דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
כרוספדין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 301
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:44 pm
x 312

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כרוספדין »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:26 am
דבוק אין צדיק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:20 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:16 am

וועלכע בראוקער?
וואו קומט דא אריין וועלעכע בראוקער?

ווייז מיר וועלעכע פון דעי דירות גייען פאר 850, איך בין רעדי צו קלאוזן,
דאס איז גוט...

זונטאג האמיר א קלאוזינג!

כהאב דיר איינס!
ס’איז זונטאג היינט,

וועלכע הויז אין בלומינג גראוו גייט פאר 850?
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

כרוספדין האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 10:54 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:26 am
דבוק אין צדיק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:20 am
וואו קומט דא אריין וועלעכע בראוקער?

ווייז מיר וועלעכע פון דעי דירות גייען פאר 850, איך בין רעדי צו קלאוזן,
דאס איז גוט...

זונטאג האמיר א קלאוזינג!

כהאב דיר איינס!
ס’איז זונטאג היינט,

וועלכע הויז אין בלומינג גראוו גייט פאר 850?
דו ווילסט אויך? טשעק אגיין אין אישי
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
וואף
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 7:44 pm
x 5

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך וואף »

איך וויל אויך איינס פאר 850k
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14444

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך וויל נישט רעדן וועגן דירות פרייזן בכלליות, נישט אין די סיטי און נישט אפסטעיט, נישט אין קרית יואל ווילעדזש און נישט אין בלומינגראוו ווילעדזש, אבער איין נקודה וואס איך ליין דא פיל איך אז כ'מוז רעאגירן.

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:43 pm נאכמער, קען טאקע זיין אז די דעוועלאפער זיצן מיט גרויסע אינוועסטמענטס וואס לוינט זיך נישט ביזנעס'דיג גערעדט, אבער דאס איז דער טענה, זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט? און אייגענטליך, דאס האט דער רבי גערעדט ביים מעמד קהלא קדישא, אט דאס. (פינג @לייבל פריש )

עד כאן תוכן דבריו, און איך מוז זאגן אז איך בין מודה הונדערט פראצענט צו דעם טענה. יענער האט מיר געמאכט טראכטן אין א נייעם דירעקציע, און איך בין פּראוד צו קענען פארנעמען אז איך האב נישט ריכטיג געטראכט.

איז אזוי. וויפיל קאסט היינט א עוורידזש גראסערי ארדער? צווישן $500 און $1000. ממש א הימל געשריי. מ'דארף זען אז די גראסערילייט און די בעקערי'ס און די אפעטייזערס און אלע אינעם פוד אינדאסטרי זאלן וויסן פשוט און גראד, אז בעטן טייער פאר א גראסערי אייטעם איז פארגאסן אידיש בלוט. פשוטו כמשמעו. פארגאסן אידיש בלוט. יעדער מוז אנקומען דערצו, און די פרייזן זענען געשפרינגען ממש רחמנא ליצלן. מ'דארף אויפהייבן א ווייגעשריי.

איי וועט דער גראסערימאן מיר זאגן אז אלעס איז ארויף, די ארבעטער קאסטן מער, די האסלעיל קאסט מער, די אינגרידיענס קאסטן מער, די פראדוקציע קאסט דאפלט, די געז פאר די דעליווערי טראקס קאסטן מער, אא"וו?

וועל איך אים ענטפערן "זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט"?

און איך בין לכאורה גערעכט מיט מיין טענה. ניין? האלא, ביסט נישט מסכים עס צו טון פאר ביליגער, טראג אפ פון דא און לאז צו א צווייטן! פארקויף דאס געשעפט און לאז אידיש בלוט טרוקן!

דער פראבלעם איז נאר, אז סטאלין האט אויך אזוי געהאלטן און ער איז דורכגעפאלן. אין די פרייע וועלט ווייסט מען אז אויב פארדינט מען נישט, גייט אלעס אונטער. אויב זאל א גראסערי אין קרית יואל זיין אנדערש ווי איבעראל, דא איז נישט קיין פלאץ פאר פארדינען, דא ארבעט מען פאר מינימאלע ריוח לויט פארגעשריבענע פארשריפטן, גייט ביז אפאר יאר צוזאמפאלן די עסן מארקעט אין שטאט ווי די בערלינע וואנט. ס'איז פשוט נישט שייך אנדערש. קרית יואל איז נישט קיין משפחה פון 50 געשוויסער וואס קענען לעבן אויף פריוואטע מהלכים. אדער ביסטו אין ביזנעס, אדער גייסטו אונטער.

בויען דירות קאסט געלט, ארבעט, שווייס, עגמת נפש, ס'איז א שווערע ארבעט. שווערער ווי סתם מענטשן מיינען. די סיבה פארוואס ס'איז דא ווער עס טוט עס, איז ווייל ער קען מאכן געלט. שיין געלט. וויפיל? וויפיל די מארקעט וועט ערלויבן. אויב זאל די דירות מארקעט אין קרית יואל נישט זיין קיין פלאץ צו פארדינען געלט, גייט נישט זיין קיין נארמאלע דירות דא. אפילו וועסט שטעלן א בויער מטעם הקהלה מיט די גרעסטע מאס עקספיריענס און מיט א מישען צו בויען דאס בעסטע מלבו הטוב, גייט עס אנהאלטן פאר א יאר, 2, 3, מערסטנס 6. דערנאך גייט מען זיך דערזען אין א צוזאמגעפאלענע סיסטעם וואו דער המון עם גייט ליידן גענוי ווי אין אלע קאמוניסטישע לענדער.

כ'ווייס, ס'איז זייער שווער פאר איינעם וואס האט נאכנישט קיין דירה צו טראכטן דעם וועג, אבער איך מיין אז ווער עס וויל טראכטן גראד, און ער האט אביסל פארשטאנד אין ביזנעס און אין היסטאריע, וועט אזוי פארשטיין.

איך זאג נישט אז מ'זאל נישט נעמען שריט וואס מ'קען אז ס'זאלן נישט זיין קיין מייקרי השער, אבער איך זאג דאס לגבי דעם ליין "זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט?"
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 6:28 pm
► Show Spoiler
איך זאג נישט אז מ'זאל נישט נעמען שריט וואס מ'קען אז ס'זאלן נישט זיין קיין מייקרי השער, אבער איך זאג דאס לגבי דעם ליין "זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט?"
דער רבי האט טעקניקלי דאס געזאגט ביים מעמד קהלא קדישא
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14444

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:43 pm זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט? און אייגענטליך, דאס האט דער רבי גערעדט ביים מעמד קהלא קדישא, אט דאס
נאך די אויבנדערמאנטע, וויל איך מעיר זיין אויף דעם.

וויפיל איך האב געהערט פון רבינס דרשה (מהר"א), האט ער געזאגט פונקט פארקערט.

ערשטנס, האט ער ארויסגעברענגט אז מ'דארף טרעפן א מיטלוועג, דא זאל 'יא' זיין א פלאץ וואו די בילדער פארדינען אויף זייער שווערע ארבעט און אינוועסטמענט, נאר ס'זאל זיין במדה במשקל ובמשורה (אבער נישט אז דא איז נישט קיין פלאץ צו פארדינען).

שנית, דער רבי האט בעיקר גאר גאר שטארק גערעדט וועגן די נושא פון שטחים. ווען ס'קומט צו שטחים, דארט קען אויסדרוקליך יא ארבעטן קאמוניזם! ווען מ'וואלט ווען געקענט.

קויפן א שטח קאסט נישט קיין גרויסע ארבייט, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס איינער וואס האט געקויפט א לאט 30 יאר צוריק פאר א האלב מיליאן דאלאר, זאל יעצט פארדינען דערויף 80 מיליאן! ס'האט נישט קיין תירוץ שבעולם, און ס'וואלט גארנישט געשען ווען מ'קען ווען דאס צוריקהאלטן פון פאסירן! (די שאלה איז נאר צו מ'קען...)

יעצט ווייס איך פון א געוויסע לאט וואס איז שוין גע'ענעקסט, דער בעל השטח (מקהילת מהר"א) האט געצאלט דערויף 1.5 מיליאן, בעסער געזאגט, ער איז באצאלט געווארן א חוב דערמיט... און עס שטייט יעצט צום פארקויפן פאר... 40 מיליאן. פארוואס? ער האט געשוויצט? ער האט געארבעט שווער? ער האט אינוועסטירט זיין נשמה? גארנישט... סתם א פעט ביינדל, א גוטע שטח אין א גוטע געגנט, און פארטיג.

פון דעם האט דער רבי גערעדט וויפיל מיינע אויערן האבן געהערט. און הלואי מען קען דאס אפשטעלן. דאס וועט קיינעם נישט אפעקטירן שלעכט, עס וועט נישט טרונקען בלוט פון מענטשן וואס ארבעטן שווער, ס'נישטא וואס א בעל שטח קען/דארף טון אז די שטח זאל יא אדער נישט זיין נוצבאר פאר'ן קונה, ס'נישטא וואס צו דערלייגן נאר פשוט פארמיידן אונזערע שטחים פון ווערן א מארקעט פאר "גרינגע ביליאנען".
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 6:37 pm

מאכט סענס וואס דו זאגסט - פאר א טשעינדזש...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:26 am
דבוק אין צדיק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:20 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:16 am

וועלכע בראוקער?
וואו קומט דא אריין וועלעכע בראוקער?

ווייז מיר וועלעכע פון דעי דירות גייען פאר 850, איך בין רעדי צו קלאוזן,
דאס איז גוט...

זונטאג האמיר א קלאוזינג!

כהאב דיר איינס!
האב איך מיר היינט מטריח געוועןאון געפארן קיין בלומינג גראוו זוכןדי הויז פאר 850, למעשה גיין די דירות פאר 1.2 און ארויף.... וכדי בזיון וקצף....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 6:55 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:26 am
דבוק אין צדיק האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:20 am
וואו קומט דא אריין וועלעכע בראוקער?

ווייז מיר וועלעכע פון דעי דירות גייען פאר 850, איך בין רעדי צו קלאוזן,
דאס איז גוט...

זונטאג האמיר א קלאוזינג!

כהאב דיר איינס!
האב איך מיר היינט מטריח געוועןאון געפארן קיין בלומינג גראוו זוכןדי הויז פאר 850, למעשה גיין די דירות פאר 1.2 און ארויף.... וכדי בזיון וקצף....
די הייזער האסטו געמיינט טרעפט מען אין די בלומינגראווע גאסן?

וכדי בזיון ו-ביגטיים-קצף
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:41 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 6:55 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 11:26 am

דאס איז גוט...

זונטאג האמיר א קלאוזינג!

כהאב דיר איינס!
האב איך מיר היינט מטריח געוועןאון געפארן קיין בלומינג גראוו זוכןדי הויז פאר 850, למעשה גיין די דירות פאר 1.2 און ארויף.... וכדי בזיון וקצף....
די הייזער האסטו געמיינט טרעפט מען אין די בלומינגראווע גאסן?

וכדי בזיון ו-ביגטיים-קצף
אדרבה וואו טרעפט מען דאס? גיב ארויס די סוד, איך בין גרייט צו קלאוזן היינט....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:43 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:41 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 6:55 pm

האב איך מיר היינט מטריח געוועןאון געפארן קיין בלומינג גראוו זוכןדי הויז פאר 850, למעשה גיין די דירות פאר 1.2 און ארויף.... וכדי בזיון וקצף....
די הייזער האסטו געמיינט טרעפט מען אין די בלומינגראווע גאסן?

וכדי בזיון ו-ביגטיים-קצף
אדרבה וואו טרעפט מען דאס? גיב ארויס די סוד, איך בין גרייט צו קלאוזן היינט....
מיין פראגע צו דיר: דו גייסט צוריקקומען אויפריכטיג זאגן אויב טרעפסטו טאקע פאר דעם פרייז?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דבוק אין צדיק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:14 pm
Location: טוב ל'צדיק' וטוב לשכנו
x 250

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דבוק אין צדיק »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:45 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:43 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:41 pm
די הייזער האסטו געמיינט טרעפט מען אין די בלומינגראווע גאסן?

וכדי בזיון ו-ביגטיים-קצף
אדרבה וואו טרעפט מען דאס? גיב ארויס די סוד, איך בין גרייט צו קלאוזן היינט....
מיין פראגע צו דיר: דו גייסט צוריקקומען אויפריכטיג זאגן אויב טרעפסטו טאקע פאר דעם פרייז?
100%

דו מיינסט טאקע איך בין דא אינטערסירט זיך צו שפילן מיט געפילן פון אינגעלייט וואס האבן נישט קיין אייגענע דאך איבערן קאפ, איז עס דען א קינדער שפיל? ברענג א דירה פאר 850? אבער שוין...

מיין פראגע צו דיר: דו גייסט צוריקקומען אויפריכטיג זאגן אויב טרעפסטו ’טאקע’ פאר דעם פרייז?
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 487
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 440

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך ענותן »

א נקודה וואס איך האב געטראכט נאכן ליינען די לעצטע צענדליגע בלעטער קען זיין איינער האט עס שוין אויסגעשמועסט
מהאט דא דן געווען וואס קענען די דיוועלעפער טוען אז עס איז דא פליפערס, האב איך איין שאלה פארוואס האבן זיי פארקויפט מער ווי איין דירה פאר א מענטש??? האסט נישט געטראכט אז זיי גייען עס פליפען? קום יעצט נישט וויינען הלמאי מבאשמוצט ענק
2טע נקודה דאס האט שוין איינער יא אויסגעשמועסט יענער האט נישט געשריבן מיט וועם די מעשה איז געווען אבער כמדומה לי איז עס געווען מיט ר' מאיר זעליג אז די רבי די ברך משה האט אים געזאגט אז ער זאל נישט אינוועסטירן אין וומ"ס אויף אידישע בלוט... וואס איך מיין צו זאגן אז די אידן אינוועסטירן אין מאכן גרויס געלט (און לויט ווי יענעמס חשבון מאכט די ויו"מ דיוועלאפער 2 הונדערט מיליאן פראפיט) וויינטס נישט יעצט הלמאי מבאשמוצט ענק דאס איז די פרייז פארן מאכן געלט
3טע נקודה א שאלה וואס הלוואי איינער קען מיר עס ענטפערן פארוואס מהאלט קאנטראל אויף די דירות ????
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:46 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:45 pm
דבוק אין צדיק האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:43 pm

אדרבה וואו טרעפט מען דאס? גיב ארויס די סוד, איך בין גרייט צו קלאוזן היינט....
מיין פראגע צו דיר: דו גייסט צוריקקומען אויפריכטיג זאגן אויב טרעפסטו טאקע פאר דעם פרייז?
100%

דו מיינסט טאקע איך בין דא אינטערסירט זיך צו שפילן מיט געפילן פון אינגעלייט וואס האבן נישט קיין אייגענע דאך איבערן קאפ, איז עס דען א קינדער שפיל? ברענג א דירה פאר 850? אבער שוין...

מיין פראגע צו דיר: דו גייסט צוריקקומען אויפריכטיג זאגן אויב טרעפסטו ’טאקע’ פאר דעם פרייז?
אה, ווייל אין אישי ביסטו נישט געקומען.

רוף אריין mk, אדער ווארט אויף מארגן נאכמיטאג ווען איך האף צו האבן פלענס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

ענותן האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:29 pm א נקודה וואס איך האב געטראכט נאכן ליינען די לעצטע צענדליגע בלעטער קען זיין איינער האט עס שוין אויסגעשמועסט
מהאט דא דן געווען וואס קענען די דיוועלעפער טוען אז עס איז דא פליפערס, האב איך איין שאלה פארוואס האבן זיי פארקויפט מער ווי איין דירה פאר א מענטש??? האסט נישט געטראכט אז זיי גייען עס פליפען? קום יעצט נישט וויינען הלמאי מבאשמוצט ענק
2טע נקודה דאס האט שוין איינער יא אויסגעשמועסט יענער האט נישט געשריבן מיט וועם די מעשה איז געווען אבער כמדומה לי איז עס געווען מיט ר' מאיר זעליג אז די רבי די ברך משה האט אים געזאגט אז ער זאל נישט אינוועסטירן אין וומ"ס אויף אידישע בלוט... וואס איך מיין צו זאגן אז די אידן אינוועסטירן אין מאכן גרויס געלט (און לויט ווי יענעמס חשבון מאכט די ויו"מ דיוועלאפער 2 הונדערט מיליאן פראפיט) וויינטס נישט יעצט הלמאי מבאשמוצט ענק דאס איז די פרייז פארן מאכן געלט
3טע נקודה א שאלה וואס הלוואי איינער קען מיר עס ענטפערן פארוואס מהאלט קאנטראל אויף די דירות ????
אלע 3 פראגעס זענען שוין שיין אויסגעשמועסט געווארן
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14444

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ענותן האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:29 pm מהאט דא דן געווען וואס קענען די דיוועלעפער טוען אז עס איז דא פליפערס, האב איך איין שאלה פארוואס האבן זיי פארקויפט מער ווי איין דירה פאר א מענטש??? האסט נישט געטראכט אז זיי גייען עס פליפען? קום יעצט נישט וויינען הלמאי מבאשמוצט ענק
דו האסט ראנג אפגעלערנט די "תירוץ" פון פליפער'ס. ס'איז נישט אז די בילדער וויינען אז "אוי נעבעך נעבעך מיר האבן נישט קיין ברירה מיר מוזן בעטן טייער ווייל נעבעך נעבעך די רשעים די פליפער'ס צווינגען אונז, מיר מוזן גיין כצאן לטבח און בעטן טייער בלית ברירה". איך האף אז קיינער האט דא אזאנס נישט געשריבן.

א בילדער אינוועסטירט כדי צו מאכן געלט. ווייל אזוי ארבעט די וועלט, אזוי ארבעטסטו, און איך. נאר, ווען דו קומסט מיט א טענה "רבי איד, ביטע האב רחמנות, קענסט טאקע בעטן מער לויטן מארקעט, אבער פליז, גיב עס פאר ביליגער", איז די תשובה אז אפילו די טובים שבהם, די גוטהארציגע, די וואס בעטן בעצם טאקע יעצט אויך ביליגער ווי אנדערע, די וואס גיבן אויס געלט צו קאווערן יעדע אישו וואס קומט אויף אז ס'זאל נישט גיין אויפ'ן חשבון פונעם קונה, די וואס האבן נישט געהעכערט די פרייז כאטש זיי האבן דערלייגט אויף א דירה, אפילו אפילו די סארט בילדער, וועלן אבער אויך נישט אראפגיין צי נידריג אונטערן מארקעט פרייז, ווייל פארוואס זאל "יענער" מאכן געלט אויף "זיין ארבעט".

סוי פרעג נישט יעצט "פארוואס האסטו פארקויפט 2 פאר א מענטש", אדער "פארוואס מאכסט נישט א עיקול ביי די"ת", וכדומה. פארוואס ער טוט עס נישט? וואס הייסט פארוואס, ווייל ער איז דא פאר ביזנעס. ער איז נישט דא צו נעמען דאס רבנות אין די דירות, נאר צו מאכן ביזנעס. און אז איינער וויל אראפלייגן א דאון פעימענט, נעמט מען עס מיט ביידע הענט.

ענותן האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:29 pm 2טע נקודה דאס האט שוין איינער יא אויסגעשמועסט יענער האט נישט געשריבן מיט וועם די מעשה איז געווען אבער כמדומה לי איז עס געווען מיט ר' מאיר זעליג אז די רבי די ברך משה האט אים געזאגט אז ער זאל נישט אינוועסטירן אין וומ"ס אויף אידישע בלוט... וואס איך מיין צו זאגן אז די אידן אינוועסטירן אין מאכן גרויס געלט (און לויט ווי יענעמס חשבון מאכט די ויו"מ דיוועלאפער 2 הונדערט מיליאן פראפיט) וויינטס נישט יעצט הלמאי מבאשמוצט ענק דאס איז די פרייז פארן מאכן געלט
דו זאגסט אז מען מעג באשמוצן איינעם וואס טוט ביזנעס עז יוזשעל, ווייל "דאס איז די פרייז פון מאכן געלט"?

איך מיין אז אידישליך איז דאס נישט אויסגעהאלטן, נעווערמיינד מענטשליך. (אויב יא גיב מיר ביטע דיין ביזנעס נאמען, און איך וועל פאדערן פון דיר אויך דעם פרייז פון ווערן באשמוצט...)

ענותן האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 8:29 pm 3טע נקודה א שאלה וואס הלוואי איינער קען מיר עס ענטפערן פארוואס מהאלט קאנטראל אויף די דירות ????
דהיינו? ווער האלט קאנטראל וואו?
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 6:28 pm איך וויל נישט רעדן וועגן דירות פרייזן בכלליות, נישט אין די סיטי און נישט אפסטעיט, נישט אין קרית יואל ווילעדזש און נישט אין בלומינגראוו ווילעדזש, אבער איין נקודה וואס איך ליין דא פיל איך אז כ'מוז רעאגירן.

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:43 pm נאכמער, קען טאקע זיין אז די דעוועלאפער זיצן מיט גרויסע אינוועסטמענטס וואס לוינט זיך נישט ביזנעס'דיג גערעדט, אבער דאס איז דער טענה, זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט? און אייגענטליך, דאס האט דער רבי גערעדט ביים מעמד קהלא קדישא, אט דאס. (פינג @לייבל פריש )

עד כאן תוכן דבריו, און איך מוז זאגן אז איך בין מודה הונדערט פראצענט צו דעם טענה. יענער האט מיר געמאכט טראכטן אין א נייעם דירעקציע, און איך בין פּראוד צו קענען פארנעמען אז איך האב נישט ריכטיג געטראכט.

איז אזוי. וויפיל קאסט היינט א עוורידזש גראסערי ארדער? צווישן $500 און $1000. ממש א הימל געשריי. מ'דארף זען אז די גראסערילייט און די בעקערי'ס און די אפעטייזערס און אלע אינעם פוד אינדאסטרי זאלן וויסן פשוט און גראד, אז בעטן טייער פאר א גראסערי אייטעם איז פארגאסן אידיש בלוט. פשוטו כמשמעו. פארגאסן אידיש בלוט. יעדער מוז אנקומען דערצו, און די פרייזן זענען געשפרינגען ממש רחמנא ליצלן. מ'דארף אויפהייבן א ווייגעשריי.

איי וועט דער גראסערימאן מיר זאגן אז אלעס איז ארויף, די ארבעטער קאסטן מער, די האסלעיל קאסט מער, די אינגרידיענס קאסטן מער, די פראדוקציע קאסט דאפלט, די געז פאר די דעליווערי טראקס קאסטן מער, אא"וו?

וועל איך אים ענטפערן "זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט"?

און איך בין לכאורה גערעכט מיט מיין טענה. ניין? האלא, ביסט נישט מסכים עס צו טון פאר ביליגער, טראג אפ פון דא און לאז צו א צווייטן! פארקויף דאס געשעפט און לאז אידיש בלוט טרוקן!

דער פראבלעם איז נאר, אז סטאלין האט אויך אזוי געהאלטן און ער איז דורכגעפאלן. אין די פרייע וועלט ווייסט מען אז אויב פארדינט מען נישט, גייט אלעס אונטער. אויב זאל א גראסערי אין קרית יואל זיין אנדערש ווי איבעראל, דא איז נישט קיין פלאץ פאר פארדינען, דא ארבעט מען פאר מינימאלע ריוח לויט פארגעשריבענע פארשריפטן, גייט ביז אפאר יאר צוזאמפאלן די עסן מארקעט אין שטאט ווי די בערלינע וואנט. ס'איז פשוט נישט שייך אנדערש. קרית יואל איז נישט קיין משפחה פון 50 געשוויסער וואס קענען לעבן אויף פריוואטע מהלכים. אדער ביסטו אין ביזנעס, אדער גייסטו אונטער.

בויען דירות קאסט געלט, ארבעט, שווייס, עגמת נפש, ס'איז א שווערע ארבעט. שווערער ווי סתם מענטשן מיינען. די סיבה פארוואס ס'איז דא ווער עס טוט עס, איז ווייל ער קען מאכן געלט. שיין געלט. וויפיל? וויפיל די מארקעט וועט ערלויבן. אויב זאל די דירות מארקעט אין קרית יואל נישט זיין קיין פלאץ צו פארדינען געלט, גייט נישט זיין קיין נארמאלע דירות דא. אפילו וועסט שטעלן א בויער מטעם הקהלה מיט די גרעסטע מאס עקספיריענס און מיט א מישען צו בויען דאס בעסטע מלבו הטוב, גייט עס אנהאלטן פאר א יאר, 2, 3, מערסטנס 6. דערנאך גייט מען זיך דערזען אין א צוזאמגעפאלענע סיסטעם וואו דער המון עם גייט ליידן גענוי ווי אין אלע קאמוניסטישע לענדער.

כ'ווייס, ס'איז זייער שווער פאר איינעם וואס האט נאכנישט קיין דירה צו טראכטן דעם וועג, אבער איך מיין אז ווער עס וויל טראכטן גראד, און ער האט אביסל פארשטאנד אין ביזנעס און אין היסטאריע, וועט אזוי פארשטיין.

איך זאג נישט אז מ'זאל נישט נעמען שריט וואס מ'קען אז ס'זאלן נישט זיין קיין מייקרי השער, אבער איך זאג דאס לגבי דעם ליין "זינט ווען איז קרית יואל א מארקעט צו פארדינען געלט?"
במחכ"ת וואס האסטו דא מחדש געווען?

האסט געמיינט אז ווען מ'זאגט נישט קרית יואל מיינט דאס אז מ'זאל נישט פארדינען? זבן וזבין תגרא מיקרי?

מ'האט דאך טאקע דאס געמיינט אז מ'זאל נישט קענען רייסן אן א שיעור, און דאס איז טאקע וואס דער רבי האט געמיינט ווי דו זאגסט אליין.

גארנישט קיין שווער צו הערן און גארנישט קיין פונקט פארקערט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14444

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ערשטנס, אזוי האט איינער דא געשריבן. און אויף דעם האב איך געענטפערט.

צווייטנס, פארדינען ביי א בילדער [אפילו בלשון במדה ובמשורה] מיינט אז ער זאל קענען פארדינען שיין, ס'זאל זיך לוינען סיי די ארבעט און סיי די ריסק, ווי אין די פרייע ביזנעס וועלט. אויב איז ער צוקוועטשט אונטער א רעזשים בזמן וואס ער שוויצט אריין פאר זיין געלט, גייט עס קראכן. און די זעלבע מיט א גראסערי.

משא"כ דער לאט אייגנטומער וואס פארדינט געלט אן קיין ביסל שווייס. אט דאס קען מען רופן בלוטיגע געלט.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

מאכן תקנות וואלט נישט געארבעט?

דער רבי וואס זאגט אז מען דארף בויען פאר אסאך ביליגער פער סקווער פיס, דאס הייסט שוין צוקוועטש?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6329
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14444

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:01 pm מאכן תקנות וואלט נישט געארבעט?
תקנות מיט פונקטליכע פרייזן? דאס מיינט אז ס'איז אויס ביזנעס.

פאר א סיבה איז נישט דא קיין תקנות אין גראסערי.

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:01 pm דער רבי וואס זאגט אז מען דארף בויען פאר אסאך ביליגער פער סקווער פיס, דאס הייסט שוין צוקוועטש?
ער האט עס נישט געזאגט. ער האט געזאגט אז די בויען אליינס פער סקווער פיס קאסט אסאך ביליגער. ביי די דרשה האט דער רבי גערעדט וועגן צוקוועטשן די לאט אייגנטומער, נישט וועגן די בילדער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

@ענותן

@דער תהלים איד האט דיר שוין געענטפערט, אבער כוויל צולייגן נאך א נקודה.

אין יעדע דעוועלאפמענט זענען דא 2 סארט דירות, די גרעסערע וואס דאס קויפן מענטשן געווענליך צו וואוינען, און די קלענערע וואס דאס קויפן מענטשן געווענליך צו פארדינגען.

פארקויפט עטליכע פאר א מענטש האט מען די קלענערע, און נישט דארט איז דער פליפן פראבלעם, ווייל יענע סארט קונים קויפן דירות צו פארדינגען. דער פראבלעם איז געווען מער ביי די גרעסערע אינווידואל פארקויפטע.

דאס איז סתם א זייטיגע נקודה. נישט עכט קיין תירץ אויף דיין פראגע.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 141

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך ר' מנשה »

לכבוד הרב @דער תהלים איד :
ביטע ליינט איבער די גאנצע קאנווארסעישאן ביז אהער און נאכדעם שרייבטס כיד השם הטובה!
מער ווייניגער איז יא די מדובר געווען אז די דעוועלעפערס שרייען אז אויב די פליפערס בעטן אסאך דארפן זיי נישט זיין בהמות און בעטן ווייניגער, למעשה שרייבט איר אין אייר תגובה אז איר "האפט אז קיינער דא שרייבט נישט אזוי", שנית, קיינער! האט דא נישט געזאגט אז די בילדערס זאלן נישט מאכן בכלל קיין געלט, איר האט ארויסגענימען ווערטער פון קאנטעקסט וזה שאמר הכתוב "א האלבע אמת איז א גאנצע ליגנט" וואס מ'האט געזאגט איז אז מ'בעט גאר איבערגעטריבן, שלישות, וויאזוי מען האלט קאנטראל אויף די פרייזן הלא הם כתובים אין די פריערדיגע בלעטער, בקיצור נמרץ איז עס דארוך מאכן אוועיעיבל ווייניגער דירות אויפאיינמאל/פארקויפן פאר מענטשען מערערע דירות בידיעה מתחילה אז זיי גייען פליפען, איידער איר ענטפערט ביטע איבערבליקן די פריערדיגע בלעטער און איר האט נישט קיין געדולד זייט מגיב ביי אנדערע נושאים. ייש"כ
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2892
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8219

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פופציגער »

ר' מנשה האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:56 pm לכבוד הרב @דער תהלים איד :
ביטע ליינט איבער די גאנצע קאנווארסעישאן ביז אהער און נאכדעם שרייבטס כיד השם הטובה!
מער ווייניגער איז יא די מדובר געווען אז די דעוועלעפערס שרייען אז אויב די פליפערס בעטן אסאך דארפן זיי נישט זיין בהמות און בעטן ווייניגער, למעשה שרייבט איר אין אייר תגובה אז איר "האפט אז קיינער דא שרייבט נישט אזוי", שנית, קיינער! האט דא נישט געזאגט אז די בילדערס זאלן נישט מאכן בכלל קיין געלט, איר האט ארויסגענימען ווערטער פון קאנטעקסט וזה שאמר הכתוב "א האלבע אמת איז א גאנצע ליגנט" וואס מ'האט געזאגט איז אז מ'בעט גאר איבערגעטריבן, שלישות, וויאזוי מען האלט קאנטראל אויף די פרייזן הלא הם כתובים אין די פריערדיגע בלעטער, בקיצור נמרץ איז עס דארוך מאכן אוועיעיבל ווייניגער דירות אויפאיינמאל/פארקויפן פאר מענטשען מערערע דירות בידיעה מתחילה אז זיי גייען פליפען, איידער איר ענטפערט ביטע איבערבליקן די פריערדיגע בלעטער און איר האט נישט קיין געדולד זייט מגיב ביי אנדערע נושאים. ייש"כ
קוקט איבער וועט איר זען אז איר האט נאר געדענדט איין צד פונעם שמועס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 485
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמייכלדיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:23 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:01 pm מאכן תקנות וואלט נישט געארבעט?
תקנות מיט פונקטליכע פרייזן? דאס מיינט אז ס'איז אויס ביזנעס.

פאר א סיבה איז נישט דא קיין תקנות אין גראסערי.
פארוואס אויס ביזנעס?
אויב זאל מען לייגן א פרייז דאך בלייבט נישט גענוג פלאץ פאר ביזנעס?? אנשטאט דער הימל זאל זיין דער דאך זאל דער וואלקן זיין דער דאך, שלעכט? מען קען נישט חתונה מאכן די אור אייניקלעך מיט דעם?

הויט שינדעריי און בעטן וויפיל מען קען איז כנגד התורה, די תורה געט נישט רעכט צו בעטן וויפיל מען וויל און וויפיל מען קען
מנחות עז עמוד א' המשתכר לא ישתכר יותר משתות. און לגבי די הארבקייט פון הייבן פרייזן קוקט ווייטער, מאי טעמא (אין מוסיפין על המדות יותר משתות, רש"י) אילימא משום אפקועי תרעא אי הכי שתות נמי לא. ע"כ

איך ווייס נישט די הלכה היינטיגע צייטן מיט די שיעורים, אבער עכ"פ דאס איז זיכער אז ס'דארף זיין א דאך און א פרייז לימיט, מען טאר נישט לייגן פרייזן שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה, די פרייז שרויפן ציער טוען שלא כדת.

און אה"נ ווען זאכן גייען ארויס פון קאנטראל איז דא תקנות אין גראסערי אויך, עיין בשו"ע לגבי מכירת דגים לשבת ועוד
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:23 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:01 pm דער רבי וואס זאגט אז מען דארף בויען פאר אסאך ביליגער פער סקווער פיס, דאס הייסט שוין צוקוועטש?
ער האט עס נישט געזאגט. ער האט געזאגט אז די בויען אליינס פער סקווער פיס קאסט אסאך ביליגער. ביי די דרשה האט דער רבי גערעדט וועגן צוקוועטשן די לאט אייגנטומער, נישט וועגן די בילדער.
נו? וואס מיינט דאס? פארוואס ווערסטו פלוצלונג א תם ומתמם עם התמונות (בילדערס)...
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 141

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך ר' מנשה »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:42 am
ר' מנשה האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 9:56 pm לכבוד הרב @דער תהלים איד :
ביטע ליינט איבער די גאנצע קאנווארסעישאן ביז אהער און נאכדעם שרייבטס כיד השם הטובה!
מער ווייניגער איז יא די מדובר געווען אז די דעוועלעפערס שרייען אז אויב די פליפערס בעטן אסאך דארפן זיי נישט זיין בהמות און בעטן ווייניגער, למעשה שרייבט איר אין אייר תגובה אז איר "האפט אז קיינער דא שרייבט נישט אזוי", שנית, קיינער! האט דא נישט געזאגט אז די בילדערס זאלן נישט מאכן בכלל קיין געלט, איר האט ארויסגענימען ווערטער פון קאנטעקסט וזה שאמר הכתוב "א האלבע אמת איז א גאנצע ליגנט" וואס מ'האט געזאגט איז אז מ'בעט גאר איבערגעטריבן, שלישות, וויאזוי מען האלט קאנטראל אויף די פרייזן הלא הם כתובים אין די פריערדיגע בלעטער, בקיצור נמרץ איז עס דארוך מאכן אוועיעיבל ווייניגער דירות אויפאיינמאל/פארקויפן פאר מענטשען מערערע דירות בידיעה מתחילה אז זיי גייען פליפען, איידער איר ענטפערט ביטע איבערבליקן די פריערדיגע בלעטער און איר האט נישט קיין געדולד זייט מגיב ביי אנדערע נושאים. ייש"כ
קוקט איבער וועט איר זען אז איר האט נאר געדענדט איין צד פונעם שמועס
כ'האב ס"ה געבעטן אז א ניק וואס וויל נעמען סיי וועלעכע צד זאל פשוט ליינען די פריערדיגע בלעטער און כ'האב צוטירט מקומות ווי ס'האט ארויסגעשיינט, קומט בכלל נישט אריין דא קיין צד.
האט ער געשריבן אז ער האפט אז קיינער שרייבט נישט אז די דעוועלאפערס געבן די תירוץ פון פליפערס? די מציאות אידאך אז מען שרייבט יא אזוי!
האט ער געשריבן אז ער ווייסט נישט פון די מושג פון קאנטראלירן די פרייז? די מציאות אידאך אז מ'האט יא גערעדט! קענסט מחולק זיין און זאגן אז דעיס הייסט נישט קאנטראלירט אדער אז מען קאנטראלירט נישט, אבער גערעדט פון דעם מושג האט מען האט מען זייער קלאר.
האט ער געזאגט אז די אנדערע צד פארלאנגט מען זאל גארנישט פארדינען? די מציאות אידאך אז יעדער פארשטייט אז מען זאל יא פארדינען און אפי' אסאך פארדינען, און אויב איז דא עפעס איינער וואס חלומט אז נישט ביטע כאפ דיך נישט ארויף ווי כאילו יעדער זאגט אזוי.
יעצט מילא איינער שרייבט א תגובה אן איבערליינען, געזונטערהייט, כ'זאג נישט אז מ'דארף איבערליינען אלע 20 בלעטער פאר סתם א תגובה אבער אריינצוקומען מיט לאנגע פעלזן פעסטע מיינונג אויף א אופן וואס עפענט צירוק אויף די נושא אויף א שטארקע פארנעם וואלט געווען ריכטיג אלס כבוד הציבור עס איבערצוליינען. עכ"פ לענ"ד.
שרייב פאוסט