רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2284

זיצט א איד און זינגט מיט דביקות - (אוי) גלות גלות, ווי גרויס ביסטו! שכינה הקדושה, ווי ווײַט ביסטו! ווען דער גלות װאָלט קלײנער געװאָרען, וואָלט די שכינה נעענטער געװאָרען..
געדענקן מיר ווי די עלטערע אונגארישע אידן, פול מיט געגועים צו דו גאולה זינגן סאלא קאוקאש מאר...
דאס איז דער הייליגער קאלובער! דער אונגארישער רבי! דער שטאט קאלוב אליין איז געווארן מקודש מקודש, ווי דער הייליגער צאנזער רב האט אזוי משתוקק געווען צו משמש ברבנות.
__
רבי אייזיק'ל איז געבוירן געווארן בשנת תקי"א אין א דערפל סערענטש צו זיין פאטער רבי משה יחזקאל ז"ל. ביי די אכט איז זיין טאטע ליידער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא און דער קליינער אייזיק'ל האט איבערגענומען און גענומען פאשענען די שאף צו ברענגן פרנסה פאר זיין מאמע די אלמנה.
הצדיק רבי לייב שרה'ס ז"ל האט געזען דעם גרויסן נשמה און איז אהין געפארן אין דארף סערענטש, און באצאלט פאר די מוטער ער זאל אים לאזן מחנך זיין רבי אייזיק'ל. רבי לייב שרה'ס האט אים גענומען צו ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג ז"ל און דארט איז ער אויסגעוואקסן דער קומענדער צדיק הדור.
געדענקן מיר ווי די עלטערע אונגארישע אידן, פול מיט געגועים צו דו גאולה זינגן סאלא קאוקאש מאר...
דאס איז דער הייליגער קאלובער! דער אונגארישער רבי! דער שטאט קאלוב אליין איז געווארן מקודש מקודש, ווי דער הייליגער צאנזער רב האט אזוי משתוקק געווען צו משמש ברבנות.
__
רבי אייזיק'ל איז געבוירן געווארן בשנת תקי"א אין א דערפל סערענטש צו זיין פאטער רבי משה יחזקאל ז"ל. ביי די אכט איז זיין טאטע ליידער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא און דער קליינער אייזיק'ל האט איבערגענומען און גענומען פאשענען די שאף צו ברענגן פרנסה פאר זיין מאמע די אלמנה.
הצדיק רבי לייב שרה'ס ז"ל האט געזען דעם גרויסן נשמה און איז אהין געפארן אין דארף סערענטש, און באצאלט פאר די מוטער ער זאל אים לאזן מחנך זיין רבי אייזיק'ל. רבי לייב שרה'ס האט אים גענומען צו ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג ז"ל און דארט איז ער אויסגעוואקסן דער קומענדער צדיק הדור.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2284
Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א
בשנת תקמ"א האט זיך רבי אייזיק'ל קאלובער אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט אין קאלוב און ער איז דאמאלס איינגעשטאנען ביי זיין שפעטערדיגע גבאי - דער באקאנטער רבי יענקלע פיש ז"ל. רבי אייזיק'ל האט זיך נאך אין יענע צייט זייער שטארק באהאלטן אבער רבי יענקלע פיש מיט זיין שארף אויג יא באמערקט אויף רבי אייזיק'ל דברים נפלאים.
נאך בערך 11 וואכן וויילן אין שטאט קאלוב האט רבי אייזיק'ל געוואלט אוועקגיין, אבער רבי יענקלע האט אים געבעטן ער זאל פארבלייבן און ווערן דעם שטעטלס רב. אבער רבי אייזיק'ל האט בשום אופן נישט מסכים געווען, האט אים רבי יענקלע געזאגט אויב איר נעמט נישט אן דעם פאסטן דארפט איר מיר באצאלן פאר די לעצטע 11 וואכן וואס איר זענט איינגעשטאנען ביי מיר, א זאך וואס רבי אייזיק'ל האט דאן נישט געהאט. זיי האבן זיך אזוי ארום געאמפערט אהין און צוריק ביז רבי אייזיק'ל האט מסכים געווען און מקבל געווען די רבנות. רבי אייזיק'ל איז דעמאלס נתפרסם געווארן און די שטאט קאלוב איז געווארן א תל תלפיות.
__
ער האט געהייסן שרייבן אויף זיין מצבה "היה יכול ללמוד על הדף, והיה ערליכער איד". ס'איז ידוע אז סאטמאר רבי ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ווען מ'זאל היינט בא'טיטול'ען א רבי אלס ערליכער איד וואלט ער זיך זיך באליידיגט און ס'וואלט אויך נישט אמת געווען...
מנחתו כבוד בעיר קאלוב יע"א. א גרויס געפארעטס איז געווען אויף זיין יארצייט פאר די קריג. זכותו הגדול יגן עלינו

-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3622
Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א
קרעדיט שאץ מאץ מאייוועלט
שירנהק רינהק (הומים צועקים)
מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע
הנוסח באידיש ע"י הרה"צ רבי ישכר בעריש אייכענשטיין זצ"ל מזידיטשוב
א
שִׁירְנָהּק רִינָהּק אָהּ בַּרַנָהּק,
פָּהּנָהּס קָהּדְנָהּק אָהּ יָהַסְנָהּק,
עֶי, דֶע מָנְדְיָהּ מֶג אָהּ גָהּזְדָהּ יַנְהָּק,
אָהּדְיהָּן סֶנַט אָהּיָהּנְהַק.
הומים צועקים צאן קדשים,
תחן עורכים לרועיהם,
יאמר נא לאדונהו,
יתן מספוא לצאנהו.
עס וויינען און שריייען די שעפעלעך זייער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער,
צו דעם פאסטעך אָן אַן אויפהער.
אוי ער זאל זאגן, פארן הער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,
ער זאל געבן צו עסן, פאר די שעפעלעך מער,
ב
דֶע אָהּ גָאזְדָא אָסְט פֶעלֶעלִי,
וָואן אָהּ בָּאקָאר בָּאן קִיסֶעדְהֶעטִי,
דֶע אָהּ יָאהַאז אָסְט פֶעלֶעלִי,
הָא אָהּ נַאיַאט אִיד טֶעלֶעלִי,
יֶעוֶוע נַארַארָא מֶעג שֶׁעם פֶעִי,
אבל אדון משיבהו,
יש עוד צמח בשרשהו,
אבל רועה משיבהו,
אם כה יהיה מאכל צאנהו,
לקיץ הבא בל יחליבהו.
אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן,
אז אין שייער איז נאך דא קארן.
אוי אבער דער פאסטאך ענטפערט אים אויף דעם,
אז ער וועט אין ווינטער, פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן,
וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן.
ג
וָואן קֶעט הֶעט וָואד עֶׁש הַארָאם,
הָאד אָהּ סַאמָאדַא מָאט אִידֶעי וַוארָאם,
דֶע אָהּ מָאטְיֶען אָהּ סָאמַאר הַאטָאן,
טָאלַאן אָז לֶעס אָקִיט וַוארָאם,
יש עוד שבוע או שתים,
אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים,
אך שם בא רוכב על החמור,
אולי זה יהיה גואל הדור.
עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן,
וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן.
אוי דארט קומט ער, אויפ'ן אייזל'ס רוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן,
אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן.
ד
יָאנַאפָּאט יָאנַאפָּאט עֶידֶעׁש קֶעד וֶועׁש קִיׁשְוואוי טַארָאם,
יָאהָא אִימְבָּאן וָואן עֶי קַארְהָאם,
דֶע אָהּ יָאהַאס אָסְט פֶעלֶעלִי,
מִיג עֶן לֶעסֶעג אָהּ קֶענְדְבּוי טאַרְיָא,
יָאהָא נֶעם לֶעס קַארְיָא,
שלום עליך רועי נאמני,
ספר נא לי משלום צאני,
אבל רועה משיבהו,
עד שאני אהי' רועהו,
בל יחסר מצאנהו.
פרידן צו דיר מיין טייערער פאסטאך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך,
זאג מיר נאר שנעל וואס טוען מיינע שעפעלעך.
אוי אבער דער פאסטאך, ענטפערט עס אן א קלער,
ווי לאנג איך בין דער פאסטאך, פונ'ם הער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשען קיין מעלער,
וועט פאר זיינע שעפעלעך נישט געשעהן קיין מעלער.

די הייליגע צאנזע רב האט געזאגט אז
דריי פרסאות ארום די שטאט קאלוב שפירט מען שוין די קדושה פונעם הייליגען קאלובער
אגב איז באקאנט אז און אונגארן פארן קריג איז געווען די גרעסטע געפארעכץ קיין קאלוב ז' אדר
דריי פרסאות ארום די שטאט קאלוב שפירט מען שוין די קדושה פונעם הייליגען קאלובער
אגב איז באקאנט אז און אונגארן פארן קריג איז געווען די גרעסטע געפארעכץ קיין קאלוב ז' אדר
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2284
Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א
מ'זאגט אז צאזער רב האט זיך אויסגעלערט ווי מען זאגט ארויס דעם "ריש" אזוי די אונגארישע, נאר ער זאל קענען זינגען דעם סאל א קאוקאש ווי דער הייליגער קאלובער זי"ע.
Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א
לייג אריין אינעם קעפל: ז' אדר ב'
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2284
Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א
נאכגעקוקט אויפ לוח און אויסגערעכענט אז תקפ"א איז טאקע געווען אן עיבור יאר.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3622
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2284
Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א
גליון מגנזי המלך
- פיילס
-
- מגנזי פקודי תשפ''ד .pdf
- (207.08 KiB) דאונלאודעד 27 מאל
Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א
אלס קינד איז ר' אייזיק'ל געווארן א יתום זייענדיג 8 יאר אלט, זיין מוטער איז געווען גאר ארעם און האט נישט געהאט קיין געלד צו צאלן פאר שכר לימוד, האט דער קליינער יתום'ל געפאשעט די גענז פון א רייכן דארפס איד, און אזוי ארויסגעהאלפן ברענגען פרנסה אין שטוב.מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:23 pm
ביי די אכט איז זיין טאטע ליידער נסתלק געווארן לחיי העולם הבא און דער קליינער אייזיק'ל האט איבערגענומען און גענומען פאשענען די שאף צו ברענגן פרנסה פאר זיין מאמע די אלמנה.
הצדיק רבי לייב שרה'ס ז"ל האט געזען דעם גרויסן נשמה און איז אהין געפארן אין דארף סערענטש, און באצאלט פאר די מוטער ער זאל אים לאזן מחנך זיין רבי אייזיק'ל. רבי לייב שרה'ס האט אים גענומען צו ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג ז"ל און דארט איז ער אויסגעוואקסן דער קומענדער צדיק הדור.
הרה"ק רבי לייב שרה'ס א תלמיד פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע, האט ווי באקאנט פיל עוסק געווען אין פדיון שבויים. אויך פלעגט ער ארום פארן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים, ער פלעגט אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת מען האט דארט געברויכט א ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער נעלם געווארן.
דער באהאלטענער צדיק רבי לייב שרה'ס האט זיך דערוואוסט אז אין א אונגארישער דארף געפינט זיך א קינד מיט א הויכע נשמה, און כדי די נשמה זאל חלילה נישט גיין לאיבוד, איז ר' לייב שרה'ס אהינגעפארן און איבער גערעדט די מאמע אז זי זאל אים איבערגעבן דאס קינד, און דערביי האט ער איר צו געזאגט אז ער וועט אים אריינשטעלן אין א פיינע ישיבה וואו מען וועט זיך זארגן פאר זיין גשמיות'דיגע און רוחניות'דיגע באדערפענישן.
די מוטער האט געזען אז דא שטייט פאר איר א געהויבענער איד, און עס האט איר געפרייט דאס הארץ אז איר געראטן קינד וועט האבן א תכלית אויף דעם וועלט, די מאמע האט זיך געשטארקט אויף אירע מוטערליכע געפילן, און אוועק געשיקט איר קינד לערנען תורה.
ר' לייב שרה'ס האט איבער געלאזט א שיינע מטבע פאר די מוטער, און אוועק געפירט דעם קליינעם אייזיק'ל צום ביהמ"ד פון הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע וועלכער האט אים גענומען אונטער זיין פליגל און מגדל געווען ווי אן אייגן קינד, און פון אט דעם גענז פאסטוך איז אויסגעוואקסן דער וועלט בארימטער הייליגער קאליבער צדיק, וועמענ'ס הארציגע, הימלישע לידער זינגען נאך אידישע קינדער עד היום און דערקוויקן די נשמה מיט די ג-טליכע טענער.
Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א
ער איז געווען מפורסם אלס א גאון עצום בתורה און א עילוי נפלא און א בעל מקובל נורא, ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא, א בעל רוח הקודש און א גרויסע בעל מופת, ער האט כל ימי חייו פארארבעט צו ברענגען די גאולה שלימה, ער האט זיין גאנץ לעבן מקרב געווען אידישע קינדער צום גרויסן באשעפער, אפילו גאר שוואכע אידן האט דער צדיק וקדוש צוריק געברענגט צום ריכטיגען וועג מיט זיין גרויסע כח דקדושה, ער האט זיין גאנץ לעבן לוחם געווען קעגן די פורצי גדר, ער האט געהאט א גרויסע כח הנגינה וואס ער האט מיט זיינע הייליגע ניגונים מקרב געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים,
ווערט געברענגט אז ווען דער בעש"ט הקדוש זי"ע איז געווען אויפן וועג צוריק פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל וואס איז נישט צושטאנט געקומען, איז ער דאן דורך אין שטאט סערענטש און איז איין געשטאנען אין שטוב פון הרבני הנגיד רבי משה יחזקאל טויב זי"ע וואס איז געווען א בעל מכניס אורח גדול, פאר'ן זיך געזעגענען האט רבי משה יחזקאל געבעטן פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע אז ער זאל אים געבן א ברכה פאר זש"ק, ווייל זיי האבן דאן נאכנישט זוכה געווען צו קינדער,
האט דער בעש"ט הקדוש זי"ע געזאגט אויב ער איז מסכים צו פארלירן זיין גאנצע פארמעגן וועט ער אים געבן א ברכה פאר קינדער, און ער האט מסכים געווען, האט די בעש"ט הקדוש געגעבן א ברכה אז זיי זאלן בקרוב געהאלפן ווערן מיט א בן זכר, און מוסיף געווען עס וועט ענק געבוירן ווערן א קינד וואס וועט באלייכטען די גאנצע וועלט מיט זיין תורה וקדושה,
כך הוה בשנת תקי"א איז זיי געבוירן געווארן א קינד. און ווי דער בעש"ט האט פאר געזאגט האט רבי משה יחזקאל פארלוירן זיין גאנצע פארמעגן די ברכה פונעם בעש"ט הק' זי"ע איז מקיים געווארן און עס איז ביי זיי געבוירן געווארן א בן זכר, וואס דאס איז געווען דער הייליגער צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאליב זי"ע, וואס האט טאקע באלאכטען די וועלט מיט זיין תורה און קדושה פאר לאנגע יארן,

ער איז געווען צווישן די גרעסטע תלמידים פונעם הייליגען צדיק וקדוש הרה"ק רבי שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, אויך איז ער געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי אלימלך בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע, און צדיקים בדורו האבן אלע מעיד געווען אויף זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און זיין התנהגות דקדושה, אפילו צדיקים וואס זענען געווען אסאך עלטער פון אים האבן גאר שטארק מעריץ געווען די קדושה פון דעם צדיק וקדוש מקאלוב.
Re: רבי אייזיק'ל קאלובער ז"ל - ז' אדר תקפ"א
מען דערציילט דףאז רבי אייזיק'ל האט געגעבן פאר ר' יעקב פיש א ברכה פון אריכות ימים, און ער האט טאקע געלעבט איבער די הונדערט יאר,מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:30 pm בשנת תקמ"א האט זיך רבי אייזיק'ל קאלובער אויפגעהאלטן פאר א שטיק צייט אין קאלוב און ער איז דאמאלס איינגעשטאנען ביי זיין שפעטערדיגע גבאי - דער באקאנטער רבי יענקלע פיש ז"ל. רבי אייזיק'ל האט זיך נאך אין יענע צייט זייער שטארק באהאלטן אבער רבי יענקלע פיש מיט זיין שארף אויג יא באמערקט אויף רבי אייזיק'ל דברים נפלאים.
נאך בערך 11 וואכן וויילן אין שטאט קאלוב האט רבי אייזיק'ל געוואלט אוועקגיין, אבער רבי יענקלע האט אים געבעטן ער זאל פארבלייבן און ווערן דעם שטעטלס רב. אבער רבי אייזיק'ל האט בשום אופן נישט מסכים געווען, האט אים רבי יענקלע געזאגט אויב איר נעמט נישט אן דעם פאסטן דארפט איר מיר באצאלן פאר די לעצטע 11 וואכן וואס איר זענט איינגעשטאנען ביי מיר, א זאך וואס רבי אייזיק'ל האט דאן נישט געהאט. זיי האבן זיך אזוי ארום געאמפערט אהין און צוריק ביז רבי אייזיק'ל האט מסכים געווען און מקבל געווען די רבנות. רבי אייזיק'ל איז דעמאלס נתפרסם געווארן און די שטאט קאלוב איז געווארן א תל תלפיות.
__
ער האט געהייסן שרייבן אויף זיין מצבה "היה יכול ללמוד על הדף, והיה ערליכער איד". ס'איז ידוע אז סאטמאר רבי ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ווען מ'זאל היינט בא'טיטול'ען א רבי אלס ערליכער איד וואלט ער זיך זיך באליידיגט און ס'וואלט אויך נישט אמת געווען...
מנחתו כבוד בעיר קאלוב יע"א. א גרויס געפארעטס איז געווען אויף זיין יארצייט פאר די קריג. זכותו הגדול יגן עלינו
די וועלט זאגט, אז ר' יעקב האט נאך געהאט די זכיה צו זעהן דעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע,
Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א
ער האט סוף ימיו מיט געמאכט שווערע יסורים ומכאובים רבים, און ער פלעגט זאגן אז ער האט אויף זיך מקבל געווען יסורים כדי צו מיגן זיין אויפן דור, אויך איז ער בכלל געווען א שוואכע מענטש, מיט דעם אלעם האט ער נישט נאכגעלאזט פון זיין הייליגע עבודה, מען פארציילט אז די יסורים זענען געווען אזוי שטארק אז ער האט ממש נישט געקענט גיין אנגעטוען מיט זיינע מלבושים, אבער ווען עס איז געקומען שבת קודש איז ער געווען כאחד אדם אן קיין יסורים,
איינמאל האבן די תלמידים געפרעגט זייער רבין, ווי אזוי האלט די רבי אויס די אלע יסורים נוראים, האט דער הייליגער צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע געענטפערט פאר די תלמידים, "דאס וואס איז שוין פאריבער איז דאך שוין אריבער, און אויף וואס עס קומט וואס האב איך צו זארגן, איז אויף די יעצטיגע רגע איז דאס נאר א רגע, וואס איז שוין א רגע",
ער האט געזאגט אז ווען ער האט אויף זיך מקבל געווען די יסורים האט ער זיך אויסגענומען אז שבת קודש זאל מען דאס אוועק נעמען, און טאקע ערב שבת קודש ביי ליכט צינדן איז ער געווארן כאחד אדם, און מוצאי שבת קודש גלייך נאך הבדלה האט ער געמיזט אויסטון אלע בגדים פון שבת צוליב די יסורים.
זיין אהבת ישראל איז געווען עד אין לשער, ער איז געווען באקאנט אלץ א מחבר פון הייליגע ניגונים וואס זענען געהייליגט ביי חסידים און ווערן געזונגען און די גאנצע וועלט, מען פארציילט אז צענדליגע ניגונים האט ער געהערט פון פויערן און ער האט די ניגונים איבערגעדרייט צו הייליגע ניגונים וואס ער האט דורך די כח הנגינה הונדערטער אידן מקרב געווען לאביהם שבשמים, צווישן די באקאנטע ניגונים זענען "סול או קוקוש מאר" "הרועה והאדון" "שירנהק רינהק" "גלות, גלות",
אויך איז דער הייליגער צדיק מקאלוב זי"ע געווען מפורסם אלס א בעל תפלה נפלא, זיין עבודת הפתלה איז צו געגאנגען מיט א געואולדיגע ברען און מתיקות, אויפן דרך פון זיין גרויסן רבין ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, דער הייליגער בעל שמן טוב זי"ע שרייבט, אז ווער עס האט געהערט דעם הייליגען קאלובער זי"ע דאווענען, האט ממש געהאט התפשטות הגשמיות,

מירון האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:30 pm
ער האט געהייסן שרייבן אויף זיין מצבה "היה יכול ללמוד על הדף, והיה ערליכער איד". ס'איז ידוע אז סאטמאר רבי ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ווען מ'זאל היינט בא'טיטול'ען א רבי אלס ערליכער איד וואלט ער זיך זיך באליידיגט און ס'וואלט אויך נישט אמת געווען...
רבי אייזיק'ל האט געזאגט אז אויף די צווייטע חלק פון ערליכע אידן האט ער עדות פון אליהו הנביא ז"ל, און די מעשה איז געווען אזוי.
איינמאל איז ער געווען אויפן וועג מיט זיין קרוב הרה"צ רבי יעקב פיש ראש הקהל מקאלוב זי"ע, און זיי זענען דורך א וואלד איז דורך געגאנגען א גוי אנגעטוען ווי א פויער און געהאט א לולקע און ער האט געבעטן פונעם רבין אויב ער קען אים געבן פייער פון זיין לולקע, האט אים די רבי געגעבן פייער, אלס הכרת הטוב האט אים די גוי געגעבן א קלאפ אויף די פלייצע און געזאגט פארן רבין "ערליכע איד, ערליכע איד" און זיך אוועק געגאנגען, און די רבי האט געזאגט פארן קרוב רבי יעקב, אז דאס איז געווען אליהו הנביא זכור לטוב,
Re: רבי אייזיקל קאלובער ז"ל - ז' אדר ב' תקפ"א
ער האט געהאט גאר גרויסע תלמידים ובתוכם,
הרה"ק רבי יחזקאל פאנעט אב"ד קארלסבורג בעל מראה יחזקאל זי"ע,
הרה"ק רבי מיכאל גליקליך הנקרא ר' מיכאל נאנאשער זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב פיש מקאלוב זי"ע,
הגה"ק רבי חיים יוסף גאטליב אב"ד טערצאל זי"ע,
הגה"ק רבי יעקב גאטליב אב"ד פאטאק זי"ע,
הרה"ק רבי שרגא פייבל הארוויץ אב"ד פאפא זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל צבי ווייס זי"ע, סבו של החקל יצחק מספינקא זי"ע,
הגה"ק רבי גדליה גליק מביקוני זי"ע,
הגה"ק רבי שמואל הורביץ בעל ארץ חמדה ראב"ד אוהעל זי"ע,
הגה"ק רבי יהודה ליב דייטש מסטרופקוב זי"ע,
הגה"ק רבי יצחק אייזיק צימט זי"ע,
און אסאך פון די בני חבורה פון אשוואר זענען געווען זיינע תלמידים.
מיט זיין גרויסע כח האט ער אסאך אויף געטון און זיין שטאט און אויך ארום און מדינת אונגארין און אסאך מתקן געווען אין אידישקייט, ער האט אסאך פארפירט וועגן די פירצה אז מען פלעגט טאנצן ביי חתונות בתערובות, ער האט מתקן געווען אז מען זאל נישט מאכן קיין חתונה אן דעם וואס ער זאל דארט זיין און מוחה געווען ביי יעדע חתונה ביז ער האט אויס געריסן די פירצה,
אויך האט דער צדיק געזאגט, אז יעדע חתונה וואס מען וועט מאכן לויט ווי אזוי דער צדיק פאדערט, וועט דער צדיק קומען משמח זיין חתן כלה, און טאקע אפילו זייענדיג א שוואכער מענטש, איז ער מיט א מסירת נפש ממש געקומען צו יעדע חתונה משמח זיין חתן כלה, נאר כדי מען זאל נישט חתונה מאכן מיט קיין תערובות, און אנדערע רבנים האבן זיך געלערנט פון אים און דאס אויך מתקן געווען ביי זיי אין שטאט.
ער איז געווען שטארק בידידות מיטן הייליגן ישמח משה זי"ע, און זיי האבן זיך מוראדיג מכבד געווען איינער דעם אנדערן.
לויט זיין צוואה האט מען נישט געשריבן קיין שבחים אויף די מצבה, הונדערטער צדיקים זענען געקומען זיך משתתף זיין צום ציון קדשו ביים יארצייט, עס פלעגט זיין א שפריך ווארט "ז' אדר איז מען אין קאלוב", און ז' אדר איז געווען דער גרויסער טאג אין אונגארן, אזוי ווי כ"א אדר איז געווען א גרויסער טאג אין פוילן אין ליזענסק, צדיקים האבן געזאגט עס איז א גרויסע סגולה צו ענדיגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון אויפן יארצייט פאר א גאנצע ישועה.
רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט ארויף צו גיין צום ציון הקדוש ביומא דהילולא פונעם הייליגען קאלוב'ער צדיק נאנט צום זמן שקיעה, איין יאר איז ער אנגעקומען גאנץ פרי אינעם טאג און מיט דעם אלעם איז ער ארויף צום ציון נאנט צום שקיעה, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער ווארט ביז אזוי שפעט צו גיין פוקד זיין דעם ציון הקדוש, האט ער געזאגט, די וועלט פירט זיך אז ווען מען גייט צום יריד אין די לעצטע מינוט'ן כאפט מען מער מציאות,
ער האט איבער געלאזט נאך זיך זיינע קינדער.
הרה"ק רבי אריה לייבוש זי"ע,
הרה"ק רבי אשר זי"ע,
הרה"ק רבי יחזקאל זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר זי"ע,
הרה"ק רבי משה חיים מראזלא זי"ע, חתן הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע,
בתו מרת רבקה ע"ה,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

אין שטאט סערענטש איז געווען א קוואל מקוה וואס איז געווען גאר קאלט, איינמאל האט זיך די הייליגער קאלוב'ער רבי זי"ע געטויבלט אין דעם מקוה און זייט דעמאלט האט מען דעם מקוה קיינמאל נישט געדארפט ווארעמען און ווינטער האט מען געקענט זעהן ווי עס גייט א רויעך פונעם מקוה
דער הייליגער קאלובער זי"ע פלעגט זיך פירן צו גיין צו די תלמוד תורה צו הערן די ברכת השחר פון די ילדי התשב"ר שלא טעמו טעם חטא און ענטפערן אמן, איין טאג איז צווישן די קינדער געווען הילד שמואל ראזענפעלד וואס איז שפעטער געווען הרה"ק ר' שמואל טעגלאשער זי"ע, און די רבי האט ארויף געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף זיין קאפ און אים געבענטשט "שמואל וועסט נאך אמאל זיין א גוטער בעל תפילה, און מעורר זיין רחמים מרובים פאר כלל ישראל", און די ברכה איז שפעטער מקיים געווארן ווען ר' שמואל איז געווארן די בעל תפילה ביי מוסף פאר די ימים נוראים ביי הרה"ק השרף מטאהש זי"ע.
איינמאל איז די רבי געפארן צו א שטאט און דער בעל עגלה האט געזאגט פארן רבין אז מען קומט שוין אן צו די שטאט, האט רבינו זי"ע געפרעגט ווי אזוי ווייסטו אז מען קומט שוין אן, האט דער בעל עגלה געזאגט ווייל איך זעה די טארעם פונעם שטאט, האט די רבי געזאגט דאס איז נישט די וועג ווי אזוי מען ווייסט אז מען איז אנגעקומען צום ריכטיגע שטאט, נאר ווען מען זעהט אז די נאמען פונעם הייליגען באשעפער רוהט אויפן שטאט דאן ווייסט מען אז מען איז אנגעקומען צום ריכטיגן שטאט.
איין יאר פסח ביינאכט האט דער צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאליב זי"ע זיך איינגעשפארט און נישט געוואלט גיין מאכן דעם סדר ביז די גאולה שלימה קומט, שעות ארוכות איז ער אזוי געזעצן ביז מען האט אים געזאגט פון הימל אז ער זאל נישט איינרייסן ווייל עס איז נאכנישט די צייט.
איין יאר שבועות די ערשטע טאג איז דער צדיק רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע איינגעשלאפן, און די שטוב מענטשן האבן געזען אז דאס איז נישט קיין געווענליכע שלאף נאר א עליית נשמה, דערפאר האט מען אים נישט דערוועקט, אבער ווען עס איז שוין געקומען די צווייטע טאג שבועות איז מען שוין געווארן באזארגט האט מען אים ערוועקט.
נאך יו"ט ווען ער האט פארציילט דערוועגן פאר זיין מחותן הרה"ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע האט ער געזאגט "א שאד א שאד וואס מען האט אים אויף געוועקט, ווייל ער איז דאן אן געקומען און די עולמות עליונים און מרעיש עולמות געווען פאר די גאולה שלימה, און ער איז שוין געווען נאנט צום היכל פון משיח, און אויב מען וואלט אים נישט אויף געוועקט וואלט ער געקענט פוילען די גאולה שלימה",
עס איז געווען א איד וואס פלעגט יעדעס יאר קומען אויף די הייליגע טעג צום רבין ווייל ער האט זייער ליב געהאט ווי אזוי די רבי זינגט דעם ונתנה תוקף, און ער פלעגט כסדר מיטשענען זיין בני בית אז זי זאל אויך קומען אויף די הייליגע טעג און מיט האלטן דעם הייליגען עבודה פונעם צדיק מקאלוב,
איין מאל איז דער קאלוב'ער רבי אנגעקומען צום שטאט פון דעם איד נאך געלט, האט דער איד געזאגט פארן רבין אז ער וועט אים געבן דאס גאנצע געלט וואס ער ברויך נאר אז ער זאל זינגען דעם ונתנה תוקף, די רבי האט זיך פארטראכט און געזאגט ער ווייסט נישט אויב עס לוינט זיך צו דערשרעקן די מלאכים, ווייל יעדעס יאר ווען ער זינגט "ומלאכים יחפזון" ציטערען די מלאכים, און די מלאכים וועלן פרעגן וואס איז היינט עס איז דאך נישט די יום הדין, וועט מען זיי זאגן אז ר' אייזיק'ל דארף געלט, האט ער נישט געוואלט זינגען דעם ונתנה תוקף.

צווישן די חסידים פון קאליבער צדיק איז געווען איינער א גוט באזיצער, רבי אבלי פון טירנוי, דער דארפס איד איז געווען א גביר, און פלעג אויס האלטן דעם רבי'ן מיט כמעט אלע הצטרכות'ן, און דער צדיק האט אים דערפאר מכיר טובה געווען און איין מאל א יאר האט ער שבת געהאלטן ביים אים אין גוט.
אמאל ווען דער קאליבער רבי איז געווען צו גאסט ביי ר' אבלי טירנויער, איז מען אינמיטן קבלת שבת געקומען צו לויפן מיט א געשריי צום צימער וואו דער רבי האט געדאוונט מיט זיין מנין, אז אין די וועכטער בודקע האט אנגעהויבן ברענען א פייער און אלע תבואות וואס ליגן שוין גרייט אנגעהויפנט אין פעלד זענען אין געפאר פארברענט צו ווערן.
פון שרעק און זארג איבער די גרויסע שאדן וואס ווארט אים אפ, האט רבי אבלי געוואלט ארויס לויפן און גיין זעהן ווי אזוי מען קען ראטעווען, אבער רבי אייזיק'ל האט אים א כאפ געגעבן ביים האנט און געזאגט מיט א רואיגקייט, "ווארט נאר א מינוט ר' אבלי, איך וויל דיר דערציילן א מעשה'לע", פאר ר' אבלי פלאצט שיעור די געדולד און זיין הארץ איז אנגעפולט מיט אדם בהול על ממונו'דיגער שרעק, דאך האלט ער זיך פעסט מיט גרויס אמונת חכמים און הערט אויס דעם רבי'ן מיט דרך ארץ, און דער רבי האט אנגעהויבן דערציילן,
ביים הייליגען צדיק רבי ר' בער דער מגיד מעזריטש זי"ע האט געדינט אלס אויוון הייצער רבי ר' זושא וועלכער איז נאך דאן געווען אין זיינע יונגע יארן און איז נאכנישט געווען מפורסם, אבער קיין אנדערן האט מען נישט צוגעלאזט אנהייצן דעם אויוון, דער מעזריטשער מגיד פלעג זאגן, מיין זושא מאכט מיר ווארעם אין אלע גלידער, סיי די קערפערליכע גלידער און סיי די נשמה,
אמאל אין א ווינטער'דיגן פרייטאג נאכמיטאג האט דער רבי ר' זושא גוט איינגעהייצט דעם אויוון, ער האט נישט געזשאלעוועט קיין האלץ, ווייל די ציפעדיגע פראסט אויפ'ן גאס האט אריין געדרינגען אין די ביינער, זאל כאטש אין ביהמ"ד זיין ווארעם!, רבי זושא האט געענדיגט זיין ארבעט און זיך אוועק געזעצט אין א ווינקל זאגן שיר השירים מיט א הייליגע ברען,
אבער פון די גרויסע היץ אין אויוון, האט זיך אנגעכאפט די וואנט וועלכע איז געווען פון טרוקענע האלץ, די וואנט האט אנגעהויבן ברענען, און דער עולם האט געמאכט א געוואלד, מען איז געקומען צו לויפן צום אויוון הייצער ער זאל זעהן אויסלעשן דעם פייער, אבער רבי זושא, ווי גלייך נישט אים מיינט מען, ער זאגט ווייטער שיר השירים מיט גרויס התלהבות.
"געוואלד זושא, וואס שווייגסטו?" האבן די אנוועזענדע געשריגן, "די פייער דראעט דאך צו פארברענען די גאנצע שוהל!, לויף גיך ברענג וואסער און שטיל איין דעם אויוון!", "צו וואס דארף מען וואסער" האט דער רבי זושא געפרעגט בתמימות. "עס שטייט אין די תורה ותשקע האש, דאס פייער האט זיך איינגעשטילט, און די תורה ווייסן מיר דאך איז א נצחית!"
אזוי ווי רבי זושא האט ארויסגעזאגט די ווערטער האט זיך די פייער אויסגעלאשן! האט דערויף באמערקט דער רבי ר' בער, אז ביי ר' זושא'ן איז מקוים געווארן דער פסוק "יערף כמטר לקחי", זיין דיבור איז ווי א רעגן וואס לעשט אויס דעם פייער!
"הערסט ר' אבלי!" האט דער הייליגער קאליבער רבי פארענדיגט דעם סיפור נאך אנהאלטענדיג אים ביים האנט. "ר' זושא איז דאך גערעכט געווען, אין די תורה שטייט ותשקע האש, דאס פייער האט זיך אליין איינגעשטילט, און די הייליגע תורה איז דאך א נצחית!", ביז אפאר מינוט זענען געקומען צו לויפן די משרתים פון ר' אבלי מיט די גוטע בשורה אז די פייער האט זיך בדרך נס פארלאשן און די סכנה איז פאריבער.
ווען דער טשארטקאווער רבי, רבי דוד משה זי"ע, האט געהערט פון איינע פון זיינע הייליגע ברודער נאך דערציילן דעם מעשה פון רבין ר' זושא, האט ער דערמיט אויסגעטייטשט א פסוק אין שיר השירים: "מה נעשה לאחותינו" ווי אזוי קענען מיר העלפן דעם כנסת ישראל טאמער מען הערט נישט אויס אונזערע תפילות אין הימל, איז די עצה דערצו "ביום שידובר בה" – מען זאל נאך דערציילן מעשיות פון צדיקים וועלכע האבן א כח מעורר צו זיין רחמים אויבן.

איין יאר ערב יום הקדוש האט דער הייליגער צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע געבעטן רבי יעקב פיש זי"ע, אז ער וויל ארויס גיין אויף א שפאציר אין זיינע פעלדער, דער רבי יעקב פיש האט זיך גאר שטארק געוואונדערט, וואס וויל דער רבי פונקט יעצט ערב יום הקדוש גיין צום פעלד,
אבער אז די רבי הייסט טוט מען עס גלייך, אזוי גייענדיג אין פעלד ווייזט אים דער צדיק רבי אייזיק'ל זי"ע אז דארט איז דא א קוואל, דער צדיק איז אראפ געטאנצן פונעם וואגן און זיך א טובל געגעבן אינעם קוואל און צוריק אריין געפארן אין שטאט, שפעטער ווען רבי יעקב פיש האט געפרעגט פונעם צדיק וואס די קוואל איז, ווייל ער גייט שוין אין דעם פעלד פאר יארן און האט קיינמאל נישט געזען אז דארט איז דא א קוואל, האט אים דער צדיק געזאגט, ווי איז געווען דיין שכל, דאס איז געווען 'בארה של מרים' וואס איז ספעציעל געקומען קיין קאלוב לכבוד יום הקדוש, און דער ברין האט אין זיך גרויסע סגילות ברוחניות ובגשמיות פאר רפואות און ישועות,
איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם הייליגען קאלובער זי"ע, איז געווען הרה"ק רבי אברהם ווייס ממונקאטש זי"ע וואס איז געווען די זיידע פונעם הייליגען חקל יצחק מספינקא זי"ע, ער איז אויף געוואקסן ביים צדיק און געהאט א געוואלדיגע קרבות צום צדיק, איינמאל איז ער אנגעקומען שבת קודש אין ביהמ"ד מיט א שטריימל אנגעטון, פרעגט אים דער צדיק פון ווי האסטו דעם שטריימל, זאגט רבי אברהם אז ער ווייסט נישט פון וועם ער האט דאס באקומען,
האט דער הייליגער קאלובער זי"ע געהייסן אז ער זאל דאס שוין אראפ לייגן ביי די פענסטער פונעם ביהמ"ד, און לפלא איז די שטריימל גלייך נעלם געווארן, האט דער צדיק געזאגט פאר רבי אברהם אז ער האט גלייך מרגיש געווען אז די שטריימל האט ער באקומען פון די סטרא אחרא, און נעמען א מתנה פון די סטרא אחרא איז א גרויסע סכנה אז מען זאל ח"ו אריין פאלן אין זייער נעץ, און דאס האט דער צדיק מרגיש געווען נאר מיטן קוקען אויפן שטריימל,
איינמאל איז א איד א גרויסע בעל עבירה רח"ל געקומען צום הייליגען צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, און דער איד האט געבעטן אז דער צדיק זאל אים געבן א דרך תשובה אויף זיינע עבירות, האט אים דער הייליגער צדיק געזאגט, קום צו מיר אויף שבת קודש, איז דער איד אריבער געקומען אויף שבת קודש צום הייליגען קאלובער זי"ע,
ערב שבת קודש האט דער צדיק געזאגט פאר די רעבעצין, אז מען זאל צוגרייט א גרויסע סעודה ווייל שבת קודש גייט פאר קומען א גרויסע ברית, די רעבעצין האט געמיינט אז די רבי רעדט דא פון א ברית ממש, אבער שבת קודש ביי שלום עליכם האט דער צדיק מיט זיין גרויס קדושה משפיע געווען אויף דעם איד א הורהר תשובה און מקיים געווען דעם פסוק וּמַלְתֶּם אֵת עָרְלַת לְבַבְכֶם, און דער איד האט דערציילט אז ער האט ממש געשפירט בשעת מעשה ווי דער צדיק נעמט ארויס זיין נשמה און וואשט דאס אויס, און געט אים צוריק א ריינע נשמה, דאס איז געווען דעם גרויסן כח הקדושה וואס דער צדיק האט געהאט, אז מיט א שלום עליכם שבת קודש האט ער געקענט אויס רייניגע א נשמה פון א איד און אים מאכן פאר א נייע מענטש ממש,
בשנת תק"פ א יאר בעפאר דער הייליגער קאלובער זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען געמאכט דעם חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד אין שטאט נאנאש, און לכבוד דעם גרויסן חנוכת הבית האט מען געריפן די צוויי אונגערישע גדולים בדור הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע און הרה"ק בעל ישמח משה מאוהעל זי"ע,
בשעת ווען עס איז געקומען אריין צוגיין אינעם ביהמ"ד האט דער ישמח משה געזאגט פאר ר' אייזיק'ל, קאלובע רב גייט איר קודם אריין, האט דער קאלובע רב געזאגט פאר'ן ישמח משה, אוהעלע רב גייט איר קודם אריין, אזוי איז עס געגאנגען אהין אין צוריק, ביז דער ישמח משה האט געזאגט קאלובע רב, ממ"נ דארפט איר קודם אריינגיין, זענט איר גרעסער דארפט איר דאך קודם אריינגיין, און ווידער בין איך גרעסער הייס איך אייך קודם אריינגיין.
נאך איז געווען ביי יענע חנוכת הבית, דער ישמח משה האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה, און דער קאלובער רב איז געווען אינדרויסן אין א שטוב נעבן ביהמ"ד, דער ישמח משה האט מעורר געווען דעם עולם צו תשובה, און ער האט אזוי לאנג פארפירט ביז עס איז געגאנגען אזאנע בכיות אז דער קאלובער רב האט דאס דער הערט, און ער האט זיך אנגעריפן וואס וויל דער אוהעלער רב פין זיי, אזוי וואו דער קאלובער רב האט דאס ארויס געזאגט, האט זעט אויס דער ישמח משה דערשפירט מיט רוח הקודש וואס דער קאלובער רב זאגט, און האט תיכף געענדיגט מיט'ן דרשה,

הרה"ק רבי אשר מרגלית מוויען זי"ע האט פארציילט אז ער האט דאס געהערט פון א איד וואס בדידיה הוה עובדא, דער איד איז געווען איינמאל בעפאר די מלחמה אין קאלוב ז' אדר ביים יארצייט פון רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, איז דארט אין אוהל פון רבי אייזיק'ל געווען א שרעקליכע שטיפעניש, איז אויך דארט געווען הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, ווען ער האט געזען ווי איך וויל מיך אריין שטיפן אונעם אוהל, האט ער מיר געזאגט בחור מען ברויך זיך נישט צו שטיפן צום ציון, אויב איז מען אינעם שטאט פונעם ציון פונעם צדיק ביום היארצייט איז אויך גענוג,
יארן שפעטער ביים מלחמה איז דער בחור געווען מיט א גאנצע גרופע אידן, און כ"א אדר איז דער גאנצער גרופע מיט מסירת נפש געגאנגען צום ציון פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, אבער ער דער בחור האט זיך דערמאנט אין די ווערטער פונעם צדיק רבי שלום אליעזר זי"ע אז עס איז גענונג צו זיין אינעם שטאט ווי די ציון פון דעם צדיק איז, איז ער נישט מיט געגאנגען צום ציון, ליידער זענען אלע פון די גרופע פארכאפט געווארן דורך די דייטשן און ליידער אומגעקומען, אבער ער דער בחור איז געראטעוועט געווארן דורך די ווערטער פון דעם צדיק יארן בעפאר,
דערציילט מען אז דער צדיק רבי הירצקא'לע מראצפערט זי"ע פלעגט יעדעס יאר פארן ז' אדר צום ציון פון הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע אזוי ווי אלע צדיקים בדורו, פלעגט ער יעדעס יאר זאגן תהילים אמאל האלב אמאל גאנץ, איין יאר איז ער געווען ביים ציון קדשו אין קאלוב און געזאגט נאר 10 קאפיטלעך תהילים,
ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס נאר 10 קאפיטלעך, האט דער צדיק געזאגט אז ער זאגט תהילים ביים ציון ביז ער הערט דעם הייליגען קאלובער אויך מיט זאגן תהילים, דאס יאר האט ער שוין נאך 10 קאפיטלעך געהערט ווי דער צדיק זאגט שוין מיט האט ער געוויסט אז ער האט שוין געפויעלט די ישועה,
מען דערציילט אז איינמאל איז דער גרויסער צדיק וקדוש רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע געגאנגען ביינאכט אויפן גאס אין שטאט קאלוב, די פאליציי וואס האבן נישט דערקענט דעם צדיק האבן אים חושד געווען אז ער איז א גנב, און מען האט דעם צדיק איינגעשפארט אין תפיסה, פארשטייט זיך אז דער צדיק האט זיך בכלל נישט מתרעם געווען און דאס אנגענומען באהבה,
אבער ווען עס איז געקומען אינדערפרי האט דער צדיק געוואלט דאווענען שחרית, אבער ער האט נישט געהאט זיינע תפילין מיט זיך, האט דער צדיק זיך אנגעריפן, "רבוש"ע זיצן אין תפיסה גייט מיך בכלל נישט אן, אבער אייזיק'ל ברויך דאווענען און ער האט נישט קיין תפילין", לפלא איז די וואנט פון די תפיסה איינגעפאלן און דער צדיק האט ארויס שפאצירט פון תפיסה און געגאנגען דאווענען,
די גרויסע תלמידים פונעם הייליגער צדיק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע האבן דערציילט, אז איינע פון די גרויסע תלמידים פונעם רבין וואס איז שפעטער געווען פון די גרויסע גדולים אין אונגארין, וואס צוליב דעם כבוד פונעם תלמיד האבן זיי נישט געשריבן דעם נאמען, איז מתחילה ליידער געווען א גאר פראסטער איד און א גרויסער לץ, ער האט זיך ליידער נישט געפירט ווי עס ברויך צו זיין, איין וואך האט ער געזאגט פאר זיין חבר, איך האב געהערט אז אין שטאט טאקאי איז אנגעקומען א גרויסער רבי, לאמיר פארן דארט אויף שבת און זיך אינטערהאלטן אויפן חשבון פון דעם רבין,
די צוויי זענען אריבער קיין טאקאי, זיי זענען אן געקומען דארנערשטאג נאכט אינעם גאסט הויז פונעם הייליגען צדיק רבי אייזיק'ל מקאלוב זי"ע, אבער לפלא אזוי ווי זיי האבן איבער געטרעטען דעם שוועל און געזען דעם צדיק נאך מאחוריו האט זיי אנגעכאפט א הרהור תשובה און זיי זענען גלייך נשתנה געווארן, דער הייליגער צדיק רבי אייזיק'ל זי"ע האט זיך דאן אנגעריפן צום בעל הבית פונעם גאסט הויז און געזאגט, די זעסט די צוויי דארט, זיי וועלן נאך זיין גרויסע צדיקי הדור, נאך שבת קודש זענען די צוויי שוין געבליבן תלמידים מובהקים פונעם הייליגער צדיק מקאלוב זי"ע,

נאכן הסתלקת פונעם הייליגן קאלוב'ער האט זיך דער זון הרה"ק רבי מאיר זי"ע זיך אנגעטשעפעט מיט שלעכטע חברים, און ליידער געגאנגען בארג אראפ און איז געווארן שטארק צו געבינדן צום קארטן שפיל רח"ל, ווען די תלמידים פונעם הייליגען קאלובער זי"ע האבן געזען וואס עס גייט פאר האבן זיי פראבירט דאס בעסטע צו ראטעווען דעם רבין'ס זון, אבער אן ערפאלג. נא וואס טוט מען, האט מען באשלאסן ארויס צו גיין אויפן רבין'ס ציון און איינרייסן פארן רבין'ס זוהן,
יענע נאכט איז דער הייליגער קאלוב'ער געקומען צו זיין זון אין חלום און געבעטן אז ער זאל זיך אפלאזן פון די דאזיגע עלעמענטן, אבער עס האט ליידער נישט געהאלפן, און ווען די חברים זענען געקומען אינדערפרי אים אפנעמען צו זייער טעגליכע שפיל, איז דער זון ווייטער מיט געגאנגען מיט זיי,
דאס צווייטע נאכט האט זיך אפגעשפילט דאס זעלביגע און אויך בייטאג, דאס דריטע נאכט איז ר' אייזיק'ל נאכאמאל געקומען אבער דאס מאהל האט ער אים געזאגט וויסן זאלסטו אז דאס איז די לעצטע ווארענונג און נאכאמאל וועל איך נישט קומען. און א סימן דערצו וועל איך אראפ ווארפן דעם גרויסן אויוון וואס שטייט אין דיין צימער.
כך הוה אינדערפרי ווען ער איז אויף געשטאנען איז טאקע די אויוון געווען אראפ געווארפען אויף זיין פוס, ווען זיינע חברים זענען אנגעקומען אים אפנעמען אין האבן געזעהן וואס דא גייט פאר, האבן זיי געהויבן פוס און אנטלאפן, און פארשטייט זיך אז נאך אזא מעשה נורא האט ער חוזר בתשובה געווען,