נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
דראון תחת דראון
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
דאס איז א שטאפל ארויף,רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 5:06 pm אן אוקריינישע דראון אטאקע אויף א דראון פארבריק אין רוסלאַנד.
די ווייטסטע דערווייל, ארום 800 מייל אריין און רוסלאנד
-
פארפאלענער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1011
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1692
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
און אנדערע נייעס
זעלענסקי האט היינט אונטערגעשריבן די געזעץ צו אראפרוקן די יארגאנג פון דינען אין מיליטער, פון 27 צו 25, וואס דאס וועט צוברענגען פרישע טויזענטער סאלדאטן.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
פארפאלענער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1011
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1692
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 9:22 pmדאס איז א שטאפל ארויף,רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 02, 2024 5:06 pm אן אוקריינישע דראון אטאקע אויף א דראון פארבריק אין רוסלאַנד.
די ווייטסטע דערווייל, ארום 800 מייל אריין און רוסלאנד
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
-
פארפאלענער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1011
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1692
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פאריגע חודש איז געווען בלוטיג פאר ביידע זייטן בעיקר פאר די רוסישע שווארצע ים אפטיילונג וואס האט געליטן פון בערך 3 צו 4 שיפן, און די אוקריינער עיר דעפענס וואס האט געדארפט שווער ארבעטן אראפצוברענגן עטליכע מיסיל כוואליעס וואס רוסלאנד האט דורכגעפירט איבער אוקריינע בעיקר מערב זייט אוקריינע.
איין זאך האט זיך בעיקר ארויסגעוויזן אויפן פראנט וואס האט געקאסט פאר די אוקריינער עטליכע וויכטיגע און ווערדפולע עקוויפמענט, די רעדע איז פון בילדער ווי א היימאר ווערט אויפגעריסן און עטליכע פאטריאטן לאנטשערס ווערן חרוב דורך רוסישע Iskander מיסילס, וואס סאיז פארגעקומען? האבן די רוסן א פרישע וואונדער וואפן? וואס קענען די אוקריינער טוהן? דאס און אלעס ארום וועט מען טרייען אויסצוקלארן פאר די ציבור אידן וואס די מלחמה איז זיי נאך אינטערסאנט.
ווי באקאנט האבן די אוקריינער אנגעהויבן סוף 2023 אנגעהויבן צו נוצן זייערע מערב וועלט עיר דעפענס סיסטעמס נענטער צום פראנט, דאס רעכנט אריין נאסאמס לאנטשערס פאטריאטן לאנטשערס וכדומה, די סיבה דערפון איז געווען די קליגע באמבעס וואס רוסלאנד האט אנגעהויבן צו ניצן אין די מאסן, די מאביל יוניטס ווי מען רופט זיי זענען עכט געווען געמאכט קעגן די איראנע דראונס און אנדערע דראונס וואס רוסלאנד נוצט אויפן פראנט, די סוקסעסן פון די מאביל יוניטס האבן נישט געשפעטיגט צו קומען ווען די טשארטס האבן כמעט יעדן טאג פארמאגט איינס צו צוויי רוסישע SU-34 און SU-35 פליגערס אראפ, אויך האבן זיי באוויזן אראפצוברענגן די A-50 פליגערס, דאס האט פארשטייט זיך שטארק אנגעצויגן די רוסן וואס האט געדארפט טרעפן א לעזונג פטור צו ווערן פון די אוקריינישע מאביל יוניטס וואס שטערט זייערע קליגע באמבעס פון ווערן געווארפן.
די רוסן נוצן שוין זייערע פארגעשריטענע סופערקעם דראונס וואס האבן א ווייטערע רעינטש און זענען זייער קלאר, אין פאקט האבן די רוסן שוין געהאט ארויסגעשטעלט שיינע ווידיאוס פון היימארס בשעת זיי שיסן ארויס די ראקעטן, די פראבלעם איז געווען אז זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגע פארבינדונג מיט די רוסישע מיסיל אפטיילונג צו אנדערע אפטיילונגן וואס זענען געווען געשטעלט צו חרוב לייגן אוקריינישע עקוויפמענט, איינמאל סאיז שוין יא געווען איז די טארגעט שוין לאנג נישט דארט געווען, און דאס איז געווען א פראבלעם וואס די רוסן האבן נאך אלס, וואס זיי האבן אבער יא פארבעסערט איז די חלק וואס פארבינד די דראונס מיט די מיסיל אפטיילונגען וואס געפינען זיך אין רוסלאנד און שטייען גרייט מיט Iskander מיסילס צו ווערן ארויסגעשאסן. די מהלך ארבעט אז די סופערקעם דראון פליעט אריין טיפער פונעם פראנט און לאקירט די טארגעט רוב מאל ווען סזיצט און איז נישט אקטיוו, און בשעת מעשה שיקט ער אריין די אינפארמאציע צום מיסיל אפטיילונג וואס ביז א רגע שיקן זיי ארויס די Iskander וואס פליעט גאר שנעל אזוי אז די טארגעט וואס זיצט פארלאשן האט שוין נישט די צייט צו פארלאזן די פלאץ. דאס איז טאקע געזעהן געווארן ביי די היימארס וואס איז געצילט געווארן און ביי די פאטריאטן וואס זענען געצילט געווארן אז זיי זענען נישט געווען אקטיוו נאר האבן געווארט פאר א נעקסטע מיסיע.
די אוקריינער האבן מער נישט געהאט קיין צייט צו גיין און האבן געליטן די פארלוסטן, אוקריינע וועט דארפן האבן מער EW סיסטעמס קעגן די סופערקעם דראונס וועלכע איז זייער שווער צו ווערן אויפגעכאפט - און ווי וואס ווען איז שוין דא אוקריינישע פארלוסטן, פארשטייט זיך אז זיי וועלן דארפן זיין מער וואכזאם אויף זייער פראנט ליניעס עיר דעפענס טאקטיקן.
קרעדיט @נארמאליזעם לכבוד די קאמפיין
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand

פרעזידענט ביידען שיקט וואפן פון איראן וואס מען האט פארכאפט אויפן וועג קיין תימן, צו אוקריינא
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פרעזידענט זאלענסקי האט אינטערגעשריבן א געזעץ צו נידערן די יארגאנג פון ווען מען מיז זיך שטעלן און מיליטער
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא האט אטאקירט א רוסישע לופט באזע און קריימיע
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסלאנד פירט דורך א מאסיווע מיסיל אטאקע אויף חרקוב, דניעפער און אדאסע
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די ביל פון איבער 60 ביליאן דאללער אין שטיצע פאר אוקריינע איז אריבער.
רבותי, ע”פ דרך הטבע קומט נייע צייטן!
רבותי, ע”פ דרך הטבע קומט נייע צייטן!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1332
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3672
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
ס’איז קען אויך זייער מעגליך זיין א ס'שוין צו שפעט. ווי מ'זאגט אין ענגליש too little to late!
די צעגעריין פון רעפובליקאנער געזעץ געבער האבן געגעבן פאר רוסלאנד די אויבערהאנט אין די לעצטע עטליכע חדשים.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
קוק אן, לויט אלע אינדיקעישאנס האלט נישט אוקריינע ביים צוזאמענברעכן אינגאנצן. זיי האבן באקומען א פרישע טשענס בלתי שום ספק. סוועט נאך נעמען אפאר חדשים זיך צו מאטריאליזירן אבער לויט פשוטע מאטעמאטיקס איז עס א געים טשעינדזשער, לכה”פ אזויפיל אז רוסלאנד זאל נישט קענען גיין ווייטער פון וואו זיי זענען יעצט.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מוצש"ק אפריל 20, 2024 9:46 pmס’איז קען אויך זייער מעגליך זיין א ס'שוין צו שפעט. ווי מ'זאגט אין ענגליש too little to late!
די צעגעריין פון רעפובליקאנער געזעץ געבער האבן געגעבן פאר רוסלאנד די אויבערהאנט אין די לעצטע עטליכע חדשים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פרישע שיף און די רוסישע נעווי איז אטאקירט געווארן דורך די אוקריינער מיליטער
- Spa 42
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 1327
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
- Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
- x 5313
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסלאנד האט ארויפגעלייגט די אוקריינא פרעזידענט זאלענסקי אויף די ליסטע פון געזוכטע מענטשן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"יאסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.
והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21951
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
מערסט-געזוכטע? אדער סתם "געזוכטע"
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
זיכערהייט סערוויסעס אין אוקראינע האבן אויפגעדעקט רוסישע עף-עס-בי אגענטן וועלכע האבן זיך געגרייט צו ליקווידירן אוקראינע'ס פרעזידענט וולאדימיר זאלענסקי, איינער פון די צוויי האט באקומען די פליכט צו טרעפן א זיכערהייט מיטגליד נאנט צו זאלענסקי וואס זאל זיין גרייט אים צו פארכאפן און אומברענגען.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
איז נאך דא ערנסטע שאנסן לפי די יעצטיגע מצב אז די רוסן זאלן גענצליך איינעמען אוקריינא?
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1332
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3672
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
היינט האבן די רוסן אנגעהויבן א פרישע מאסיווע אפענסיווע קאמפיין אין די דירעקציע פון כארקוב אבסלאט. דערווייל האבן די רוסן געכאפט געזונטע מכת.
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5691
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20319
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
זאלענסקי האט אפגעזאגט א גענעראל וואס ער האט לעצטנס געשטעלט איבערצונעמען אן אנדערע גענעראל וואס ער האט נישט לאנג צוריק פארשיקט.
#קארופציע בתוקפו (כ'ווייס נישט ווער ס'איז קארופטירט אבער עפעס שמעקט נישט גוט דארט...)
#קארופציע בתוקפו (כ'ווייס נישט ווער ס'איז קארופטירט אבער עפעס שמעקט נישט גוט דארט...)
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פרעזידענט פוטין האט אויפגעזאגט רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטער סערגיי שייגאוי
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1332
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3672
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
סעקרעטרי אוף סטעיט בלינקען האט געלאנדעט אין קיעוו ווי ער וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט זעלענסקי.
די מצב אין אוקריינא איז גארנישט אזוי פויגעלדיג. די רוסן האבן אנגעהויבן א סופרייזד אטאקע אויף חריקאב אין זיי רוקן זיך אריין טיפער און טיפער. זיי האבן געכאפט די אוקריינער אין היפשע סופרייז.
די מצב אין אוקריינא איז גארנישט אזוי פויגעלדיג. די רוסן האבן אנגעהויבן א סופרייזד אטאקע אויף חריקאב אין זיי רוקן זיך אריין טיפער און טיפער. זיי האבן געכאפט די אוקריינער אין היפשע סופרייז.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן און קיעוורואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 12:10 am סעקרעטרי אוף סטעיט בלינקען האט געלאנדעט אין קיעוו ווי ער וועט זיך טרעפן מיט פרעזידענט זעלענסקי.
די מצב אין אוקריינא איז גארנישט אזוי פויגעלדיג. די רוסן האבן אנגעהויבן א סופרייזד אטאקע אויף חריקאב אין זיי רוקן זיך אריין טיפער און טיפער. זיי האבן געכאפט די אוקריינער אין היפשע סופרייז.
-
רואה חשבונות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1332
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3672
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
שפיאנאזש פארדאכטן?
די רוסישע קאנטראלד מידיע מעלדט אז א רוסישע לוטענעט גענעראל מיטן נאמען 'יאורי קאזנעטסאוו' איז ארעסטירט געווארן.
די רוסישע קאנטראלד מידיע מעלדט אז א רוסישע לוטענעט גענעראל מיטן נאמען 'יאורי קאזנעטסאוו' איז ארעסטירט געווארן.