"לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
"לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
ס'איז יודע די פולמס אין די ראשונים וויאזוי עס קען זיין א ציווי פון "ואהבת את ה' אלקיך", אהבה איז דאך בלב, וויאזוי קען א איד שולט זיין דערויף אז ער זאל האבן אהבה.
לאמיר פרעגן די זעלבע שאלה אויף "לא תחמוד". ר' משולם מוטשעט זיך, זיין שלום בית מאכט אים עגמ"נ, זיינע קינדער ברענגען נישט צופיל נחת, זיין פרנסה איז אזוי כמעשה, און לא תחמוד! גלוסט נישט אויף ר' ברוך בער וואס ס'גייט אים גוט אויף דער וועלט!... ער האט א פיינעם שלום בית ב"ה, פיין חתונה געהאט, פיינע קינדער, פרנסה גייטעם ווי געווינטשן... נישט קיין נגיד רח"ל און נישט קיין ארימאן... ממש געגאסן! און איך זאל נישט גלוסטן. איך גלוסט. מיין הארץ גלוסט. וואס איז די מעשה דא?!
אמת, מ'קען זאגן אז דאס איז א 'שווערע מצוה' און פארטיג. יא, פלאג דיך צו פארשטיין אז דער אויבערשטער האט א חשבון אויף יעדע זאך, לאכן לאכט ווער עס לאכט דער לעצטער, און דאס וואס דו האסט האסטו אליינס אויסגעוועלט בעפאר ביסט געברוין געווארן ווייל דאס איז פאר דיר די בעסטע!
דאס איז זיכער אמת און ריכטיג. נאר, למעשה זעמיר אלע בשר ודגים. פלייש און בלוט. וויאזוי איז מען שולט אויפ'ן לא תחמוד?
איז לאמיר גיין צוויי נקודות וואס זענען לדעתי ממש אן אמת, פון איין שטאפל צום נעקסטן.
*
ערשטע שטאפל: ס'קען זיין דו האסט די זעלבע!
פארוואס זאגט די וועלט "יענעמס גראז איז אלס גרינער". פארוואס טאקע שפירט זיך עס אזוי? וואס איז די הגיון דערונטער?!
די תשובה איז אז דער סדר פון א מענטש איז, אז ווען ער איז "אינדרויסן" פון א זאך באטראכט ער עס מיט'ן "געפיל", נישט מיט'ן "מציאות". משא"כ ווען ער איז "אינעווייניג" אין די זאך, דעמאלס האט ער נישט דעם געפיל בכלל נאר ס'ווערט טעקניקל.
למשל! משולם גייט אריבער ברול בער'ס שטוב, די פענסטער איז צופעליג ברייט אפן, און ער זעט דארט ווי צוויי קינדער שפילן אויף דער ערד א געים, דער טאטע זיצט ביים טיש מיט א ספר'ל, און די מאמע לייגט צוזאם די וועש בשעת די טאכטער העלפט אזוי שיין צו. דער דורכגייער באקומט דא עפעס א געפיל פון א זיסקייט, א רואיגקייט, עפעס משוגע צו ווערן! דער ברוך בער! מקנא צו זיין! יויש ס'קיצלט מיר די געפילן... קוק ווי שיין רואיג די קינדער שפילן דארט... יויש ווי זיס... עפעס א רואיגע געשמאקע אטמאפער בלאזט דארט.... אה.... און ברוך בער זיצט מיט'ן ספר און הערט זיך אונטער ווי די טאכטער רעדט צו די מאמע און זיכער דערציילט זי גוטע גריסן פון סקול... בררר.... בררר.... ספוקי!!!! האולי!!! אהההה ווי נעמט מען אזאנס.
אין פאקט, באלד קומט משולם אהיים און ער האט אקוראט די זעלבע מחזה! איינער וואס דארט אדורכגיין קען האבן די זעלבע הרגשים!... אויב ער איז "פונדרויסן". קוק נאר, דער משולם זיצט זיך און עסט נאכטמאל, די בני בית סערווירט אים, אבער נערווירט אים נישט פאר קיין שמועסן נאר ער קען אין די צייט הערן קול מבשר... (חחח אזוי משוגע צו זיין, יא אבער אפשר האט ער דאס געטשוזט), ער עסט זיך אזוי געמיטלעך בשעת זיינע קינדערלעך טאנצן אויפ'ן קואטש מיט אזא אחדרות... בררררר.... ס'דאך מוראדיגע דא! ס'קוקט אויס ווי די לופט אים דעם הויז איז עפעס א שטיק פאזעטיוועטי!... WOW...
נאר, משולם הייבט נישט אן צו שפירן וואס יענער צוקוקער שפירט. ער איז פון "אינעווייניג" און האט בכלל נישט קיין געפילן דא, ס'גארנישט ספוקי, פלעין ער איז אהיימגעקומען, אביסל צו שפעט גראדע, און מ'סערווירט אים נאכטמאל ווי אין יעדע שטוב נאר ביי אים איז עס מיט אזא קאלטקייט אז מ'לייגט אראפ א טעלער און מ'לויפט ווייטער ווייל מ'איז פארנומען... און די קינדער טאנצן אויפ'ן קאוטש ווען די מאמע האט שוין 6 מאל געהייסן גיין אין בעט... וכו' וכו'. ער זעט נישט קיין געשמאק דא, בלויז טעקניקל. פארוואס? ווייל ער איז פון אינעווייניג.
אקעי משולם טייערער, זאלסטע וויסן אז ברוך נתן איז גאאארנישט אנדערש! ער איז אהיימגעקומען אינמיטן וואשן די פלאר, האט מען אים געשיקט עסן אין דיינונג רום, ס'האט אים בכלל נישט אזוי געפאלן... און למעשה זיצן דארט די קינדער אויף א געים און מאכן אים היבש נערוועז, און צו אלע צרות לייגט מען דא יעצט צאם די וועש... סוי מוז ער יעצט מיטהאלטן די שמועס און קעןם ניטאמאל קאלן קול מבשר... חחח. כאפסט?
יעצט, ס'מוז ניטאמאל זיין אז עס גייט אזוי נעגאטיוו ווי כ'לייג עס אראפ. דאס איז שוין באמת געוואנדן אין יעדנס נאטור וויאזוי ער נעמט אויף יעדע זאך! ס'איז בעיסיקלי מער ווייניגער בידו צו אלעס זאל זיין פאסיטיוו אדער נעגאטיוו. אבער דאס איז א צווייטע נושא! אונזער נקודה איז, אז אפילו אויב ס'איז באמת רואיג ביי יענעם, ס'איז ב"ה פאזיטיוו, פארט הייבט יענער עס נישט אן שפירן אויף דעם לעוול וואס דו דורכגייער זעסט עס. ס'בכלל נישט דא דער VIBE אדער הרגש, ס'איז פלעין א טרוקענע מציאות פון א סדר ההלוך ילך. דער הרגש איז נאר פאר איינעם וואס איז פונדרויסן!
*
צווייטע שטאפל: דאס וואס דו דארפסט, האט ער נישט!
איז אזוי. קיינער דארף נישט קיין גרויסע הויז! קיינער דארף נישט קיין גוטע קינדער! קיינער דארף נישט קיין זיסע שלום בית! ס'איז שוא ושוקר.
העלא.... ביסט מיט אלעמען?! אוודאי דארף מען עס! אה, יא סארי, ווארט א רגע לאמיר עס מסביר זיין.
יעדע זאך האט די טעכנישע גשם הדבר, און ס'האט דער אויטקאם, דער געשמאק וואס עס ברענגט. אז דו וועסט אריינקוקן וועסטו זען אז קיינער דארף נישט גארנישט, נאר די אויטקאם. וואס הייסט דו דארפסט א גרויסע הויז? וואס דארפסטו? די הויכע דאך? די חלק פון די לופט אדער די חלק פון די שיטראק? וואסערע חפץ? די טשענדעליער?! אה, די באלבס דערפון אדער די ברעסס? אה, די קריסטאל באללס. הא?... וואס איז דער אמת? ער דארף דעם "צאמשטעל" וואס ברענגט א גדעשמאק, דער צומשטעל וואס ברענגט הרחבה, דער צאמשטעל וואס ברענגט א שלות הנפש, דער מאשטעל וואס ברענגט הנאה עוה"ז. אין אנדערע ווערטער "ער דארף דעם אויטקאם".
סוי קודם צו אלעם ערשט, ווען ביסט איינעם מקנא זאל עס דיר זיין קלאר אז ביסט נישט מקנא דעם דבר גוש. ביסט מקנא די אויטקאם! די געפיל! הגם ווי פריער געזאגט ביי יענעם איז עס טעקניקל... אבער פארט האט ער די חלק המנוחה! די חלק ההשלמה! עס פעלט אים גארנישט! דאס ביסטו מקנא. דו ווילסט אויך האבן א לעבן וואס שפירט די רואיגקייט פון האבן צוגעשטעלט אלעס וואס דער עוה"ז פאדערט. דאס הייסט מנוחה.
אקעי! יעצט, זייט וויסן אז: קיינער האט דאס נישט. הערסט? קיינער.
חאחא, א גוטע נחמה... הא? ניין ניין. ס'איז א מציאות! דער געפיל פון השלמה אדער פון רואיגקייט וואס דו מיינסט אז יענער שפירט זיכער ווייל ער האט דאך אלעס וואס מיר פעלט, יענער האט עס למעשה נישט צוליב עפעס אנדערש וואס אים פעלט. ס'קען גאר זיין ער מאכטו עפעס מיט ל"ע וואס נעמט אים אוועק די מנוחה, ס'קען אפילו אויך זיין אז ער ליידט ל"ע אויף א שמץ פון דעפרעשן... און ער קען נישט נהנה זיין פון אלעם וואס ער האט. הקיצור, דער געפיל וואס דו מיינסט אז ער האט, האט ער נישט! סימפל. ער האט עפעס וואס לאזט אים עס נישט שפירן, און דו היסט מקנא א דבר שלא בא לעולם.
*
איי העטסעך פרעגן "ממש אזוי?! אזא וועלט האט דער אויבערשטער באשאפן?! קיינעם גייט נישט גוט?!?!"
איז דער ענטפער: ניין ניין... בארואיגט אייך. ס'איז דא "איין" געמיינדע וואס זיי גייט יא גוט אויף דער וועלט!
הוהא! איך לויף אהין צו זיי! ווער זענען זיי?! אה, ווייסט ווער? די "לא תחמוד'ניקעס". די "איזהו עשיר השמח בחלקו". דער וואס רעדט זיך נישט איין אז יענעם איז בעסער, און ער זוכט די גוטסקייט בלויז אין זיינע ד' אמות, און טרעפט דארט איבער גענוג פאזיטיוועטי בע"ה, ער, און נאר ער, לעבט אויף דער וועלט! נישט יענער... נאר טאקע ער!
סוי... לא תחמוד איז נישט קיין נסיון, ס'איז א סם החיים!

Re: לא תחמד! אבער איך גלוסט דאך יא?!?!
יעצט, די פאריגע תגובה האב איך געוואלט לאזן קורץ סוי א המשך וואו דאס קען ליגן "אין פסוק" וועל איך שרייבן דא עקסטער:
דער רמב"ן טייטשט "לא תענה בריעך עד שוא" אז דאס מיינט נישט א פאלשע עדות וואס קאסט יענעם עפעס אין בי"ד וכדומה, נאר סתם, גערעדט א פאלשע שטות. שוא מיינט שטותים און נארישקייטן. רעד נישט אויף דיין חבר סתם ליגנט אן קיין דעקונג ביי די קאווע, אין מקוה, אדער אויף אידטיש...
צו אונזער ענין דא, דאס שטייט גלייך פאר לו תחמוד. קען עס ליגן אזוי אין פסוק. "לא תענה ברעך עד שוא", רעד דיך נישט איין קיין הבלים אז ביי דיין חבר טוט זיך עפעס מושגע גוטע זאכן... דעמאלס וועסטו פארשטיין דעם "לא תחמוד אשת ריעך, לא תחמוד בית ריעך וכו' וכל אשר לרעך". רעד דיך נישט איין קיין שוא, קיין פאלשע נארישקייטן איבער יענעם, העסטו פארשטיין אז לא תחמוד איז א מציאות... און א סמא דחיי!

זעהר גוט, שטארקע ווערטער און גוט אראפגעלייגט.
עס איז א וויכטיגע חיזוק וואס מיר דארפן היינט, אין אזא אפענע וועלט, וואו יעדער האלט מיט אלעס (כ'מיין, נאר די גוטע חלקים) וואס טוט זיך ביים צווייטן.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!

!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: לא תחמד! אבער איך גלוסט דאך יא?!?!
הערליך שיין!
א מאסיווע ארבעט!
סיי תוכן'דיג און סיי הערליך אראפגעלייגט!

Re: לא תחמוד! אבער איך גלוסט דאך יא?!?!
דער קומט אריין שטארק!! איינס נאכ'ן אנדערן!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: לא תחמוד! אבער איך גלוסט דאך יא?!?!
זייער א שיינעם שמועס.
עס דערמאנט מיך פונם ווערטל: פארוואס הייסט סוכות זמן שמחתינו?
ווייל מען זיצט אין סוכה און אלע שכנים האלטן מיט, מוז מען זיך אויפפירן לייטיש. אי נמי ווייל מ'הערט אז ביים שכן איז גארנישט בעסער.

-
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 12
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 11:22 pm
- x 4
Re: "לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
גאר גוט און אמת ! אייגענס?
זאל איך בויען פאר אחבנ”י און אריינקומען און שול ווי א נזיד עדשים . אדיר פאר גיום און קענטאקי און זיין א יום זה מכובד..
- המברך יתברך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 351
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
- Location: מאנסי נוא יארק
- x 302
Re: "לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
הערליך הערליך.
הנה ימים באים נאום ה', ושתי רעב בארץ, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'. ס'גייט זיך טון א ביקוש ביי דעם און יענעם, גשמיות, רוחניות, תורה וגדולה במקום אחד וכו' וכו'. אבער איין פלאץ גייט מען פארגעסן צו קוקן, אין אייזיק ב"ר יעקל'ס קעלער, דארט וואו דער אוצר ליגט טאקע טיף פארשטעקט און אפשר גאר פארשטויבט.
נחמו נחמו עמי, יאמר אלקיכם, מיין פאלק, ענקער באשעפער, גענוג געוואנדערט.

צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 836
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 1359
Re: "לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
נאר יעצט אדורכגעליינט.
מוראדיג.
מורא'דיג.
מורא'דיג.
מוראדיג.
מורא'דיג.
מורא'דיג.
Re: "לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
זייער שיין!
אויב מען קען צולייגן, איך האב אמאל געזעהן אדער געהערט א שטארקע געדאנק, איך געדענק נישט פון וועם.
אמאל זעהט איינער אז זיין חבר האט אסאך געלט, און ער איז אים מקנא.
ער זעהט א חבר וואס האט אסאך טאלאנטן, און ער איז אים מקנא.
ער זעהט א חבר וואס איז באליבט אויף יעדן און האט אייביג א גוט ווארט, און ער איז אים מקנא.
ער זעהט א חבר וואס האט גוטע קינדער, און ער איז אים מקנא.
אא"וו.
אבער וואס, ווייסטו דען אז דער חבר וואס האט אסאך געלט, מוטשעט זיך זייער מיט געזונט?
דער וואס האט אסאך טאלאנטן, האט נישט קיין קינדער?
דער וואס איז באליבט אויף יעדן האט נישט קיין פרנסה און מוטשעט זיך פאר ברויט?
אא"וו.
ווען דו ביסט מקנא א מענטש, קוק זיין אלעס ארום און ארום, וועסטו ווייניגער מקנא זיין.
וועגן דעם, ביי די פסוק פון לא תחמוד, פירט די פסוק אויס "וכל אשר לרעך", קוק אלעס ארום און ארום וואס דיין חבר האט, וועסטו שוין נישט אזוי מקנא זיין...

- פאוסטס: 1
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 11:24 am
- x 2
Re: "לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
עיין באבן עזרא שמות כ' י"ד פסוק לא תחמוד, וואס פארענטפערט דעם תמיה מיט א ג'וואלדיגע בהירות
אנשים רבים יתמהו על זאת המצוה איך יהיה אדם שלא יחמוד דבר יפה בלבו כל מה שהוא נחמד למראה עיניו, ועתה אתן לך משל. דע כי איש כפרי שיש לו דעת נכונה והוא ראה בת מלך שהיא יפה לא יחמוד אותה בלבו וכו'. כי ידע כי זה לא יתכן ואל תחשוב זה הכפרי שהוא כאחד מן המשוגעים שיתאוה שיהיו לו כנפים לעוף השמים. ולא יתכן להיות. כאשר אין אדם מתאוה על אמו אע"פ שהיא יפה. כי הרגילוהו מנעוריו לדעת שהיא אסורה לו, ככה כל משכיל צריך שידע כי אשה יפה או ממון לא ימצאנו אדם בעבור חכמתו ודעתו רק כאשר חלק לו השם. ואמר קהלת ולאדם שלא עמל בו יתננו תלקו. ואמרו חכמים בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא מלתא אלא במזלא. ובעבור זה המשכיל לא יתאוה ולא יחמוד. ואחר שידע שאשת רעהו אסרה השם לו יותר היא נשגבה בעיניו מבת מלך בלב הכפרי על כן הוא ישמח בחלקו ולא ישים אל לבו לחמוד ולהתאוות דבר שאינו שלו. כי ידע שהשם לא רצה לתת לו. לא יוכל לקחתו בכוח ובמחשבותיו ובתחבולותיו על כן יבטח בבוראו שיכלכלנו ויעשה הטוב בעיניו

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 945
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1290
Re: "לא תחמוד"; אבער איך גלוסט דאך יא!
זייער שיין!
האסט א פיינע פעדער.
האסט א פיינע פעדער.