שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 6:00 pm סיגוט האט מען קיינמאל געשטעלט אין די ליניע פון געווענליכע בתי מדרשים פאר א קהלה צו דעקן ישובים.

פשוט, א סיגוט'ער אייניקל האט זיך אריינגעלייגט עס אויפצובויען, און העפענס טו בי, איך האלט גראדע נישט סהאט אויסגעפעלט צו גיין אזוי מאסיוו.

עניוועי. ער מעג. ס'זיין געלט.
מיינסט צוזאגן אז אין ב"ג מאכט עס מער סענס... ווייל מען טוט דאס כאטש מיט א מטרה צו בויען דעם געגנט
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: שמועסען ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

בלומען האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:58 pm
יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:54 pm
בלומען האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:52 pm

ווער רעדט דא פון וואס מהר"א זאגט אויב ס'מיינט עפעס?
ער ברענגט א קאפ שטיק אז בית יעקב שרייבט אויף זייער שול קרית יואל, זאג איך אז דאס ווייזט וואס די בויער פון בית יעקב שול וויל, און נישט וואס די איינוואוינער ווילן
די איינוואוינער האבן געוויזן ביי די וואלן, צום טויזנט-און-איינ'טן מאל, אז זיי האבן נישט געגליכן UJC'ס באשלוסן אויף איינס אדער מערערע סיבות
קיינער איז נישט געלאפן דאן אויף א טיקעט אז ער וועט יא דאס רופן קרית יואל, פונקט פארקערט (נאכאמאל, צום טויזנט-און-איינ'טן מאל), ר' חמק איז געלאפן אויף א טיקעט אז UJC איז צי גרינג מיט דעוועלאופערס, ס'נאך געווען פיל בעפאר די שכונות און מ'האט בכלל נישט גערעדט פון קרית יואל דאן
און גערעכט, UJC באשלוס'ט אויך נישט וויאזוי ס'זאל דא הייסן, כאטשיג א טייל טוען זיי כסדר באשמירן אז זיי האבן איין איינציגע ציל בלא בלא,
נאכאמאל, אויב דו ווילסט ברענגען א ראי' פון צעטלע אזער שולן וויאזוי דא הייסט, ברענג א ראי' פון די איינוואוינער זעלבסט, ווייל די איינוואוינער זענען נישט די וואס האבן געבויעט די אויבנדערמאנטע שולן
שוים טויזענט מאל געזאגט אז די איינוואינער פון די ספעציפישע געגנט קענען עס נישט אפטיילן פון קר"י חוץ מזה זענט איר נישט די וואטזאגער פון די איינוואוינער, איר זענט א יחיד , די קהילות זענען יא די ווארטזאגער
קיינער איז נישט קיינעם'ס ווארט זאגער
יעדער איז זיין אייגענעם ווארט זאגער
און וואס איך זאג דיר איז, אז רעדנדיג צו די אנדערע איינוואוינער שטעלט זיך ארויס אז קיינער איז נישט אינטרערסירט אין די גאנצע קאפ דרייעניש, און ווען בית יעקב שרייבט קרית יואל אויף זייער ביהמ"ד האט עס גארנישט מיט וואס די איינוואוינער ווילן. און יא, ס'ווייזט אז די קרית יואלע קהילה וויל אזוי, גארנישט מער
גוד לאק
@בלומען זה משאמר הכתוב אז מ'זאגט אזוי לאנג די ליגנט ביז מ'גלייבט אליין אז עס איז אמת
כתב וקול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:35 pm
Location: ניו יארק
x 82

Re: שמועסען ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך כתב וקול »

240df14f-5bcb-4203-92de-5a2803cb06d5.jpeg
240df14f-5bcb-4203-92de-5a2803cb06d5.jpeg (305.07 KiB) געזען געווארן 1143 מאל
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

בייגעלייגט לייג איך ארויף אן אינטרעסאנטער אייגנארטיגער אימעיל וואס אן עסקן האט היינט ארויסגעשיקט צו א ברייטע גרופע פון לאקאלע עסקנים חשובים למען המשכת עיר הקודש קרית יואל אין אונזער געגנט:

דערציילט מיר היינט איינער פון די חשוב'ע חברים שיחי' אז איינער האט אים געזאגט, דא איז קרית יואל? לאמיר זעהן זאלסט עס שרייבן אויף ענעוועלאופ עמער זעהן צו ס'וועט אנקומען,

כאטש מיר אלע ווייסן די נארישקייטן וואס יענער זאגט, וויבאלד "פסח" "פורים" און "שבת קודש" און אלע אנדערע אידישע טעג און רוחניות'דיגע מסגרת'ן, אויב מען זאגט עס פאר'ן גוי ווייסט ער נישט וואס דו ווילסט פון אים, אבער מיר ווייסן אז דאס איז די אמת,

די זעלבע קרית יואל איז נישט א גשמיות'דיגע ווילעזש, ווען דער רבי האט געבויט קרית יואל איז בכלל נישט געוועהן קיין פלאן צו אהערשטעלן א רעגירונג, 4 יאר האט מען עס גערופן די "שטעטל קרית יואל" און ס'איז סך הכל געוועהן א פאר גאסן אין טאון אף מאנרא,

די זעלבע אין בני ברק ווי דער רבי האט געבויט זיין שטאט, זיין שיכון אינמיטן בני ברק, און ווי ר' בנציון יאקאבאוויטש שרייבט, האט ער דן געוועהן עפ"י די הלכה וויפל הייזער ס'הייסט א שטאט, א שכונה, מען האט בכלל נישט געחלומ'ט אז דעם רבינ'ס שטאט האט עפעס מיט מוניציפאלע גרעניצן,

קרית יואל איז די אידישע נאמען פון אונזער הייליגע ישוב וואס דער רבי האט אהערגעשטעלט אין טאון אף מאנרא, און במשך די יארן האט זיך עס אויסגעשפרייט איבער טאון אף פאלם טרי, טאון אף מאנרא, ווילעזש אף ס. בלומינגראוו, וואודבערי, ווילעזש אף מאנרא, אבער אלעס איז איין גרויסע הייליגע ישוב קרית יואל וואס שפרייט זיך אויס איבער אלע מוניציפאלע גרעניצן פון אונזער גאנצע געגנט!

יעצט צום ענין, למעשה האט זיך אונזער חבר נישט געפאולט, און יא געוואלט אויפווייזן פאר דעם מערער אז ער איז נישט גערעכט בבחינת עם עקש תתפתל, און ער האט ארויסגעשיקט 2 ענוועלאופס צו זיין אדרעס אין שכונת זרע קודש, איינס האט ער אדרעסירט צו "שכונת זרע קודש קרית יואל" און איינס פלעין "קרית יואל".

צו זיין גרויס איבעראשונג זענען ביידע אנגעקומען...

זעה דא בייגעלייגט די 2 בריוון...

יא, עם עקש תתפתל....
פיילס
envelope 2.JPG
envelope 1.JPG
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 574

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:50 pm
יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:47 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:44 pm

ס'איז נאכנישט דא איבער גרעיטער ניו יארק אזא מאסיווע געגנט בית המדרש, עפעס פונקט אין בלומינגראוו וואו עס וואינען כעת 126 חסידי סאטמאר מהרי''י צוזייט איבער עטליכע 'סקווער מייל' און האבן שוין א הערליכע בית המדרש אויף דועלק, און מ'האלט נאך 'יארן' אוועק פון א מאסן דירות דעוועלעפינג.

און אפילו נאך א מאסן דעוועלעפינג גייט די גרויסע בית המדרש נישט זיין פול. חסידי מהרי''י זענען נישט אזוי אנציקט פון דאווענען אין גרױסע צענטראלע בתי מדרשים.

ער מעג טון וואס ער וויל מוט זיין געלט, ס'איז פשוט אינטערסאנט.
נו וואס האלט איר זאל ער טון ? נישט בויען? בויען נאר 250 זיצן און נאכדעם אראפווארפן און בויען גרויס ? ס"ה בויעט ער יעצט גרעסער ווי מען דארף און מיט די יארן וועט זיך דאס אנפולן און דאס גיבט אויך אן אפעטיט פאר מענטשן צו קומען וואוינען ווייל אונז האב מיר דארט א מעכטיגע שול
אקעי.

מען קען בויען א גרויסע ביהמ"ד מיט 500 זיצן, וואס זאל קאסטן ווינציגער ווי א פערטל פון וויפיל דער ביהמ"ד האט געקאסט. ווייסטע?

דאס איז חוץ מזה וואס צענדליגע געגנטער וואס זענען פעסט באוואוינט מיט חסידי מהרי"י קענען נוצן א ביהמ"ד, אריינגערעכנט געגנטער אינעם ראש הקהל'ס הויפטשטאט וויליאמסבורג, און דארט איגנארירט מען דעם געברויך.

שפרונגען יעצט צו אזא ריזן ביהמ"ד אין דעם געגנט, איז קאמיש.
דער זעלבע ראש הקהל האט געבויט צוויי בתי מדרשים אין וויליאמסבורג בערך 20 יאר צוריק, ביי לי גארדנס אין ביי מורטל. מ'האט דעמאלס אויך חוזק געמאכט אז מען בויט א שול פאר קיינעם. אין וואס איז געווארן, דארף איך נישט שרייבן, גייט שטעקט אויס.

ער האלט אז די בית מדרש גייט זיך אנפילן, ווי אזוי ווייס איך אויך נישט, אגב אויב זאלן דארט זיין 200 טליתים איין טאג , וואס דאס מיינט מיט קינדער, בחורים, איידעמער, וכו גייט עס זיין פיל. אין צום לעצט, פארגעס נישט אז די היכל הבית מדרש איז נאכנישט פארטיג, וואס מיינט אז ער קען נאך טוישן מיינונג אויב אלעס פאלט דורך אין אפשר בויען א חתונה זאל וואס וועט נאך זיין גרעסטער ווי עטרת מייזעלס(שוין איך חלום הויך)

אגב, איך בין נישט פון בלומינגראוו, אבער איך מיין אז קיין איין בית מדרש אין גאנץ קרית יואל רבתי האט נישט אזויפיל פארקינג ווי דא גייט זיין, וואס פון דעם ילמדו וכן יעשו אלע קהילות פון אלע שטעט.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 574

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:59 pm
יעצט צום ענין, למעשה האט זיך אונזער חבר נישט געפאולט, און יא געוואלט אויפווייזן פאר דעם מערער אז ער איז נישט גערעכט בבחינת עם עקש תתפתל, און ער האט ארויסגעשיקט 2 ענוועלאופס צו זיין אדרעס אין שכונת זרע קודש, איינס האט ער אדרעסירט צו "שכונת זרע קודש קרית יואל" און איינס פלעין "קרית יואל".

צו זיין גרויס איבעראשונג זענען ביידע אנגעקומען...

זעה דא בייגעלייגט די 2 בריוון...

יא, עם עקש תתפתל....
די פאסט ארבעט לויט די זופ קאד, קענסט שרייבן ירושלים אויך אין עס וועט אנקומען.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

ריכטיג, און דערפאר איז נישט רעלעוואנט די טענה פונ'ם מערער אז ס'וועט נישט אנקומען אויב מען שרייבט קרית יואל...

ער האט עס פשוט געוואלט פראוון און דערפאר עס ארויסגעשיקט...

אגב, די זיפקוד איז מאנרא נ.י. 10950 דאס זאג איך נאר פאר דעם וואס דאס איז קובע...
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

איך וויל נאר איבערלייגן א פאר יסודות'דיגע ערנסטע שורות וואס איך האב פריער געשריבן וואס קען פארוואסערט ווערן, אינמיטן די עקש תתפתל שמועס...

די זעלבע קרית יואל איז נישט א גשמיות'דיגע ווילעזש, ווען דער רבי האט געבויט קרית יואל איז בכלל נישט געוועהן קיין פלאן צו אהערשטעלן א רעגירונג, 4 יאר האט מען עס גערופן די "שטעטל קרית יואל" און ס'איז סך הכל געוועהן א פאר גאסן אין טאון אף מאנרא,

די זעלבע אין בני ברק ווי דער רבי האט געבויט זיין שטאט, זיין שיכון אינמיטן בני ברק, און ווי ר' בנציון יאקאבאוויטש שרייבט, האט ער דן געוועהן עפ"י די הלכה וויפל הייזער ס'הייסט א שטאט, א שכונה, מען האט בכלל נישט געחלומ'ט אז דעם רבינ'ס שטאט האט עפעס מיט מוניציפאלע גרעניצן,

קרית יואל איז די אידישע נאמען פון אונזער הייליגע ישוב וואס דער רבי האט אהערגעשטעלט אין טאון אף מאנרא, און במשך די יארן האט זיך עס אויסגעשפרייט איבער טאון אף פאלם טרי, טאון אף מאנרא, ווילעזש אף ס. בלומינגראוו, וואודבערי, ווילעזש אף מאנרא, אבער אלעס איז איין גרויסע הייליגע ישוב קרית יואל וואס שפרייט זיך אויס איבער אלע מוניציפאלע גרעניצן פון אונזער גאנצע געגנט!
לעכטיג
חבר המערכת
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
x 180

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לעכטיג »

הייליגע אידן. ביטע זיך צוריקהאלטן פון פערזענליכע אטאקעס
בלייב געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
x 124

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלייב געזונט »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:44 pm
בלומען האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:28 pm בסך הכל טריי איך צו זאגן איין זאך
אז אפילו אין די לאט וועלן ווערן געבויעט לויט די קלענסטע זאונינג, איז עס גענוג אנצופולן צוויי אזאנע שולן מקצה אל הקצה
ויהודה ועוד לקרא, אז אין ליידיגע נייע שטחים וואס איז נישט אינעם יעצטיעגן ישוב איז פארשפראכן געווארן דורך די באהערדע וועט זיין לויזערע זאונינג געזעצן

סא די אלע וואס זארגן זיך אז די ביהמ"ד וועט נישט פול ווערן
און די אלע וואס זארגן זיך פארוואס מ'האט א ווייטן בליק
קענען שלאפן רואיג
ס'איז נאכנישט דא איבער גרעיטער ניו יארק אזא מאסיווע געגנט בית המדרש, עפעס פונקט אין בלומינגראוו וואו עס וואינען כעת 126 חסידי סאטמאר מהרי''י צוזייט איבער עטליכע 'סקווער מייל' און האבן שוין א הערליכע בית המדרש אויף דועלק, און מ'האלט נאך 'יארן' אוועק פון א מאסן דירות דעוועלעפינג.

און אפילו נאך א מאסן דעוועלעפינג גייט די גרויסע בית המדרש נישט זיין פול. חסידי מהרי''י זענען נישט אזוי אנציקט פון דאווענען אין גרױסע צענטראלע בתי מדרשים.

ער מעג טון וואס ער וויל מוט זיין געלט, ס'איז פשוט אינטערסאנט.
וויפיל אידן דארף מען האבן אז די ביהמ''ד זאל זיין פיל?

וויפיל דירות בויען זיך יעצט אין יענע געגנט?

מעריוואלד קאר. מענגין און פענסילוועניע קומט ארויף פערציג דירות יעצט, אויבן מענגין קומט נאך אזא אכציג, אויף פענסילוועניע/ווירדזשיניע קומט נאך פופציג זעכציג, וואס דאס איז ווי מען שטייט און מען ווייסט יעצט, און דאס איז אן די דעוועלאפמענט.

און בד''וו, די דעוועלאפמענט האלט שוין אסאך אסאך ווייטער ווי דו מיינסט.

סאו ס'איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש...


אבער אין א סיריעס נאוט פארוואס ער בויט עס? ווייל דאס גייט זיין די צענטראלע ביהמ''ד אין בלומינגראוו. ופשוט הוא
בלייב געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 114
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
x 124

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלייב געזונט »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:44 pm און אפילו נאך א מאסן דעוועלעפינג גייט די גרויסע בית המדרש נישט זיין פול. חסידי מהרי''י זענען נישט אזוי אנציקט פון דאווענען אין גרױסע צענטראלע בתי מדרשים.
אינטערסאנט אז אין בלומינגראוו אין יענע געגנט דאוונט כמעט יעדער אין די צענטראלע שול, אפי' אסאך חסידי מהר''א דאווענען דארט.
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמעק טאביק »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:59 pm בייגעלייגט לייג איך ארויף אן אינטרעסאנטער אייגנארטיגער אימעיל וואס אן עסקן האט היינט ארויסגעשיקט צו א ברייטע גרופע פון לאקאלע עסקנים חשובים למען המשכת עיר הקודש קרית יואל אין אונזער געגנט:

דערציילט מיר היינט איינער פון די חשוב'ע חברים שיחי' אז איינער האט אים געזאגט, דא איז קרית יואל? לאמיר זעהן זאלסט עס שרייבן אויף ענעוועלאופ עמער זעהן צו ס'וועט אנקומען,

כאטש מיר אלע ווייסן די נארישקייטן וואס יענער זאגט, וויבאלד "פסח" "פורים" און "שבת קודש" און אלע אנדערע אידישע טעג און רוחניות'דיגע מסגרת'ן, אויב מען זאגט עס פאר'ן גוי ווייסט ער נישט וואס דו ווילסט פון אים, אבער מיר ווייסן אז דאס איז די אמת,

די זעלבע קרית יואל איז נישט א גשמיות'דיגע ווילעזש, ווען דער רבי האט געבויט קרית יואל איז בכלל נישט געוועהן קיין פלאן צו אהערשטעלן א רעגירונג, 4 יאר האט מען עס גערופן די "שטעטל קרית יואל" און ס'איז סך הכל געוועהן א פאר גאסן אין טאון אף מאנרא,

די זעלבע אין בני ברק ווי דער רבי האט געבויט זיין שטאט, זיין שיכון אינמיטן בני ברק, און ווי ר' בנציון יאקאבאוויטש שרייבט, האט ער דן געוועהן עפ"י די הלכה וויפל הייזער ס'הייסט א שטאט, א שכונה, מען האט בכלל נישט געחלומ'ט אז דעם רבינ'ס שטאט האט עפעס מיט מוניציפאלע גרעניצן,

קרית יואל איז די אידישע נאמען פון אונזער הייליגע ישוב וואס דער רבי האט אהערגעשטעלט אין טאון אף מאנרא, און במשך די יארן האט זיך עס אויסגעשפרייט איבער טאון אף פאלם טרי, טאון אף מאנרא, ווילעזש אף ס. בלומינגראוו, וואודבערי, ווילעזש אף מאנרא, אבער אלעס איז איין גרויסע הייליגע ישוב קרית יואל וואס שפרייט זיך אויס איבער אלע מוניציפאלע גרעניצן פון אונזער גאנצע געגנט!

יעצט צום ענין, למעשה האט זיך אונזער חבר נישט געפאולט, און יא געוואלט אויפווייזן פאר דעם מערער אז ער איז נישט גערעכט בבחינת עם עקש תתפתל, און ער האט ארויסגעשיקט 2 ענוועלאופס צו זיין אדרעס אין שכונת זרע קודש, איינס האט ער אדרעסירט צו "שכונת זרע קודש קרית יואל" און איינס פלעין "קרית יואל".

צו זיין גרויס איבעראשונג זענען ביידע אנגעקומען...

זעה דא בייגעלייגט די 2 בריוון...

יא, עם עקש תתפתל....
יעך פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען?
פאסט גייט לויט די זיפ קאוד, ווילאנג די גאס נאמען און אדרעסע נומבער און זיפ קאוד שטימט , וועט עס אנקומען,
פרוביר צו שיקן די זעלבע זאך און שרייבן למשל "קרית לב טהור" און עס וועט אנקומען פונקט די זעלבע
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמעק טאביק »

לך לך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:03 pm
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 9:59 pm
יעצט צום ענין, למעשה האט זיך אונזער חבר נישט געפאולט, און יא געוואלט אויפווייזן פאר דעם מערער אז ער איז נישט גערעכט בבחינת עם עקש תתפתל, און ער האט ארויסגעשיקט 2 ענוועלאופס צו זיין אדרעס אין שכונת זרע קודש, איינס האט ער אדרעסירט צו "שכונת זרע קודש קרית יואל" און איינס פלעין "קרית יואל".

צו זיין גרויס איבעראשונג זענען ביידע אנגעקומען...

זעה דא בייגעלייגט די 2 בריוון...

יא, עם עקש תתפתל....
די פאסט ארבעט לויט די זופ קאד, קענסט שרייבן ירושלים אויך אין עס וועט אנקומען.
אה האקט די זעלבע, הערשט יעצט געזען
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 340

Re: שמועסען ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פרייליך »

בלומען האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:50 pm
יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:07 pm איז מיר אויסגעקומען פרייטאג אריבערנצו פארן די זרע קודש געגנט אין קרית יואל, זעה איך אז אויף די ביהמ"ד בית יעקב פון חסידי מהר"יי שטייט גרויסע ווערטער דקיט"ל קרית יואל, שטעלט זיך ארויס אז סיי מהר"א און סיי מהר"יי רופט די געגנט קרית יואל, נאר אפאר מיט אנדערע מאטיוון שלאגן זיך מיט די נאמען קרית יואל , איז די אלע וואס לויפן אויף די טיקעט פארטרעטן זיך אליינס און נישט קיין ערליכע סאטמארע קהילה

אבער אויב דו לערנסט ארויס פון וויאזוי מענטשן שרייבן עס, קוק וויאזוי די איינוואוינער זעלבסט שרייבן, פיל ענדערש ווי וואס אנדערע עלעמענטן מיט פארשידנארטיגע אגענדעס שרייבן
א שטארקע פוינט!
די עולם כאפט נישט אז די שליסל איז ביי די איינוואוינער, די איינוואוינער זאגן זייער קלאר וואס זייער רצון איז, עס זעהט זיך ארויס אין אלע ווינקלען אינעם שטאט, מענטשן מיט אגענדעס ווואס זיי לייגן אויף זייערע בנינים מאכט נישט אויס ווען עס איז קעגן א מאכטופלע כח פון די רצון תושבי העיר.
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

בלייב געזונט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:17 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:44 pm און אפילו נאך א מאסן דעוועלעפינג גייט די גרויסע בית המדרש נישט זיין פול. חסידי מהרי''י זענען נישט אזוי אנציקט פון דאווענען אין גרױסע צענטראלע בתי מדרשים.
אינטערסאנט אז אין בלומינגראוו אין יענע געגנט דאוונט כמעט יעדער אין די צענטראלע שול, אפי' אסאך חסידי מהר''א דאווענען דארט.
כרעדט פון שבת כמובן.
אינדערוואכן דאווענט מען וואו ס'איז צוגעשטעלט די שענסטע מקוואות און קאווע שטובלעך.
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

בית המדרש החדש בנין יאקאבאוויטש, קרית יואל
פיילס
unnamed (35).jpg
unnamed (33).jpg
unnamed (32).jpg
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:08 pm בית המדרש החדש בנין יאקאבאוויטש, קרית יואל
פיילס
unnamed (41).jpg
unnamed (40).jpg
unnamed (31).jpg
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:08 pm בית המדרש החדש בנין יאקאבאוויטש, קרית יואל
פיילס
unnamed (36).jpg
unnamed (23).jpg
unnamed (22).jpg
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:08 pm בית המדרש החדש בנין יאקאבאוויטש, קרית יואל
פיילס
unnamed (37).jpg
unnamed (38).jpg
unnamed (39).jpg
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:08 pm בית המדרש החדש בנין יאקאבאוויטש, קרית יואל
פיילס
unnamed (43).jpg
unnamed (44).jpg
unnamed (45).jpg
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

ריזיגע סטעפס ווערט געגאסן
פיילס
IMG-20240409-WA0014.jpg
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 574

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

געווען ביי חנוכת הבית היינט אין ממש נתפעל געווארן וואספארע ארבעט מען האט אהער געשטעלט.

א מקוה מיט פלאץ לרחצה אין ריזיגע האנטעכער, א שמש שטיבל מיט אלע באדערפענישן, א עקסטרע שטיבל צו שערן (יא, מען וואקט נישט אין קיין האר מער אין די האלוועי) מיט א וועקיום סיסטעם גלייך אויף צו קלינען.

פיר שיינע גרויסע שטיבלעך צו דאווענען אין איין גרויסע צו לערנען, שחרית יעדע 20 מינוט אין דריי פון די שטיבלעך, ברייטע האלוועיס ממש א מחיה, גענוג פלאץ צו צידען לעכט אן ווערן אפגעבריט, אין א שיינע גרויסע קאווע שטיבל.

יעצט תושבי בלומינגראוו, נישט קיין חילוק צו אייער רבי איז סאטמאר אדער ווישניץ, זייט נישט קיין נאראנים, איר זוכט א גוטע באקוועמע שול? זעץ אייך אריין אין מאכט אייך באקוועם, קהילות מהר"א האט אויסגעלערנט אז מען דיסקרימינירט נישט אויף קיינעם, יעצט איז ענקער צייט צוריק הנאה צו האבן פונעם שכן, אין פארשטייט זיך אז קנאת סופרים קען נאך צו ברענגען אז גאר שנעל וועט עסט האבן אפילו א גרעסערער בית מדרש פון דעם. אזוי אויך הער איך אז איינער פון די גרויסע פארטי פלענערס פון שטעטל גייט צושטעלן די פרישטאג אין די פערטע שטיבל ביז פסח, איז דאך ממש א שאד נישט הנאה צו האבן.

תושבי עיר רבתי עס קומט גוטע צייטן נישט פאר יעדן
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 801
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1395

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

לך לך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:11 pm
תושבי עיר רבתי עס קומט גוטע צייטן נישט פאר יעדן
קהילת מהרי''י קרית יואל קען נאך אלץ נישט שלום מאכן מיט די מצב?...
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 957

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פייל און בויגן »

א פראכט פון א ביהמ"ד, א כבוד פארן אייבערשטן, און א כבוד פאר סאטמאר.

הערליכע מקוה, דריי בורות, די שויערס, די טיילס אין היכל ביהמ"ד, ועוד ועוד.
איך זעה דא פאָר דא א געלונגענע מנינים סענטער, און היכל התורה.

איין זאך נאר וואס איך קוק אן מאדנע, איז די נאמען פון די מקוה שטיבל, איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז א שוהל זאל רופן זייער מקוה שטיבל אויף די נאמען פון די שטאט ווי די ביהמ"ד געפינט זיך.

איך פארשטיי פארוואס מ' טוט עס.... אבער עס איז זייער מאדנע...
א געזונטע ווינטער.
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 302
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 574

Re: שמועסן ארום בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לך לך »

פייל און בויגן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 11:38 pm
איין זאך נאר וואס איך קוק אן מאדנע, איז די נאמען פון די מקוה שטיבל, איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אז א שוהל זאל רופן זייער מקוה שטיבל אויף די נאמען פון די שטאט ווי די ביהמ"ד געפינט זיך.

איך פארשטיי פארוואס מ' טוט עס.... אבער עס איז זייער מאדנע...
געווארן לעצטנס אזא שטיקל סטייל, מהרי"י אין קרית יואל האט געמאכט קהל'ס געשעפטן, קראלי אין וויליאמסבורג האט אויך געמאכט עפעס מיט די נאמען קראלי דערויף, סא וואס זאל ער מאכן? יאקאבאוויטש? דברי חיים? איז ער געבליבן מיט בלומינגראוו.

דאנד ווארי, איך ווייס אויך פארוואס ער נוצט דעם נאמען, אבער לאמיר דן זיין לכף זכות.
איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

קומט אין אישי
שרייב פאוסט