ווער?
'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
-
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4034
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
- Location: א קעגן איבער
- x 12265
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'

ישר כחמיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 11:45 amהרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א
זעלבע הכשר ווי די וואך וכו'
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:09 pm
- Location: london
- x 5
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
אויב איינער קען ביטע ארויפשטעלן שטענדרל פרשת נח תשפ''ה
יישר כח
יישר כח
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
זיי שיקן שוין נישט ארום דיגיטאל.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 4
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 6:09 pm
- Location: london
- x 5
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
יישר כח
דא אין עיר הבירה לונדון קומט עס אן יעדער וואך, אויסער פרשת נח איז נישט אנגעקומען

- פארשטענדליך אידל
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 28
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
- x 58
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
אָנפּרעדיקטעד - טוישנגען אויף אייביג
ווי מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען שמועסן פון דעם באמבאסטישן מאמר "יוצאים מן הלב" איבער אויפשטיין פארטאגס, און פילע בחורים זאגן אז זיי פילן ווי ענדליך האט זיין שוין איינער פארשטאנען, פילע אינגערלייט זענען געזיצן צוגענאגלט צום ארטיקל און נישט אראפגעלייגט פון די האנט ביזן עס מסיים זיין, און מיט דורשט אויסגעלעקט יעדעס איינציג ווארט, צענדליגער אידן זענען אויפגעשטאנען פארטאגס אדאנק דעם ארטיקל, (איך האב געהערט פון לעבעדיגע עדות וואס האבן געזען דעם מארגן שטערן נאך פילע יארן פון נישט וויסן וויאזוי עס זעט אויס), עס איז אוודאי אז דער זכות פון די אלע שעות לימוד התורה וועט נזקף ווערן צום חשוב'ן נגיד וואס האט דאס געטון.
עס איז אינטערסאנט צו אנמערקן, אז געוויס האבן פילע פון אונז געשפירט ווען מען האט געליינט דעם ארטיקל, אז עס אפשר צופיל פריוואטע ענינים ארויס געלייגט אין פאבליק, און די געפיל פון "אוי! מן הסתם גייען זיך זיינע קינדער שעמען דערמיט! מן הסתם האט ער נישט געכאפט וואס ער טוט דא מיטן עס ארויסלייגן, נאכדערצו מיט בילדער אויך" אבער נאכדעם וואס מיר הערן פון אָן א שיעור אידן אז דאס האט זיי אויפגעלאכטן די אויגן, און אזויפיל צוקלאפטע בחורים האבן געזאגט אז זיי האבן געשפירט ווי מען האט זיי וועלידעיטע"ד מען האט פארשטאנען זייער ווייטאג און פיין, עס האט זיי געגעבן א שטופ צו פארויסגיין, יעצט ווייסן מיר אלע וואספארא גוטער מאָ"וו עס איז געווען.
א מנהל אין א ישיבה האט מיר פארציילט אז ער האט געגעבן פאר בחורים צו אדורכליינען דעם ארטיקל, און די בחורים זענען געזיצן צוגענאגלט צו דעם, און שטייען זינט דאן אויף יעדן פארטאגס!!
עס איז נישט דאס ערשטער מאל וואס דער נגיד מאכט א פראיעקט וואס איז אָנפּרעדיקטעד/אומפארויס געשאצט, און עס מאכט א טויש אויף אייביג.
עס איז אבער ראטזאם צו ערווענען אז אויסער דעם וואס דער נגיד האט יעצט אזוי שיין פראקלאמירט דעם ענין פון אויפשטיין פארטאגס, האט ער געטון נאך א זאך וואס וועט זיין אזוי שיין ווען דאס וועט האבן אן אפעקט אויף אייביג.
נעמליך ער האט געעפנט זיין הארץ און פארציילט פון די נישט גוטע צייטן וואס ער האט מיטגעמאכט אלס בחור, וואס ווען מיר לאזן זיך נישט נער'ן ווייסן מיר אז אונז אלע זענען אדורך שווערקייטן אין לעבן און מיר זענען זיי אדורכגעקומען, אבער פאר סיי וועלכער סיבה באהאלטן מיר די זאכן אונטערן קארפעט און מיר וועלן קיינמאל נישט רעדן דערפון, ווייל "וואס וועט יענער זאגן?" און "וויאזוי וועלן מיינע קינדער מיר אנקוקן" און נאך אזלכע מחשבות, וואס פארטרייבן דעם מענטש פון לעבן אפן מיט זיך, און מען וועט אויף די גאס שפילן ווי אלעס איז גלאטיג.
דער אויסגאנג פון אזא אויפירונג ברענגט אז ווען א צווייטער גייט אדורך אזא שוועריקייט פילט ער ווי ער איז אליינס אויף דער וועלט און קיינער פארשטייט אים נישט! עס איז דאך אזוי ווייטאגליך! ווען מיר זאלן ארפציען די מאסקע און פארציילן אפן אונזערע פלאגענישן פאר אנדערע וויפיל וואלט דאס זיי געהאלפן?! וויפיל ווייטאג און פיין וואלטן מיר פארמיטן?
נאר אביסל חומר למחשבה!

- אויב האט מען אמאל געמיינט א שטיל מאכן אין בית המדרש באלאנגט פאר א פארביסענער פארפיינטעטער מענטש וואס יעדער שטייט ווייט פון אים!
האט דער נגיד געוויזן אז ניין! אז עס איז א סטייל און א געשמאק נישט צו רעדן ביים דאווענען, די וואס זענען גבאים זענען גאר פון די עליטע וואס פארן מיט א הערליכע נסיעה!
- אויב האט מען געמיינט אז א נגיד ברויך אפיר קראצן עפעס א רבי'לע פונדערווייטנס און אים גרויס מאכן און דורכדעם וועט ער גרויס ווערן!
האט דער נגיד געוויזן ניין! איך וועל נעמען מיין חשוב'ן טאטן און אים רעספעקטירן בכבוד הראוי לו!
- אויב האט יעדער געמיינט אז א נגיד איז אזא איינער וואס באקומט א פלע"ג ביי א מסיבה נאכדעם וואס ער האט ביישטייערט א ריזן סומע פאר א מוסד.
האט ער געוויזן ניין! איך וועל געבן פאר מיינע אייגענע ברודער אין וויליאמסבורג און בארא פארק די וויכטיגע צרכי יום טוב מיט א מאסיווער חלוקה.
- אויב האט איינער געמיינט אז א נגיד דארף האבן עפעס א כולל אין ארץ ישראל ווי עלטערע אידן וואס זיצן שוין ממילא און זיי לערנען,
האט דער נגיד געוויזן ניין! מען וועט נעמען אונזערע קינדערליך און זיי אמת'דיג דערהייבן צו העכערע שטאפלען.
עס איז אבער ראטזאם צו ערווענען אז אויסער דעם וואס דער נגיד האט יעצט אזוי שיין פראקלאמירט דעם ענין פון אויפשטיין פארטאגס, האט ער געטון נאך א זאך וואס וועט זיין אזוי שיין ווען דאס וועט האבן אן אפעקט אויף אייביג.
נעמליך ער האט געעפנט זיין הארץ און פארציילט פון די נישט גוטע צייטן וואס ער האט מיטגעמאכט אלס בחור, וואס ווען מיר לאזן זיך נישט נער'ן ווייסן מיר אז אונז אלע זענען אדורך שווערקייטן אין לעבן און מיר זענען זיי אדורכגעקומען, אבער פאר סיי וועלכער סיבה באהאלטן מיר די זאכן אונטערן קארפעט און מיר וועלן קיינמאל נישט רעדן דערפון, ווייל "וואס וועט יענער זאגן?" און "וויאזוי וועלן מיינע קינדער מיר אנקוקן" און נאך אזלכע מחשבות, וואס פארטרייבן דעם מענטש פון לעבן אפן מיט זיך, און מען וועט אויף די גאס שפילן ווי אלעס איז גלאטיג.
דער אויסגאנג פון אזא אויפירונג ברענגט אז ווען א צווייטער גייט אדורך אזא שוועריקייט פילט ער ווי ער איז אליינס אויף דער וועלט און קיינער פארשטייט אים נישט! עס איז דאך אזוי ווייטאגליך! ווען מיר זאלן ארפציען די מאסקע און פארציילן אפן אונזערע פלאגענישן פאר אנדערע וויפיל וואלט דאס זיי געהאלפן?! וויפיל ווייטאג און פיין וואלטן מיר פארמיטן?
נאר אביסל חומר למחשבה!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4057
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11241
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
אפשר ברענגסטו אהער דעם ארטיקל פאר די וואס האבן עס נישט געליינט?
ס'הערט זיך אינטערסאנט.
Re: 'שטענדערל' אויסגאבע פאר קינדער, דורך 'קרן תוספות יום טוב'
יאפ אדורכגעליינט, נארמאל ליין איך עס נישט, אבער נאכן הערן די פידבעק דא האב איך עס געליינטשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 7:54 pmאפשר ברענגסטו אהער דעם ארטיקל פאר די וואס האבן עס נישט געליינט?
ס'הערט זיך אינטערסאנט.
סתם נייגעריג, איך געדענק אים לערנען אין מתיבתא אין קרית יואל, מן הסתם איז די מעשה געווען ישיבה קטנה יארן, אין וועלכע ישיבה איז דאס געווען?