אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:49 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:40 pm שטארקע דברי מחאה איז געהערט געווארן דורך וויענער רב שליט"א ביי די ז'אדר דרשה איבער ווארפן פאשקעווילן , עס דארף באטאנט ווערן אז ביי ערליכע אידן איז די סארט פאשקעוויל געווארפעכץ קעגן רבנים אן אפגעפרעגטע און פארמיאוסטע זאך , נישט קיין חילוק קעגן וועלכע רבנים, די אקט ווערט געטון דורך געוויסע אינגען שוין יארן לאנג יעדן טאג קעגן א צווייטען, אויך דארף באטאנט ווערן אז דער וויענער רב שליט"א איז דער עומד בשער אלעמאל אויף כבוד התורה סיי ווען עס איז נאר פארגעקומען ביליגע פאשקעווילן און פראטעסטן קעגן רבנים וגדולי הדור, האט ער זיך ארויסגעשטעלט מיט א פעסטקייט און פארשריגן די דאזיגע מעשים

עס בלייבט נאר פאר אונז זיך מחזק צו זיין סיי אין די יעצטיגע פאל און סיי וועלכע אנדערע פאל, האבן מיר א תורה הקדושה און מיר דארפן זיך פירן ווי ערליכע אידן און נישט מיט קיין פראות און ווילדקייט דאס איז נישט די דרך התורה
פעלט האלב...
ער האט דערמאנט אז עס קומט יעצט פאר א קאורט קעיס דורך די חשובע עסקנים, אז די רבנים זיצן אויף דעם טאג און נאכט, און זענען דן בכובד ראש מיט דעת תורה וואס איז די ריכטיגע וועג, מען זיצט און מען איז דן כדרכה של תורה וויאזוי מען קען מקדם זיין פני הרעה וואס מען האט צו טון.

און ער האט ערווענט אז ס'איז דא צוויי מהלכים וויאזוי צו באקעמפן די גזירה, און יעדער מנהיג דארף טון מיט זיין מוסד וואס איז ער האלט פאר די ריכטיגע וועג, אבער מבזה זיין אנדערע ת"ח מיט געמיינע זלזול, און אוועקמאכן מנהיגי ישראל וואס זענען זיך מוסר נפש פאר'ן חינוך איז אן עוון פלילי.
ער האט נישט גערעדט פון קיין חשובע עסקנים דעס האט איר צוגעלייגט

און איך האב נישט געברענגט זיינע ווערטער אז איר ווילט קענט איר ברענגען די גאנצע
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:54 pm איך האב נישט געברענגט זיינע ווערטער אז איר ווילט קענט איר ברענגען די גאנצע
איר האט אבער יא צוגעלייגט ביאורים מיט טעמים לשיטתיה...

כ'קען אויך,
פאקטיש איז ער א מיטגליד אין פעירלס, און ער האט געזאגט מ'דארף מתפלל זיין אז די קאורט (פון נישט חשובע אידן..) זאל מצליח זיין.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:50 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:42 am
צווייזייטיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:09 pm

ס'פעלט א שטיקל...
ברענג עס
כ'האב עס געהערט אויפ'ן טעלעפאון, ער האט געזאגט אז דער רבי האט געלאזט לערנען לימודי חול צוליב דער חיוב פון מלמדו אומנות.
אלע אנדערע רבנים וואס מוטשען זיך מיט ספיקות אין די אמונה, וויאזוי דער רבי האט געקענט מתיר זיין די הארבע איסור פון לימודי חול.
כ'מיין מען קען עפענען א טעמע פאר זיך, איבער די פאלצאליגע שיטות וואס איז דא דערינען.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:57 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:54 pm איך האב נישט געברענגט זיינע ווערטער אז איר ווילט קענט איר ברענגען די גאנצע
איר האט אבער יא צוגעלייגט ביאורים מיט טעמים לשיטתיה...

כ'קען אויך,
פאקטיש איז ער א מיטגליד אין פעירלס, און ער האט געזאגט מ'דארף מתפלל זיין אז די קאורט (פון נישט חשובע אידן..) זאל מצליח זיין.
איך האב גארנישט צוגעלייגט און אויך נישט קיין הסברים אויף זיינע ווערטער און איר יא כדרככם בקודש
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

afmFCrR_long_m.jpg
afmFCrR_long_m.jpg (179.42 KiB) געזען געווארן 555 מאל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:57 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:54 pm איך האב נישט געברענגט זיינע ווערטער אז איר ווילט קענט איר ברענגען די גאנצע
איר האט אבער יא צוגעלייגט ביאורים מיט טעמים לשיטתיה...

כ'קען אויך,
פאקטיש איז ער א מיטגליד אין פעירלס, און ער האט געזאגט מ'דארף מתפלל זיין אז די קאורט (פון נישט חשובע אידן..) זאל מצליח זיין.
אויב איז ער א פאקטישע מיטגליד פארוואס האט ער נישט פארטיידיגט אז די ריכטיגע מהלך איז דאס וואס פעירלס טוט און אז ער האלט אז דאס איז ריכטיג?
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 696
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1065

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:00 pm afmFCrR_long_m.jpg
וואו איז דער גרעפיקער געווען ווען וויענער רב האט געזאגט די זעלבע ווערטער לגבי די קברים?
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:01 pm אויב איז ער א פאקטישע מיטגליד פארוואס האט ער נישט פארטיידיגט אז די ריכטיגע מהלך איז דאס וואס פעירלס טוט און אז ער האלט אז דאס איז ריכטיג?
ער האט דאך געזאגט יעדער מנהיג זאל טון אין זיין מוסד וואס ער האלט פאר ריכטיג.
נו, כאפט א בליק וואס ער האט געטון...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1000
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 589

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:59 pm איך האב גארנישט צוגעלייגט און אויך נישט קיין הסברים אויף זיינע ווערטער און איר יא כדרככם בקודש
סתם באטאנט זאכן, צוליב איבריגע צייט... כ'הער.

אבער פארוואס "דארף" עס באטאנט ווערן?..
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

צווייזייטיג האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:28 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:59 pm איך האב גארנישט צוגעלייגט און אויך נישט קיין הסברים אויף זיינע ווערטער און איר יא כדרככם בקודש
סתם באטאנט זאכן, צוליב איבריגע צייט... כ'הער.

אבער פארוואס "דארף" עס באטאנט ווערן?..
איך האב באטאנט די מציאות איבער די פאשקעוויל ווארפערס , און איבער דעם ווינער רבס מחאות מאז ומקדם אויף אט די מעשים תעתועים
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1396

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שבת קודש »

איבער וואס גייט זיין די געריכט קומענדיגע וואך?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:39 pm איבער וואס גייט זיין די געריכט קומענדיגע וואך?
צו די מוסדות זענען אחראי אויף די חינוך אדער די עלטערן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איבער די ריבא פסק (וואס פערלס האט נישט אפעלירט, נאר די סטעיט, א זאך וואס וואונדערט מיך)
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1393
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1396

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:56 pm איבער די ריבא פסק (וואס פערלס האט נישט אפעלירט, נאר די סטעיט, א זאך וואס וואונדערט מיך)
איז פערלס נישט יעצט אין געריכט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שבת קודש פערלס איז אין געריכט ווייל זיי זענען געווען די תובעים.

אבער די פסק האט די סטעיט אפעלירט, צוליב די איין סעיף וואס ריבא האט מחדש געווען אז די מוסדות טראגן נישט די אחריות נאר די עלטערן.

ווידער דאס וואס ריבא האט אפגעווארפן "אלע" טענות פון פערלס קעגן די גיידליינס, די רעליגיע טענה אא"וו, דאס איז נישט אפיעלט געווארן. כלומר, עס בלייבט ביים פסק אז אונז האמיר נישט קיין טענה קעגן די גיידליינס.

זאך קענער קראצן זיך דאס קאפ צו פארשטיין פארוואס מ'האט עס נישט אפיעלט. אולי האט עס א באהאלטענע הסבר. און אולי איז דער הסבר אויסגעהאלטן. און אולי נישט.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 76

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:13 pm @שבת קודש פערלס איז אין געריכט ווייל זיי זענען געווען די תובעים.

און וואס קען געשעהן?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך יום טוב »

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:14 pm

אז די גאנצע זאך שטייט אויף הינערנע פיס

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:20 pm

א'קעי, כ'פרעג וואס קען געשעהן ווען עס שטייט אויף הינערנע פיס?

מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:22 pm

אז אויב די סטעיט געווינט מיט די נקודה איז געענדיגט

בנוסף לזה אז אין פריוואטע אנגעלעגנהייטן , זאל זיך נישט מאכן ווען איינער פון די עלטערן גליטשט חלילה אפ דאן איז א גרויסע סכנה

יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:24 pm
מיטב הגיון האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:22 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:20 pm
אז די גאנצע זאך שטייט אויף הינערנע פיס
א'קעי, כ'פרעג וואס קען געשעהן ווען עס שטייט אויף הינערנע פיס?
אז אויב די סטעיט געווינט מיט די נקודה איז געענדיגט

בנוסף לזה אז אין פריוואטע אנגעלעגנהייטן , זאל זיך נישט מאכן ווען איינער פון די עלטערן גליטשט חלילה אפ דאן איז א גרויסע סכנה
WOW שרעקליך.
סאו זיי קענען אפמאכן אז זיי ווילן מער גארנישט טוהן אויף מיין חשבון, און איך קען יעצט גארנישט טוהן ווייל זיי ווילן נישט גיין וויטער?

אזוי ארבייט עס אויב גרונם רופט די סטעיט אין קאורט אויף עפעס וואס איז מיר אויך נוגע, און ער טענה'ט נישט געוויסע טענות וואס איך האלט קען העלפן, אין איך זעה פאר א חורבן, קען איך גארנישט טוהן??
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מיטב הגיון איך האב דערווייל קיינעם באשולדיגט דא.

כ'האב געזאגט א פאקט אז קעיס-קענער רייבן זיך די אויגן פון וואונדער פארוואס מ'האט עס נישט אפיעלט. אין קורצן האט מען אפגעזיגלט אז מ'קען מער נישט טענה'ן אין קאורט די אלע טענות פון פערלס.
מיטב הגיון
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:44 pm
x 76

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך מיטב הגיון »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:39 pm @מיטב הגיון איך האב דערווייל קיינעם באשולדיגט דא.

כ'האב געזאגט א פאקט אז קעיס-קענער רייבן זיך די אויגן פון וואונדער פארוואס מ'האט עס נישט אפיעלט. אין קורצן האט מען אפגעזיגלט אז מ'קען מער נישט טענה'ן אין קאורט די אלע טענות פון פערלס.
איך האב נישט באשולדיגט אז אז דו האסט באשולדיגט. כ'האב געפרעגט וואס קען געשעהן, א צווייטער האט געענטפערט, דו זעהסט יענער פארט אריין אין א דיטש, ווילסט אים ארויסהעלפן, געזונטערהייט.

סתם פאר נייגעריגייט די קעיס-קענערס, האבן שוין אמאל עפעס מסכים געווען מיט פערלס און זיך נישט געריבן די אויגן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@מיטב הגיון איך פארשטיי.

אקעי. אבער נעקסט טיים אויב דו ווילסט זיך אויסשמועסן, טריי מיר צו ענטפערן.
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 168

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך ר' משה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:39 pm @מיטב הגיון איך האב דערווייל קיינעם באשולדיגט דא.

כ'האב געזאגט א פאקט אז קעיס-קענער רייבן זיך די אויגן פון וואונדער פארוואס מ'האט עס נישט אפיעלט. אין קורצן האט מען אפגעזיגלט אז מ'קען מער נישט טענה'ן אין קאורט די אלע טענות פון פערלס.
א נאמען פון איינע פון די קעיס קענער פליז?

אויסער פון דע רעליגיע טענה וועלכע נאך ווייל די רעליגיע טענה האבן זיי געטנהט אז סאיז נאך נישט נוגע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4978
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8513

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נעמען גיב איך נישט ארויס, און ס'פעלט נישט אויס ווייל מ'רעדט פון א שכל'דיגע זאך וואס יעדער פארשטייט דעם וואונדער.

און לגבי וועלכע טענות? "אלע" טענות פון פערלס אינעם ארגינעלן קאורט קלאגע. אלעס האט זי ארויסגעווארפן. איך קען זיי נישט אויסנווייניג.

און כפארשטיי נישט די ענטפער אז ס'איז נישט נוגע, אויב איז עס נישט נוגע פארוואס האט מען עס גע'טענה'ט אינעם נידריגן געריכט?
שרייב פאוסט