שבת קודש ו' אדר איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הגה"ק רבי משה ב"ר אלעזר שמחה בונם זי"ע, (גינז, שלעזינגער), בעל חוט המשולש, אב"ד קערעסטיר, ער איז געבוירן אין שטאט אבראהאם, בשנת תרכ"ג, צו זיין טאטן הגה"ק רבי אלעזר שמחה בונם גינז זי"ע, בן הגה"ק רבי שמואל אב"ד אבראהאם זי"ע, בן הגה"ק רבי שמחה בונם איגר אב"ד מאטערסדארף זי"ע, אחיו של הגה"ק רבי עקיבא איגר אב"ד פוזנא זי"ע, בן הגה"ק רבי משה גינז הראשון זי"ע, נכד הגה"ק רבי משה ברודא אב"ד ווירמייזא זי"ע, בן הגה"ק רבי אברהם ברודא בעל אשל אברהם ראב"ד פראנקפורט דמיין זי"ע,
ער איז געווען א גאון מובהק און א צדיק מפורסם, בקי בכל חדרי תורה, ער האט עוסק געווען יומם לילה בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, זיין גאנץ לעבן איז ער כמעט יעדן טאג שוין אויף געווען ביי חצות לילה און עוסק געווען בתורה ועבודת השם, ער איז געווען א מומחה און מסדר זיין גיטין, מען איז געקומען צו אים פון אלע שטעט ארום צו מסדר זיין א גט, אויך איז ער געווען א בקי און מסדר זיין היתר מאה רבנים, דער גאון איז געווען מדוכא ביסורים א גרויס חלק פון זיין לעבן, און אסאך צרות האט דער גאון ליידער געליטן בחיו, אבער דאס האט אים נישט אפגעשטעלט אפילו פאר א רגע פון עוסק זיין בתורה ועבודת השם מיט א געוואלדיגע התמדת התורה.
ער האט זיין תורה און עבודה מקבל געווען פון זיין זיידע הגה"ק רבי שמואל אב"ד אבראהאם זי"ע און אויך פון הגה"ק רבי שמחה בונם סופר בעל שבט סופר מפרשבורג זי"ע,
כ"ד כסלו בשנת תרמ"ד האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת רחל ע"ה,
בת הגה"ק רבי אריה לייב וואהלבערג מקערעסטיר זי"ע, ער איז געווען סמוך לשולחנו פונעם שווער די ערשטע פאר יאר נאכן חתונה און געהארעוועט אויף תורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה,
בשנת תרנ"ד האט מען אים אויף גענומען אלס אב"ד קערעסטיר און דארט האט ער געדינט אלס רב פאר איבער 30 יאר, ער איז שוין דאן אפילו זייענדיג יונג געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין גרויסע קדושה מיט וואס ער האט זיך געפירט,
אין ספר עולמו של אבא ווערט געברענגט, אז די דרשה פונעם גאון רבי משה שבת הגדול און שבת תשובה האט גענומען קרוב צו 4 שעה ברציפות עס האט זיך אנגעהויבן בעפאר מוסף און זיך גענדיגט כמעט 3 א זייגער, ער פלעגט זיך איבערדעקן מיטן טלית און בכלל נישט ארויסגעקוקט, עס איז געווען בעלי בתים וואס האבן נישט געקענט אויסוווארטן די גאנצע דרשה אבער צוליב זיין כבוד האבן זיי געדאווענט מוסף אהיים געגאנגען עסן די סעודה און צוריק געקומען פאר ער האט גענדיגט,
אבער הרה"ק רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע פלעגט כסדר קומען צו זיינע דרשות און געזעצען די גאנצע דרשה, וואס האט געקענט נעמען גאר א לאנגע צייט, אלעס לכבודו פון דעם גרויסן גאון וקדוש, אויך פלעגט רבי ישעי'לע שיקען פארן רב דער גאון רבי משה גינז זי"ע גרויסע סכומים געלט און צרכי הבית יעדן יו״ט, איינמאל האט דער רב געזאגט פאר איינע פון זיינע ידידים אז דער רבי ישעי' זי״ע איז א גאר גרויסע בעל צדקה, הלואי זאלן אלע בעלי בתים דא אין שטאט זיין אזוי ווי אים,
אין שטאט קערעסטיר איז געווען א איד וואס האט געהאט א בעקעריי, און ער האט זייער געליטן פון מייז און ער איז געקומען צו הרה"ק מופת הדור רבי ישעי' מקרעסטיר זי"ע, און זיך אפגערעדט אז ער געט ערליך מעשר, וואס דאס וואלט אים געברויכט אפהיטן פון מייז, ווי די גמרא זאגט "שהמונע עצמו מלהפריש מעשרות, העכברים מכלים את נכסיו", און ער פארשטייט נישט פארוואס ער האט דעם עונש.
האט אים רבי ישעי'לע זי"ע געבעטן ער זאל ברענגען זיינע ביכער און זעהן וואס גייט פאר, האט ער געברענגט זיינע ביכער און רבי ישעי'לע האט געזען אז ער געט טאקע ערליך מעשר פון אלע זיינע נכסים, אבער ער קען נישט פסק'נען להלכה.
דערפאר האט רבי ישעי'לע זי"ע געהייסן ער זאל גיין צום ביהמ"ד און נעמען 3 דיינים וואס זאלן אים ארויס געבן א פסק דין וואס ער זאל טון, און די דריי דיינים זענען געווען,
רבינו הגה"ק רבי משה גינז מקרעסטיר זי"ע,
הגה"צ רבי ראובן חיים קליין זי"ע,
הגה"צ רבי ישראל אברהם אלטר לאנדא זי"ע,
און זיי האבן אפ געשריבן די פסק דין, ער האט דאס צוריק געטראגען צו רבי ישעי'לע און רבי ישעי'לע האט דאס אויך אינטער געשריבן, און געהייסן פאר דעם איד ער זאל דאס אויפהענגען אין זיין געשעפט און ער וועט האבן א ישועה.
דער איד האט אויף געהאנגען דעם פסק דין אין זיין געשעפט, און די קומענדיגע טאג האט ער געזען ווי א גאנצע חברה מייז גייען ארויס פון זיין געשעפט און זענען אריבער צום גוי דער פלייש געשעפט און דער איד האט נישט געזען מער קיין מייז ביי זיך אין געשעפט.
ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיין זון, הגה"ק רבי חיים אלטר זי"ע, הי"ד, וואס האט געדינט אלס ממלא מקום פונעם טאטן אלס רב אין שטאט קערעסטיר, אבער איז ליידער אומגעברענגט געווארן ביי די צווייטע וועלט מלחמה מיט זיין גאנצע משפחה הי"ד.
נסתלק לגנזי מרומים ו' אדר ב' תרפ"ה, אפאר חדשים בעפאר דעם צדיק וקדוש רבי ישעי' מקערעסטיר זי"ע, ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח אין קערעסטיר, אינעם אוהל סמוך ונראה צום מופת הדור הרה"ק רבי ישעי'לע מקרעסטיר זי"ע.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
הגה"ק רבי משה ב"ר אלעזר שמחה בונם זי"ע אב"ד קערעסטיר, בעל חוט המשולש - ו' אדר תרפ"ה
Re: הגה"ק רבי משה ב"ר אלעזר שמחה בונם זי"ע, בעל חוט המשולש, אב"ד קערעסטיר - ו' אדר
זיין טאטע רבי אליעזר שמחה בונם בן רבי שמואל אבד"ק אברהאם נפטר כ"ד - כ"ה טבת תרע"ה ומנו"כ אין קערעסטיר.
נעבן רבי יעקב באגלער שו"ב אין קערעסטיר.
בערך 6 מצבות פריער נענטער צום אוהל אין יענע שורה ליגט הבחור אברהם שמואל בן רבי משה אבד"ק קערעסטיר נפטר ח אדר ב' תרע"ג.
דאכט זיך אינטער רבי אליעזר שמחה בונם ליגט נאך א שלעיזינגער.
נעבן רבי יעקב באגלער שו"ב אין קערעסטיר.
בערך 6 מצבות פריער נענטער צום אוהל אין יענע שורה ליגט הבחור אברהם שמואל בן רבי משה אבד"ק קערעסטיר נפטר ח אדר ב' תרע"ג.
דאכט זיך אינטער רבי אליעזר שמחה בונם ליגט נאך א שלעיזינגער.