטש זוכט א מורא'דיג שטארקע מילוי פאר זיין נפש, און ער פרובירט צו טוהן זאכן וואס זאלן אים אנפילן זיין מילוי, די פראבלעם איז נאר אז די חלל אין זיין נפש וואס ער זוכט דא אנצופילן איז אזוי גרויס און טיעף אז די זאך וואס ער טוט מוז זיין אזוי בשלימות הגמור עד הסוף אז עס נעמט אים ארויס דאס דם התמצית און ער שיסט אויף און ווארפט אלעס אוועק נישט קענעדיג סובל זיין די מורא'דיגע דחף וואס ער האט אנצופילן אזא חלל מיט אזא עקסטרימקייט און שלימות ווי אזוי ער וויל און פרובירט עס אנצופילן.
די זאך מוז לאו דוקא זיין ברוחניות, אסאך מענטשן מוטשען זיך ארום מיט דיזע נקודה אין גשמיות פונקט אזוי, זיי פרובירט ארויסצונעמען א געוויסע מילוי פון א געוויסע זאך אדער זאכן אין די עולם הגשמי, און אויב די חלל וואס ער וויל אנפילן איז צו גרויס וועט ער זוכן זייער גרויסע שלימות'ן אין די זאך וואס ער טוט בכדי צו טרעפן אט די גרויסע טיפע מילוי וואס ער גארט אזוי פאר.
פארשטייט זיך אז דאס קען האבן צוטוהן מיט די מענטש'נס נפש בעצם, אז ער האט דיזן נקודה ביי דיפאלט אין זיין נפש. און עס קען פארשטייט זיך אויך האבן צוטוהן מיט די אויפוואקסונג אין די יוגנט, און דאן האט ער אנטוויקלט א ליידיגקייט, אדער אז ער האט אנטוויקלט א מעסעדזש אין מוח אז ער איז נאר גוט נאר אויב ער איז אזוי און אזוי, און אויב נישט איז ער א פיעס אף גארבידזש. געווענליך האבן דיע אלע זאכן איין גרויסע שייכות. ויש לעיין.
עכ"פ, די מהלך איז ווי געמענטשענד, מקבל זיין די פלאץ און מצב אין וועלעכע מען געפינט זיך, מקבל זיין אט דאס איז דו שפירסט אוואו דו קענסט דיך נישט אנפילן אינגאנצן - און דו וועסט דאס קיינמאל שפירן, מקבל זיין אז דו שפירסט אוואו ביסט נישט בשלימות - און דו וועסט דאס קיינמאל נישט שפירן, איך זאג דיר... דער מענטש פארשטיין און איינזעהן אז יעדעס מאל ער פאלט אדורך - אין רוחניות און אין גשמיות צוגלייך - איז עס וויבאלד ער האט דא פרובירט צו באקומען א געוויסע מילוי וואס איז כמובן אדורכגעפאלן, און ממילא האט די נפש געגיבן א נגיחה פאר די גאנצע מעשה און געגאנגען כאפן עפעס א גרינגע מילוי וועלעכע איז אים נאנט צו די האנט, ער גיט א כאפ עפעס א תאווה'לע א דראג א מאווי א שלאף א טרינק אלקוהול א פיל'עכל.. דאס אלעס זענען אזוינע גרינגע דראגס וואס דער מענטש קען זיך מיט זיי גרינג ממלא זיין צו יעדע צייט, און דאס איז געקומען וויבאלד די גרויסע שווערע מילוי און אידענטיטי וואס ער האט פרובירט צו קונה זיין איז אדורכגעפאלן..
און שוין.. מען קען נאך אסאך רעדן.
פאר קאמפאוט...
בינת הלב האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 26, 2023 12:36 pmפשט איז:פאָליש האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 25, 2023 10:19 am איינער האט מיר געפרעגט אזא קושיא, און איך פארשטיי נישט פארוואס דאס איז מיר נאך קיינמאל נישט שווער געווען. (כהאב שוין געטראכט א ענטפער אויך, אפשר שפעטער)
ווען איינער פאלט אראפ, דארף מען אים "אויפהייבן". ווידער ווען איינער איז נאר איינגעבויגן, דארף מען אים נאר "אונטערלאנען". דא שטייט פונקט פארקערט... "סומך ה' לכל הנופלים", איינער וואס איז אראפגעפאלן האלט ער אים נאר אונטער... סומך... און "זוקף לכל הכפופים" די וואס זענען נאר אביסל איינגעבויגן שטעלט ער אויף. וואס גייט דא פאר?
אויב איינער האט א תשובה... לאמיר הערן.
ווילאנג א מענטש האלט זיך נאך אינמיטן בייגן אויף אראפ און ער שרייט צום אויבערשטן ראטעווע מיך, וועט דער אויבערשטער אים אנטקעגן קומען און אים העלפן זיך שטעלן אויף די פיס ער זאל ווייטער קענען גיין על דרך המלך כאיתנו.
אבער איינמאל א מענטש איז שוין געפאלן און ער שרייט צום אויבערשטן פון הונטן, דא טוט שוין דער אויבערשטער גאר עפעס אנדערש, ער העלפט אים נישט אויפשטיין און צוריק-קערן לאיתנו, נאר גאט ב"ה גייט אראפ למטה מעשרה טפחים במקום הנפילה באשר הוא שם, און דארט טוט ער אים אונטערלאנען און מגלה זיין אז איך בין מיט דיר דא בשעת דו ליגסט דא אויפן ערד. גאט ב"ה העלפט אים נישט צוריקגיין צו די אלטע גוטע וועגן, ער גיט אים א נייע וועג א נייע אור וואס דאס איז: מגלה זיין די סמיכה און די עזר וואס דער אויבערשטער גיט פארן מענטש במקום ובשעת נפילה - כי בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, אז דעיס איז דיין עבודה נישט צו זיין א הולך בגבהות הדרגות והמעלות, נאר צו זיין בטל און בהכנעה ובשברון לב פאר אויבערשטן, זיין א גענצליכע מקבל פון הקב"ה און נעמען די גאנצע אידענטיטעיט פונעם אויבערשטן וואס אן אים בין איך גארנישט און מיט אים בין איך אלעס, איך קען ליגן אויף דער ערד אבער איך האב אלעס, לא תירא מפחד לילה - כי אתה השם מחסי.
#ואציעה שאול - הִנֶךָּ.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 52
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:40 am
- x 174
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
קודם, אזויווי דער עולם האט שוין געשריבן, נאר א איד דרייט זיך ארום מיט אזעלכע קשיות...
האסט שוין אמאל געזען א גוי זיך פרעגן צו ער איז עכט א גוי אפשר גאר איז א ער א איד??...
*
צווייטענס, זיי נישט אזוי מקנא דיין שכן, ווייל יענער איז מקנא 'זיין' שכן... יעדער רעדט זיך איין אז דער צווייטער האט א לעכטיגקייט... מעגליך גאר אז דיין שכן האלט אז 'דו' ביסט גאר דער מוצלח ווי וועמען ער וויל זיין...
בקיצור, ס'איז אמת אז דו דארפסט זיך מער נעמען, אבער נישט וועגן די שכן נאר וועגן דיר אליינס.
*
דריטענס, ס'זענען זיכער דא מערערע עצות וואס מען קען רעדן און מאנכע האבן שוין דא גערעדט, אבער איך וויל דערמאנען איין עצה וואס מען קען צולייגן אין יעדע פאל און דאס איז: אביסל תפלה.
פשוט, זאגן אפאר קאפיטלעך תהלים אז אין דער זכות זאלסטו אנהייבן שפירן א לעכטיגקייט אין אידישקייט, און עס זענען דא גענוג און נאך קאפיטלעך ווי דוד המלך אליין בעט עס, האירה פניך בעבדיך, תעיתי כשה אובד בקש עבדך, צמאה נפשי לאלקים מתי אבא ואראה, און נאך און נאך.
אויך, האב אביסל אינזין די והערב נא ה''א, און בפרט ביי אהבת עולם "והאר עינינו בתורתך, ודבק לבינו במצוותיך, ויחד לבבינו לאהבה וליראה את שמך". שפעטער ביי ובא לציון "הוא יפתח לבינו בתורתו וישם בלבינו אהבתו ויראתו". ועוד ועוד.
און אויך קענסטו עס זאגן פארן אייבערשטן אויף פשוטע אידיש, צו פאר יהי לרצון, צו סתם אינמיטן טאג, רעד צו דיין טאטע, זאג אים דיין פראבלעם, "טאטע אין הימל, איך וויל דיך דינען, איך וויל שפירן א קשר צו דיינע מצוות, איך וויל שפירן א יראה און אהבה ווי דו הייסט אונז אין דיין תורה, איך וויל שפירן א שייכות צו א תפלין, א שחרית, א ווארט תורה, א שמירת עינים, איך בעט דיר געב מיר עס, איך וויל דיך דינען מיט א חיות און שמחה, איך בעט דיר עפן אויף מיין הארץ" און אזוי ווייטער.
און יא, געס וואט: דער אייבערשטער הערט אויס און העלפט!! בדוק ומנוסה!
האלט עס אן פאר און טו עס טעגליך, אפילו נאר פאר דריי מינוט, בקרוב וועסטו זיכער זיכער זען ישועות. כי ה' שומע תפלת פה עמו ישראל ברחמים.
בפרט אויב וועסט עס אנהאלטן פאר פערציג טעג וועסטו זיכער זען גרויסע פלאות! יעצט האסטו טאקע בערך פערציג טעג ביז די ימים נוראים ווען מען דארף אזוי וויכטיג א הארץ צום אייבערשטן און זיינע מצוות, ירח שאיתן במצוות, איז הייב עס אן און לאז אונז וויסן וויאזוי ס'איז געווען...