דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:43 pm
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:06 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:38 pm

גוט. ס'מיר גרינגער צו שרייבן נאכאמאל ווי אויפזוכן.

דער רבי האט באשלאסן אפצולאזן די תקנות, און אנשטאט דעם האט די בי"ד מיט עסקנים געשתדל'ט ביים דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה צו געבן דעם ביליגן פרייז, און ער האט זיך פארפליכטעט דערויף.

די רבי האט באשלאסן נאכדעם וואס מ'האט אים געמאכט באשליסן

תקנות וואלט פיין געארבעט, נאר ליידער געוויסע אידן האבן געהאט אייגענע אינטרעסן, והם עתיד ליתן הדין.

כ'ווייס פונקטליכע נעמען ווער סיהאט עס צושטערט, ומחמת תקנות המקום, וחשש גילו ענדיג איך מיט דעם.
יעדע איינציגע מקוה פלוידעריי קומט מיט עכטע נעמען... סוי איך גלייב דיר באמת אז דו האסט געהערט עכטע נעמען מיט פונקטליכע פרטים...

די החלטה האט אויסדרוקליך דער רבי (מהר"א) געמאכט, און קיין שום משב"ק האט נישט געהאט קיין אינטערעסע דערין נאר אולי פארקערט, און בלויז די פאקטן אויפ'ן פעלד האבן גורם געווען די החלטה.

יעדער בר דעת (אן קיין נגיעות) פארשטייט אז ווען ס'וואלט געווארן די תקנות וואלט היינט 1) שכונת ויואל משה געווען באנקראט, און 2) מען וואלט נאך יעצט געווארט אז די קאונטי זאל איבערמאכן זייערע סוער פייפס אין קרית יואל, און ס'וואלט געווען אויס פרייז-דיזעסטער, ס'וואלט פשוט נישט געווען קיין דירות, פאר נאך 10 יאר.
בעי לכפורי ידיה בהאי גברא, באשמוץ נישט דעם רבין פאר דיינע אינטערעסען

עס האט מיטן רבין גארנישט געהאט (מיטן גבאין טאקע אויך נישט)

פעלט נישט אויס עס ארויפצושמירן אויפן רבין אפשר מעג מען שוין אויסזאגן הויעך ווער עס האט געשטערט די שענדליכע תקנות וואס וואלט חרוב געמאכט די גאנצע עתיד פון קרית יואל

מדאף יענע באדאנקען און באזונגען פארן אפראטעווען די עתיד פונעם שטאט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@יום טוב לעצטע ווארט גרענטעד.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:58 pm @יום טוב לעצטע ווארט גרענטעד.
טענק יא ווערי מאטש
פרייזן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 204
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:22 am
x 236

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פרייזן »

image (21).png
image (21).png (871.92 KiB) געזען געווארן 817 מאל
ביסט גערעכט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 393
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
x 405

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך ביסט גערעכט »

פרייזן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:16 pm image (21).png
דאס מיינט נישט פאר 4 יאר
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

@דער תהלים איד קום אריין מיט מער פרטים איבער דעם פאריעקט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

גאר שטארקע נייעס דאס!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:28 pm גאר שטארקע נייעס דאס!!
טאקע שטארקע נייעס
ונזכה ונחיה ונראה
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

וואס טוט זיך מיט סוער?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

פרייזן האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:16 pm image (21).png
א ישועה פאר רענטאלס און דארף באגריסט ווערן , אבער העלפט נישט פאר גרויסע משפחות וואס דארפן א דירה , האפענטליך איז דאס אן התחלה אויף נאך פראיעקטן צו לינדערן דעם קריזיס

קודאס פאר די הנהלת הקריה פאר די שריט
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:38 pm וואס טוט זיך מיט סוער?
וועט זיין ווען די אלע פראיעקטן דארט אינעם געגנט וועלן האבן. לכאורה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:41 pm

ווען בערך?
למעשה זעה איך אז די פראיעקטן דארטן האלטן זיך שוין אינמיטן בויען
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 473
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 333

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך גראסערי »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:44 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:41 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:38 pm וואס טוט זיך מיט סוער?
וועט זיין ווען די אלע פראיעקטן דארט אינעם געגנט וועלן האבן. לכאורה.
ווען בערך?
למעשה זעה איך אז די פראיעקטן דארטן האלטן זיך שוין אינמיטן בויען
רוב דירות אפילו וואס זענען שוין גענדיגט בויען האבן נאך אויך נישט קיין סוער
חוץ ארום 130
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:44 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:41 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:38 pm וואס טוט זיך מיט סוער?
וועט זיין ווען די אלע פראיעקטן דארט אינעם געגנט וועלן האבן. לכאורה.
ווען בערך?
למעשה זעה איך אז די פראיעקטן דארטן האלטן זיך שוין אינמיטן בויען
אויב בויען זיי שוין, גלייב איך זיי האבן א פלאן
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

וועד הקרי' האט נאר 5 עיקער אויף קאלרסבורג?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אקעי לאמיך גיין דא צו די פריידיגע נייעס.

ביים רבינס (מהר"א) מיטינג מאנטאג תרומה נאכ'ן קהלא קדישא, האט מען גערעדט פון אסאך אישוס און אסאך לעזונגען. פון די גרעסטע אישוס אויפ'ן טיש איז געווען חתן כלה רענטעלס וואס איז עכט א דיזעסטער וואס מ'זעט עס ווערן נאר ערגער. די שוועריקייט צו טרעפן בכלל, די פרייזן וואס מ'צאלט, און דאס דארפן אנקומען צו עלטערן'ס הילף פון א טאג נאך די חתונה ווייל די וועידזשעס דעקן ניטאמאל די רענט.

ווען מ'האט גערעדט פון די שרעקליכע פרייזן צו קויפן דירות איז דער עיקר גרעסערע לעזונג געווען אנגעוויזן אויף אנעקסעישן וואס דער רבי וויל מ'זאל לייגן געוויסע תנאים פאר יעדן וואס וויל אריינקומען אינעם ווילעדזש, וואס מ'האט דן געווען וויאזוי און וואס, אבער דאס אידעך על העתיד.

לעזונגען אויף יעצט איז געווען עטליכע קלענערע געדאנקען, אריינגערעכנט דעם רבינס געדאנק פון ביליג-געבויטע דירות, און נאך. אבער צווישן אנדערע איז ארויפגעקומען די איידיע פון בויען א ריזיגע קאמפלעקס פאר "ביליגע חתן כלה דירות". ס'איז געווען א ווילדע בייפאל פון איין זייט, צום ערשטן מאל אין קרית יואל בויען 6 שטאקיגע בנינים מיט לאנגע האלוועי'ס (הגם ס'איז שוין דא כמעט אזא אויסשטעל ביי די נייע דירות פון MYLU אויף ליזענסק, אבער דא רעדט מען פון גיין פולי מיט א צעמענטענע געביידע און א קאמערשל עלעוועיטאר, כמובן שיין אהערגעשטעלט מיט אלע געברויכן, אבער פון די צווייטע זייט האט זיך דער עולם זייער צוגעכאפט אז ס'וועט זיין א מורא'דיגע סערוויס פארן ציבור און א לעזונג אויף א ברענעדיגע דירות אישו.

שטילערהייט גערעדט איז עס אויך אסאך גרינגער צו באשטימען דוקא פאר חברי הקהילה, ווערסעס ביים "קויפן" וואו ס'איז דא אנדערע סארט שווערערע געזעצן ואכמ"ל, און אז ועד הקרי' זאל דא צושטעלן די ממש לעצטע-פארבליבענע שטחים, און פיינענשל שטייען זיי בכלל נישט אזוי גוט יעצט, איז עס מער צום הארצן ווען ס'איז געאייגנט טאקע פאר די וואס שיקן די קינדער אין די מוסדות וכו'.

דער רבי האט זיך זייער צוגעכאפט דערצו אז דעיס זאל זיין דער ערשטער דורכברוך אין די נושא, און געהייסן מ'זאל "שוין היינט" אנהייבן טון דערין און באשטעלן פלענס און זען צו ס'קען ארבעטן. מ'האט טאקע געמאכט א גאר שנעלע ארבעט און אהערגעשטעלט די פלאן, און דער רבי האט געהייסן ארויסגיין דערמיט בפועל, און דא זעמיר יעצט. די פלענס גייען ליגן אין היימשטאט די וואך, און ס'איז שוין געווארן אויפגענומען א טיעם אנצופירן מיט אינפראסטרוקטור, טראגן די פלענס צו אינדזשענירונג, פערמיט'ס פון די סטעיט, סיקרע, פלענינג באורד, אא"וו. די טיעם איז עדוענסד בילדערס, ר' משה יצחק גראס און ר' וואלף בער וויזענפעלד.

די פלאן אנטהאלט 6 בילדינגס, יעדע בילדינג האט בערך 150 קליינע ביליגע רענטאל דירות, און ועד הקרי' גייט זוכן אינוועסטאר'ס אבער אויף א וועג אז זיי בלייבן בעה"ב צו קענען האלטן די פרייז ביליג, נישט אז אינוועסטאר'ס זאלן עס קענען מיט די צייט אויפהייבן.

צווישן אנדערן האט מען אריינגעלייגט כוחות אינעם דעזיין אז - טאקע אנדערש ווי בעדפארד גארדענס... - אלע דירות זאלן האבן א פארטש מיט א כשרע סוכה. די העכערע שטאקן דירות זענען אביסל קלענער, כדי זייער פארטש זאל זיין העכער יענעמס בעדרום אנשטאט העכער יענעמס פארטש. אויך האט מען אויסגערעכנט די פארקינגס וויפיל מ'דארף אזא פראדזשעקט פון נאר אינגע אינגעלייט, ס'איז נאך תלוי בספק, אבער מ'רעכנט אז בערך האלב פון די איינוואוינער זאלן האבן א פארקינג סלאט.

דא גייט דארף זיין א ספעשל געזעץ טויש אז די בנינים זאלן קענען זיין 6 שטאק ארויס פון דער ערד, 2 שטאק מער ווי די אלגעמיינע דירות. אבער פון צעמענט וועט עס עניוועי מוזן זיין ווייל אזוי איז די סטעיט געזעץ פאר אזא הייעך.

איינע פון די איידיעס דערפון איז, אז מ'האפט אז ס'וועט אויך אפעקטן די דזשענעראל רענטאל מארקעט, אויב חתן כלה דירות וועלן ווערן אזוי ביליג אי"ה. און, ס'איז דא א פאטענשל אז ס'וועט אויך נידערן די רייץ פון אינוועסטארס צו "קויפן" דירות דאהי פאר אינוועסטמענטס, און אויטאמאטיש מאכן ברייטער די מארקעט פון קויפן דירות צום וואוינען.

לגבי סוער איז דעיס א חלק פון די וועסט ברענטש אויף וואזס מען ארבעט שוין, און כהאב פארשטאנען אז יעצט נאך פסח גייט מען שוין גראבן דערפאר.

וואס האב איך אויסגעלאזט? העמיר שוין זען שפעטער..
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1905
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2271

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

וויפיל ס''פ איז א דירה? וויפיל רומס?
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 631

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 1:43 pm
טראפקעלע האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:06 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 2:38 pm

גוט. ס'מיר גרינגער צו שרייבן נאכאמאל ווי אויפזוכן.

דער רבי האט באשלאסן אפצולאזן די תקנות, און אנשטאט דעם האט די בי"ד מיט עסקנים געשתדל'ט ביים דעוועלאפער פון שכונת ויואל משה צו געבן דעם ביליגן פרייז, און ער האט זיך פארפליכטעט דערויף.

די רבי האט באשלאסן נאכדעם וואס מ'האט אים געמאכט באשליסן

תקנות וואלט פיין געארבעט, נאר ליידער געוויסע אידן האבן געהאט אייגענע אינטרעסן, והם עתיד ליתן הדין.

כ'ווייס פונקטליכע נעמען ווער סיהאט עס צושטערט, ומחמת תקנות המקום, וחשש גילו ענדיג איך מיט דעם.
יעדע איינציגע מקוה פלוידעריי קומט מיט עכטע נעמען... סוי איך גלייב דיר באמת אז דו האסט געהערט עכטע נעמען מיט פונקטליכע פרטים...

די החלטה האט אויסדרוקליך דער רבי (מהר"א) געמאכט, און קיין שום משב"ק האט נישט געהאט קיין אינטערעסע דערין נאר אולי פארקערט, און בלויז די פאקטן אויפ'ן פעלד האבן גורם געווען די החלטה.

יעדער בר דעת (אן קיין נגיעות) פארשטייט אז ווען ס'וואלט געווארן די תקנות וואלט היינט 1) שכונת ויואל משה געווען באנקראט, און 2) מען וואלט נאך יעצט געווארט אז די קאונטי זאל איבערמאכן זייערע סוער פייפס אין קרית יואל, און ס'וואלט געווען אויס פרייז-דיזעסטער, ס'וואלט פשוט נישט געווען קיין דירות, פאר נאך 10 יאר.
די תקנות האט געזאלט האבן א סעיף אז מען קען הייבן די פרייזן אויב דער בי"ד באשטימט, אין אזא האלץ קריזיס וואלט דעפענעטלי באקומען באשטעטיגונג צו הייבן די פרייזן מיט ריזן'דיגע נומערן.

סוער ליינס האט זיך ר' עקיבה הערש אינטערגענומען נאך ביים בעטן די תקנות פרייזן, טא איך זעה נישט וואו די טענה קומט אהער אפילו

והעיקור, די אויפטוה פון די תקנות וואלט געווען אז פרייזן פאר שטח וואלט געבליבן אינטער קאנטראל ווייל מען וועט נאר קענען בעטן די תקנות פרייזן, און דאס האב מיר פארלוירן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:13 pm וויפיל ס''פ איז א דירה? וויפיל רומס?
מ'רעדט פון בערך 700 ס"פ פער דירה, רוב זענען 3 רומס: 1) קאך-דיינונג רום, 2) מעסטער בעדרום, 3) קליינע קינד-רום אדער ספרים שטוב, און א טייל האבן א פערטע שטוב פאר נאך א קינד-רום.
נייעס ליבהאבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:12 am
Location: kiryas joil
x 291

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך נייעס ליבהאבער »

מיט א עפענטליכע בקשה קומען מיר דא צו די "היימשטאט שטאב" בשם תושבי קרית יואל, נישט צו אנציען דעם עולם ביז מארגן נאכמיטאג איבער די פרטים פונעם נייעם דירות פראיעקט, נאר שיקן די היימשטאט היינט אין אימעל אזויווי פאריגע וואך, מיט פארשטענדעניש. האלט איר אויך אזוי געבט א לייק.
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 593
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 631

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יאנטשי »

@דער תהלים איד זייער שיין, איך האף עס זאל איך טאקע אויסארבעטן.

איך בין נאר נייגעריג אויף וואס דער סכום פון 'האלב' פארקינגס איז געבויט, האט מען שטודירט די ענליכע פראעקטן ווי למשל המספיק וויפיל פערצענט אינגעלייט האבן א קאר ביז 2 יאר נאך די חתונה? אדער איז עס סתם געשאסן?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6286
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14303

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:16 pm
► Show Spoiler
די תקנות האט געזאלט האבן א סעיף אז מען קען הייבן די פרייזן אויב דער בי"ד באשטימט, אין אזא האלץ קריזיס וואלט דעפענעטלי באקומען באשטעטיגונג צו הייבן די פרייזן מיט ריזן'דיגע נומערן.
און אונז וואלט מיר דא געשאלטן בי"ד אנשטאט די בילדער... או יאמר, אז בי"ד וואלט טאקע געהאט פרעשור פונעם פובליק און געלאזט די דעוועלאפער גיין באנקראט (און א צווייטער זאל עס אויסקויפן פון די באנק אזויווי שכונת ברך משה... וד"ל ואכמ"ל). און די אפעקט אויף ווייטער אויף אלע בילדער איז איבריג צו זאגן. די פאקט איז אז סטאלין'ס סטייל פון ביזנעס איז דורכגעפאלן פאר א סיבה, נישט ווייל ס'האט געפעלט רצון.

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:16 pm סוער ליינס האט זיך ר' עקיבה הערש אינטערגענומען נאך ביים בעטן די תקנות פרייזן, טא איך זעה נישט וואו די טענה קומט אהער אפילו
ווייל ער האט אלעמאל די מעגליכקייט צו פארדינען ברייט אויף די ווייטערדיגע פאזעס. "נאר" וועגן דעם איז דא יעצט סוער אין קרית יואל.

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:16 pm והעיקור, די אויפטוה פון די תקנות וואלט געווען אז פרייזן פאר שטח וואלט געבליבן אינטער קאנטראל ווייל מען וועט נאר קענען בעטן די תקנות פרייזן, און דאס האב מיר פארלוירן.
אלע שטחים וואו מען בויט יעצט זענען שוין דעמאלס געווען פארקויפט.

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:25 pm @דער תהלים איד זייער שיין, איך האף עס זאל איך טאקע אויסארבעטן.

איך בין נאר נייגעריג אויף וואס דער סכום פון 'האלב' פארקינגס איז געבויט, האט מען שטודירט די ענליכע פראעקטן ווי למשל המספיק וויפיל פערצענט אינגעלייט האבן א קאר ביז 2 יאר נאך די חתונה? אדער איז עס סתם געשאסן?
איך ווייס באמת נישט, אבער ערשטנס ס'איז טאקע נאכנישט פיינעל, צווייטנס צו מיר מאכט עס סענס אז נישט מער ווי האלב אינגעלייט דרייוון 2-4 יאר נאך די חתונה.

אה, כהאב טאקע פארגעסן, ועד הקרי' גייט ארויסלייגן א נומער און אימעיל אדרעס צו שיקן קאמענטס אויף די פלענס.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 2000

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:27 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:16 pm
► Show Spoiler
די תקנות האט געזאלט האבן א סעיף אז מען קען הייבן די פרייזן אויב דער בי"ד באשטימט, אין אזא האלץ קריזיס וואלט דעפענעטלי באקומען באשטעטיגונג צו הייבן די פרייזן מיט ריזן'דיגע נומערן.
און אונז וואלט מיר דא געשאלטן בי"ד אנשטאט די בילדער... או יאמר, אז בי"ד וואלט טאקע געהאט פרעשור פונעם פובליק און געלאזט די דעוועלאפער גיין באנקראט (און א צווייטער זאל עס אויסקויפן פון די באנק אזויווי שכונת ברך משה... וד"ל ואכמ"ל). און די אפעקט אויף ווייטער אויף אלע בילדער איז איבריג צו זאגן. די פאקט איז אז סטאלין'ס סטייל פון ביזנעס איז דורכגעפאלן פאר א סיבה, נישט ווייל ס'האט געפעלט רצון.

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:16 pm סוער ליינס האט זיך ר' עקיבה הערש אינטערגענומען נאך ביים בעטן די תקנות פרייזן, טא איך זעה נישט וואו די טענה קומט אהער אפילו
ווייל ער האט אלעמאל די מעגליכקייט צו פארדינען ברייט אויף די ווייטערדיגע פאזעס. "נאר" וועגן דעם איז דא יעצט סוער אין קרית יואל.

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:16 pm והעיקור, די אויפטוה פון די תקנות וואלט געווען אז פרייזן פאר שטח וואלט געבליבן אינטער קאנטראל ווייל מען וועט נאר קענען בעטן די תקנות פרייזן, און דאס האב מיר פארלוירן.
אלע שטחים וואו מען בויט יעצט זענען שוין דעמאלס געווען פארקויפט.
און דאס אלעס איז געווען דעם רבינס חשבון , פשיהא אשרינו שיש לנו רבי כזה
שרייב פאוסט