רבי מאיר דן רפאל פלאצקי ז"ל, דער כלי חמדה - ו' ניסן תרפ"ח

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי מאיר דן רפאל פלאצקי ז"ל, דער כלי חמדה - ו' ניסן תרפ"ח

פאוסט דורך מירון »

בן רבי חיים יצחק (בער) פלאצקי ז"ל. רבותיו: רבי ישראל יהושע מקוטנא, בעל נפש חיה מקאליש, בעל אבני נזר זצ"ל מסוכוטשוב. רב בעיר: דוואהרט, אוסטראווצא, לומאזש ובסוף ימיו ריש מתיבתא ב"מתיבתא ד'ווארשא".

רבי מאיר דן פלאצקי איז בעיר באקאנט מיט זיין ספר כלי חמדה, די סיבה דערביי איז, ווייל נאכדעם וואס דער ספר איז ערשינען לאור עולם, האט די וועלט גע'רעש'ט דערמיט. עס איז באקאנט אז זיין מאמע האט אריינגעלייגט אין אים א געוואלדיגע אהבת התורה, ממש פון אלץ פיצל קינד, נאך פאר ער האט אפילו אנגעהויבן צו לערנען א ווארט תורה.

מעשה: הגאון הנ"ל, איז ארומגעפארן ארום די וועלט און זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא צו שאפן געלט פאר די באקאנטע "מתיבתא ד'ווארשא" וואס איז בשעתו געווען די גרעסטע ישיבה אין אייראפע.

איינמאל ווען ער איז געווען אין "עיר הבירה לאנדאן" איז געקומען א איד צו אים זאגן אז ער האט גאר אן אלטן טאטן וואס ער האט זייער אים געוואלט געוואלט זען, אבער מרוב זקנתו האט ער קיין כח צו קומען צו אים. בעט ער זייער ער זאל קומען צום טאטן. רבי מאיר דן האט אים געזאגט, אז ער וואלט גערן געקומען, אבער ער יאגט זיך אין וועג אריין. עטליכע מינט שפעטער האט איינער מודיע געווען פאר רבי מאיר דן, אז דער זקן איז געווען וואס האט פארשאַפט די כתבי ידות פון "רבינו חננאל אויף מסכת פסחים" און געדרוקט. האט רבי מאיר דן באלד פרקיווערט דעם וועג און געגאנגען באזוכן דעם זקן און ער האט געזאגט: גאנץ כלל ישראל איז מחויב מכיר טוב דעם איד פאר זיין טייערע מתנה וואס ער האט אונז געגעבן! אזוי שטארק האט מחשיב געווען תורה, אפילו עס איז געווען איין ראשון אויף איין מסכת אין ש"ס! (ספר חוט המשולש).

מדבריו הקדושים: אין זיין באקאנט ספר כלי חמדה פרעגט ער אויפן פסוק (בראשית יח, טז), "ויקמו משם האנשים וישקפו על פני סדם", לכאורה וואס איז דער איבעריג ווארט "מִשָׁם"? ענטפערט ער, "מִשָׁם" מיינט דאס הויז פון אברהם אבינו. וויבאלד די מלאכים האבן געזען די גרויסע חסד פון אברהם אבינו, ווי שיין און ווי גוט ער געט זיך אפ מיט אורחים האט זייער אויפגערעגט די מלאכים ווי די מענטשן פון סדום פירן זיך אויף ממש דאס פארקערטע, מיט אזויפיל רשעות.

ומנחתו כבוד בעיר הבירה ווארשא יצ"ו. זי"ע
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 488
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 671

Re: רבי מאיר דן רפאל פלאצקי ז"ל, דער כלי חמדה - ו' ניסן תרפ"ח

פאוסט דורך שמייכלדיג »

@מירון וואס איז געווען די קכ"ב אינעם קעפל, און פארוואס איז עס אראפ?
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי מאיר דן רפאל פלאצקי ז"ל, דער כלי חמדה - ו' ניסן תרפ"ח

פאוסט דורך מירון »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:53 pm @מירון וואס איז געווען די קכ"ב אינעם קעפל, און פארוואס איז עס אראפ?
גוטע שאלה, תירוץ פריוואטע ענינים
שרייב פאוסט