עלעקטארעל קאלעדזש

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 401

Re: עלעקטארעל קאלעדזש

פאוסט דורך איך ווייס »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:58 am
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:33 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:22 am

די גרעסערע סטעיטס האבן געוואלט די קליינע אינעם פאראיין וואס האבן נאר מסכים געווען אויף דעם אופן.

ווען נישט דו צאלסט פאר דעם קאשיער וואלט ער דיך נישט געלאזט ארויסטראגן די סחורה. באנדיט וואס ער איז
לא הבנתי. דינגסט זיך מיט מיר? ביסט מסכים מיט מיר?
איך דינג זיך אויף דעם אויסדרוק קאמפראמיס כאטש בעצם איז עס נישט אזוי שלעכט אבער ווערט פארטייטשט כאילו די קליינע סטעיטס האבן עפעס באראבעוועט די גרויסע
1. דאס איז נישט מיין נאמען, דאס איז די היסטארישע נאמען פאר דעם אפמאך.
2. אין וועלכע וועלט מיינט קאמפרימייס באראבעוועט? קאמפרימייס טייטש פשרה, די גרויסע סטעיטס און די קליינע האבן געמאכט א פשרה.

מיין עיקר נקודה איז אז די גרינדער האבן נישט געהאט קיין טיפע פיליזאפישע חשבונות ביים אויסשטעלן אז די קליינע זאלן באקומען 3, סאיז פשוט געווען א תוצאה פון א פשרה וואס זיי האבן געמאכט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3398
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3957

Re: עלעקטארעל קאלעדזש

פאוסט דורך אנדערער »

איך ווייס האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:32 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:58 am
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:33 pm

לא הבנתי. דינגסט זיך מיט מיר? ביסט מסכים מיט מיר?
איך דינג זיך אויף דעם אויסדרוק קאמפראמיס כאטש בעצם איז עס נישט אזוי שלעכט אבער ווערט פארטייטשט כאילו די קליינע סטעיטס האבן עפעס באראבעוועט די גרויסע
1. דאס איז נישט מיין נאמען, דאס איז די היסטארישע נאמען פאר דעם אפמאך.
2. אין וועלכע וועלט מיינט קאמפרימייס באראבעוועט? קאמפרימייס טייטש פשרה, די גרויסע סטעיטס און די קליינע האבן געמאכט א פשרה.

מיין עיקר נקודה איז אז די גרינדער האבן נישט געהאט קיין טיפע פיליזאפישע חשבונות ביים אויסשטעלן אז די קליינע זאלן באקומען 3, סאיז פשוט געווען א תוצאה פון א פשרה וואס זיי האבן געמאכט.
זיי האבן בכוונה יא אויסגעשטעלט אז די קליינע זאלן טאקע באקומען 3

און איך זאג נישט אז דו זאגסט אזוי. איך באצי מיך צו דעיע וואס זאגן אז עס איז געווען ארויפגעצווינגען
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 253
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 401

Re: עלעקטארעל קאלעדזש

פאוסט דורך איך ווייס »

דער טענות צו זיין פרא עלעקטארעל קאללעדזש זעט מען יעצט בחוש. 2 סטעיטס סטראשען אז זיי גייען נישט לייגן ביידן אויף די בעללעט, די צוויי זענען אלאבעמע און אהייאו. זיי טענה'ן אז די דעמעקראטישע קאנווענטשען -ווען ביידן ווערט אפיציעל אויפגענומען אלץ די קאנדידאט פון די דעמעקראטישע פארטיי- קומט פאר צו שפעט, נאך די דעדליין פון אריינגעבן קאדידאטען אין די פרעזידענט פארמעסט אין די סטעיטס.

יעצט אלעבעמע האט ביידן קיין שום אויסזיכטען צו געווינען, אונטער די עלעקטראעל קאללידזש, איז לא מעלה ולא מוריד טאמער ער איז אויף די בעללעט אין אלעבעמע צו נישט, די זעלבע מיט אהייאו, כאטש ביידן האט עפעס אויסזיכטען צו זיגן אין אהייאו, איז דאס גאר קליינע אויסזיכטען, און טאמער געווינט ער אהייאו, איז גאנץ ווארשיינלעך אז ביידן געווינט אויך אלע סווינג סטעיטס אין געווינט די עלעקטארעל קאלידזש מיט א ברייטע מערהייט, אזוי אז עס איז ווייניג מעלה ומוריד טאמער ער איז אויף די בעללעט דארט. אבער אויב וואלט ווען געווען א פאופולער וואוט, דאן וואלט עס שטארק אויסגעמאכט, ווייל כאטש ביידן וועט מן הסתם נישט געווינען די סטעיטס, וועט ער אבער באקומען הונדרעטער טויזעטנער שטימען דארט, טאמער נישט מיליאנען.

כל זמן עס מאכט נישט עכט אויס, וועלן די פארטייע'שע סטעיטס נישט פארארבייטען אז די קעגנזייטיגע קאנדידאטען זאלן נישט ארויפקומען אויף די בעללעט, חוץ די אמת'דיג'ע עקסטרימעסטען, אבער טאמער וואלט עס אויסגעמאכט פאר אן אמת (למשל אויב מען רעכנט זיך מיט די פאופלערע שטימע), דאן וואלטן שוין אלע פארטייעשע סטעיטס פארארבייט מעשים, און דורכגעפירט געזעצן אז די קעגנזייטיגע פארטיי זאל נישט קענען אין זייער סטעיט שטעלן קיין קאנדידאט פאר פרעזידענט, און אזוי צונעמען מיליאנען וויילער פון די אנדערע פארטיי. (לשבר את האוזן, טראמפ האט באקומען מער רויע שטימען אין קאליפארניע ווי אין טעקסעס). און דאס איז טאקע די מעלה פון די עלעקטארעל קאללידזש, אז יעדער סטעיט קען נאר טוהן אין אירע אייגענע גרענציען, אבער קען נישט אפעקטירען די לאנד אין אלגעמיין.
שרייב פאוסט