בית ישראל האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 11:40 am
רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 6:32 pm
טייל פון א וואטס עפ פאוסט, געשריבן פאר קרוב צו 100 תושבים (!)
ס'זאל נישט אויסקוקן ווי א לעגיטימאציע ח"ו צו גיין אויף די גרופ, אדרבה אזא שפראך איז אן איסור גמור צו ניצן קעגן סיי וועלכע קהלה קדושה בישראל און בפרט די אייגענע קהלה, ס'איז נאר א בחינה ווי מען ברענגט אראפ א שטיקל ניו יארק טיימס ארויסציהאבן א מצב,
דאס איז איין קליינע שטיקל קעגן די פולע זאצן פון האס וואס ווערט דארט געפרעדיגט כסדר, רח"ל
רח"ל שומו שמים!!! הזדעזו ארץ ושמים!!
איינער האט געשריבן אויף א גרופ פון 100 מענטשען טענות וואס ער האט אקעגן א קהלה?! לאן הגענו????
איך וואלט ערווארטעד פון דיר א לענגערע מוסר שמועס ווי אזא קורצע תגובה. עטליעסט 1500 קערעקטערס דארף אזא פארברעך באקומען.
(אגב ווי איינער האט שוין אנגעמערקט דא, כווייס נישט אויב איר כאפט אבער איר טוט אסאך ערגער ווי יענעם. זיצט אויף א וועבזייט וואס ווערט געליינט דורך טויזענטער אידן און מגיסט פעך און שוועבל אקעגן אנדערע אידן)
גילו דעת!
אז ס'קומט ארויס די הבדלה בליצן און שרייבט אקעגן סמארפאון'ס, וואסעפפ, וועסטו זאגן אז מ'גיסט פעך און שוועבל אויף אידן?
ווען אלע רבנים ואדמורי"ם זענען מעורר קעגן די מחנה מגושמים גיסט מען פעך און שוועבל אויף אידן?
הרה"צ ר' שאול יצחק ראבינאוויטש ז"ל וואס איז ארומגעלאפן מעורר זיין אידן איבער די סכנה פון טעקנאלידזשי האט געהאקט אויף אידן פרעזענליך?
ס'איז א מערכה א קעגן די רע, און נישט א קעגן דעם יחיד וואס יעדער איד איז א חלק אלוקי ממעל, ס'איז א מחאה אויף די חפצא נישט אויפן גברא.
די זעלבע איז דא, מ'שרייבט נישט אויף קיין מענטשן פרעזענליך, מ'שרייבט און מ'איז מוחה אויף א קאנצעפט און אויף א סכנה גדולה וואס שוועבט אויף דעם געגנט, אויב איינער האט געמיינט אז מ'מיינט אים, זאל ער ממשמש בתשובה זיין און זיכער מאכן אז ער איז נקי מפשע.
נ.ב. אויב איז דא געוויסע דא, פון ביידע צדדים, וואס האבן זיך יא באנומען פרעזענליך אקעגן יחידים, זאלן זיי און אישי אדער ברבים זיך מפייס זיין און זיך פארנעמען נישט צו שרייבן פערזענליך און נישט אטאקירן די אייגענע ברודער
איך בין נישט קיין מנהל.. אבער.. פאלג מיר.. ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו מיר דאנקבאר זיין
אויב איך האב איינעם פרעזענליך וויי געטון, קום ביטע אריין און אישי, כ'וויל דיר איבערבעטן