א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
כדריי מיך אין א וועלט פין קאלירן,
מיט יעדע פארבייעגער טאג טרעף איך מיך מיט נאך קאלערס און קנייטשען אויף דעם פלאנעט.
ווי טיף איך פראביר נאר צי קיקן, זעה איך אז צים ענדע פינעם טיפקייט וועל איך קיינמאל דערגרייכן...
נאכן זיך אנשטויסן מיטן 'עניגרעם' האב איך מיך געטראפן מיט עטליכע טריט טיפער אינעם טיפקייט,
עס איז מיר גרינגער געווארן די דן לכף זכות...
טייערע חבר, כאפ אן מיין האנט און לאמיר אריין שפאצירן.

הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: א שפאציר אין די עניגרעם - די 9 נאטורן"
אה שכח.
דריי דיך ארום, איך וואק דיך נאך.
האסט אריין שפאצירט אינעם ריכטיגען טעמע, סזייער ליפטיג דא!

די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 883
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
הוהא. וועלקאם. מיר זיצן מיט שפאנונג.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
האָ האַ! א געשמאקע טעמע, שוין אסאך געליינט און אויסגעהערט דערפון.
ר' שרגא פליישמאן האט הערליכע קלארע שיעורים אויף דעם. (ער לייגט עס אריין אין די מידות, חסד, גבורה, וכו').
ר' שרגא פליישמאן האט הערליכע קלארע שיעורים אויף דעם. (ער לייגט עס אריין אין די מידות, חסד, גבורה, וכו').
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אינז וועלן אנהייבן מיט א פשוטע שפאציר אריבער די ניין צימערן.
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אונז שטיימיר גרייט מיט די שפאציר געצייג
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אזוי וועט יעדער קענען מיט קימען אויף אינזער רייזע
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
1 - Reformer
2 - Helper
3 - Achiever
4 - Individualist
5 - Investigator
6 - Loyalist
7 - Enthusiast
8 - Challenger
9 - Peacemaker
פשוט אויסליפטערן די נאטורן
2 - Helper
3 - Achiever
4 - Individualist
5 - Investigator
6 - Loyalist
7 - Enthusiast
8 - Challenger
9 - Peacemaker
פשוט אויסליפטערן די נאטורן
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
ווען/אויב די טעמע וועט ווערן מער אויסגעשמועסט, האף איך צו שרייבן א אינטערעסאנטע טעסט ווי אזוי מ'קען זיך אדער יענעם טעסטן וועלעכע נומבער מ'איז.
- אסמכתא בעלמא
- מנהל המערכת
- פאוסטס: 797
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
- x 883
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
איך בין נישט דער גרויסער עקספערט, און כוועל לאזן @ליפטיג אריינקומען מיט א קלארקייט, אבער באופן כללי בינען נייגעריג: ווער האט באשלאסן דעם נומער "9"?
כ'וועל מסביר זיין מיין שאלה.
יעדער ווייסט אז ס'דא בעצם א ביליאן מינים מענטשן. א ביליאן? סאך מער, די וועלט האט 8 ביליאן און 45 מיליאן מענטשן בס"ה. און אזויפיל מיני מענטשן זענען דא!... (אדער נאך מער. ווייל ביי אידן איז דאך דא "צוויי אידן דריי דיעות, א דריטל שפרינג).
נאר וואס, מ'קען מאכן "קאטאגאריעס". וויפיל? וויפיל מ'וויל. קיינער גייט נישט זאגן אז יעדע מענטש איז נאר איינס פון די 9. איא? מ'וועט זאגן "דו ביסט בעיקר א זיבענער, אבער האסט אביסל אריינגעמישט 2" (איך קען נישט די נומערן און זייערע באדייטן, איך שיס סתם).
קומט אויס אז דער נומער 9 איז סתם א 'קאנצעטראציע'. יעצט ווער האט דאס באשלאסן אז מען שטעלט זיך אפ ביי 9?

גערעכט, מ'קען עס טאקע צוטיילן אויף נאך אסאך וועגן (ס'איז דא די 4 קאלירן, ועוד ).אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 4:12 pm איך בין נישט דער גרויסער עקספערט, און כוועל לאזן @ליפטיג אריינקומען מיט א קלארקייט, אבער באופן כללי בינען נייגעריג: ווער האט באשלאסן דעם נומער "9"?
כ'וועל מסביר זיין מיין שאלה.
יעדער ווייסט אז ס'דא בעצם א ביליאן מינים מענטשן. א ביליאן? סאך מער, די וועלט האט 8 ביליאן און 45 מיליאן מענטשן בס"ה. און אזויפיל מיני מענטשן זענען דא!... (אדער נאך מער. ווייל ביי אידן איז דאך דא "צוויי אידן דריי דיעות, א דריטל שפרינג).
נאר וואס, מ'קען מאכן "קאטאגאריעס". וויפיל? וויפיל מ'וויל. קיינער גייט נישט זאגן אז יעדע מענטש איז נאר איינס פון די 9. איא? מ'וועט זאגן "דו ביסט בעיקר א זיבענער, אבער האסט אביסל אריינגעמישט 2" (איך קען נישט די נומערן און זייערע באדייטן, איך שיס סתם).
קומט אויס אז דער נומער 9 איז סתם א 'קאנצעטראציע'. יעצט ווער האט דאס באשלאסן אז מען שטעלט זיך אפ ביי 9?
אבער למעשה מיט די מהלך קען זיך יעדער טרעפן מיט א נומבער, און ס'דעקט -כמעט- אלעס פון זיין נאטור גענוג טיף, (למשל די 4 קאלירן איז טאקע גרינגער צו וויסן וועלכע קאליר מ'איז, אבער ס'גייט נישט אזוי פרטיות'דיג ווי די נומבערס),
ממילא פעלט נישט אויס צוצולייגן נומבערס, און פון ווייניגער וואלט געפעלט.
בנוגע האבן נאך א נומבער (א ווינג), כמעט יעדער האט א ווינג פון איינע (צומאל ביידע) פון זיינע שכנים, דהיינו א 6'ער קען האבן א ווינג פון א 5'ער, אדער פון א 7'ער, דאס איז פון די מורא'דיגע חכמות וואס ליגט אין די מהלך, אז די רייע פון די נומבערס איז נישט אבי געשאסן.
אגב ר' שרגא פליישמאן צוטיילט יעדע נומבער אין 3 מינע וועגן ווי אזוי יענע נומבער קלאפט אויס, וואס לויט דעם קומט עס אויס צו 27 נאטורן, וואס קען שטומען מיט דאס וואס די אבן העזרא זאגט אז עס איז דא 27 מינע נאטורן.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
https://thecompasscrew.com/podcast/
פון נומבער 72 רעדט ער פון דעם.
צו פארשטיין גוט דארף מען מער זיך אריינטוהן, ס'דא ביכער אויף דעם, אבער ער זאגט עס שיין און קורץ.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
קודם א גרויסן שכח, זעט אויס אינטערעסאנט, גיימיר עס אויסהערן אי"ה.
כ'פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'צוטיילט עס אין די 3 קאטיגאריעס.
4,3,2- feeling
7,6,5- thinking
1,9,8- acting
א 7 איז א טראכטער?
א 3 געפילן?
ועוד.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
די אינעווייניגסטע ליינס שטומט יא,
ס'ווייסט אויף וועלכע נקודה יעדער דארף ארבייטן און וועלכע פארקערט.
ס'ווייסט אויף וועלכע נקודה יעדער דארף ארבייטן און וועלכע פארקערט.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
@טראפקעלע
זעט אויס ווי איינער לויפט דיך נאך.. כאפ א טיפע אטעם, און לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ...
זעט אויס ווי איינער לויפט דיך נאך.. כאפ א טיפע אטעם, און לאמיר גיין סטעפ ביי סטעפ...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
צים ערשט לאמיר קלארשטעלן,
כבין נישט די וועלטס טשעמפיאן אין די עניגרעם, 'אבער' אויב אונז שפאצירן ראיג ציזאמען און יעדער איז מנדב אביסעל פין זייער אנגעזאמעלטע ידועות, וועלן מיר אי"ה אנקימען ווייט...
וואטש! לויף נישט אזוי שנעל...
לאמיר אנהייבן מיטן גראדע איינסער.
די בילד פינעם נאמבער איינס פארציילט שוין זיין נאטור, א גראדע שטעקען, פינטעל.
און פין אויבען שטעקט ער זיך ארויס אביסעל, צי קענען מיטהאלטן פין די הייעך צי יעדער טיט טאקע אלעס אזוי ריכטיג ווי אים.
דעס איז פשוט אז ער איז 'אייביג' און צייט, אייייביג!
אבער ער פארשטייט בכלל נישט ווי אזוי איך האב געקענט אנקימען שפעט,
זיין פילטער לאזט נישט דורך מיין תמומותדיגע תרוצים...
הרב איינסער אפשר דאך הייבסטו מיך אן צי פארשטיין אביסעלע...?!?

כווארט מיט גרויס שפאנונג.
--
אה ער האקט שוין!
--
אה ער האקט שוין!
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1574
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3326
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אוטש, האסט געמוזט אנהייבן מיט מיין ווייב?!?!
נאר א וויץ! (א אמת'ע). ייש"כ הרב @ליפטיג (צ"ל לופטיג)
נאר א וויץ! (א אמת'ע). ייש"כ הרב @ליפטיג (צ"ל לופטיג)
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
וואף... דעס איז שוין נעקסט לעוועל, נעמסט אריין דעם בילד פונים נומבער...
דעס גייט ארבעטן ביי אלע נומבערס?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
אויב אינזער איינזער טיט נאר וואס איז טאקע גערעכט,
לאמיר דיך פרעגן..
קריטיקירן יעדעם איז גערעכט...??? (שטיי נישט נעבן קיין איינזער ווען ער ליינט דעיע קשיא, פאר אייער סעיפטו...)
איך טו נאר וואס איז ריכטיג. אז די טיסט אנדערש קימט זיך דיך דעיע פעטשעלע, אפשר וועסטו נאך ווערן א מענטש...
אין קורצן #זיי ווי מיך
לאמיר דיך פרעגן..
קריטיקירן יעדעם איז גערעכט...??? (שטיי נישט נעבן קיין איינזער ווען ער ליינט דעיע קשיא, פאר אייער סעיפטו...)
איך טו נאר וואס איז ריכטיג. אז די טיסט אנדערש קימט זיך דיך דעיע פעטשעלע, אפשר וועסטו נאך ווערן א מענטש...
אין קורצן #זיי ווי מיך
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
האלטס קאפ ביים אויספאסטן, די איינזערס שיינען ארויס דעמאלטס...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
איך קלער אפשר וואלט בעסער געווען קודם צו אראפלייגן אין איין תגובה דעם פונקטליכן דעסקריפציע פונעם נומער וואו מהאלט און דערנאך עס אויסשמועסן
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
יונגעלע?! דו האסט געפאסט היינט...?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: א שפאציר אין אניאגראם - די 9 נאטורן
איינזערס זענען זייער פאר יושר און גערעכטיקייט,
(די פראבלעם אבער ווערט ווען מ'הייבט אליין אן צו באשליסן וואס ס'איז יושר, )
זיי ווערן נישט אזוי איבערגענומען פון געפילן, (למשל זיי וועלן נישט אזוי גרינג קישן זייער קינד),
זיי קענען האבן א שטארקע OCD צו זיי טוען וואס איז ריכטיג,
ווען זיי האבן א ווינג (א חלק) פון 9,וועט זייער מיינונג נישט אזוי שטארק ארויסקומען, ווען זיי וועלן זיך רעגן וועט עס מער זיין דעי קריצן מיט די ציין מיט פארביסענע ליפן (קענסט יענע איד פון ביהמ"ד? יא, דאס מיין איך...).
א איינזער מיט א צווייער ווינג, וועט שוין יא זיך מער זארגן אז די ציבור טוט וואס איז ריכטיג.
שוין,וועל מיר יעצט ענדיגן מיט דעם.