די נושא פון "טעראפי"

געזונטע שמועסן און ידיעות
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך לייבל פריש »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:03 pm
לייבל פריש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:58 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:53 pm

אזעלעכע מעשיות קומען פאר טעגליך, די טעראפיסטן זוכן צו מאכן געלט, און די ישיבה איז זייערע אגענטן ווייל אזוי רעדט זיך די ישיבה איין אז די ארבעט וועט זיי זיין גרינגער

אבער דאס איז טאקע א זייטיגע נקודה אבער אויך וויכטיג צו באטאנט ווערן
געהערט פון א עסקן אז עס איז א פראבלעם אז די איינגעשטעלטע זענען פויל צי ארבעטן מיט בחורים וואס האבן אישוס - וואס דאס באטרעפט צומאל גרויסע פארצענטן - און דעריבער שיקט מען תיכף צי טעראפי אזוי איז די ישיבה באפרייט
מדארף אריינקוקן דערין צי עס איז אמת אבער מאכט סענס
די ערשטע זאך וואס קומט היינט אויף אין געדאנק ווען א בחור מאכט פראבלעמען אביסל צו לעבעדיג וכדומה, טעראפי, ווייל לשיטת הטעראפיסטן דארף יעדע קליינע פראבלעם גיין צו זיי אזוי שטייט אין די בוקס , ומשל בעל התל ובעל החריץ דער טעראפיסט מאכט געלט און די ישיבה דארף זיך נישט ספראווען, וליתר שאת לייגט מען דעם בחור אויף פילן פאר לייף און מען ראונירט די רעסט אף זיין לעבן און פארטיג
זייער ביטער צי הערן אזאנס
האף מיר אז סאיז נאר צומאל נישט מעשים בכל יום
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך לייבל פריש »

עס איז זיכער דא ווער עס דארף עס האבן אבער אויב גייט עס עמטליך אז ווער עס שטימט נישט אינגאצן מיטן "סיסטעם" זאל מוזן גיין אויף מעדעצינען און טעראפי איז א חורבן עולם
איז אזוי טעראפי בעצם ווען עס איז ווען נאר דא גוטע טעראפיסטן וואלט געווען א מעלה ווי מער זאלן גיין אבער אויב איז עס ווי עס איז איז עס א ווייטאג אז די רוב זאל אריינפאלן אינעם לאך
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 308

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך כרוספדין »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:07 pm האב איך געהערט פון א איד אז ער האט באקומען א פאון קאל פון זיין אינגלס מלמד אז זיין אינגל דארף טעראפי, פארוואס? ווייל לעצטנס קריגט ער זיך ארום מיט אנדערע קינדער .... אפאר וואכן שפעטער רעדט ער צו דעם מלמד נאך א מאל זאגט ער ניין עס האט זיך שוין געסעטלט ...,

קאמענטארן זענען איבריג
אין אזא פאל - אויב ס’איז אמת - דארף דער מלמד וויכטיג א טערעפיסט....
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:07 pm האב איך געהערט פון א איד אז ער האט באקומען א פאון קאל פון זיין אינגלס מלמד אז זיין אינגל דארף טעראפי, פארוואס? ווייל לעצטנס קריגט ער זיך ארום מיט אנדערע קינדער .... אפאר וואכן שפעטער רעדט ער צו דעם מלמד נאך א מאל זאגט ער ניין עס האט זיך שוין געסעטלט ...,

קאמענטארן זענען איבריג
דו ביסט זיכער נישט קיין ליגנער.

יענער איז.

(עה, נישט ממש א ליגנער, ער האט פלעין ארויסגעשניטן די נשמה פון די מעשה)
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:15 pm
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:07 pm האב איך געהערט פון א איד אז ער האט באקומען א פאון קאל פון זיין אינגלס מלמד אז זיין אינגל דארף טעראפי, פארוואס? ווייל לעצטנס קריגט ער זיך ארום מיט אנדערע קינדער .... אפאר וואכן שפעטער רעדט ער צו דעם מלמד נאך א מאל זאגט ער ניין עס האט זיך שוין געסעטלט ...,

קאמענטארן זענען איבריג
דו ביסט זיכער נישט קיין ליגנער.

יענער איז.

(עה, נישט ממש א ליגנער, ער האט פלעין ארויסגעשניטן די נשמה פון די מעשה)
נישט איך און נישט יענער
מען דארף אנהייבן צו מאכן א טשארט וועם און וואס מען גלייבט יא און וועם נישט ....
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דארפסט נישט קיין טשארט. איך קען דיר אויסלערנען א טריק...

די ערשטע כלל ביי יעדע מעשה איז "עס זאל מאכן סענס". אויב מאכט עס נישט קיין סענס, מיינט עס אז ס'פעלט א חלק מעשה.

יעדער בר דעת פארשטייט אז יענעמס מעשה כמו שהוא מאכט נישט קיין סענס. ווייל יעדן טאג האט יעדע מלמד אפאר קינדער וואס האלטן נישט מיט, און ער שיקט נישט יעדן טאג אנדערע 3 קינדער צו טעראפי.

נאר וואס? ס'איז געווען עפעס וואס האט אנגעצינדן א רויט לעמפל, און דער מלמד האט מרוב טובו געוואלט אז א פראפעשאנעל זאל אפשאצן דאס קינד, א זאך וואס א טייל עלטערן ווערן זייער באטראפן (מיט מענטשליכע רעכט) ווען זיי הערן אזא פארשלאג.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:49 am דארפסט נישט קיין טשארט. איך קען דיר אויסלערנען א טריק...

בעסער צו פארשטיין: אויב שטימט דאס מיט מיינע הנחות דעמאלטס איז דאס לכאורה אמת , אויב מאכט דאס נישט קיין סענס קען עס פשוט נישט זיין אמת, ווייל אלעס פון די גערעכטע זייט שטימט... עס קען פשוט נישט זיין אז די גערעכטע מענטשן טוען א נאנסענס, למשל אויב עפעס א מעשה לטובת א טעראפיסט איז דאס די נארמע און סטאנדארט, אויב איז עפעס שלעכט אויף א טעראפיסט איז דא נישט אמת אדער אן אויסנאם ...

און ב.ד.ו. דאס זענען טאקע די סוקסעס סטאריס פון די טעראפיסטן, אויף פשוטע מינדערוויכטיגע פראבלעמען וואס קענען ווערן געסאאלווט דורך א נארמאלן מלמד אדער עלטערן און אנשטאט נוצט מען א טעראפיסט

איך ערווארט יעצט אויך צוריק א שארפע רעאקציע אבער איר מעגט האבן די לעצטע ווארט
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 202

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 10:49 am דארפסט נישט קיין טשארט. איך קען דיר אויסלערנען א טריק...

די ערשטע כלל ביי יעדע מעשה איז "עס זאל מאכן סענס". אויב מאכט עס נישט קיין סענס, מיינט עס אז ס'פעלט א חלק מעשה.

יעדער בר דעת פארשטייט אז יענעמס מעשה כמו שהוא מאכט נישט קיין סענס. ווייל יעדן טאג האט יעדע מלמד אפאר קינדער וואס האלטן נישט מיט, און ער שיקט נישט יעדן טאג אנדערע 3 קינדער צו טעראפי.

נאר וואס? ס'איז געווען עפעס וואס האט אנגעצינדן א רויט לעמפל, און דער מלמד האט מרוב טובו געוואלט אז א פראפעשאנעל זאל אפשאצן דאס קינד, א זאך וואס א טייל עלטערן ווערן זייער באטראפן (מיט מענטשליכע רעכט) ווען זיי הערן אזא פארשלאג.
אז מ'רעדט שוין איינע פון מיינע געשוויסטער האט איינע פון די מנהלים געשיקט פאר עוועליאעשיאן (אידיש, אפשאצונג, סוי דאכטזיך) צו איינע פון די מערדערישיציחושטשישטע טעריפיסטן און.... געס וואט....
עס איז געווען די ערשטע און לעצטע וויזיט.

די טעראפיסט האט געזאגט אז עס פעלט אים גארנישט!!!
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

נאך די אלע בלעטער טענה'ן אהער און אהין זעט מען אז אז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי

אלע זענען מודה אז ס'איז דא פראבלעמען, און אלע זענען מודה אז ווען מ'דארף עס איז עס וויכטיג

חז"ל זאגן אין לך אומנות שאין בה עניות ועשירות... אין יעדע פעלד איז דא גוטע און נישט גוטע און דאך אי אפשר לעולם בלא בורסקי

נאר וואס, איינער האט ליב צו רעדן פון די סור מרע, און א צווייטער פון די עשה טוב, און מ'קריגט זיך כאילו ס'איז דא דא א פלוגתא בשעת יעדער רעדט פון א צווייטע זייט פון די מטבע

אפשר איז דא א וויכוח איבער די פראצענטן, אבער אין די יסוד הדבר איז מען אייניג (אדער געווארן אויסגעאייניגט נאכן זיך אויסקלארן די אייגענע שיטה אין לויף פון די וויכוחים..)

יעצט האט מען גענומען די כלי קודש אויפן צימבל, פארשטייט זיך אז ס'איז דא דארט אויך וואס ס'פאלט אריין א אומטויגליכער, אבער לדעתי איז נישט דא נאך אזא אינדעסטרי וואו די ארבייטער זענען אזוי איבערגעגעבן און ארבעטן געטריי פארן תכלית, אסאך מער ווי זייער פליכט, גייען ארויס פון זייער וועג אסאך מער ווי זיי דארפן, ארבעטן נישט פאר די געלט, ווי די כלי קודש, טאקע ווייל זיי וווייסן די חשיבות פון זייער ארבעט אז ס'איז מלאכת שמים און מ'ארבעט מיט אידישע קינדער.

שרייבט מען אנאנימע פאוסטס פון - לאמיר זאגן ס'איז אמת - מיסברויכן, און מען שרייבט עס סתם כאילו אזוי איז עס בכלליות, עס איז א גרויסער שאנדע און א בזיון, און אנגעשמירט א פאלשע בלבול אויף אלע געטרייע איבערגעגעבענע כלי קודש וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר אונזערע קינדער, שוואך צו מאכן זייער האנט און זייער כבוד, וכן לא יעשה

און אויף דעם איז געזאגט געווארן חכמים הזהרו בדבריכם

ומכלל הן אתה שומע לאו
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 202

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך א טויב »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 2:38 pm נאך די אלע בלעטער טענה'ן אהער און אהין זעט מען אז אז מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי

זייער גוט געזאגט!

איך האף האסט נישט פארשטאנען פון מיינע ווערטער לרע ח"ו, פארקערט איך שעץ זייער די מיטארבעט פון די חינוך סיסטעם מיט די לייסענסד טערעפיסטן.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 4:26 pm

און איך נישט ... א טעראפיסט איז נישט געמאכט צו טון די ארבעט פון א מלמד, די מלמד דארף אליין קענען סאלוון מידערוויכטיגע פראבלעמען , איי פון ווי וועט דער טעראפיסט מאכן געלט? דער אייבישטער וועט אים שוין צושיקן פרנסה

הייליג געזאגט.

נאר איין הוספה. מיין ארויסקומען רעדן איבער דעם איז נישט געווען אויף איינעם וואס האט "געווארנט" אז מען זאל אכט געבן און זיך נאכפרעגן צו וועמען מען גייט.

יענער האט געהאקט אויף טעראפי בכלל. וע"ז אמרתי שהוא רציחה, וויבאלד איך בין נישט אזוי אומווייסנד אין די נושא ווי אנדערע דא.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:08 pm
א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 4:26 pm איך האף האסט נישט פארשטאנען פון מיינע ווערטער לרע ח"ו, פארקערט איך שעץ זייער די מיטארבעט פון די חינוך סיסטעם מיט די לייסענסד טערעפיסטן.
און איך נישט ... א טעראפיסט איז נישט געמאכט צו טון די ארבעט פון א מלמד, די מלמד דארף אליין קענען סאלוון מידערוויכטיגע פראבלעמען , איי פון ווי וועט דער טעראפיסט מאכן געלט? דער אייבישטער וועט אים שוין צושיקן פרנסה
עיגעין מיט מוח מישעריי, קיינער קריגט נישט.

מינדערוויכטיג נישט, און וויכטיג יא
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:12 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:08 pm
א טויב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 4:26 pm איך האף האסט נישט פארשטאנען פון מיינע ווערטער לרע ח"ו, פארקערט איך שעץ זייער די מיטארבעט פון די חינוך סיסטעם מיט די לייסענסד טערעפיסטן.
און איך נישט ... א טעראפיסט איז נישט געמאכט צו טון די ארבעט פון א מלמד, די מלמד דארף אליין קענען סאלוון מידערוויכטיגע פראבלעמען , איי פון ווי וועט דער טעראפיסט מאכן געלט? דער אייבישטער וועט אים שוין צושיקן פרנסה
עיגעין מיט מוח מישעריי, קיינער קריגט נישט.

מינדערוויכטיג נישט, און וויכטיג יא
איך רעד טאקע פון מידערוויכטיגע, אז קיינער קריגט נישט איז דאך גוט
Headquarters
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 132
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:27 pm
x 230

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך Headquarters »

הרב בלום רייסט אראפ די טערעפי רוצחים

אריינצושיקן עניטינג פון אייערע "העדקוואטערס" וואס איך זאל פאוסטן שיקט צו: ytheadquarters2023@gmail.com
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2195

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך אנדערער »

Headquarters האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:19 am הרב בלום רייסט אראפ די טערעפי רוצחים

טעראפיסטן קענען נישט געבן קיין מעדיצינען

ער איז א הימל שרייענדער בעל דמיון
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

איך האב זיך איינגעהאלטן פון רעדן וועגן אים, הגם איך האב געוואוסט אז רוב היימישע אנטי טעראפי אידן בויען אויף זיינע דרשות.

אבער במחילת כבוד תורתו, דער רב שליט"א איז א גרויסער מבין אויף תכונת הנפש, אבער פון דארט ביז היילן און פארשטיין צו היילונג איז א מהלך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@יום טוב איך האב אן ענטפער נאכן זיין בקשר אינעם עבר וכו' וגו'.

אבער איך וויל/טאר עס נישט דא שרייבן.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 346
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 650

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך צייטווייליג »

הערטס מיך אויס טייערע אידן. רעדן פון יחידים איז נישטא אקעי.

כל זמן איר פאלגט אייער רב א בעל הוראה א ירא”ש וועלכע זוכט צו פאלגן תורת משה זענט איר בארעכטיגט מיט אייער גאנג אפגעזעהן די פאפולערקייט דערפון. יעצט דער דערויסענדיגער טוט וואס זיין רב פאסקנט אים, און טייל מאל גייט מען נאך רוב דיעות.

איז מיין בקשה, גארנישט טאר נישט אראפקומען צו א יחיד’ס דעה און דערמיט באצווינגען דאס מענטשהייט און בכלל טאר מען נישט באשמועסן קיין יחידים.

יעצט קען מען ווייטער דעבאטירן, דעת בעה”ב אדער נאכברענגען דיעות פון רבנים וכו’ ווער סהאלט וואס. ביטע פארשטייט די ליניעס.

דאס יא, רוב רובם רבנים האלטן און שטיצן טערעפי אין פילע אופנים און דאס גיין שאפינג פאר א רב לויט וויאזוי סקומט אויס גוט איז דאך פשוט אז סאיז היפאקריטיע. בס”ה, פאלגט דעת תורה העט אייך גוט זיין.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 4:09 pm איך האב זיך איינגעהאלטן פון רעדן וועגן אים, הגם איך האב געוואוסט אז רוב היימישע אנטי טעראפי אידן בויען אויף זיינע דרשות.

אבער במחילת כבוד תורתו, דער רב שליט"א איז א גרויסער מבין אויף תכונת הנפש, אבער פון דארט ביז היילן און פארשטיין צו היילונג איז א מהלך.
איז נאך א מאל
מיר קוקט אויס די דרשות היבש ווילד, אבער יש דברים בגו , למעשה האלט ער אסאך מיט, נישט אז פאר דעם איז גאנץ טעראפי פסול , אבער עס רעפלעקטירט גרויסע פראבלעמען וואס איז פארהאן אין די טעראפי וועלט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2129
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 5300

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך פופציגער »

יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:26 pm

יעדע מאל ווען דו הערסט עפעס פון איינעם וואס האלט אסאך מיט זאגסטו יש דברים בגו?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:30 pm

ניין אבער אין דעם פאל יא , ביודעי ומכירי קאמינא

יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:32 pm

אה, סא לאז ארויס דעם ארגומענט אז ער האלט מיט אסאך

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:33 pm
יום טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:32 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:30 pm

יעדע מאל ווען דו הערסט עפעס פון איינעם וואס האלט אסאך מיט זאגסטו יש דברים בגו?
ניין אבער אין דעם פאל יא , ביודעי ומכירי קאמינא
אה, סא לאז ארויס דעם ארגומענט אז ער האלט מיט אסאך
פארוואס? עס גיבט אסאך צו
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: די נושא פון "טעראפי"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך קען דא נאכזאגן א מיינונג אין דעם ענין פון "א טעראפיסט", און צולייגן אז "ער האלט אסאך מיט"?

דער לייסענסד טעראפיסט האלט אסאך מיט אין זיין פעלד, דער בלי-לייסענס קאוטש האלט מיט אין זיין פעלד.

צו ארויסהאבן די זאך דארפסטו הערן פון איינעם 'אינדרויסן' וואס האט שוין געהאנדלט ביידע וועגן, מיט אים און מיט אים.

איך שטעל מיך אויף און איך זאג אז איך קען מעיד זיין דערויף פון עכטע געשעענישן לכאן ולכאן וואס איך אלס דרויסנדיגער האט מיטגעהאלטן, און איך זאג בפה מלא אז אלעס איז "פונקט קאפויער" פונעם מציאות דא אינעם עולם העשיי'. דו מוזט מיר נישט גלייבן. איך זאג עס אבער ווייל וויבאלד מ'רעדט דא פון ווערטער וואס ווערן געזאגט ברבים, איז עס וויכטיג ארויסצוזאגן.
שרייב פאוסט