נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4097
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7081

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך וואוילער »

ניקל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:40 am א מיסיל פון רוסלאנד האט אויפגעריסן נאנט צו זאלענסקי'ס מאטערקאדע
דעס איז סיריעס נייעס
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
פשוטות און גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:40 pm
x 106

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פשוטות און גראד »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 5:19 pm
ניקל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 11:40 am א מיסיל פון רוסלאנד האט אויפגעריסן נאנט צו זאלענסקי'ס מאטערקאדע
דעס איז סיריעס נייעס
וואף
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4441
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13774

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מאת JDN
א מיסיל אטאקע דירעקטירט דורך די רוסישע מיליטער, האט היינט פאסירט אין שטאט אדעסא אין אוקריינע, אין די צייט וואס דער פרעזידענט פון אוקריינע וולאדימיר זעלענסקי האט זיך געפונען דארט אין שטאט, און איז געווען גאר נאנט צום ארט וואו די מיסיל האט אויפגעריסן.

דער פרעזידענט פון אוקריינע איז געווען אין אדעסא צו אנפאנגען זיין גאסט, דער פרעמיער מיניסטער פון גריכנלאנד. פארנדיג אין זיין מאטארקאדע, האט מען געהערט ווארענונג פייפערס, אבער עס איז געווען צו שפעט צו גיין זוכן שוץ. מיטאמאל האט א מיסיל אויפגעריסן קארגע פינף הונדערט פיס פארנט פון די מאטארקאדע, און צו מזל איז קיינער פון זיי נישט געשעדיגט געווארן.

ווי מאנכע זאגן איז עס ווארשיינליך געווען געצילט אויף די פרעזידענטליכע מאטארקאדע, און קורצליך נאכן אטאקע האט זעלענסקי געגעבן א רעדע אין א פרעסע קאנפרענץ וואו ער האט אדרעסירט די אטאקע, אינאיינעם מיטן גריכישער פרעמיער מיניסטער, וועלכער האט געזאגט אז עס שפירט זיך גאנץ אנדערש צו זעהן די מלחמה צושטאנד פארנט פון זיינע אויגן, ווי איידער עס ליינען אין א צייטונג.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3671

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך רואה חשבונות »

שוועדן איז היינט אפיציעל אריין אינעם נאט"א אליאנץ.

נאט"א איז געגרינדעט צו קענען דינען ווי א מויער קעגן רוסלאנד אין פאל פון אן אטאקע. אויב איין לאנד פון די אליאנץ ווערט אטאקירט דארפן אלע לענדער ארויסגיין אין קריג מיט דעם אטאקירער [רוסלאנד].
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1333
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3671

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך רואה חשבונות »

דער פויפסט זאגט אז אוקריינע דארף האבן קוראזש און אויפהייבן דעם ווייסן פאן.

#איינזייטיג!
וועליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:59 pm
Location: קיאסק
x 196

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך וועליך »

רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 9:37 am דער פויפסט זאגט אז אוקריינע דארף האבן קוראזש און אויפהייבן דעם ווייסן פאן.

#איינזייטיג!
ס'פעלט טאקע אויס פארדעים שטארקע קוראזש!

א שאד רוסלאנד איז נישט אזוי קוראזשפול....

א שאד צו ווארטן אויף די איכה קעפלען!?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13048
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31779

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוןמליכט פון די לעצטיגע זינקן רוסישע שיפן דורך די אוקריינער האט פוטין אויפגעזאגט די הויפט פון די רוסישע נעווי
וועליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 84
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:59 pm
Location: קיאסק
x 196

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך וועליך »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:56 am אוןמליכט פון די לעצטיגע זינקן רוסישע שיפן דורך די אוקריינער האט פוטין אויפגעזאגט די הויפט פון די רוסישע נעווי
ס'שוין געקומען די צייט צו אפזאגן די גאנצע מיליטער...

א שאד צו ווארטן אויף די איכה קעפלען!?
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13048
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31779

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

פרעמיער מיניסטער פון אונגארן אורבאן זאגט נאך וואס ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ און מאראלאגא אז פרעזידענט טראמפ האט א פלאן צו ענדיגן די מלחמה אין אוקריינע אן זיי צו שטיצן,

ער זאגט אז טראמפ האט זייער א קלארע בליק וואס איז שווער צו זיך קריגן מיט דעם

ער וועט נישט געבן קיין איין פעני פאר די רוסלאנד/אוקריינע מלחמה. דעריבער וועט די מלחמה קומען צו אן ענדע. אויב די אמעריקאנער געבן נישט געלט און וואפן׳ס צוזאמען מיט די אייראפע׳ער, וועט זיך די מלחמה ענדיגן. און אויב די אמעריקאנער געבן נישט געלט, וועלן די אייראפעער נישט קענען אליין פאנדן דעם מלחמה,זאגט אורבאן.
טראמפ איז טאקע נאכנישט דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אבער זיין פארטיי טוט אפשטעלן די דעמאקראטן פון שפענדן געלט אויף דער מלחמה. טראמפ זאגט אז ווען ער קומט צוריק, וועט ער נישט געבן א פעני פאר אוקריינע.

"דאס איז ווען די מלחמה וועט זיין פאריבער. און ער זאגט אז ער וויל נישט פינאנצירן אייראפע'ס זיכערהייט אנשטאט די אייראפעער. און די אייראפעער האבן מורא פון די רוסן
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 405
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 522

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך טיר »

ניקל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 5:29 pm פרעמיער מיניסטער פון אונגארן אורבאן זאגט נאך וואס ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ און מאראלאגא אז פרעזידענט טראמפ האט א פלאן צו ענדיגן די מלחמה אין אוקריינע אן זיי צו שטיצן,

ער זאגט אז טראמפ האט זייער א קלארע בליק וואס איז שווער צו זיך קריגן מיט דעם

ער וועט נישט געבן קיין איין פעני פאר די רוסלאנד/אוקריינע מלחמה. דעריבער וועט די מלחמה קומען צו אן ענדע. אויב די אמעריקאנער געבן נישט געלט און וואפן׳ס צוזאמען מיט די אייראפע׳ער, וועט זיך די מלחמה ענדיגן. און אויב די אמעריקאנער געבן נישט געלט, וועלן די אייראפעער נישט קענען אליין פאנדן דעם מלחמה,זאגט אורבאן.
טראמפ איז טאקע נאכנישט דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, אבער זיין פארטיי טוט אפשטעלן די דעמאקראטן פון שפענדן געלט אויף דער מלחמה. טראמפ זאגט אז ווען ער קומט צוריק, וועט ער נישט געבן א פעני פאר אוקריינע.

"דאס איז ווען די מלחמה וועט זיין פאריבער. און ער זאגט אז ער וויל נישט פינאנצירן אייראפע'ס זיכערהייט אנשטאט די אייראפעער. און די אייראפעער האבן מורא פון די רוסן
שפּיץ חכמה, איך האב אסאך א בעסערע פלאן ס'וועט נעמען שנעלער ער זאל געבן וואפן פאר רוסלאנד גאר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13048
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31779

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינא האט אטאקירט א געז דיפאט און קאסטאוו רוסלאנד
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13048
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31779

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

אוקריינא אטאקע און סאוט פעטערבורג רוסלאנד
Screenshot_20240312_104156_WhatsApp.jpg
Screenshot_20240312_104156_WhatsApp.jpg (338.04 KiB) געזען געווארן 708 מאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 13048
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 31779

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך ניקל »

פרישע דראון אטאקעס דורך די אוקריינער זענען געצילט געווארן אויף רוסישע אויל רעפיינעריס פאריגע נאכט
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

Vitaly Robertus די ווייס פרעזידענט פון די רוסישע Lukoil קאמפאני איז פלוצלינג געשטארבן אין עלטער פון 53 יאר. דאס איז שוין די 4'טע טויטפאל אינעם קאמפאניס העכסטע פענסטערס זייט די קריג האט זיך אנגעהויבן.
קרעדיט @נארמאליזעם
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

Lithuania איז אין שטיצע צו שיקן מערב וועלט סאלדאטן קיין אוקריינע וואס זאלן טרענירן די אוקריינער אין אוקריינע, די פרעזידענט בעט אז די מערב וועלט זאל אויפהערן מיט זייערע רויטע ליניעס.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

די רוסישע מעטרא סיסטעם צו צאלן פאר די באנען און שטאטישע פארקינגס איז ארויס פון באנוץ דורך אוקריינע העקערס.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

עסטרייך פארטרייבט צוויי רוסישע דיפלאמאטן

לויט די ערשטע אינפארמאציע זענען זיי נחשד אין שפיאנאזש.

דער עסטרייכישער אויסערן מיניסטעריום האט געזאגט אז די דיפלאמאטן מוזן פארלאזן דאס לאנד ביז קומענדיגן דינסטאג אין "פארבינדונג מיט די סתירה איבער זייער דיפלאמאטישע סטאטוס." דער קרעמלין האט געזאגט אז זי וועט "רעאגירן אויף וויען'ס גרונדלאזע באשלוס."
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

ניקל האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:36 am פרישע דראון אטאקעס דורך די אוקריינער זענען געצילט געווארן אויף רוסישע אויל רעפיינעריס פאריגע נאכט
אוקריינע האט אין די לעצטע 2 טעג חרוב געלייגט ארום 10 פראצענט פון רוסלאנדס אויל ריפיינערי מעגליכקייטן.


בלומבערג
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

דער אוקריינער פארלאמענט האט פארגעשלאגן א ביל וואס וועט געבן ארויסלאזן אלע ארעסטאנטן וואס וועלן אונטערשרייבן א צעטעלע אז זיי וועלן גיין דינען אינעם ארמיי.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

קוועלער פארציילן פאר בלומבערג נייעס אז פוטין פלאנט זיין ערשטע גרעסערע אויפשאקלונג אין די רעגירונג קאבינעט נאך די יעצטיגע וואלן.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

אויסצוגן פון נאטא סעקרעטאר גענעראל סטאלטענבערג:

די אטאקעס פון די אוקריינער אויף די רוסישע שווארצע ים פלאטע שיפן אין די לעצטע צוויי יאר זענען דורכגעפירט געווארן מיט נאטא צוגעשטעלטע מיסילס.

די אליאנץ גיבט נישט פאר אוקריינע גענונג וואפן, וואס שפיגלט זיך דערנאך אפ אויפן שלאכטפעלד.

דער פאקט אז די רוסן שטייגן איבער די אוקריינער מיט וואפן טעגליך איז א ריזיגע פראבלעם.

די אוקריינער לויפן אויס פון וואפן און אמוניציע, זיי ברויכן אונזער הילף.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

רוסלאנד איז געגלייבט צו האבן געדזשעמט די דזשי פי עס סיגנאלן פון די פליגער וואס האט געפירט דער בריטישער קריגס סעקרעטאַר פון זיין וועג אהיים פון פוילן.

די טיימס.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

נאטא גענעראל היינט אין בריסל זאגט אז לויט פרישע אינפארמעישן פון זייער שפיאנאזש איז די סכום געפאלענע (טויטע און פארוואונדעטע) רוסן איבער 350,000
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

אוקריינער זשורנאליסט בוטסאוו שרייבט איבער די פאטריאט ארויסשיסערס וואס זענען חרוב געווארן אבער די ראדאר און קאמאנד פאוסט האבן איבערגעלעבט. ער צייכנט אן אז 9 מאנשאפט זענען אומגעקומען בשעת מעשה, און אין א געוויסע זין קען מען די ארויסשיסערס פארטוישן אבער פראפעסיאנאלע טרענירטע מאנשאפט קען מען נישט ערזעצן אזוי שנעל.

די מאנשאפט האט באקומען א ידיעה אז מען דארף אנטרינען פון שטח אבער אנשטאט זיך צושפרייטן איינס ווייטער פון די אנדערע האבן זיי זיך צוזאמגעריקט נאנטער וואס האט געקאסט מער פארלוסטן.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1011
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1692

Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג

פאוסט דורך פארפאלענער »

פרעזידענטליכע וואלן טאג אין רוסלאנד. אין ווייטן מזרח רוסלאנד איז שוין פרייטאג און די שטים בודקעס זענען אפן צו שטימען פאר פרעזידענט ווי פרעזידענט פוטין לויפט פאר נאך א טערמין.
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
שרייב פאוסט