מבשרת ציון - פאעזיע

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך בעריש סגל »

על הר גבוה עלי
טרעף אן ארט ערגעץ וואו
וואנעט קענסט שרייען מיט קראפט

פארציילן דעם גוטע נייעס
ביזט פארזיכערט מיט אחריות
דעם באשעפער'ס רייד האבן האפט

הרימי בכח קולך
שריי העכער מוסיף והולך
הרימי אל תיראי

אט שטייט ער שוין ביים שוועל
ער קומט צו גיין גאר שנעל
היום אם בקולו תשמעו

האב נישט מורא אנצוזאגן
לעכטיגע בשורות טראגן
געב איבער פאר די ערי יהודה

משיח'ס פיסטריט עוד ישמע
אנגענומען דעם קול ברמה
חיות פאר די זעלן די מידע

דער נביא געבט דעם טרייסט
ער באפעלט און ער הייסט
געבטס איבער די הבטחה

אזוי האט געזאגט דער הייליגער בורא
מיר ליינען אינם הפטורה
און מיר ענדיגן צו מיט א ברכה

משיח וועט קומען על כל פנים
נאמן אתה ודבריך נאמנים
ודבר אחד אחור לא ישוב ריקם

דיין הבטחה זיי מקיים
היום כולכם חיים
אלע ערליכע אידן ואתם הדבקים
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך ווירקליך »

זייער שיין!

👍👍👍👍
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 747
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 666

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך טראפקעלע »

הערליך שיין!!

ס'שטומט זייער שיין אויף די ניגון משה'לע פון אייזיק האניג,
5 פעלער, 2 שטיקלעך פער פאל, קענסט עס זינגען ביים שבת טיש.
אח לצרה
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 10:47 am
x 1

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך אח לצרה »

הערליך!
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 61

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך בעריש סגל »

יישר כחכם.
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 25

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך אהרן זאב »

הערליך שיין
אהבה רבה
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
x 40

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך אהבה רבה »

תשורי מראש אמנה (בניגון אין ערוך לך)

אט קומען די טעג - מיר ווארטן אזוי דערויף
צום שווערן גלות וועג - וועט שוין נעמען א סוף
אליהו הנביא וועט גערן - שופר של משיח לאזן הערן
אן עק צו די צרות וועט ווערן - א ענדע צו די טרערן

משיח צדקינו אליין - וועט אונז צום הייליגן לאנד פירן
דעם גאנצן גלות דורכגיין – מיר וועלן זיי דורכשפאצירן
ביים גרעניץ פון ארץ ישראל - ארויף דארט אויפן בארג אמנה
צוריקדרייען צום גלות מיטאמאל - וועלן מיר זיך מיט א הייליגע כוונה

די צרות פון אלע יארן – וועלן זיך דאן אויסקלארן
אונזער אמונה וועט זיין א וואונדער – אפילו פאר אונז יודישע קינדער
מיר וועלן דאנקן און לויבן - דעם באשעפער פון אויבן
אפילו מיר האבן נישט פארשטאנען – זענען מיר עס בייגעשטאנען

אין יענע געהויבענע מינוטן – ווען עס וועט אונז גיין צום גוטן
וועלן מיר א באגער באקריגן – צו זינגען א גלות ניגון
נאר דאס איינע מאל – ווייל ווען מיר וועלן זיין אין ארץ ישראל
ווי גרויס וועט זיין אונזער שיין – אבער די עבודה וועט מער נישט זיין

*******

ווען יודן זענען ביים ים סוף געשטאנען - אלע צרות איבערגעגאנען
עס איז געווארן ליכטיג אזא גרויסע אורה - געזונגען שירה פארן בורא
די ירידות און עליות געזעהן – אויף אלעמען וואס איז געשעהן
און שוין פארשטאנען – אז אויף אלעמען איז א הסבר פארהאנען

מען איז געפאלן און געשטיגן – אזוי ווי מען זינגט א ניגון
פעלער ארויף און אראפ פארשידן - האבן פארשטאנען די יודן
אזוי אויך וועט קומען די צייט – אויף אלס וואס מיר האבן געהאט
און מיר וועלן בקרוב פארשטיין – אז אזוי האט עס געמוזט גיין

דאס איז די כוונה – תשורי מראש אמנה
עס וועט נישט נעמען לאנג – מיר וועלן זינגען דעם געזאנג
אראפ און ארויף וועלן די נאטן גיין – דער ניגון אזוי שיין
ווייל פון זיך אליין - וועלן מיר אלעס פארשטיין

אינאיינעם מיט די קינדער בבנים ובבנות - וועלן מיר מקריב זיין קרבנות
די שכינה אליין – וועט מיט אונז דארט מיטגיין
אפס בלתך גואלינו – במהרה בימינו
תשורי מראש אמנה - ונעלה ברננה.
אהבה רבה
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
x 40

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך אהבה רבה »

נחמו נחמו עמי (בניגון לכה דודי – ברסלב)

השי"ת טוהט פאר יודן זאגן
הערט אויף וויינען און קלאגן
גוטע צייטן גייט איר אט עררייכן
נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם

עס קומט שוין דער גרויסער טאג
נאך אזויפיל פיין און פלאג
אט קומט שוין דער געהויבענער זמן
וואויל און לעכטיג וועט ענק שוין זיין

גענוג שוין געליטן
שווערע מינוטן
צרות אינדערמיטן
וועט זיין צום גוטן
עס וועט זיין לעכטיג און פרייליך

נאך אזויפיל פיין
ענדליך א שיין
ווי גוט וועט שוין זיין
אין בית המקדש אריין
באומרים לי בית ה' נלך

ווי גוט וועט זיך שפירן
ויזמרון לך שירין
צוזאמנעמען כלל ישראל מכל אתר ואתר
מען וועט מער נישט וויסן פון קיין צער

עס וועט מקויים ווערן למקדשך תוב
ס'וועט ווערן מלאים זיו
נהנה זיין מזיו השכינה
אזא טייערע בחינה

צרות אויס
פון גלות ארויס
מיר גייען פאראויס
צום הייליגן הויז
למקדשך תוב ולקודש קודשין

מיר שטייען אין די רייע
פאר א לעבן א נייע
בקרתא דשופריא
ממש א מחי'
מער וועלן מיר זיך נישט מוטשען

השי"ת וועט אונז מלמד זיין דעת ותבונה
מיר וועלן זוכה זיין צום מחול עם השכינה
ששון ושמחה ימצא בה
כל הנשמה תהלל י-ה

קול צופיך נשאו קול
ארויס פון גלות פונעם גויאישן עול
כי הולך לפניכם השם
אויף אזא הערליכע פארנעם

ווי גוט וועט ווערן
חסד וועט זיך מערן
נישט אויפהערן
לייכטן ווי די שטערן
טרייסט זיך יודישע נשמה

ווי גוט וועט זיך שפירן
פון גלות אוועק רירן
משיח וועט אונז פירן
ויזמרון לך שירין
באמת אזא גרויסע נחמה

מיר קוקן אזוי ארויס אויף להבא
כלל ישראל וועט ווערן נתרבה
אזא הארה, אויס צרה, ובני ישראל פרו
עס וועט מקויים ווערן רני עקרה

ווי שיין וועלן זיין די דרכים
יודישע קינדער ווי בני מלכים
כלל ישראל מיט די קאפ אינדערהייעך
קומי אורי כי בא אורך

שאו מרום עיניכם
יאמר אלקיכם
כי הולך לפניכם
בבניכם ובבנותיכם
אינאיינעם מיט די אבות ואמהות

כד מטיא שעתא
טאקע לעת עתה
טייערע טאטע
דער בית המקדש אראפ קומען למטה
אזעלכע געהויבענע שעות

*********

מען וועט מקריב זיין קרבנות
לוויים וועלן זינגען שירי רננות
די כהנים וועלן דארטן האבן זייער היים
ונגלה כבוד השם

עבודת יום כיפור אנהויב יאר
כשלג ילבינו די וואל אזוי קלאר
יוסף השם עליכם
בצאתו מן הקודש ששים ושמחים

אזא שיינע עבודה
קרבן שלמים ותודה
להשם נודה
הוא זיווה והודה
נאך אביסל וועלן מיר דאס טוען

רבינו משה
וועט שטיין בראשו
פון די עדה הקדושה
ולא תבושי
על הר גבה עלי לך מבשרת ציון

וואסער וועט מען זיין מוליך ומביא
ביי די גרויסע שמחת בית השואבה
קרבן פסח בהודאה והלל
גבורות השם ימלל

דעם אנדערן טאג וועט מען זיין גומר
מיטן הקרבת העומר
די שתי הלחם אום יום טוב שבועות
ווי גרויס אונזער זכי' איז

מיט שמחה ארומדרייען
מיר וועלן זיך פרייען
כי עין בעין
די עבודה זיך באנייען
אט קומט שוין די געהויבענע שעה

קיין ווערטער נישט פארהאנען
דאס לייכטן און שיינען
און מיר וועלן זיך דערמאנען
וואס מיר זענען דורכגעגאנען
און יעצט שנת גאולי בא

אוי ווי זיס אוי ווי פריש
השם יתברך וועט פירן טיש
פונעם לויתן און שור הבר טיילן שיריים
ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים

ווי שיין און לעכטיג ווערט זיין דארט
א חופה פאר די צדיקים דארט
צוגעשטעלט פון גאלד און בריליאנטן
שיינען ווי די טייערסטע דימאנטן

און דערויף
פצחו רננו יחדיו
צום אין סוף
משמיע שלום מבשר טוב
פרייליך כמשוש חתן על כלה

אוי ווי גוט
אזא געהויבענע מינוט
מיר טאנצן מיט
מיט פרייליכע טריט
בקול רנה וצהלה

אויך צו די אומות וועלן מיר נעמען די מיה
ווי עס שטייט כי יום נקם בלבי
השי"ת וועט זיי געבן זייער פארדינטן שטראף
אויף וואס זיי האבן געטוהן צו זיינע שאף

קיין איין זאך וועט מען זיי נישט איינשפארן
וואס זיי האבן געטוהן אלע יארן
וראו גויים צדקך
ושלמו ימי אבלך

לעכטיג און שיין
ציכטיג און ריין
גרויס און קליין
מיט אזא חן
ווי גוט וועט אונז דעמאלט גיין

א זמן אזוי פיין
מיר וועלן נאך פארשטיין
וואס עס האט געמוזט זיין
מיט משיח אליין
במהרה בימינו אמן
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 807
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 927

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

משוגע צו ווערן, פראפעשאנעל, הארציג און הערליך.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך ווירקליך »

@אהבה רבה

הערליך!!!!!!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אהבה רבה
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
x 40

Re: מבשרת ציון - פאעזיע

פאוסט דורך אהבה רבה »

השי"ת האט מיר געהאלפן דעם זומער אז איך מסיים געווען צוויי מסכתות, און ביים סיום האב איך פארגעזינגען דעם פאום וועלכע איך האב מחבר געווען לכבוד המאורע מיט דעם ניגון פון הרה"ק רבי בנציון מבאבוב זי"ע "אין א שיינעם העלן טאג".

טאג נאך טאג – מיט גרויס פלאג
געלערנט א בלאט נאך א בלאט
יעדן טאג צום זמן – אין ביהמ"ד צו זיין
זיך מוטשען אויפ'ן ריכטיגן פשט

רש"י און ראשונים – כולם עונים
אזוי גאנצע וואכן גאנצע טעג
נאך א קלער פארהאן – אין תוס' ורמב"ן
יעדער אויף זיין אייגן וועג

ווען מען טוהט שוין פארשטיין – און ווייטער גיין
אזוי זיס און אזוי געשמאק
מ'לערנט גמרא – מ'פארשטייט א סברא
מיט'ן גאנצן קנאק
  • פזמון:
א שמחה אזוי גרויס – לעת כזאת
    מ'מאכט א סעודה מ'טרונקט לחיים
      די זכי' געהאט – אזא גרויסע צייט
        א מסכתא אין ש"ס געווען מסיים

        אין ספרים מ'קוקט אריין – א ענין איז פארהאן
        צו מאכן א סעודה לגומרה של תורה
        דערצו א ראי' – די מימרא פון אביי
        עבידנא יומא טבא צו דאנקען דעם בורא

        פאר די יעצטיגע שעה – פסקנ'ט די רמ"א
        וואס צו טוהן לתורה ולתעודה
        ברוב עם אינאיינעם – נערים עם זקנים
        מצוה לשמוח ולעשות סעודה

        עס איז יושר – ווארטן אויף א שעת הכושר
        צו מאכן די סעודה ברוב עם
        צו דאנקן דעם בורא – דעם נותן התורה
        הודאה בקול רם

        א שמחה אזוי גרויס – לעת כזאת
        מ'מאכט א סעודה מ'טרונקט לחיים
        די זכי' געהאט – אזא גרויסע צייט
        א מסכתא אין ש"ס געווען מסיים


        א מוליך ומביא – פונעם הייליגן קדושת לוי
        א סיום מסכת איז ווי שמיני עצרת
        א ידידות אזוי סאך – זיך נישט געזעגענען גלייך
        אינאיינעם פארברענגען לשם ולתפארת

        א פשט א נייעם – פונעם אור לשמים
        א סיום ברענגט א הארה גדולה ביושר
        דער שפת אמת ערקלערט – א שפע פרנסה ווערט
        התורה נותנת מזונות ועושר

        פונקט ווי מלוה מלכה מוצאי שבת – קומט דאך לרבות
        מלשון הפעם ילוה אישי מיט'ן מאן רעננים ודשנים
        דער חתם סופר טוהט ערקלערן – מיט א סיום טוהט ווערן
        מ'זאל מיט די גמרא בלייבן שטענדיג אינאיינעם

        א שמחה אזוי גרויס – לעת כזאת
        מ'מאכט א סעודה מ'טרונקט לחיים
        די זכי' געהאט – אזא גרויסע צייט
        א מסכתא אין ש"ס געווען מסיים
        אוועיטער
        דער תהלים איד
        אקטיווער שרייבער
        פאוסטס: 5336
        זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
        x 9964

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך דער תהלים איד »

        WOW

        הערליך הערליך און גאר תוכנפול

        אגב, מזל טוב!!! דא זע איך אז האסט געענדיגט 2 מסכתות נישט בלויז א שיעור פשוט. נאר רש"י מיט ראשונים! מיט תוספות ורמב"ן! טשיהא. טאקע א שמחה.
        אהבה רבה
        ניי צום טיש
        פאוסטס: 11
        זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
        x 40

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך אהבה רבה »

        ב"ה, איינס איז געווען גמרא רש"י און די אנדערע איז געווען מיט ראשונים און אביסל אחרונים אבער נישט מיט תחתונים...
        מאטאווירט
        אידטיש שרייבער
        פאוסטס: 596
        זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
        x 787

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך מאטאווירט »

        הערליך!!

        און א מזל טוב צום סיום
        פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

        ....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
        אוועיטער
        א קלער
        מנהל המערכת
        פאוסטס: 295
        זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
        x 114

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך א קלער »

        זייער שיין
        הערליכע ארבעט
        און מזל טוב כשם...
        איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
        אהבה רבה
        ניי צום טיש
        פאוסטס: 11
        זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
        x 40

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך אהבה רבה »

        לכבוד מיין מסיים זיין מסכת יבמות, האב איך געשריבן אויף גראם דעם תפלת השל"ה עס צו זינגען מיט דעם דינובער ניגון
        https://www.dropbox.com/scl/fi/nl3u7f92 ... d28rl&dl=0

        -א-
        די גאנצע גרויסע וועלט – האסטו אהערגעשטעלט
        אן קיינעמ'ס הילף דאס ווייסן מיר בידיעה
        נאך איידער עפעס איז געשעהן – ביזטו אליינס געווען
        פיהל איידער עס איז געווען די בריאה
        -א-
        באשאפן די וועלט בהשגחה – זאגן רבותינו זכרונם לברכה
        בראשית בשביל תורה ובשביל ישראל
        פון אלע אומות אויסגעקליבן – דיין איינציג פאלק געבליבן
        אפילו מיר זענען קליין אין צאל
        -ב-
        אשר בחר בנו – תורתו נתן לנו
        ולשמך הגדול קרבתנו
        צוויי באפעלן געגעבן – איר קיום איז אונזער שטרעבן
        א זכות פאר די וועלט און פאר אונזער ערליך לעבן
        -ב-
        פרו ורבו האט באפוילן דער בורא – ולמדתם אותם די הייליגע תורה
        דאס איז דאך פשוט בהבנה
        לא לתהו בראת די וועלט די זיסע – לכבודך יצרת אף עשית
        מיר זאלן היטן די תורה איז געווען דיין כוונה
        -ג-
        על כן גרויסער מלך דו הייליגע שכינה
        קומען מיר בעטן א הארציגע תחינה
        אונזערע תפילות זאלסטו הערן – בנים ובנות מערן
        פון דיינע וועגן חלילה נישט אפקערן

        אויך פאר זיי ממשיך זיין די הייליגע ברכה
        קינדער און אייניקלעך ווייטער בהמשכה
        דינען דעם בורא - ליהודים היתה אורה
        זיי זאלן זיין דבוק אין די הייליגע תורה
        -ד-
        ונהי' אנחנו וצאצאינו – בנינו ובני בנינו
        יודעי שמך הגדול והקדוש
        מיט לומדי תורה – באהבה ובמורא
        זאלן מיר שטענדיג זיין מלא וגדוש
        -ד-
        לשמור לעשות ולקיים את כל – טראגן ערליך דעם עול
        והאר עינינו בתורתיך
        מיט אהבה ויראה כל הימים – דינען דעם צור תמים
        יעדן טאג יעדע מינוט און יעדע שעה
        -א-
        אבינו אונזער טאטע – מיר בעטן לעת עתה
        חיים ארוכים וברוכים תן לכולנו
        געב אונז די מתנות – מיט דיין גרויס רחמנות
        אריכות ימים עד מאה ועשרים ושנה
        -א-
        מי כמוך אב הרחמים – זכרנו לחיים נצחיים
        ווי אברהם אבינו'ס תפילה לו יחי' לפניך
        זאגן חז"ל דעם פשט – די כוונה וואס ער האט געהאט
        לו יחי' מיינט מען ביראתיך
        -ב-
        קום איך אינעם יעצטיגן שעה – לבקש מלפניך
        א תפלה אויף זרעי וזרע זרעי מיינע קינדער
        זרע כשר אן א פסול – טוהן וואס דער באשעפער וויל
        באמת ובשלום בעט איך אצינדער
        -ב-
        זיי זאלן זיין בעלי תורה – בפחד ובמורא
        מארי מקרא משנה ותלמוד מארי רזא ומצוה
        מארי גומלי חסדים – מציאת חן בעיני אלקים ואדם
        דינען השי"ת בלי קצבה
        -ג-
        מיט געהויבענע מדות דיך דינען באהבה וביראה
        פון קיינעם קיין מורא נאר דער בעל הבירה
        די מחסורה א גאנץ לעבן – פאר כל גוי' וגוי' געבן
        מיט בריאות כבוד וכח דערנעבן
        -ג-
        קומה ויופי וחן וחסד זאלסטו באשערן
        אהבה אחוה ושלום ביניהם זאל זיך קיינמאל אויפהערן
        זווגים זרע תלמידי חכמים – צדיקים באמת ובתמים
        און זייערע באשערטע פונקט ווי זיי לעולמי עולמים
        -ד-
        באשעפער יודע תעלומות – איך בעט דאך דאס בתמימות
        פון טיפן הארצן בעט איך ביים נורא עלילה
        לכבוד שמך הייליגער בורא – און לכבוד דיין הייליגע תורה
        זיי מקבל מיין הארציגע תפלה
        -ד-
        די תפלות נשגבות - בזכות די הייליגע אבות
        די תפלות זאלן נישט זיין קיין דבר האבוד
        די צווייגעלעך לאלן שיין בליען – און זיך הערליך ציען
        בזכות דעם רגל רביעי דער מלך דוד
        אהבה רבה
        ניי צום טיש
        פאוסטס: 11
        זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
        x 40

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך אהבה רבה »

        אוועיטער
        אהבת עולם
        פרישער באניצער
        פאוסטס: 70
        זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
        Location: אין קלויז
        x 121

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך אהבת עולם »

        א מייסטערווערק!
        מזל טוב צום סיום. כן תזכה להתחיל ולסיים וגו'.
        וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
        אוועיטער
        Azoi Tzi Zugen
        אקטיווער שרייבער
        פאוסטס: 1676
        זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
        x 3585

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

        WOW! און מזל טוב
        אהבה רבה
        ניי צום טיש
        פאוסטס: 11
        זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:16 pm
        x 40

        Re: מבשרת ציון - פאעזיע

        פאוסט דורך אהבה רבה »

        ישר כחכם, ביי ענק אויף שמחות.
        עס איז זייער א ווארעמע תפלה.
        פאר די וועלכע זענען אינטערעסירט, איך האב פאר פורים ארויפגעלייגט "מגילת אסתר אויפן גראם" viewtopic.php?t=1523
        שרייב פאוסט