כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך פליט »

אין די וועלט פון מקובלים איז מען אויף, אז דעם שבת וועט עפעס שרעקליך פאסירן ל"ע.

כמיין ר' יעקב מאיר שעכטער האט אויך גערעדט פון דעם.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך פליט »

אן אינטערעסאנטע זאך אז די קריסטליכע גלחים "להבדיל" פרעדיגען אויך איבער דעם.
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

וואס זאגט דרעזנער שמעלצער?...
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך פליט »

מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 7:37 am וואס זאגט דרעזנער שמעלצער?...
ערענסט דערשראקן...
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 536
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 917

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך פייל און בויגן »

קומט נישט גארנישט, האק נישט אין קאפ אריין.
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2217

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך מירון »

פליט האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 7:16 am אין די וועלט פון מקבלים איז מען אויף, אז דעם שבת וועט עפעס שרעקליך פאסירן ל"ע.

כמיין ר' יעקב מאיר שעכטער האט אויך גערעדט פון דעם.
איך ווייס איין זאך אין פסוק שטייט "תמים תהיה עם ה' אלוקיך" און כלל ישראל'ס רבי - רש"י שרייבט: התהלך עמו בתמימות ותצפה לו ולא תחקור אחר העתידות אלא כל מה שיבוא עליך קבל בתמימות ואז תהיה עמו ולחלקו.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך רואה חשבונות »

אינטערסאנט: די אשכול ליגט אונטער "לייכטע שמועסן" און מ'רעדט פון "עפעס שרעקליך פאסירן ל"ע".

וויאזוי גייען די צוויי זאכן אינאיינעם?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 343
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 467

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך צווייטער »

פליט האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 7:16 am אין די וועלט פון מקבלים איז מען אויף, אז דעם שבת וועט עפעס שרעקליך פאסירן ל"ע.

כמיין ר' יעקב מאיר שעכטער האט אויך גערעדט פון דעם.
ר' יעקב מאיר האט גערעדט פון דעם? וואו? ווען?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 343
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 467

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך צווייטער »

בילד
מכתב להמקובל הגר''ד קוק שליט''א ותשובתו
פיילס
מלחמה כ אדר ב.jpeg
מלחמה כ אדר ב.jpeg (29.84 KiB) געזען געווארן 1076 מאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך נקודות טובות »

עס קומט אי''ה א שיינע הערליכע און הייליגע שבת, שבת פרה! וואס לויט עטליכע פוסקים איז דאס א דאורייתא. א שבת וואס דער אויבערשטער רייניגט אונז מיט די אפר הפרה. און א שבת וואס מיר האבן די זכיה צו געבן א טריט נענטער צום הייליגען יו''ט פסח.

עס איז ערווארטעט צו זיין אין די סיטי היבש קיל ביינאכט ווען די טעמפראטור וועט פאלן צו ארום 40 דעגרי. און נאכמיטאג וועט עס ארויפגיין צו ארום 52 דעגרי. עס וועט זיין מערסטענס זוניג אין די פארמיטאג שעות. און דערנאך וועט ווערן פארוואלקענט ארום 11 אזייגער.

אין קרית יואל והגלילות איז ערווארטעט מער ווייניגער די זעלבע נאר אביסעל קעלטער. די נאכט טעפראטור וועט אראפ גיין ביז ארום34, און שפעטער נאכמיטאג וועט עס ארויף גיין ביז ארום 50.

דאס אלעס איז פארשטייט זיך לויט די פראויס שאצונגען. אבער דער משנה עיתים האט מיט זיי גארנישט, און ער האט זיין אייגענע פלענער. און וואס זיין פלאן איז געווען וועט מען נאר קענען וויסען נאך שבת.


איז דאס דער עם חכם ונבון?? עס קען קומען יעדע צוויי מינוט א צווייטער אשר לא קרא ולא שנה ולא שימש און אנווארפען א שרעק אויף גאנץ כלל ישראל?? יעדע שטיק צייט איז דא א צווייטער וואס האט אן אייגען מהלך הגורלות וואס איז נישט יסודתו בהררי קודש. איין שטיק דמיון וואס דער שטן פארנערט אים כדי ער זאל ווי ווייניגער צייט זיין פארנומען מיטן לערנען. דעריבער פארקויפט אים די שטן דמיונות איבער רמזים, גמטריאות, נוטריקון, און גורלות! און דער שוטה אנשטאט האלטן די שטות ביי זיך גייט ער ארום און ער פארציילט זיינע חלומות ברבים! הלואי זאלן מיר אונז אזוי גלייבען אין דעם אנכי ד' אלקיך און נישט קענען שלאפן ביינאכט בלויז צוליב פחד פונעם אויבערשטען, אזוי ווי געוויסע פון אונז וואס קענען נישט שלאפן צוליב די בעלי דמיון!

הנותן קץ אין לו חלק לעולם הבא!! פשוטו כמשמעו! די אלע וואס גייען ארום מיט זייערע פאלטשע חשבונות איבער די גאולה איז אין להם חלק לעולם הבא! קיינער ווייסט גארנישט! קיינער זעהט גארנישט פאראויס! דער אויבערשטער האט זיין וועלט באשאפען אליינס, ער פירט דאס אליינס, און לאחר ששה אלפי שנה וועט ער אויך מסדר זיין די זאך אליינס!

כל המסתכל בארבעה דברים, ראוי לו כאילו לא בא לעולם, מה למעלה, מה למטה, מה לפנים, ומה לאחור! איר הערט א לשון? ראוי לו כאילו לא בא לעולם! ולא תחקור אחר העתידות איז אן איסור גמור! נישט פארשלעפט ווערן פון די כת וואס לעבט אין עולם התוהו! אלע וואס ווייסען ווען די אטאם באמבע וועט קראכען, ווען די וועלט וועט חרוב ווערן, און וואו משה קליינערמאן איז! האט שוין איינער באקומען פון זיי די לאטערי נומבער פארדעם און געווינען מיט דעם א ביליאן דאלער?? דאס זענען אידן וואס רייטען אויף די מקוצר רוח ומעבודה קשה אידן, וכן אויף די נשים וקטנים. זיך לאזן פון זיי איז א מכה אשר לא כתובה בתורה! לאמיר בלייבען קלאר ביים דעת און וויסען איז ביי די נוצרים און מולאמענער איז דא אסאך גרעסערע בעלי דמיון וואס פארקויפן זייערע שטותים, און לאמיר עס לאזן דארט! מיר זענען אידן. בנים אתם לד' אלקכים! עס פאסט נישט פאר בני מלכים צו זיך קומרען מיט די דברי טופשות!

די רמב''ם פארשרייבט פונקטלעך די הלכות ווי אזוי מען דארף אויספרעגן און פארהערן א נביא פאר ווען מען הערט וואס ער האט צו זאגן. איז אדרבה, זאלן די נבאי הבעל גיין צו די עדה החרדת אדער צו מחזיקי הדת, און אפי' צו די רבנות הראשית און זיך פארהערן ביי זיי! א כת לצים! א כת געלט פרעסער! א כת פון שלעכטע מענטשען וואס זוכען פאבליסעטי דורך אנזייען פאניק! א כת פון בעלי דמיון וואס זענען נענש געווארן צו לעבן אין עולם התוהו! יעדע פאר וואכען קומט א צווייטער צודרייטער מיט זיינע חלומות שקרים ודמיונות! הכל הבל ורעות רוח!

מיר ווייסען אז משיח וועט זיין עפעס פון משה רבינו און עפעס פון דוד המלך. פונקטלעך וואס פארשטייען מיר נישט, און ווי די רמב''ם זאגט איז נישט דא אויף דעם קיין קלארע הוראה ביד הנביאים ממילא ווייסט דאס קיינער נישט. אבער אויב מעג איך מיך ערלויבען צו זאגן א געדאנק אויף דעם וועל איך זאגן והוא רחום יכפר עון...

ביי משה רבינו שטייט וישב משה לשפט את העם ויעמד העם על משה מן הבקר עד הערב. ער איז געזיצען און געלערנט תורה מיט אידישע קינדער און גע'פסקענט זייער שאלות א גאנצע טאג. זיין לעבן איז נישט געווען קיין מיסטישע לעסן בכלל. אודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין משה רבינו דער אב לנביאים אשר לא קם כמותו. אבער די אידן האבן געזעהן פאר זיך א רבי וואס פסק'ענט הלכות טאג און נאכט. ווידער ביי דוד המלך שטייט די זעלבע זאך. אמר דוד לפני הקב"ה רבונו של עולם לא חסיד אני שכל מלכי מזרח ומערב יושבים אגודות אגודות בכבודם ואני ידי מלוכלכות בדם ובשפיר ובשליא כדי לטהר אשה לבעלה. דוד המלך האט געלערנט און גע'פסק'ענט הלכות פאר כלל ישראל.

וואס איך נעם ארויס פון דעם איז אז מבשר זיין די גאולה שלימה וועט קומען פון א איד וואס וועט מרביץ תורה זיין פאר כלל ישראל, מן הבוקר עד הערב און פסק'ענט שאלות. און נישט א מיסטישע שוטה וואס פארברענגט די טאג מיט שטותים, און פארדייעט א קאפ מיט זיינע דמיונות!

צאי לך בעקבי הצאן. זאל יעדער טראכטען וואס זיין רבי זכותו יגן עלינו וואלט אין אזא צייט געטוהן! האט אמאל די סאטמאר/בעלזע/סקווירא/באבוב/וכו' רבי זי''ע אמאל געזאגט אין בית מדרש אויף א געוויסע דאטום אז עס קומט אן ערד ציטערניש? האבן זיי געלעבט מיט דמיונות און פאביעס א גאנצע טאג?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך נקודות טובות »

איינער אנטלויפ פון א''י מיט חסידים. אצווייטער ווייסט וואו משה קליינערמאן איז. א דריטער ווייסט ווען די אטאם באמבע קומט. א פערטער איז א מידאראלעדזשיסט און פארשטייט צו האריקעינס. א פיפטער ווייסט אבער ערד ציטערנישען. א זעקסטער ווייסט אבער מלחמות. א זיבעטער ווייסט איבער גזירות. אלה ברכב ואלה בסוסים אבער ואנחנו בשם ד' אלקינו נזכיר! מיר האבן א באשעפער וואס פירט אונז, און טוט וואס איז די בעסטע פאר אונז. און ער האט אונז געגעבן א מצוה פון תמים תהיה! און מיר זענען שטאלץ צו מקייםן זיין די מצוה!

אן ענליכע אשכול viewtopic.php?p=31393&sid=4e5147bffe3bd ... a7e#p31393
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 158

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך בן מלך »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 10:18 am עס קומט אי''ה א שיינע הערליכע און הייליגע שבת, שבת פרה! וואס לויט עטליכע פוסקים איז דאס א דאורייתא. א שבת וואס דער אויבערשטער רייניגט אונז מיט די אפר הפרה. און א שבת וואס מיר האבן די זכיה צו געבן א טריט נענטער צום הייליגען יו''ט פסח.

עס איז ערווארטעט צו זיין אין די סיטי היבש קיל ביינאכט ווען די טעמפראטור וועט פאלן צו ארום 40 דעגרי. און נאכמיטאג וועט עס ארויפגיין צו ארום 52 דעגרי. עס וועט זיין מערסטענס זוניג אין די פארמיטאג שעות. און דערנאך וועט ווערן פארוואלקענט ארום 11 אזייגער.

אין קרית יואל והגלילות איז ערווארטעט מער ווייניגער די זעלבע נאר אביסעל קעלטער. די נאכט טעפראטור וועט אראפ גיין ביז ארום34, און שפעטער נאכמיטאג וועט עס ארויף גיין ביז ארום 50.

דאס אלעס איז פארשטייט זיך לויט די פראויס שאצונגען. אבער דער משנה עיתים האט מיט זיי גארנישט, און ער האט זיין אייגענע פלענער. און וואס זיין פלאן איז געווען וועט מען נאר קענען וויסען נאך שבת.


איז דאס דער עם חכם ונבון?? עס קען קומען יעדע צוויי מינוט א צווייטער אשר לא קרא ולא שנה ולא שימש און אנווארפען א שרעק אויף גאנץ כלל ישראל?? יעדע שטיק צייט איז דא א צווייטער וואס האט אן אייגען מהלך הגורלות וואס איז נישט יסודתו בהררי קודש. איין שטיק דמיון וואס דער שטן פארנערט אים כדי ער זאל ווי ווייניגער צייט זיין פארנומען מיטן לערנען. דעריבער פארקויפט אים די שטן דמיונות איבער רמזים, גמטריאות, נוטריקון, און גורלות! און דער שוטה אנשטאט האלטן די שטות ביי זיך גייט ער ארום און ער פארציילט זיינע חלומות ברבים! הלואי זאלן מיר אונז אזוי גלייבען אין דעם אנכי ד' אלקיך און נישט קענען שלאפן ביינאכט בלויז צוליב פחד פונעם אויבערשטען, אזוי ווי געוויסע פון אונז וואס קענען נישט שלאפן צוליב די בעלי דמיון!

הנותן קץ אין לו חלק לעולם הבא!! פשוטו כמשמעו! די אלע וואס גייען ארום מיט זייערע פאלטשע חשבונות איבער די גאולה איז אין להם חלק לעולם הבא! קיינער ווייסט גארנישט! קיינער זעהט גארנישט פאראויס! דער אויבערשטער האט זיין וועלט באשאפען אליינס, ער פירט דאס אליינס, און לאחר ששה אלפי שנה וועט ער אויך מסדר זיין די זאך אליינס!

כל המסתכל בארבעה דברים, ראוי לו כאילו לא בא לעולם, מה למעלה, מה למטה, מה לפנים, ומה לאחור! איר הערט א לשון? ראוי לו כאילו לא בא לעולם! ולא תחקור אחר העתידות איז אן איסור גמור! נישט פארשלעפט ווערן פון די כת וואס לעבט אין עולם התוהו! אלע וואס ווייסען ווען די אטאם באמבע וועט קראכען, ווען די וועלט וועט חרוב ווערן, און וואו משה קליינערמאן איז! האט שוין איינער באקומען פון זיי די לאטערי נומבער פארדעם און געווינען מיט דעם א ביליאן דאלער?? דאס זענען אידן וואס רייטען אויף די מקוצר רוח ומעבודה קשה אידן, וכן אויף די נשים וקטנים. זיך לאזן פון זיי איז א מכה אשר לא כתובה בתורה! לאמיר בלייבען קלאר ביים דעת און וויסען איז ביי די נוצרים און מולאמענער איז דא אסאך גרעסערע בעלי דמיון וואס פארקויפן זייערע שטותים, און לאמיר עס לאזן דארט! מיר זענען אידן. בנים אתם לד' אלקכים! עס פאסט נישט פאר בני מלכים צו זיך קומרען מיט די דברי טופשות!

די רמב''ם פארשרייבט פונקטלעך די הלכות ווי אזוי מען דארף אויספרעגן און פארהערן א נביא פאר ווען מען הערט וואס ער האט צו זאגן. איז אדרבה, זאלן די נבאי הבעל גיין צו די עדה החרדת אדער צו מחזיקי הדת, און אפי' צו די רבנות הראשית און זיך פארהערן ביי זיי! א כת לצים! א כת געלט פרעסער! א כת פון שלעכטע מענטשען וואס זוכען פאבליסעטי דורך אנזייען פאניק! א כת פון בעלי דמיון וואס זענען נענש געווארן צו לעבן אין עולם התוהו! יעדע פאר וואכען קומט א צווייטער צודרייטער מיט זיינע חלומות שקרים ודמיונות! הכל הבל ורעות רוח!

מיר ווייסען אז משיח וועט זיין עפעס פון משה רבינו און עפעס פון דוד המלך. פונקטלעך וואס פארשטייען מיר נישט, און ווי די רמב''ם זאגט איז נישט דא אויף דעם קיין קלארע הוראה ביד הנביאים ממילא ווייסט דאס קיינער נישט. אבער אויב מעג איך מיך ערלויבען צו זאגן א געדאנק אויף דעם וועל איך זאגן והוא רחום יכפר עון...

ביי משה רבינו שטייט וישב משה לשפט את העם ויעמד העם על משה מן הבקר עד הערב. ער איז געזיצען און געלערנט תורה מיט אידישע קינדער און גע'פסקענט זייער שאלות א גאנצע טאג. זיין לעבן איז נישט געווען קיין מיסטישע לעסן בכלל. אודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין משה רבינו דער אב לנביאים אשר לא קם כמותו. אבער די אידן האבן געזעהן פאר זיך א רבי וואס פסק'ענט הלכות טאג און נאכט. ווידער ביי דוד המלך שטייט די זעלבע זאך. אמר דוד לפני הקב"ה רבונו של עולם לא חסיד אני שכל מלכי מזרח ומערב יושבים אגודות אגודות בכבודם ואני ידי מלוכלכות בדם ובשפיר ובשליא כדי לטהר אשה לבעלה. דוד המלך האט געלערנט און גע'פסק'ענט הלכות פאר כלל ישראל.

וואס איך נעם ארויס פון דעם איז אז מבשר זיין די גאולה שלימה וועט קומען פון א איד וואס וועט מרביץ תורה זיין פאר כלל ישראל, מן הבוקר עד הערב און פסק'ענט שאלות. און נישט א מיסטישע שוטה וואס פארברענגט די טאג מיט שטותים, און פארדייעט א קאפ מיט זיינע דמיונות!

צאי לך בעקבי הצאן. זאל יעדער טראכטען וואס זיין רבי זכותו יגן עלינו וואלט אין אזא צייט געטוהן! האט אמאל די סאטמאר/בעלזע/סקווירא/באבוב/וכו' רבי זי''ע אמאל געזאגט אין בית מדרש אויף א געוויסע דאטום אז עס קומט אן ערד ציטערניש? האבן זיי געלעבט מיט דמיונות און פאביעס א גאנצע טאג?
נישט רעדנדיג פון די זמן הגאולה, וואס איז איז אסור בהחלט, איז קלאר אז צדיקים ווייסן אויב עפעס קאכט זיך און זיי טוען וואס זיי האבן צו טוהן צו מבטל זיין גזירות, זיי רעדן נאר נישט אויף קול מבשר און זיי דערשרעקן נישט כלל ישראל אנצוזייען פחד.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2217

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך מירון »

@נקודות טובות איך וואלט אייך געגעבן טויזענט לייקס פאר דו איינציגע תגובה!
חזקי זופניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
x 68

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך חזקי זופניק »

מירון האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 11:22 am @נקודות טובות איך וואלט אייך געגעבן טויזענט לייקס פאר דו איינציגע תגובה!
גא"מ
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4034
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12265

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

פיינע @נקודות טובות האסטו ארויסגעברענגט!!!
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 476
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 482

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך איד »

אהן אריינגיין אין עתידות

למעשה דארף מען אסאך תפילות !

ווי זאכן לויפן האלט מען א שוועל אוועק פון א פולקאמע מלחמה צווישן מדינת הציונים מיט די חיזבאלא פון לבנון,
איך ווייס נישט צי כ' צי כ''א אדער כ''ב,
אבער ס'ווערט יעדע מינוט מער אנגעצויגן

זאל די אייבערשטער האלטן זיין רעכטע האנט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 10:18 am איז דאס דער עם חכם ונבון??

עס קען קומען יעדע צוויי מינוט א צווייטער אשר לא קרא ולא שנה ולא שימש און אנווארפען א שרעק אויף גאנץ כלל ישראל?? יעדע שטיק צייט איז דא א צווייטער וואס האט אן אייגען מהלך הגורלות וואס איז נישט יסודתו בהררי קודש. איין שטיק דמיון וואס דער שטן פארנערט אים כדי ער זאל ווי ווייניגער צייט זיין פארנומען מיטן לערנען. דעריבער פארקויפט אים די שטן דמיונות איבער רמזים, גמטריאות, נוטריקון, און גורלות! און דער שוטה אנשטאט האלטן די שטות ביי זיך גייט ער ארום און ער פארציילט זיינע חלומות ברבים! הלואי זאלן מיר אונז אזוי גלייבען אין דעם אנכי ד' אלקיך און נישט קענען שלאפן ביינאכט בלויז צוליב פחד פונעם אויבערשטען, אזוי ווי געוויסע פון אונז וואס קענען נישט שלאפן צוליב די בעלי דמיון!

הנותן קץ אין לו חלק לעולם הבא!! פשוטו כמשמעו! די אלע וואס גייען ארום מיט זייערע פאלטשע חשבונות איבער די גאולה איז אין להם חלק לעולם הבא! קיינער ווייסט גארנישט! קיינער זעהט גארנישט פאראויס! דער אויבערשטער האט זיין וועלט באשאפען אליינס, ער פירט דאס אליינס, און לאחר ששה אלפי שנה וועט ער אויך מסדר זיין די זאך אליינס!
👍👍👍
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך פופציגער »

וואוף!!! @נקודות טובות !
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך רואה חשבונות »

נא, שוין געקומען? וואס?
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך פליט »

צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 9:24 am בילד
מכתב להמקובל הגר''ד קוק שליט''א ותשובתו
זע'ך אז ער רעדט פון כ'א אדר
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך נקודות טובות »

רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:25 pm נא, שוין געקומען? וואס?
די תירץ אז מען האט ב''ה ממתיק געווען איז געפלאנט נאך פאר'ן טראכטן צו זאגן אז עפעס קומט.
מען באקומט אסאך מער פאבליסעטי ווען מען איז ממתיק. כאילו ער האט געוויסט אז עפעס קומט, און ער האט נאך באוויזען עס צו ממתיק זיין אויך. נישט נאר וואס ער האט קראנטע אינפארמאציע, איז ער נאך אין די המתקה ביזנעס אויך. ער גייט ארום אין מירון מיט א לולב אין העלן חודש שבט... ירחם המרחם! ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו ולמשוגעים שבתוכינו ולקטני המוח שמעמינו די!

אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם דארפן רחמי שמים! אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה ליידער ליידער. מוח שפאלטענדע שמועות יעדן צווייטען טאג. אידישע קינדער מיטשענען זיך מיט פרנסה. אידישע קינדער מיטשענען זיך צו קענען אויפציען ערליכע דורות. אידישע קינדער מיטשענען זיך מיט גוטע שידוכים. אידישע קינדער מיטשענען זיך מיט געזונט פיזיש און גייסטיש. אידישע קינדער זענען אין א ביטערע מצב! והעולה על כולנה, אידישע קינדער זענען דערווייטערט פון זייער גרויסען טאטען דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וואס האט אונז פארטריבען מעל שלחנו מיט ארום 1965 יאר צוריק ועדיין לא נשענו! די מצב איז מרור כזית וקשה כגידין ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים!

חבקוק הנביא זאגט אונז. אם יתמהמה חכה לו כי בא יבא לא יאחר! וכלשון הרמב''ם לא ישים לו זמן, ולא יעשה לו סברות במקראות להוציא זמן ביאתו! יעדן טאג איז אן עת פקודה, מיר האפן ווארטן און גלייבען אז דער אויבערשטער וועט זיך אויף אונז מרחם זיין ויושיענו ויגאלנו שנית וישמיענו ברחמיו שנית לעיני כל חי לאמר הן גאלתי אתכם אחרית כראשית! זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין תחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים מתוך רחמיו וחסדיו וינקום לעינינו נקמת דם עבדיו השפוך!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך וואוילער »

אמן
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 158

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך בן מלך »

נקודות טובות האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 30, 2024 11:10 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:25 pm נא, שוין געקומען? וואס?
די תירץ אז מען האט ב''ה ממתיק געווען איז געפלאנט נאך פאר'ן טראכטן צו זאגן אז עפעס קומט.
מען באקומט אסאך מער פאבליסעטי ווען מען איז ממתיק. כאילו ער האט געוויסט אז עפעס קומט, און ער האט נאך באוויזען עס צו ממתיק זיין אויך. נישט נאר וואס ער האט קראנטע אינפארמאציע, איז ער נאך אין די המתקה ביזנעס אויך. ער גייט ארום אין מירון מיט א לולב אין העלן חודש שבט... ירחם המרחם! ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו ולמשוגעים שבתוכינו ולקטני המוח שמעמינו די!

אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם דארפן רחמי שמים! אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה ליידער ליידער. מוח שפאלטענדע שמועות יעדן צווייטען טאג. אידישע קינדער מיטשענען זיך מיט פרנסה. אידישע קינדער מיטשענען זיך צו קענען אויפציען ערליכע דורות. אידישע קינדער מיטשענען זיך מיט גוטע שידוכים. אידישע קינדער מיטשענען זיך מיט געזונט פיזיש און גייסטיש. אידישע קינדער זענען אין א ביטערע מצב! והעולה על כולנה, אידישע קינדער זענען דערווייטערט פון זייער גרויסען טאטען דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא וואס האט אונז פארטריבען מעל שלחנו מיט ארום 1965 יאר צוריק ועדיין לא נשענו! די מצב איז מרור כזית וקשה כגידין ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים!

חבקוק הנביא זאגט אונז. אם יתמהמה חכה לו כי בא יבא לא יאחר! וכלשון הרמב''ם לא ישים לו זמן, ולא יעשה לו סברות במקראות להוציא זמן ביאתו! יעדן טאג איז אן עת פקודה, מיר האפן ווארטן און גלייבען אז דער אויבערשטער וועט זיך אויף אונז מרחם זיין ויושיענו ויגאלנו שנית וישמיענו ברחמיו שנית לעיני כל חי לאמר הן גאלתי אתכם אחרית כראשית! זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין תחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים מתוך רחמיו וחסדיו וינקום לעינינו נקמת דם עבדיו השפוך!
איך ווייס נישט צו וועם דו באציהסט זיך, אבער געדענק די הוי זהיר בגחלתן. דו מישט א געמויזאכץ פון אויסרעכענען די קץ ח״ו ביז איינרייסן פאר גלות גזירות. די צוויי האבן קיין שייכות, און דו ביסט ביים גרעניץ פון ליצנות אויף דברים שבקדושה און אוועקמאכן פעולות פון גרויסע אידן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 30, 2024 10:25 pm נא, שוין געקומען? וואס?
איז אזוי. די גזירה רעה איז געקומען, נאר מען זעט עס נאכנישט, עס ווערט דעזאלווד צעביסלעך, ה"י.

ווידער די גזירה טובה, איז געווארן אפגערופן אין הימל צוליב וואס אידן הערן צופיל קול מבשר בזמן הלימוד.

אדער, פארקערט.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: כ' אדר ב' תשפ"ד - וואס קומט?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@נקודות טובות , במחילת כבודך, צווישן די אלע דרעזנער פישלעך זענען דא אויכעט יודן וואס לערנען יומם ולילה און דינען גאט ב"ה מיט תמימות, דאס וואס זיי לעבן אין א געוויסע סארט מענטאליטעט פון רמזים, גורלות, און המתקת הדינים, ווען אסאך מאל טאקע ווערן אינדערמיט אוועקגעשניטן גאנצע שטיקער פון רעאליטעט אויף דעם חשבון, מיינט נאכנישט אז מ'דארף זיי פיינט האבן און זיכער נישט אראפרייסן והוי זהיר וכו'

וואס יא, דעם דרעזנער דארף מען טאקע גוט אויפפאטשן פארן זיי אויפזוכן און זיי געבן דעם מייק, ער איז נישט היינט געבוירן און כלל ישראל האט שוין גענוג געהאט פון זיין אויפבלאזן געשיכטעס, און צונאר לייגן כלל ישראל מיטן ארויפברענגען ריבניצע קעצעלעך,טורנהיימ'ס למיניהם וכדו' וכו'
שרייב פאוסט