רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך מירון »

מארגן איז דער יארצייט (י"א ט' אדר) פון רבי יהודה החסיד וואס איז געווען פון די גרינדער פון די חסידי אשכנז, נישט זיך טועה זיין מיט די שפעטערע חסידים געפירט דורך דעם בעש"ט הקדוש, נאר זיי זענען געווען בזמן סוף הגאונים ותחילת הראשונים. רבי יהודה'ס טאטע רבי שמואל האט שוין געהאט דעם שם כנוי רבי שמואל החסיד, ער איז געווען א זוהן פון רבי קלונימוס הזקן.

ער האט קודם געוואוינט אין רעגענסבורג, דייטשלאנד און ער האט דארט אויפגעשטעלט א ישיבה. צווישן זיינע הייליגע תלמידים זענען די גרויסע פסקים אשר מפיהם אנו חיים ומימיהם אנו שותים ה"ה רבי אלעזר מווארמס בעל "הרוקח", רבי יצחק בן משה בעל האור זרוע, ורבי משה מקוצי בעל הסמ"ג. חוץ דעם באקאנטן "צוואת רבי יהודה החסיד" האט ער מחבר געווען אן א שיעור ספרים. ער פלעגט נישט לאזן שרייבן זיין נאמען אויף די ספרים אז ער האט עס מחבר געווען.

צוואת רבי יהודה החסיד:

נישט אלע זאכן פון 'צוואת רבי יהודה החסיד' איז נתקבל געווארן בתפוצות ישראל, ס'דא א מעשה מיטן הייליגן מהרש"א. ס'איז געווען אן אסיפת רבנים און מען האט גערעדט וועגן צוואת רבי יהודה החסיד, צו ער האט עס געשריבען פאר יעדער איינער אדער נאר פאר זיינע קינדער און אייניקלעך, האט זיך דער מהרש"א אויפגשטעלט און זיך אנגערופען אין צוואת רבי יהודה החסיד שטייט אז מען זאל נישט א נאמען געבן די קינדער די נעמען יהודה און שמואל, האט דער מהרש"א אויסגעפירט איך בין אן אייניקל פון רבי יהודה החסיד, און איך הייס 'שמואל' און מיין פאטער האט געהייסן 'יהודה'. [אינטרעסאנט א יהודה החסיד האט אויך געהייסן רבי בן רבי שמואל].

אבער ס'דא תקנות וואס זענען יא זייער שטאק נתקבל געווארן דאס איז דער ענין פון "כלה וחמותה" זאל נישט האבן די זעלבע נאמען.

נאך א זאך, פארמאכן א טיר אדער א פענסטער און נישט איינווארפן אן אויוון. ס'דא וואס זענען מקפיד נישט צו פוצן די שיך ביום שיוצא לדרך.

ווער ס'האט עפעס צוצילייגן זאל ביטע צולייגן
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך מירון »

איינע פון די סעיפים אין צוואת רבי יהודה החסיד איז:

"לא יעשה אדם ביתו גבוה מבית הכנסת"

אז מ'קוקט אריין אין די גמרא אין מסכת שבת דף יא עמוד א' שטייט דארט דאס לשון הגמרא: "ואמר רבא בר מחסיא אמר רב חמא בר גוריא אמר רב: כל עיר שגגותיה גבוהין מבית הכנסת לסוף חרבה, שנאמר 'לרומם את בית אלהינו ולהעמיד את חרבותיו'"

שטייט דא אין גמרא קלאר אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו בוען א הויז העכער דעם בית הכנסת און אזוי פסקנט די שו"ע און אלע ראשונים פאר דעם ולית מאן דפליג בזה.

וואס איז פשט אז רבי יהודה החסיד האט אריינגעלייגט אין זיין צוואה א פשט'ע הלכה און ער אויב לייגט שוין יא אריין פשט'ע הלכות זאל לייגן אנדערע אויך, פארוואס האט ער פונקט דאס (און נאך עטליכע) אויסגעקליבן?

פינג@נקודות טובות
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך שמייכלדיג »

מירון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:24 am איינע פון די סעיפים אין צוואת רבי יהודה החסיד איז:

קען זיין בדרך צחות...

מ'דערציילט אז ווען דער שאגת ארי' ז"ל איז געווארן רב אין מיץ דארט איז געווען א מנהג אז ס'איז געווען אזא ספר התקנות און יעדער נייער רב פלעגט אריינשרייבן תקנות וואס ער האט געזען פאר וויכטיג איינצופירן, די תקנות זענען געווען מורא'דיג פארהייליגט און מען פלעגט דאס מקיים זיין כמשפטו וכהלכתו.

ווען די ראשי הקהילה זענען געקומען צום שאגת ארי' מיטן ספר אז ער זאל אריינשרייבן תקנות, האט ער אריינגעשריבן די עשרת הדברות... ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער פשט, האט ער מסביר געווען, איך זעה אז די תקנות הספר האלט מען אזוי הייליג האב איך געקלערט אז איך וועל אריינשרייבן די עשרת הדברות וועט מען דאס אזוי הייליג האלטן...

נו פיר אויס... אז ס'איז א צוואת ר' יהודה החסיד ..
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך מירון »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:07 am

שיין, אבער פון די אנדערע זייט שרייבט ער:

וכן אילן העושה פירות ב' פעמים בשנה יש לקצצו מיד ואין להניחו כלל. - ד"ה א בוים וואס מאכט פירות צוויי מאל א יאר דארף מען תיכף אפשניידן.

אפשניידן א פירות בוים?

שטייט אין פסוק: (דברים כ, יט) כי תצור אל עיר ימים רבים להלחם עליה לתפשה לא תשחית את עצה לנדח עליו גרזן כי ממנו תאכל ואתו לא תכרת כי האדם עץ השדה לבא מפניך במצור. - שטייט דא אין פסוק, מען טאר נישט אפשניידן א פירות און אזוי ווערט גע'פסק'ט להלכה.

וויאזוי שרייבט רבי יהודה החסיד קעגן א לאו אין די תורה?

מירון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:47 pm

שוין, מאכסט מיר נאכקוקן הלכות..

קודם כל אז ר' יהודה החסיד שרייבט אזוי איז עס זיכער אויסגעהאלטן עפ"י תורה

אבער פשוט אין רמב"ם זעה איך אז דער איסור איז נאר דרך השחתה און אויב דער אילן איז מזיק מעג מען אפשניידן, און ר' יהודה החסיד שרייבט דארט אז כל דבר שאינו רגיל להיות דארף מען מבער זיין צי משום סכנה וכדו' איז לכאו' נישט אין דעם איסור פון בל תשחית
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך מירון »

שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:07 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:47 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:07 am
קען זיין בדרך צחות...

מ'דערציילט אז ווען דער שאגת ארי' ז"ל איז געווארן רב אין מיץ דארט איז געווען א מנהג אז ס'איז געווען אזא ספר התקנות און יעדער נייער רב פלעגט אריינשרייבן תקנות וואס ער האט געזען פאר וויכטיג איינצופירן, די תקנות זענען געווען מורא'דיג פארהייליגט און מען פלעגט דאס מקיים זיין כמשפטו וכהלכתו.

ווען די ראשי הקהילה זענען געקומען צום שאגת ארי' מיטן ספר אז ער זאל אריינשרייבן תקנות, האט ער אריינגעשריבן די עשרת הדברות... ווען מען האט אים געפרעגט וואס איז דער פשט, האט ער מסביר געווען, איך זעה אז די תקנות הספר האלט מען אזוי הייליג האב איך געקלערט אז איך וועל אריינשרייבן די עשרת הדברות וועט מען דאס אזוי הייליג האלטן...

נו פיר אויס... אז ס'איז א צוואת ר' יהודה החסיד ..
שיין, אבער פון די אנדערע זייט שרייבט ער:

וכן אילן העושה פירות ב' פעמים בשנה יש לקצצו מיד ואין להניחו כלל. - ד"ה א בוים וואס מאכט פירות צוויי מאל א יאר דארף מען תיכף אפשניידן.

אפשניידן א פירות בוים?

שטייט אין פסוק: (דברים כ, יט) כי תצור אל עיר ימים רבים להלחם עליה לתפשה לא תשחית את עצה לנדח עליו גרזן כי ממנו תאכל ואתו לא תכרת כי האדם עץ השדה לבא מפניך במצור. - שטייט דא אין פסוק, מען טאר נישט אפשניידן א פירות און אזוי ווערט גע'פסק'ט להלכה.

וויאזוי שרייבט רבי יהודה החסיד קעגן א לאו אין די תורה?
קודם כל אז ר' יהודה החסיד שרייבט אזוי איז עס זיכער אויסגעהאלטן עפ"י תורה
אוודאי אזוי, וואס רבי יהודה החסיד שרייבט איז קודש קדשים, נאר מיר פרובירן צו פארשטיין.

אין די גמרא איז דא כמה פעמים אזעלעכע קשיות, לדוגמא די גמרא פרעגט אויף א תקנות חכמים "ומי איכא מידי דמדאורייתא לא משמטא שביעית ותקינו רבנן דתשמט"? ס'איז קלאר אז די גמרא אין די קשיא האט געוואסט מיט א ברירות אז די תקנות חכמים איז זיכער אויסגעהאלטן עפ"י תורה. נאר ס'איז תורה היא וללמוד אני צריך.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך שמייכלדיג »

מירון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:54 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 3:07 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:47 pm

שיין, אבער פון די אנדערע זייט שרייבט ער:

וכן אילן העושה פירות ב' פעמים בשנה יש לקצצו מיד ואין להניחו כלל. - ד"ה א בוים וואס מאכט פירות צוויי מאל א יאר דארף מען תיכף אפשניידן.

אפשניידן א פירות בוים?

שטייט אין פסוק: (דברים כ, יט) כי תצור אל עיר ימים רבים להלחם עליה לתפשה לא תשחית את עצה לנדח עליו גרזן כי ממנו תאכל ואתו לא תכרת כי האדם עץ השדה לבא מפניך במצור. - שטייט דא אין פסוק, מען טאר נישט אפשניידן א פירות און אזוי ווערט גע'פסק'ט להלכה.

וויאזוי שרייבט רבי יהודה החסיד קעגן א לאו אין די תורה?
קודם כל אז ר' יהודה החסיד שרייבט אזוי איז עס זיכער אויסגעהאלטן עפ"י תורה
אוודאי אזוי, וואס רבי יהודה החסיד שרייבט איז קודש קדשים, נאר מיר פרובירן צו פארשטיין.

אין די גמרא איז דא כמה פעמים אזעלעכע קשיות, לדוגמא די גמרא פרעגט אויף א תקנות חכמים "ומי איכא מידי דמדאורייתא לא משמטא שביעית ותקינו רבנן דתשמט"? ס'איז קלאר אז די גמרא אין די קשיא האט געוואסט מיט א ברירות אז די תקנות חכמים איז זיכער אויסגעהאלטן עפ"י תורה. נאר ס'איז תורה היא וללמוד אני צריך.
למעשה איז משמט אדער לא משמטא וואס איך זאג?

('שטימט' בלשון ונהפך הוא)

@מירון כ'האב פארגעסן די קוועסשן מארק, געמיינט צו פרעגן צי דו ביזט מסכים
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1892
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5242

Re: רבי יהודה החסיד - י"ג אדר ד' תתקע"ז ~ צוואת רבי יהודה החסיד

פאוסט דורך נקודות טובות »

מירון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:24 am פינג@נקודות טובות
איך האב נישט באקומען קיין נאטיפיקאציע פון די מענטשען, אבער וואס איך געדענק אויף די מינוט איז אזוי.
עס איז דא די באקאנטע צוואה נישט אפצושניידען א פירות בוים, וואס אויף די צוואה פרעגן אלע אז לכאורה איז דאך דאס אן איסור דאורייתא. און וואס לייגט רבי יהודה החסיד צו. אויף דעם איז די תירוץ אז רבי יהודה החסיד לייגט צו, אז אפי' במקום וואס ע''פ הלכה איז עס מותר אפצושניידן, איז נאכאלץ דא א סכנה.

יעצט זענען דא וואס זאגן אז דאס וואס רבי יהודה החסיד הייסט אפשניידען א בוים וואס מאכט צוויי מאל פירות, איז דוקא ווען ע''פ הלכה איז מותר און די צוריקהאלט דערפון איז נאר סכנה. אין אזא פאל זאגט רבי יהודה החסיד אז עס איז נישט דא מפני סכנה.

לגבי א בית המדרש. איז קודם כל וואס איז די פראבלעם אז ער לייגט צו אן אן אזהרה מצד סכנה, סיי ביי בית המדרש, און אזוי אויך ביי א פירות בוים? בסך הכל זאגט ער אז חוץ מן האיסור, הערשט אויף דעם א שרעקליכע סכנה. די גמרא אליינס אין בבא קמא טוט שוין אזוי לגבי א פירות בוים. און אזוי אויך ר' יהודה החסיד עצמו שרייבט שארף אין ספר חסידים איבער פארדעקן די ליכטיגקייט פונעם בית המדרש (דורך דעם וואס מען פארשטעלט די פענסטערס פונעם ביהמ''ד ביים בויען) וואס פון דעם איז משמע אז ער רעדט פון חשש סכנה להוסיף אויף חז''ל.
אבער איך געדענק ערגעץ זעהן אז אין שלחן ערוך איז נאר גע'פסק'ענט אז די בית המדרש דארף מען מאכן הויעך, אבער נישט אז עס איז דא א חיוב אויף יעדן צו וואטשען אז די הויז זאל זיין נידריג, וזה שהוסיף ר' יהודה החסיד אז יעדער דארף יא מקפיד זיין.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט