איך פארשטיי בכלל נישט די נושא.פנים חדשות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:43 pmאיך פארשטיי נישט אזוי ווייט די ראיה, ווייל אויך אויב האט די סאטמער רב געהאלטען אז גיין צו בחירות איז (ערגער פון) די שלש חמורות, פארוואס קען ער נישט מכבד זיין אנדערע רבנים וואס דינגען זיך אויף דעם, אויך על הצד אז זיי מאכען א זיכערע טעות (לדעתו)?וזה ברור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:14 pm וויל איך טענה'ן, ווען סאטמארער רב האט מקרב געוועהן די באיאנער רבי, ער האט מקרב געוועהן וויזניצער רבי ער איז געגאנגען שפאצירן, ער האט זיך מתייחס געוועהן מיט כבוד! מיינט עס אז מ'מעג אן אפיקורס מתייחס זיין מיט כבוד? ער האט דאך געזאגט אז ווען מ'גייט צו די בחירות איז מען עובר אויף די שלוש עבירות חמורות, מעג מען אזוי טוהן?.. ווי קענסטו מקרב זיין איינער וואס איז עובר אויף די שלוש עבירות חמורות? איז א ראיה אז ער האט אליינס אויך נישט אזוי געהאלטן! ער האט אליין אויך נישט אזוי געהאלטן! ס'איז א ראיה, אז ער האט אליין אויך נישט אזוי געהאלטן!
צו דען קען נישט זיין א מחלוקת אין הלכות ע"ז וכדו'? די באקאנטע גמרא אנפאנג יבמות פון ב"ש וב"ה שלא נמנעו מלישא נשים זה מזה, רעדט דאך פון א מחלוקת בדיני עריות שחייבות בכרת? ווי אויך איז דאך דא א קרבן מיוחד פאר א פאל וואס בי"ד האט בטעות מתיר געווען א איסור ע"ז.
ווער "מיינט" אז סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אויף די אגודה פונקט ווי מזרחי?
ווער "מיינט" אז סאטמאר רב ז"ל האט געהאלטן אז איינער וואס גייט צו בחירות איז אן אפיקורס?
ווער "מיינט" די אלע זאכן אז מ'דארף עס גאר אויסקלארן מיט א ראי' פון גיין באזוכן? דאס איז דאך דברים פשוטים מאוד לכל בר בי רב.
די ערשטע אגודיסטישע גדול וואס געוויסע האבן פרובירט אראפצושטעלן (פאלשערהייט) ווי אן אפיקורס נוסח מזרחי, איז געווען הרב שטיינמאן ז"ל. אבער דאס איז צוגעגאנגען דורך א פערזענליכע שמוץ קאמפיין. נישט פשוט ווייל "אגדוה איז ווי מזרחי".
סוי, די גאנצע נושא איז עפעס אזוי דאמירן בעלמא.