די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
א יוני אין שוויץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:53 am
x 123

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך א יוני אין שוויץ »

איין קלייניקייט שטערט מיר דא אביסל, איך ווייס נישט אויב די רביים זענען ביזי מיט די בילדער (ליין: לכאורה נישט),
אבער אויב די פלאץ אראפצורייסן אלע גרויסע קהילות מיט די רביים שליט"א איז אויף די אינטערנעט אויף א פאבליק פלאטפארמע (וואס קיין איינע פון די רביים אויסגערעכנט האבן אין די לעבן נישט געזען אדער אזאנס גלייכן),
איז לכאורה זייער א פאסיגע וועג צו צוברענגן יודן לאבינו שבשמים דורך פראפעסעניאלע בילדער און ווידיאו'ס...
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך מירון »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:43 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm וואס זאגט עטס טייערע אינגעלייט אויף דעם?

פאר איך גיי ווייטער אלע טוען דאס!

מ'מאכט א גרויסע מסיבה פאר תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות און די קהלה נעמט אויף [הוא העיקר, וביודעי ומכירי קאמינא] א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער אז דו שיינע בילדער זאלן קענען ערשיינען אין אלע פאבליקאציעס.

פארוואס האט א קהלה אן אינטרעסע צו צאלן געלט פאר א פראפעסיאנאלע בילדער מאכער? נישט צו קענען בויען און ווייזן ווי שטארק מיין קאמפאני איז? איין מ'האלט דאך דא אינמיטן יסודות הדת - תשובה, תיקון המעשים אדער ניי פעסטע תקנות? און וואס האסטו אינזין?

איך פערזענליך גרויל מיך פון די בילדער געמאכאכץ.

אבער, דאס איז דער היינטיגער מציאות. קענסט דן זיין לכף זכות אז די ראשי קהילה דארפן עס פאר פאנדרעיזינג, און אויך, אפשר פאר אטענשן, און אויך, אפשר ווייל אויב דער קאמפאטישן האט עס וועלן מענטשן האבן טענות פארוואס איך האב עס נישט, וכהנה וכהנה.

אבער איך הייב נישט אן צו כאפן וואס דאס האט מיט די רוחניות פון די קהילה.

מילא א קהילה וואס האט "נאר" דאס, ס'הייבט זיך אן ביי בילדער און ס'ענדיגט זיך ביי בילדער, פארשטיי איך דיין טענה. און דאס איז אייגנטליך די קעיס פון געוויסע וואס רעדן טאקע קעגן אלעמען (און איך מיין גראדע נישט רבי מאטל זילבער שליט"א, ער פארקויפט למעשה אסאך מער ווי בילדער, ואכ"מ).

אבער א קהילה, חסידות אדער ביהמ"ד וואס איז א פעקטארי פון תורה, מצות, חסידות, ווערט נישט אפגעפרעגט מיסוד מיט דעם וואס דער גבאי / ראה"ק / שוואנץ / משמש האט ליב בילדער מיט אטענשן. קענסט גערן מגנה זיין די זאך, אבער נישט די קהילה.
די אישו איז, אז ס'איז נישט נאר די בילדער. נאר די דוגמא פון בילדער איז גרינגער ארויסצוברענגען אויפן פאפיר.

ס'איז די אויפגעריסענע מסיבות פול מיט גשם, כגון רופן לצים צו א הכרת הטוב מסיבה, ווי מיר האבן שוין צוגעוויזן, אבער געדענקן דאס איז נאר דוגמא וואס מ'קען צוצייגן, כמעט אלע קהילת און מוסדות, רביסטוועס טוען דאס.

אזוי אויך אני ואפסי פראגראמען - יעדער פרובירט צו בויען זייער ברענד - בויען זייער פירמע, דורך מאכן טייערע עולם הזה'דיגע מסיבות און מאכן דערפון מאכן פרעפעסינאלע בילדער - אויסשטעלן טישן אויף אן אויפן אז די בילדער זאלן צייגן - מ'דארף דרינגענד מאכן אן אימעטש פאר מענטשן מבית ומבחוץ.

ס'פרעגט טאקע נישט אפ די קהילה, אבער מיר אלע זענען געגאנגען צו ווייט און עס דארף א תיקון.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2002

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך יום טוב »

מירון האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:10 pm
► Show Spoiler

א קהילה מאכט אן אויפגעריסענע מסיבה פאר עסקנים איז דאס סתם פאנדרעיזיג האט גארנישט מיט די רבי/רב

רופן ליצים צו מסיבות אז אן עוולה האט אבער אויך גארנישט מיטן רבין/רב לכאורה ווייסט דער רבי/רב ניטאמאל איבער דעם

מסיבות טישן פאר בילדער ווייס איך נישט וואס איר רעדט פון , אפשר מאכטט מען די שיינע טיש פארן טיש ווער רעדט דיך איין אז דאס איז פארן בילד, גיב א דוגמא וואס איר מיינט , אודאי דער בילדער מאכער טראכט פונעם בילד אבער וואס טוט מען אנדערש פארן בילד?
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך מירון »

ס'דא א פרומע קהילה - רביסטווע אין ארץ ישראל, וואס אלעמאל ווערט זייערע חתונות ארויפגעלייגט אויף יוטוב פראפעסינאל. כ'האב אמאל געפערעגט איינע פון זייערע עסקנים הלמאי? פרעגט ער מיר דו האסט יוטוב? פון וואו ווייסטו? זאג איך אים היינט איז אן אפענע וועלט, מ'ווייסט אלעס און פון מיר אראפרייסן וועט די פראבלעם נישט אוועקגיין!

זאגט ער מיר, אז סאיז א פריווייטע אינטערנעמונג, ס'האט גארנישט מיט די קהילה - רביסטווע. פרעג איך אים פארוואס פארשיקט מען אים נישט ווען ער קומט אריין אין שוהל?

קומט ער מיט א דריטן תירוץ אז מ'דארף דאס פאר די פאנדרעיזינג אפאראט...

איז דאס נארמאל?
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך א טויב »

מירון האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm ס'דא א פרומע קהילה - רביסטווע אין ארץ ישראל, וואס אלעמאל ווערט זייערע חתונות עס ארויפגעלייגט אויף יוטוב פראפעסינאל. כ'האב אמאל געפערעגט איינע פון זייערע עסקנים הלמאי? פרעגט ער מיר דו האסט יוטוב? פון וואו ווייסטו? זאג איך אים היינט איז אן אפענע וועלט, מ'ווייסט אלעס און פון מיר אראפרייסן וועט די פראבלעם נישט אוועקגיין!

איר רעדט פון די קהילא וואס פארדעקט די זייגער אויפן גרויסן סקרין און ביהמ"ד ווייל אונדערהיים איז נישט געווען א זייגער און ביהמ"ד?

נאר א ווערטל.

ער איז אבער גערעכט מיט זיין קשי' פון ווי ווייסטו?
BMG האט אויך?
איך גלייב 770 האט!
בקיצור זארג דיר פאר דיר און דיינע דורות! קוק נישט און יענעמס טעלער.

זיי/ער האט זיך לכתחילא געשטעלט אויף אן אנדערען וועג/לעוועל אין אידישקייט ווי אונז.
עס איז דא ליידער עסעמילירטע אידן.
עס איז פארהאן קאנסערוויטיווע אידן.
אזוי אויך יאונג איזראעל.
אזוי ווייטער און ווייטער...

למשל ביי מאנכע איז דא א שטארקע וואנט צווישן סאטמאר און סאטמאר פון אלע זייטן זענען פארהאן אזאלעכע אידן וואס קוקן נישט ארויס פון זייער טעלער.
א גוטן מועד
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:02 pm
x 33

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך א גוטן מועד »

איך ווייס בבירור אז האדמו''ר מתולדות יהודה האט נישט געזאגט די געברענגטע דרשה,
די רבי רעד טאקע אסאך פון זיין מקושר צו א רבי אויף א אופן וואס ברענגט נענטער צום אייבערשטען, און אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מיטן קאכען אגאנצן טאג מיט די חיצונות פון די חסידות אדער רבי'ן ווערט מען א משהו נענטער צום אייבערשטען, די נקודה איז א זאך וואס יעדער איז מודה אבער ווייניג רעדן דערפון אזוי אפען, די געברענגטע דרשה קומט לכאורה פון איינעם וואס האט צוברייטערט די נקודה און עס ארויף געשמירט אויפן רבי'ן,
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך מירון »

א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:26 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:21 pm ס'דא א פרומע קהילה - רביסטווע אין ארץ ישראל, וואס אלעמאל ווערט זייערע חתונות עס ארויפגעלייגט אויף יוטוב פראפעסינאל. כ'האב אמאל געפערעגט איינע פון זייערע עסקנים הלמאי? פרעגט ער מיר דו האסט יוטוב? פון וואו ווייסטו? זאג איך אים היינט איז אן אפענע וועלט, מ'ווייסט אלעס און פון מיר אראפרייסן וועט די פראבלעם נישט אוועקגיין!

זאגט ער מיר, אז סאיז א פריווייטע אינטערנעמונג, ס'האט גארנישט מיט די קהילה - רביסטווע. פרעג איך אים פארוואס פארשיקט מען אים נישט ווען ער קומט אריין אין שוהל?

קומט ער מיט א דריטן תירוץ אז מ'דארף דאס פאר די פאנדרעיזינג אפאראט...

איז דאס נארמאל?
איר רעדט פון די קהילא וואס פארדעקט די זייגער אויפן גרויסן סקרין און ביהמ"ד ווייל אונדערהיים איז נישט געווען א זייגער און ביהמ"ד?

זיי/ער האט זיך לכתחילא געשטעלט אויף אן אנדערען וועג/לעוועל אין אידישקייט ווי אונז.
ניין, דיזע פארופען זיך גראדער פרומער פון אונז!
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 570

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך א טויב »

מירון האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:39 pm
► Show Spoiler
ניין, דיזע פארופען זיך גראדער פרומער פון אונז!
עס ברויך נישט אויסמאכן ביי אייך ווי אזוי דיזע פארופען זיך.
די ארויסגעבער פון דורותינו פארופען זיך אויך פרומער ווי מיין קהילא. אבער ביי מיר זענען זיי מפרח אדרעך און דרעך.

FYI איך בין פון סאטמאר ק"י
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1926
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2294

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

פאוסט דורך שבת קודש »

מירון האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:43 pm
מירון האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:01 pm
אזוי אויך אני ואפסי פראגראמען - יעדער פרובירט צו בויען זייער ברענד - בויען זייער פירמע, דורך מאכן טייערע עולם הזה'דיגע מסיבות און מאכן דערפון מאכן פרעפעסינאלע בילדער - אויסשטעלן טישן אויף אן אויפן אז די בילדער זאלן צייגן - מ'דארף דרינגענד מאכן אן אימעטש פאר מענטשן מבית ומבחוץ.

ס'פרעגט טאקע נישט אפ די קהילה, אבער מיר אלע זענען געגאנגען צו ווייט און עס דארף א תיקון.
דאס איז א דירעקעטע תוצאה פון די קאמפטישן וואס הערשט אין די חסידות'ער וואס האבן זיך צוטיילט ווי יעדער מוז זיך אהערשטעלן מעכטיג

אסאך זאגן אז למעשה איז די קאמפטישן א גוטע זאך ס'ברענגט סערוויסעס פארן ציבור אנדערע זאגן אז ס'איז שכרו יצא בהפסדו
[א יעצטיגע לעבעדיגע ביישפיל געב א קוק די הערליכע בילדער פון א נייע ביהמ''ד אין בלומינגריוו וואס האט זיך געבויט נאר אדאנק קאמפטישען]
פקק
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:49 pm
Location: עיה"ק ירושלם תובב"א
x 31

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פקק »

א גוטן מועד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:27 pm איך ווייס בבירור אז האדמו''ר מתולדות יהודה האט נישט געזאגט די געברענגטע דרשה,
די רבי רעד טאקע אסאך פון זיין מקושר צו א רבי אויף א אופן וואס ברענגט נענטער צום אייבערשטען, און אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מיטן קאכען אגאנצן טאג מיט די חיצונות פון די חסידות אדער רבי'ן ווערט מען א משהו נענטער צום אייבערשטען, די נקודה איז א זאך וואס יעדער איז מודה אבער ווייניג רעדן דערפון אזוי אפען, די געברענגטע דרשה קומט לכאורה פון איינעם וואס האט צוברייטערט די נקודה און עס ארויף געשמירט אויפן רבי'ן,
די גאנצע באוועגונג פון די משיחיסט׳ן אין חב״ד קומט אויכעט פון דעם אז חסידים פארשטייען זייער גוט צו זייער רבי און זיי לערנען אים אפ אזויווי ער האט זיי געלערנט. ס׳הייסט אויף ענגליש ״ביטווין דע ליינס״. מיר גייט נישט אן צו ער האט געזאגט בלשון קדשו אדער נישט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6339
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14491

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוטן מועד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:27 pm איך ווייס בבירור אז האדמו''ר מתולדות יהודה האט נישט געזאגט די געברענגטע דרשה
ייש"כ פאר'ן אויסקלארן.

כ'האב הנאה צו הערן.
איני יודע
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:52 pm
x 6

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך איני יודע »

פקק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:57 pm
א גוטן מועד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 1:27 pm איך ווייס בבירור אז האדמו''ר מתולדות יהודה האט נישט געזאגט די געברענגטע דרשה,
די רבי רעד טאקע אסאך פון זיין מקושר צו א רבי אויף א אופן וואס ברענגט נענטער צום אייבערשטען, און אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז מיטן קאכען אגאנצן טאג מיט די חיצונות פון די חסידות אדער רבי'ן ווערט מען א משהו נענטער צום אייבערשטען, די נקודה איז א זאך וואס יעדער איז מודה אבער ווייניג רעדן דערפון אזוי אפען, די געברענגטע דרשה קומט לכאורה פון איינעם וואס האט צוברייטערט די נקודה און עס ארויף געשמירט אויפן רבי'ן,
די גאנצע באוועגונג פון די משיחיסט׳ן אין חב״ד קומט אויכעט פון דעם אז חסידים פארשטייען זייער גוט צו זייער רבי און זיי לערנען אים אפ אזויווי ער האט זיי געלערנט. ס׳הייסט אויף ענגליש ״ביטווין דע ליינס״. מיר גייט נישט אן צו ער האט געזאגט בלשון קדשו אדער נישט.
דו פקק ניטא קיין חסידים נישטא קיין געלערענעכט'ס, איינעם האט זיך עפעס ציגעדאכט אז די דרשה איז פון ר' מאטיל ותו לא מידי
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 623

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך הר ההר »

איני יודע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:06 pm קריכט'ס אראפ פון בוים איך בין געווען ביי ר' מאטיל אלע טישן ער האט דאס נישט געזאגט!
אויב דרייעט איר זיך טאקע אזוי סאך ביי אים ווייסט איר אז שוין עטליכע מאל וואס ער האט גערעדט ברבים און געניצט ממש די לשונות. אויב איז עס נישט פון דע יאר איז פון א יאר פריער.... דאס איז זיין געדאנקען ג'אנג. און דאס איז זיין וועג פון רעדן!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1874
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5171

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך נקודות טובות »

די גאנצע נושא איז בבחינת או לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. יעדער פארשטייט גאנץ גוט ביי זיך אז עס איז דא געוויסע פראבלעמען. פריוואטע פליגער... שוואוילטאג וויקאציעס... די טייערסטע שטריימלעך.... גשם וואס פרעזידענטען פון רוב לענדער ווייסען נישט פון.... אבער ווי געזאגט אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. זאל יעדער וויסען ביי זיך דעם אמת, און כמדומה אז עס פעלט נישט אויס אראפצורייסען נישט ברבים, און נישט ביחידות. קיינער איז נישט נעריש, יעדער פארשטייט גאנץ גוט די נושא. (פארשטייט זיך אז ביי די אייגענע רבי פארענטפערט מען עס, אבער ביים רבי'נס ברודער/נעפיו פארשטייט מען גאנץ פיין)
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
פנים חדשות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 186
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:50 pm
x 336

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פנים חדשות »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:44 pm די גאנצע נושא איז בבחינת או לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. יעדער פארשטייט גאנץ גוט ביי זיך אז עס איז דא געוויסע פראבלעמען. פריוואטע פליגער... שוואוילטאג וויקאציעס... די טייערסטע שטריימלעך.... גשם וואס פרעזידענטען פון רוב לענדער ווייסען נישט פון.... אבער ווי געזאגט אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. זאל יעדער וויסען ביי זיך דעם אמת, און כמדומה אז עס פעלט נישט אויס אראפצורייסען נישט ברבים, און נישט ביחידות. קיינער איז נישט נעריש, יעדער פארשטייט גאנץ גוט די נושא. (פארשטייט זיך אז ביי די אייגענע רבי פארענטפערט מען עס, אבער ביים רבי'נס ברודער/נעפיו פארשטייט מען גאנץ פיין)
דאס גייט האנט ביי האנט, און היות דאכט זיך איז די מציאות אז גאנץ אסאך פארשטייען נישט דעם נושא, און ביי זיי איז ליידער באמת גשמיות די עיקר, און זיי כאפען בכלל נישט די פראבלעם פון אזא סארט הנהגה, ממילא קען מען פארשטיין פארוואס ס'פאדערט יא דאס אראפצורייסען, לפחות ביחידות פאר די אייגענע אנשי שלומו, אז זייערע קעפ זאלען זיין גראד.

מאידך גיסא, קען מען הערן אז בזמנינו ווען ס'ליגט אזויפיל טאנען פון פרעשור אויף די מנהיגי הקהילות הגדולות, פון די מוסדות וכו', א זאך וואס איז נישט געווען א מעין דמעין דערפון אמאליגע צייטען, פעלט זיך פיל מער אויס פאר די הרחבת הדעת די באקוועמליכקייטען און וואקאציעס אד"ג, און מ'זעהט דאך אז אמאל זענען אויך די רבנים און רבי'ס געגאנגען צו מארינבאד אא"וו אויף וואקאציע, א זאך וואס בדר"כ האבען זיך עס נאר עשירים ערלויבט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

פארוואס איז אין בית המקדש אלעס געווען אזוי שיין און מלכותדיג? פארוואס זענען די אמאליגע שילן אזוי טייער געבויט? ווייל די טבע איז אז דאס ברענגט א רעספעקט אין הארץ. פאר די זעלבע סיבה זאל א רבי האבן א שיינע שטריימל און פליען מיט א פרייוועט דזשעט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

ווער עס האט א פראבלעם מיט דעם איז געווענליך אדער א פלעינע געפערליכע בעל תאוה וואס קען נישט אויסהאלטן צו זען עפעס און נישט קענען האבן. אדער א אומפארגינער. אדער האט ער פשוט פיינט רביס און געווענליך נישט פאר ערליכע סיבות
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2002

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך יום טוב »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:44 pm די גאנצע נושא איז בבחינת או לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. יעדער פארשטייט גאנץ גוט ביי זיך אז עס איז דא געוויסע פראבלעמען. פריוואטע פליגער... שוואוילטאג וויקאציעס... די טייערסטע שטריימלעך.... גשם וואס פרעזידענטען פון רוב לענדער ווייסען נישט פון.... אבער ווי געזאגט אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. זאל יעדער וויסען ביי זיך דעם אמת, און כמדומה אז עס פעלט נישט אויס אראפצורייסען נישט ברבים, און נישט ביחידות. קיינער איז נישט נעריש, יעדער פארשטייט גאנץ גוט די נושא. (פארשטייט זיך אז ביי די אייגענע רבי פארענטפערט מען עס, אבער ביים רבי'נס ברודער/נעפיו פארשטייט מען גאנץ פיין)
אוי לך אם תאמר וטוב לך אם לא תאמר
חסידים שטעלן צו פאר זייער רבי די בעסטע שייך, און אזוי ווי די גמרא זאגט גדלהו משל אחיו
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

די קהילות און מוסדות דארפן געלט. די וועג וויאזוי מען שלעפט היינט ארויס געלט איז מיט מאכן אינטערסאנטע זאכן. אויב איז ליידער איינגעפירט אז אינגעלייט פארברענגען מיט ענטערטעינמענט קען מען נישט מאכן א צוזאמקום אן דעם ווייל עס ווערט א גאנצע יאך אנשטאט א פריווילעדזש
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

און וואס איז פראבלעם אז מען שטעלט צו פראפעסיאנאלע בילדער?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

קאכן אין חיצוניות איז א פראבלעם ווען מען פארמאכט דעם וועג צו פנימיות. געווענליך איז די חיצוניות מעורר דעם פנימיות אזוי האבן אונזערע רביס אונז געלערנט
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך מירון »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:09 am פארוואס איז אין בית המקדש אלעס געווען אזוי שיין און מלכותדיג? פארוואס זענען די אמאליגע שילן אזוי טייער געבויט? ווייל די טבע איז אז דאס ברענגט א רעספעקט אין הארץ. פאר די זעלבע סיבה זאל א רבי האבן א שיינע שטריימל און פליען מיט א פרייוועט דזשעט
הגם איך הער אייער פוינט וואס איר ווילט מאכן, אבער די תוכן פון דעם תגובה איז באמת נעבעך.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2310

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך מירון »

אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:28 am און וואס איז פראבלעם אז מען שטעלט צו פראפעסיאנאלע בילדער?
קודם סתם בילדער, פאר מ'גיימער אריין אין פראפעסיאנאלע בילדער:

דער צאנזער רב איז געווען זייער קעגן בילדער.

רבי ישעי'לע קערעסטירער האט אזוי געוואלט מ'זאל פארניכטן דעם איינציגן בילד וואס מיר האבן פון אים.

אונזערע רביס האבן געזאגט אז די נשמה האט נישט קיין מנוחה ווען בילדער זענען דא אונטען אויפן עולם הזה.

בעלזער רב [רבי אהרן] איז געווען זייער קעגן בילדער.

דער סאטמער רב איז געווען קעגן בילדער. איך געדענק ווען מ'פלעגט אפיצעל אוועקנעמען קעמרעס אין סאטמער ביים ברך משה אויב איינער האט זיך דערוואגט צו נעמען א בילד.

וויזניצער רבי ז"ל (מאמר מרדכי) איז געווען קעגן בילדער.

ועוד ועוד

זאל היינט זיין א קהלה און אפיציעל אויפנעמען א בילדער מאכער?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

בדחנים זענען נישט ליצים. איך פארשטיי די קעגנערשאפט צו מאכן א מסיבה און ברענגען בדחנים אבער שוין געשריבן אז דאס איז היינטיגע מהלך פון פאנדרעיזינג
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2715
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3072

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:42 am
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 10:28 am און וואס איז פראבלעם אז מען שטעלט צו פראפעסיאנאלע בילדער?
קודם סתם בילדער, פאר מ'גיימער אריין אין פראפעסיאנאלע בילדער:

דער צאנזער רב איז געווען זייער קעגן בילדער.

רבי ישעי'לע קערעסטירער האט אזוי געוואלט מ'זאל פארניכטן דעם איינציגן בילד וואס מיר האבן פון אים.

אונזערע רביס האבן געזאגט אז די נשמה האט נישט קיין מנוחה ווען בילדער זענען דא אונטען אויפן עולם הזה.

בעלזער רב [רבי אהרן] איז געווען זייער קעגן בילדער.

דער סאטמער רב איז געווען קעגן בילדער. איך געדענק ווען מ'פלעגט אפיצעל אוועקנעמען קעמרעס אין סאטמער ביים ברך משה אויב איינער האט זיך דערוואגט צו נעמען א בילד.

וויזניצער רבי ז"ל (מאמר מרדכי) איז געווען קעגן בילדער.

ועוד ועוד

זאל היינט זיין א קהלה און אפיציעל אויפנעמען א בילדער מאכער?
די מציאות איז היינט אז עס איז א וועלט פון בילדער און כמעט אלע היינטיגע רביס האבן זיך געבראכן און ערלויבן עס ווייל זיי זען א תועלת. ווען זענען אונז זיי צו טשעלענדזשן?
שרייב פאוסט