בן רבי צבי אלימלך הבני יששכר זצ"ל. נולד: שנת תקס"ד וי"א תקפ"ה. רבותיו: רבי ישראל מרוזין, רבי שלום מבעלז, רבי שמעון מירוסלב. מחבר ספר: צמח דוד. רב בעיר: דינוב.
דער שר שלום פון בעלז האט געזאגט אויף רבי דויד'ל דינוב'ער: "ער איז א רבי און א גלייכער איד א ירא שמים, רבי'ס איז דא אסאך, אבער א גלייכער איד א ירא שמים איז נישט דא קיין סאך". די מדה פון אמת איז געשטאנען אין שפיץ פון זיין צדקות. דער יו"ד אין זיין נאמען איז צוגעלייגט געווארן דורך זיין טאטן דער בעל בני יששכר, ווען ער איז אמאל נישט געזונט געווען. דער טאטע געזאגט "יהב ליה ידיה ואוקמיה" (ברכות ה:), מ'גיט צו א יו"ד קען מען געזונט ווערן. ער איז טאקע געזונט געווארן דאן, (חודש בחודשו, מונקאטש).
מעשה: געווען אמאל וואס רבי דויד'ל דינוב'ער איז געקומען קיין צאנז, באזוכן דעם צאנזער רב. דער צאנזער רב האט זיך שנעל מקדים געווען און געגאנגען באזוכן רבי דויד'ל אין זיין אכסניא. ווען צאנזער רב איז אנגעקומען האט זיך רבי דויד'ל זייער געפרייט צו אים און האט א פרעג געטוען דעם צאנזער רב, מיט וואס ער קען אים מכבד זיין? האט אים צאנזער רב געענפערט: "זייטס מיר מכבד מיט מדת האמת" האט אים רבי דויד'ל געענפערט בלשון שאלה: אמת? אמת? אמת? מיר זענען כאטש ווייט פון שקר! (שער האותיות).
מדבריו הקדושים: רבי דויד'ל זאגט אויף די ווערטער פון פרקי אבות (פרק ב, א), עין רואה ואוזן שומעת, וכל מעשיך בספר נכתבין. עס איז דא חסידים וואס קוקן אויף א רבין און מאכן זיי נאך, זיי מיינען אז אלעס וואס זיי זען ביים רבין מעגן זיי נאכטוען. אויף דעם זאגט דער משנה: "עין רואה ואוזן שומעת", אויגן אדער אויערן פון א חסיד האט געזען, אבער נאך אלץ וכל מעשיך בספר נכתבין, מ'דארף זיך נאך אלץ פירן ווי עס שטייט אין שולחן ערוך.
רבי דויד'ל דינובער - י”ט אדר תרל”ד
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי דויד'ל דינוב'ער - י”ט אדר תרל”ד
גליון מגנזי המלך
- פיילס
-
- ר דודל.pdf
- (114.79 KiB) דאונלאודעד 16 מאל
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי דוד'ל דינובער - י”ט אדר תרל”ד
היינט נאכט איז די יארצייט. זכותו יגן עלינו