הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים אשכנזי זי"ע מקיטוב - כ"ה אדר א' תקכ"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12889
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29870

הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים אשכנזי זי"ע מקיטוב - כ"ה אדר א' תקכ"א

פאוסט דורך ניקל »

היינט דינסטאג כ"ה אדר א' איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב,
ער איז געבוירן אין שטאט בראדי, בשנת תנ"ו, צו זיין טאטן הגה"ק רבי אפרים מרבני בראדי זי"ע, מחסידי הרה"ק רבי משה מקיטוב זי"ע,
דער טאטע רבי אפרים זי"ע האט געדינט אלס ראב"ד אינעם בית דין אין שטאט בראדי, און געווען פון די לומדי הקלויז אין בראדי צוזאמען מיט הגה"ק רבי חיים צאנזער זי"ע, און הגה"ק בעל נודע ביהודה זי"ע.
ער איז געווען א איש קדוש מאוד, א גאון בתורת הנגלה והנסתר עד למאוד און איש פלא נורא תהלות, אויך איז ער געווען א בעל מופת עצום, צדיקים בדורו האבן גאר שטארק מעריץ געווען דעם צדיק וקדוש און באוואונדערט זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה וטהרה, ער האט זיך אסאך מסגף געווען, ער פלעגט פאסטן משבת לשבת א גרויסע חלק פון זיין לעבן.
די שוועסטער פון רבי אברהם גרשון זי"ע הרבנית הצדקת מרת לאה רחל ע"ה האט חתונה געהאט מיטן אור שבעת הימים רבינו ישראל בעל שם טוב זי"ע, און ווי עס איז מקובל איז דער רבי גרשון מקיטוב זי"ע געווען מתחילה א גרויסע מתנגד צום דרך החסידות, און אפילו געוואלט מבטל זיין דעם שידוך פונעם שוועסטער צום בעש"ט הק', אבער דערנאך ווען דער הייליגער בעש"ט איז געווארן מפורסם אלס א קדוש און א בעל רוח הקודש איז דער שוואגער געווארן א תלמיד מובהק פונעם בעש"ט הק', און אויך געווען די רבי פין דעם זוהן פונעם בעש"ט, הרה"ק רבי צבי זי"ע,
ער איז געווען א תלמיד חביב פון הגה"ק רבי שלום שרעבי הרש"ש זי"ע, ווי ער האט געלערנט זיין דרך אין קבלה, ער איז געווען פון די חבריא קדישא פונעם קלויז אין שטאט בראד, ער איז געווען פארעכענט פון די חכמי דורו און א גרויסע מקובל און גדול בתורה, ער האט דארט געלערנט מיט גאוני דורו ווי הגה"ק בעל נודע ביהודה זי"ע און הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ זי"ע, וואס האבן אים מוראדיג געשעצט.
זיין שוואגער דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט געזאגט אויפן שוואגער רבי גרשון מקיטוב זי"ע גרויסע שבחים בזה"ל, "אהובי גיסי חביבי וידידי כנפשי ולבבי הרב החסיד הקדוש איש אלקי גאון בנגלה ובנסתר איש פלא נורא תהילות",
זיין חבר הגה"ק רבי יחזקאל לאנדא בעל הנודע ביהודה מפראג זי"ע האט געזאגט אויף זיין חבר און ידיד נפשו רבי גרשון מקיטוב זי"ע בזה"ל "מחמד עיני וחמדת לבי, בר פחתי ובריבי, חכים עדיף מנביא, ליש ולביא, ה"ה כבוד אהובי ידיד נפשי, אהוב למטה ונחמד למעלה, הרבני המופלא ומופלג בתורה וחסידות, לו עשר ידות, שושן סודות, החכם השלם והכולל, עמוד הימיני הפטיש החזק, מו"ה אברהם גרשון",

הגה"ק רבי יונתן אייבשיץ בעל יערות דבש זי"ע האט משבח געווען דעם צדיק וקדוש רבי גרשון בזה"ל, "הרב החסיד המפורסם מופלג בתורה ומקובל אלוקי",

הגה"ק רבי מאיר מקונסטנטין זי"ע דער זון פונעם הייליגען יעב"ץ זי"ע אין זיין ספר שו"ת מים חיים, שרייבט דארט אויפן בעש"ט הקדוש זי"ע און זיין גרויסע שוואגער רבי גרשון מקיטוב זי"ע בזה"ל, "אלוף ביהודה וישראל עושה חיל קטן וגדול שם הוא ממציא מזור ותרף לגבר אין איל, גדול הוא בששך ושם לו ברקת וגבר בכל, ה"ה הרב המופלג המפורסמים בש"ט מו"ה ישראל נר"ו, ומן חברייא כולהו רבנן, רחימי ה"ה המופלג מו"ה גרשון נר"ו"


בשנת תק"ג איז דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע דאס ערשטע מאל ארויף קיין ארץ ישראל בפקודת זיין גרויסע שוואגער דער בעש"ט הקדוש זי"ע צו גיין זיך טרעפן מיטן אור החיים הקדוש זי"ע, און אויך צו פארשפרייטן חסידות דארט אין ארץ ישראל, אפאר יאר שפעטער איז ער צוריק געפארן קיין מעז'יבוז צום בעש"ט הקדוש זי"ע, די צווייטע מאל איז ער ארויף בשנת תק"ז און דאן איז ער שוין דארט געבליבן ביז צו זיין פטירה,

דארט אין ירושלים איז ער געווען גאר נאנט מיט די בעלי מקובלים אין ירושלים און געלערנט אין ישיבת בית א-ל פון די מקובלים,

דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע איז געווען מפורסם אלס א גרויסע עניו און א שפל ברך, איינמאל איז געווען אין שטאט קיטוב אן עצירת גשמים, און מען האט גוזר תענית געווען אינעם שטאט, פארשטייט זיך אז דער צדיק רבי גרשון איז געווען דער בעל תפילה, אבער אינמיטן דאווענען איז דער צדיק אוועק פונעם עמוד און געהייסן אן אנדערן צו ממשיך זיין אלס בעל תפילה,

שפעטער ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק וקדוש פארוואס ער איז אוועק פונעם עמוד אינמיטן דאווענען, האט דער צדיק געזאגט, אינמיטן דאווענען האב איך געפילט אז די תפילה איז שגור בפי, און פון דעם האב איך געוויסט אז די תפילה איז געווארן מקובל, אבער וויבאלד איך האב נישט געוואלט אז מען זאל ארויף לייגן דעם נס אויף מיר, בין איך אוועק פונעם עמוד און געלאזט אן אנדערן ווייטער דאווענען, שלא יתחזק טיבותא לנפשיה,


אין ספר עבודת עבודה ווערט געברענגט, אז דער בעש"ט הק' געהאט די נפש פון דוד המלך ע"ה, און די אור החיים הקדוש האט געהאט די רוח פון דוד המלך ע"ה, און די בעש"ט הק' האט געוואלט גיין קיין ארץ ישראל און זיך טרעפן מיטן אור החיים הק' און צוזאמען ברענגען משיח צדקנו און די גאולה שלימה,

האט דער בעש"ט געשיקט זיין שוואגער רבי גרשון זאל פארן קיין א"י און רעדן צו דעם אור החיים, האט די אור החיים הק' געשיקט פרעגן דעם בעש"ט אז ווען ער זעהט דעם אוה"ח אויבן אין הימל אויב ער זעהט די גאנצע גוף, האט דער בעש"ט געענטפערט אז ער זעהט נישט די פיס,

האט דער אוה"ח הק' געזאגט אז דער בעש"ט זאל זיך נישט מטריח זיין צו קומען ווייל עס איז בחינם ווייל עס איז נאך נישט די צייט פאר די גאולה, אבער דער בעש"ט האט מיט דעם אלעם פראובירט ארויף צו גיין קיין א"י, אבער ווי באוויסט האט זיך געמאכט גאר אסאך שוועריקייטן און ער האט נישט מצליח געווען.

עס ווערט פארציילט אז בעפאר רבי גרשון מקיטוב איז ארויף געפארן קיין א"י האבן די בעלי בתים פין קיטוב אים באגלייט, און צווישן די וואס האבן אים באגלייט איז געווען די יצר הרע, האט רבי גרשון געפרעגט דעם יצר הרע אויב ער קומט מיט, ווייל ער גייט פון דא אוועק ווייל די יצר הרע האט אים דא געשטערט פון זיין עבודת השם, האט די יצר הרע געזאגט אז ער באגלייט אים נאר און ער בלייבט דא איבער,

אבער ווען ער איז אנגעקומען קיין יפו און מען האט אים מקבל פנים געווען האט ער געזעהן דעם יצר הרע, האט ער אים געפרעגט די האסט דאך געזאגט אז די קומסט נישט מיט, האט דער יצר הרע געזאגט איך בין נישט די זעלבע יצר הרע פון קיטוב, ווייל די יצר הרע וואס ארבעט אין חוץ לארץ האט נישט קיין רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל.

פארציילט מען אז די בעש"ט הק' פלעגט זיך מקשר זיין מיט זיין שוואגער יעדן שבת ביי די תפילות אפילו זייענדיג אין א"י, איז געווען איין שבת ביינאכט האט דער בעש"ט הק' נישט געטראפן זיין שוואגער אין ארץ ישראל, אבער צופרי האט ער אים שוין יא געטראפן,

שפעטער איז ער געוואר געווארן אז שבת ביינאכט האט די שוואגער רבי גרשון געדאווענט אין א שוהל אין עכו וואס איז נישט געשטאנען אויף אדמת א"י און דערפאר האט אים דער בעש"ט נישט געטראפן, אבער שבת צופרי האט ער געדאווענט אין א אנדערע ביהמ"ד וואס איז שוין יא געווען אויף אדמת א"י און דערפאר האט דער בעש"ט אים שוין יא געזעהן.

אנפאנג ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל האט ער געוואוינט אין חברון, אבער שפעטער איז ער אריבער קיין ירושלים, און עס איז דא צענדליגע בריוון ואס ער האט זיך געשריבן מיט זיין שוואגער דער בעש"ט הק' זי"ע, הרה"ק רבי אורי השרף מסטרעליסק זי"ע האט געזאגט בשם הרה"ק רבי יצחק מנעשכיז זי"ע,

אז עס איז דא א בריוו וואס דער בעש"ט הק' זי"ע האט געשיקט צו זיין שוואגער רבי גרשון זי"ע, און די בריוו האט דער הייליגער נעשכיזער זי"ע געליינט יעדן טאג בעפאר הנחת תפילין, און דער נעשכיזער זי"ע האט געזאגט, אז אין דעם בריוו איז מרומז דריי שמות הקדושים, וואס דורך די שמות קען מען וויסן די קץ הגאולה, אבער דער נעשכיזער האט דאס נישט מגלה געווען פאר קיינעם,

מען פארציילט אז נאכן זיין אפאר יאר אין ארץ ישראל איז ער צוריק געפארן קיין מעז'יבוז צו זיין שוואגער, און ווי עס איז מקובל האט דער בעש"ט הק' זי"ע זייער געוואלט ארויף פארן קיין ארץ ישראל ווייל ער האט געזעהן אז טאמער ער וועט זיך טרעפן מיטן אור החיים הק' וועט ער אויספויעלן די גאולה, אבער ווי עס איז מקובל האט זיך געמאכט אסאך שטערונגען אויפן וועג און וועגן דעם איז דער בעש"ט הק' נישט אנגעקומען קיין א"י,

הרה"ק רבי מרדכי מקרעמניץ זי"ע האט דערציילט, אז ווען דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע האט געוואוינט אין ירושלים, איז ער יעדן תשעה באב ארויס אויפן הר הזיתים קעגן דעם מקום המקדש, דארט איז דער צדיק געזעצן אויף א שטיין, און ער האט געזאגט די קינות מיט בכיות נוראות, ביז ער איז איין געשלאפן פון גרויס געוויין, אבער ווען ער האט זיך דערוועקט, האט זיך איבער גע'חזר'ט די זעלבע, און אזוי האט דער צדיק אפ געראכטן דעם תשעה באב וויינענדיג אויפן חורבן בית המקדש,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,

הרה"ק רבי יקר אשכנזי מחכמי ישיבת דמשק אליעזר בירושלים זי"ע,
הרה"ק רבי חיים אהרן מטבריה זי"ע,
הרה"ק רבי אפרים אשכנזי זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה לייב אשכנזי זי"ע,
הרה"ק רבי משה זי"ע,
הרה"ק רבי יצחק זי"ע,
הרה"ק רבי אפרים פישל זי"ע,

נסתלק בירושלים לגנזי מרומים כ"ה אדר א' בשנת תקכ"א, ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזיתים אין ירושלים.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12889
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29870

Re: הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב, כ"ה אדר א'

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי גרשון מקיטוב זי"ע האט אמאל געבעטן פונעם בעש"ט הק' אז אליהו הנביא ז"ל זאל זיך מגלה זיין צו אים, איין טאג איז צו רבי גרשון געקומען א בחור און איין געשטאנען ביי אים פאר א שטיק צייט, א שטיק צייט שפעטער האט רבי גרשון נאכאמאל געבעטן פונעם בעש"ט פאר גילוי אליהו, האט אים דער בעש"ט געזאגט אז אליהו הנביא איז געווען ביי אים בדמות פון דעם בחור, און געזאגט "אליהו ווייזט זיך צו יעדן איינעם ווי ער איז ווערד".

מען פארציילט אז ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל האט אים די בעש"ט געזאגט אז דער הייליגער אוה"ח הק' האט א ישיבה מיוחדת ווי מען לערנט קבלה און תורת הנסתר און געזאגט אז ער זאל זיך משתדל זיין אריין צו גיין אין די חבורה, ווען ער איז אנגעקומען קיין א"י האט ער זיך נאכגעפרעגט ווער די משמש פון דעם ישיבה איז, ווען ער האט דעם משמש געבעטן אז ער וויל אריין גיין האט ער אים געגעבן א עצה ווי אזוי דער אוה"ח הק' זאל אים אריין נעמען.

אז ערב שבת קודש ווען דער אוה"ח הק' גייט אין מקוה לכבוד שבת, זאל ער שטיין דארט און ווען די אוה"ח הק' קומט ארויס זאל ער אים געבן וואסער זיך צו וואשן און אויב די אוה"ח הק' וועט נעמען דאס וואסער וועט ער קענען אריין קומען אין דעם ישיבה, האט ער געפאלגט און דער אוה"ח הק' האט איבער גענומען דאס וואסער, און ער איז געווארן א תלמיד פונעם אוה"ח הק'.

צוויי תלמידים פונעם בעש"ט הק' זענען איינמאל געווען ביי זיין שוואגער רבי גרשון מקיטוב זי"ע און ער האט געהאלטן אינמיטן דאווענען שמונה עשרה און זיין טאביק פישקע איז אראפ געפאלן, ער האט זיך אראפ געבויגען און עס אויף געהויבען און געשמעקט פונעם טאביק.

די צוויי תלמידים זענען נשתומם געווארן אז היתכן דער רבי גרשון האט דאס געטון בשעת שמונה עשרה, און זיי האבן מהרר געווען נאך רבי גרשון, און עס איז ארויס א גזרה פין הימל אז די צוויי זאלן נישט מוצא שנתו זיין.

דער בעש"ט האט דאס גלייך מרגיש געווען און געוואלט מבטל זיין די גזירה, זענען די צוויי תלמידים געווען ביים בעש"ט אויף הושענא רבא, האט דער בעש"ט אוועק גענומען פון די צוויי זייער מדריגות, און די צוויי האבן ביי משנה תורה נישט פארשטאנען וואס זיי זאגן אזוי ווייט האט דער בעש"ט אוועק גענומען זייערע מדריגות.

נאכן ליינען די משנה תורה האט דער בעש"ט ארום געטראגן פארן עולם די טאביק, און ווען די צוויי האבן געשמעקט די טאביק האבן זיי צוריק באקומען זייערע מדריגות, גלייך האבן זיי ביידע געזאגט אז ווען זיי וואלטן געוויסט וואס איין שמעק טאביק קען ברענגען וואלטן זיי נישט מהרר געווען נאך רבי גרשון, האט דער בעש"ט זיי געזאגט וויסן זאלט עטץ אז עס איז געווען א גזירה אויף ענק ביידע אז עטץ זאלטס נישט אויסלעבן דאס יאר אבער דורכן צוריק צוען פון וואס עטץ האטס געטראכט האב איך מבטל געווען די גזירה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12889
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29870

Re: הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב, כ"ה אדר א'

פאוסט דורך ניקל »

עס איז געווען א אדם פשוט וואס האט געוואוינט אין שטאט פון רבי גרשון מקיטוב זי"ע וואס האט געטון אסאך מעשים טובים בחייו און אויס געהאלטן תלמידי חכמים, ווען ער איז נפטר געווארן איז ער געקומען צו רבי גרשון, האט ער אים געפרעגט ווי אזוי עס גייט אים דארט אין עולם העליון.

האט דער איד געזאגט אז וועגן זיינע מעשים טובים האט מען אים געלייגט אין גן עדן, אבער ער שעמט זיך זייער ווייל קיין תורה האט ער נישט אסאך געלערנט בחייו און ער פארשטייט גארנישט וואס מען לערנט דארט, האט ער געבעטן א טובה פון רבי גרשון אז ער זאל לערנען לעילו נשמתו משניות און דאס וועט פאר אים זיין א טובה בעולם העליון, רבי גרשון האט פון דאן געלערנט משניות פאר דעם איד'ס נשמה,

נאך א שטיק צייט איז ער צוריק געקומען צו רבי גרשון און געזאגט אז יעצט זיצט ער אין גן עדן און זאגט דברי תורה, און די וואס זענען דארט פארשטיין נישט וואס ער זאגט אזוי הויעך האט די משניות פון רבי גרשון געטראגען דעם איד'ס נשמה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12889
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29870

Re: הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב, כ"ה אדר א'

פאוסט דורך ניקל »

הרה"ק רבי גרשון מקיטוב זי"ע איז איין שבת קודש געזעצען און געלערנט מיט הרה"ק רבי נחמן מהורדנקא זי"ע אויך א תלמיד פונעם בעש"ט הק' זי"ע, און עס איז געווארן גאר שפעט ביינאכט און די אויל פין די ליכט האט זיך אויס געניצט און עס האט זיך אנגעהויבן פארלעשן, האט זיך רבי גרשון אנגערופן "וואס איז דאס ביטל תורה", האט די ליכט ווייטער געברענט די גאנצע שבת ביז מוצאי שבת וואס דאן האט רבי גרשון געזאגט גענוג, און די ליכט האט זיך פארלאשען.

ווען דער צדיק רבי גרשון מקיטוב זי"ע האט געוואוינט אין שטאט בראד האט דארט אויך געוואוינט הגה"ק רבי חיים צאנזער זי"ע וואס איז נאך דאן געווען פון די גרויסע מתנגדים קעגן די חסידים, איז געווען די ערשטע נאכט סוכות און עס איז אראפ געקומען א גרויסע רעגן אין דער גאון רבי חיים האט זיך זייער מצער געווען אז ער קען נישט מקיים זיין די מצוה סוכה כהלכה,

איז איינער אריין געקומען און פארציילט אז ביי די סוכה פון רבי אברהם גרשון רעגענט נישט, האט דער גאון געשיקט איינעם זעהן צו דאס איז אמת, נאך א שעה איז דער שליח צוריק געקומען און פארציילט אז עס איז אמת דער רבי גרשון זיצט אין סוכה און עס רעגענט נישט, רבי חיים איז בכלל נישט נתפעל געווארן דערפון און ער איז דאן געזיצען מיט זיין זוהן און גערעדט און בתוך הדברים האט ער געזאגט אז די מופתים וואס די חסידים מאכן איז נישט לפי רוח התורה,

די קומענדיגע טאג יו"ט צופרי האט רבי חיים געטראפן רבי גרשון אין ביהמ"ד גייענדיג אין מקוה און גיבט אים א פרעג רבי ווי אזוי מעג מען זיצן אין די סוכה און רעדן לשון הרע, דער גאון האט זיך געוואונדערט און געפרעגט דעם רבין ווי אזוי ווייסטו וואס איך האב גערעדט מיט מיין זוהן, קיינער איז דאך נישט דארט געווען בשעת מעשה,

אויב וועסטו מיר זאגן אז א מלאך האט דיר דאס געזאגט, ווי אזוי קען זיין אז א מלאך זאל רעדן לשון הרע, האט די רבי געענטפערט אז חז"ל זאגן "כל העושה מצוה אחת קונה לו פרקליט אחד, וכל העושה עבירה אחת קונה לו קטגור אחד" און די קטגור וואס איז באשאפן געווארן פון די לשון הרע איז מיר דאס געקומען פארציילן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12889
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29870

Re: הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב, כ"ה אדר א'

פאוסט דורך ניקל »

ווערט געברענגט אין שבחי בעש"ט, אז ווען דער צדיק וקדוש רבי גרשון מקיטוב זי"ע איז געווען אין ארץ ישראל, איז דאן ארויס געקומען א גזירת שריפה אויף די תלמוד אינעם שטאט פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע, האט דאן דער בעש"ט געשיקט א בריוו צו זיין שוואגער אין ארץ ישראל, און ער האט געבעטן אז דער שוואגער זאל ארויף גיין צום מערת המכפלה, און מתפלל זיין צו די אבות הקדושים אז די גזירה זאל בטל ווערן,

יענע צייט איז די מערת המכפלה געווען אונטער די הערשאפט פון די אראבער'ס, און וועגן דעם איז געווען גאר שווער און א סכנה פאר א איד צו גיין צום מערת המכפלה, אבער דער צדיק רבי גרשון האט נישט געטראכט, נאר ער איז גלייך געפארן קיין חברון, מיט חכמה איז ער נאנט געווארן מיט איינע פון די שומרים דארט ביים מערת המכפלה,

נאך א שטיק צייט האט ער מצליח געווען צו משכנע זיין דעם שומר אז ער זאל אים לאזן אריין גיין צו די מערה פון די אבות הקדושים, אבער דער שומר האט אים אן געזאגט, אז ער זאל זיך נישט אויף האלטן צו לאנג, ווייל עס גייט קומען א נייער שומר און אויב יענער וועט אים דארט טרעפן איז זיין לעבן אין א סכנה,

דער צדיק רבי גרשון איז אריין און מתפלל געווען און איינגעריסן ביי די אבות אז די גזירה זאל בטל ווערן, אבער פון גרויס התרגשות און דביקות, האט זיך עס פארצויגען פאר גאר לאנג, און ווען ער איז ארויס געקומען איז שוין דארט געווען א צווייטע שומר, און דער שומר האט גלייך ארעסטירט דעם צדיק און מען האט דאן ל"ע דן געווען דעם צדיק וקדוש צו מיתה, דער אור החיים הקדוש זי"ע ווען ער האט געהערט פון די גזירה, האט ער איינגעריסן בעולמות העליונים אז דער צדיק רבי גרשון זאל ניצול ווערן פון די הענט פון די רוצחים,

אבער בדרך נס ממש איז דער צדיק ניצול געווארן פון די הענט פון די אראבער'ס, און דאן איז דער צדיק מיט קפיצת הדרך אנגעקומען קיין ירושלים, דער אור החיים הקדוש זי"ע האט זיך גאר שטארק געפרייט צו זעהן דעם צדיק אז ער איז בחסדי השם ניצול געווארן פון די רוצחים, דאן איז דער צדיק רבי גרשון אנטלאפען פון ארץ ישראל, און צוריק געפארן קיין בראדי, אבער די גזירה אויף תלמוד איז בטל געווארן אין דעם זכות פון די תפילות פון דעם צדיק אין חברון,

איינע פון די בריוון וואס רבי גרשון מקיטוב זי"ע האט געשריבן צום בעש"ט הקדוש זי"ע, שרייבט ער דארט, אז ער האט געהאט א חלום, און מען האט אים געוויזן אין חלום, אז עס איז דא צוויי סארטן דאקטורים, איין דאקטאר היילט מיט ביטערע מעדעצינען, און דער צווייטער דאקטאר היילט מיט מער זיסע מעדעצינען, און מען האט אים אין חלום מגלה געווען אז דער צווייטער דאקטאר וואס היילט מיט זיסע מעדעצינען איז אסאך א בעסערע דאקטאר,

האט אים דער בעש"ט הקדוש זי"ע פותר חלום געווען אזוי, מען האט דיר מגלה געווען פון הימל לגבי די צדיקים פונעם דור, ווייל עס איז דא א צדיק וואס היילט אויס חולי נפש דורך תעניתים און סיגופים, וואס דאס איז אזוי ווי ביטערע מעדעצינען, אבער דאן איז דא א צדיק וואס זייער עבודה איז דורך אכילה ושתיה, וואס דורך דעם זענען זיי מעלה ניצוצות הקדושים און דינען דעם באשעפער מיט די וועג, וואס דאס איז אסאך א גרעסערע וועג פון עבודת השם, וואס דאס איז אזוי ווי דער דאקטאר וואס היילט מיט זיסע מעדעצינען,
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: הרה"ק רבי אברהם גרשון ב"ר אפרים זי"ע (אשכנזי), מקיטוב, כ"ה אדר א'

פאוסט דורך מירון »

ציון הקדוש אויפן הר הזיתים אין ירושלים עיר הקודש
פיילס
קיטוב.jpg
שרייב פאוסט