רבי יצחק מאיר אלתר, החידושי הרי"ם - כ”ג אדר תרכ”ו

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2330

רבי יצחק מאיר אלתר, החידושי הרי"ם - כ”ג אדר תרכ”ו

פאוסט דורך מירון »

היינט איז די יארצייט פון חידושי הרי"ם פאר די וואס האלטן אדר א', לכאורה איז ער נפטר געווארן אין א שנה פשוטה שב"ק פרשת פרה.

דער חידושי הרי"ם איז געבוירן בשנת שנת תקנ"ט לפ"ק געווארן צו זיין טאטן רבי ישראל ראטענבערג – אב"ד מאגינשוב און גור. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי משה ליפשיץ ז"ל. זיינע רביס זענען געווען רבי אריה לייב צינץ מפלוצק, דער קאזניצער מגיד, און זיין זון דער בעל באר משה מקאזניץ, רבי בונם מפשיסחא, רבי מנחם מענדל מקאצק ז"ל. ער האט מחבר געווען ספר: חידושי הרי”ם על התורה ועל הש"ס און ספר הזכות.

נאך די פטירה פון רבי מענדל'ע קאצקער, איז דער חידושי הרי"ם געווארן אויפגענומען אלץ מנהיג און רבי דורך רוב קאצקע חסידים. דער חידושי הרי"ם האט זיך דאן באזעצט אין די שטאט גור ווי ער האט אנגעהויבן צו פירן זיין גרויסע הנהגה, און זיין נאמען איז געווארן שטארק באקאנט אלס א צדיק, פועל ישועות און על כולם א חריף עצום, און פילע חסידים האבן געשטראמט קיין גור און געטרינקן מיט דארשט די הייליגע און טיפזיניגע ווערטער פונעם חידושי הרי"ם. ווי אויך די גדולי הדור און די צדיקים פון זיין תקופה האבן אלע געשעצט דעם חידושי הרי"ם מיט זיין גדלות אין תורה און קדושה. די זיבן יאר פון זיין הנהגה (פון תרי"ט ביז תרכ"ו) האבן חסידים אנגערופן מיט'ן נאמען "שֶׁבַע שְׁנֵי הַשָׂבָע" די זיבן זאַטע יארן, וואס זיי האבן געהאט די זכיה זיך צו ווייקן ביים צדיק און גאון וואס האט באלאָכטן די גאנצע וועלט מיט זיין תורה און לעכטיגקייט.

מעשה: ביי די באקאנטע אוסטילא חתונה, וואו דער הייליגער אפטער רב איז געווען מיט נאך אסאך צדיקי הדור, האט דער צדיק פון פשיסחה אראפגעשיקט א דעלעגאציע פון 5 תלמידים איבערצוצייגן די צדיקים אז פשיסחה איז יא אויסגעהלטן לויטן דרך החסידות. צווישן די 5 איז געווען דער הייליגער חידושי הרי"ם, וואס איז דאן נאך געווען א אינגערמאן. פון די ערשטע מינוט האט דער הייליגער אפטער רב געווארפן אן אויג אויף דעם חידושי הרי"ם, שפעטער האט ער געטאנצן מיט אים, זאגענדיג, "איך וויל טאנצן מיט א אינגערמאן וואס איז כולו שבת"!!

מדבריו הקדושים: די גמרא זאגט אין מסכת שבת (קיח:), אמר רבי יוחנן משום רשב"י אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלים וכו' זאגט דער הייליגער חידושי הרי"ם אז אפילו א איד א יחיד האלט צוויי שבתים כדת וכדין קען ער דורך דעם פטור ווערן פון זיין פרטיות'דיגער גלות, (עניני שבת, עמוד רפד, ד"ה הכל וכו').

זכותו הגדול יגן עלינו!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2330

Re: רבי יצחק מאיר אלטער - החידושי הרי"ם - כ”ג אדר תרכ”ו

פאוסט דורך מירון »

מקום מנוחת קדשו
פיילס
החידושי הרים.jpg
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2330

Re: רבי יצחק מאיר אלתר, החידושי הרי"ם - כ”ג אדר תרכ”ו

פאוסט דורך מירון »

היינט נאכט איז די יארצייט פונעם הייליגן חידושי הרי"ם ז"ל, זכותו הגדול יגן עלינו
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 103

Re: רבי יצחק מאיר אלתר, החידושי הרי"ם - כ”ג אדר תרכ”ו

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

איך האב לעצטענס געהערט א שמועס ווי איינער אן אדם גדול א גרויסע ידען זאגט א דבר פלא.

דער דברי חיים זי"ע איז דאך געווען א נאנטע תלמיד פון דער ראפשיצער רב. דער ראפשיצער רב ותלמידיו זענן דאך געווען די הויפט לוחמים קעגן פרשיסחא. דער דברי חיים איז געווען א חבר בלו"נ מיט דער חידושי הרי"ם. וואסי דארט פארגעקומן?

יענער האט געזאגט אז דער חידושי הרי"ם האט צוריק געשטעלט די פראבלעמן פון פרשיסחא, און דוקא דערפאר זענן זיי געווען נאנטע חברים.

איינער ווייסט אויף וואס די מחלוקת איז געווען? נישט די פוליטיק, דאס איז בלויז שטותים ושקר. איך מיין די פנימיות המחלוקת, די טענות אהין און צוריק, און וויאזוי עס שטעלט זיך אויס היינט.

ייש"כ.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
שרייב פאוסט