נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
בלומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 274
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 11:34 am
x 271

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלומען »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:04 pmנישט אזוי שווער צו פיגורן איבער מיין וואינארט און חסידות, ווייס איך נאך נישט וואס דאס האט מיט אדר צו טון , יא גאנץ קרית יואל טיז דא זיך אנצונעמען פאר די עתיד פון קרית יואל, ווייל עס איז איין שטאט און עס קענען נישט קומען אפאר אינגעלייט און משנה צורה זיין די שטאט צו א נייע מציאות פון א מאדערענע מאנסי

100 פראצענט
כ'האב בלויז געשריבן מ'זאל דאס האבן אין מיינד

למשל ווען ס'קומט איינער שרייבן אויף דעם געגנט אז "ס'קען נישט קומען אפאר אינגעלייט און משנה צורה זיין די שטאט צו א נייע מציאות פון א מאדערענע מאנסי", זאל מען האבן אין מיינד אז די שרייבער ווייסט גאנץ מעגליך אפילו נישט ווי דאס געגנט איז, ווער ס'וואוינט דארט, וואס די אטמאספערע איז באמת, וויפיל חשובע אידן און רבנים וואוינען דארט, ווי ווייט אויסווארפן טרעפן זיך נישט דאס פלאץ דארט, ועוד. און די סטעיטמענט איז געבויעט אויף הוילע בלבולים פאבריצירט געווארן אן קיין שום האפט, דורך עסקנים וואס ארבעטן "בלויז לשם שמים" צו שטופן אן אגענדע.
גענוג גערעדט פון דעם ענין, איך האב שוין ארויסגעטשעקט פון דיסקוסיעס דא
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1999

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יום טוב »

בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:22 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 1:04 pmנישט אזוי שווער צו פיגורן איבער מיין וואינארט און חסידות, ווייס איך נאך נישט וואס דאס האט מיט אדר צו טון , יא גאנץ קרית יואל טיז דא זיך אנצונעמען פאר די עתיד פון קרית יואל, ווייל עס איז איין שטאט און עס קענען נישט קומען אפאר אינגעלייט און משנה צורה זיין די שטאט צו א נייע מציאות פון א מאדערענע מאנסי

100 פראצענט
כ'האב בלויז געשריבן מ'זאל דאס האבן אין מיינד

למשל ווען ס'קומט איינער שרייבן אויף דעם געגנט אז "ס'קען נישט קומען אפאר אינגעלייט און משנה צורה זיין די שטאט צו א נייע מציאות פון א מאדערענע מאנסי", זאל מען האבן אין מיינד אז די שרייבער ווייסט גאנץ מעגליך אפילו נישט ווי דאס געגנט איז, ווער ס'וואוינט דארט, וואס די אטמאספערע איז באמת, וויפיל חשובע אידן און רבנים וואוינען דארט, ווי ווייט אויסווארפן טרעפן זיך נישט דאס פלאץ דארט, ועוד. און די סטעיטמענט איז געבויעט אויף הוילע בלבולים פאבריצירט געווארן אן קיין שום האפט, דורך עסקנים וואס ארבעטן "בלויז לשם שמים" צו שטופן אן אגענדע.
גענוג גערעדט פון דעם ענין, איך האב שוין ארויסגעטשעקט פון דיסקוסיעס דא
מיר ווייסן זייער גוט ווער עס וואינט דארט , עס איז שוין אסאך אויסגעקומען זיך צו דרייען דארט , מיר קענען אידן וואס וואינען דארט, און מיר הערן פון אידן וואס וואינען דארט די מצב , די מרגליות ברודערס זענען עסקנים לשם שמים , און זיי וויינען אויפן מצב און זיי און נאך תושבים זאגן אז די גאנצע שטאט איז אין א סכנה , ועוד דו אליינס און דיינע חברים זאגן אויך אז די האפענונג איז אז עס זאל איינשלינגען די עקזיסטירנדע קר"י און די מציאות פון די הייליגע שטאט , פון ענקערע צייטונגען זעהט מען קלאר וואס די ענדגילטיגע ציל איז , און מיר וועלן פראבירן צו טון מה שבידינו צו ראטעווען די הייליגע שטאט מידי משבריה
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2795
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7881

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:54 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:48 pm
בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:17 pm א נחת צוריק אריינצוטשעקן דא
מ'גיבט זיך פיין אן עצה כמעט אן קיין שטער... @מערקבאר, לאז זיי פארברענגען צווישן זיך אין זייער וועלטל, ס'א שאד די קליקס פון דיין קיבאורד

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס איז מיין אבזערוואציע אויף טייל פון די ניקים (פון די מהר"א זייט) וואס האבן דא געשריבן לעצטנס
הרני מוסר מודעה, איך ווייס נישט קיינער ווער דאס איז, דאס איז געבויעט אויף מיין פערזענליכע לויטערע שפעקולאציע לויט ווי זיי האבן געשריבן דא, און נישט אויף קיין שום אינפארמאציע

משה זרח - מעגליכער תושב, אויב יא מסתם דער איינציגסטער תושב דא פון די וואס שרייבן פראו ק"י
רבותי מיר וועלן בענטשן - וואוינט נישט אין בלומינגגראוו, שטייט אפשר איין דארט פון מאל צו מאל און דרייט זיך מעגליך דארט אפטער
פישפיקלאדיין - סתם א שטארקע חסיד מהר"א - וואוינט נישט אין בלומינגגראוו
פופציגער - סתם א שטארקע חסיד מהר"א, גאנץ מעגליך קיינמאל אריינגעסטעפט עמטליך אין בלומינגגראוו
יום טוב - א געווענטליכע חסיד מהר"א
בלק - אן אינטערעסאנטע טשויס פון א ניק נעים, דרייט זיך גאנץ אפט אבער וואוינט נישט אין ב"ג, אבער פרובירט צו ווייזן אז יא פון צייט צו צייט
יום טוב - א געווענטליכע/סעמי הייסער חסיד מהר"א

אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דא שרייבט קיינער נישט פון די אזויגערופענע מהרי"י דועלק חסידים וואס זענען קעגן UJC, וואס מ'האלט זיי אין איין דערמאנען דא. זעהט אויס זיי האבן נישט קיין אינטערנעט עקסעס
ביי מיר האסטו עכ"פ גוט געזאגט... א חסיד מהר"א וואס וואוינט נישט אין בלומינגראוו, איך וואוין אין שכונת ויואל משה.
אבער אריינגעסטעפט יא, איך האב פאר א לאנגע צייט געארבעט דארט, און געדאוונט מנחה מעריב אין די לאקאלע בתי מדרשים.

די איבריגע איז דא כאטש איינס וואס איך ווייס ביסט ראונג...

אבער וואס זאלעך דיר זאגן, כגלייך דעם תמצית... איך קלער אז אנשטאט גיין ווייטער מיט דעבאטעס קען מען סתם דאס פינען, און אויטאמאטיש וועט יעדער וויסן וואס יעדער האלט...
גראדע דיר קען איך יא (זינט דו האלטס עס נישט בסוד) האב איך נישט צוגעלייגט קאפ צו בויען לויט דיינע תגובות, כ'האב פשוט נישט געוויסט דו האסט געארבעט דארט
אבער עגעין, איך בין מסתם ראנג מיט נאך ניקס (אבער טייל בין איך 100% זיכער). בעיקר איז עס אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע לכבוד חודש אדר, וואס מ'זאל נעמען אין באטראכט בשעת'ן זיך דינגען מיט איינעם..
וואלט שיין געווען זאלסט מיר קומען באגריסן.

(אגב, איך האלט עס יא פאר א סוד, אפגעזען דעם פאקט אז ס'געווען איינעמ'ס אינטערעסע צו פארשפרייטן מיין אידענטיטעט...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3788
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4858

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

בלומען האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:17 pm א נחת צוריק אריינצוטשעקן דא
מ'גיבט זיך פיין אן עצה כמעט אן קיין שטער... @מערקבאר, לאז זיי פארברענגען צווישן זיך אין זייער וועלטל, ס'א שאד די קליקס פון דיין קיבאורד

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דאס איז מיין אבזערוואציע אויף טייל פון די ניקים (פון די מהר"א זייט) וואס האבן דא געשריבן לעצטנס
הרני מוסר מודעה, איך ווייס נישט קיינער ווער דאס איז, דאס איז געבויעט אויף מיין פערזענליכע לויטערע שפעקולאציע לויט ווי זיי האבן געשריבן דא, און נישט אויף קיין שום אינפארמאציע

משה זרח - מעגליכער תושב, אויב יא מסתם דער איינציגסטער תושב דא פון די וואס שרייבן פראו ק"י
רבותי מיר וועלן בענטשן - וואוינט נישט אין בלומינגגראוו, שטייט אפשר איין דארט פון מאל צו מאל און דרייט זיך מעגליך דארט אפטער
פישפיקלאדיין - סתם א שטארקע חסיד מהר"א - וואוינט נישט אין בלומינגגראוו
פופציגער - סתם א שטארקע חסיד מהר"א, גאנץ מעגליך קיינמאל אריינגעסטעפט עמטליך אין בלומינגגראוו
יום טוב - א געווענטליכע חסיד מהר"א
בלק - אן אינטערעסאנטע טשויס פון א ניק נעים, דרייט זיך גאנץ אפט אבער וואוינט נישט אין ב"ג, אבער פרובירט צו ווייזן אז יא פון צייט צו צייט
יום טוב - א געווענטליכע/סעמי הייסער חסיד מהר"א

אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז דא שרייבט קיינער נישט פון די אזויגערופענע מהרי"י דועלק חסידים וואס זענען קעגן UJC, וואס מ'האלט זיי אין איין דערמאנען דא. זעהט אויס זיי האבן נישט קיין אינטערנעט עקסעס
איבער אייער לעצטע פאראגראף, משומר לויט נישט דורך דעם סייט

שפעטער האסטו געשריבן אז ווארשיינליך האסטו מיר געמיינט מיט דיין בליק אויף @יום טוב וויל איך וויסן וועלכע...
---------------------------------------------------------------------------------
יעדער איינער נעמט א חלק
--------------------------------------------------------------------------------
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

איז עס א לאקאלע אישו?
נאכאמאל קלארצושטעלן פאר די וואס ווילן פארדרייען,
די גאנצע נושא פון בלומינגראוו איז נישט קיין לאקאלע אישו וואס איז בלויז נוגע די פאר גאסן פון ווילעזש אף סאוט בלומינגראוו, דאס איז ווי די לאך אין שיף וואס אויב מען מאכט עס זינקט די גאנצע שיף,
בלומינגראוו איז א חלק פון קרית יואל, אויב עפעס אין דעם געגנט וועט אוועקשלעפן פון קרית יואל איז עס א סכנה פאר גאנץ קרית יואל!
ממילא איז בכלל נישט קיין חילוק צו מען וואוינט דארט אדער נישט, יעדער סאטמארער חסיד פון די גאנצע וועלט בלוטיגט אויף די מצב, און בפרט תושבי קרית יואל פון אלע שכונות, וואס זענען פרייליך און שטאלץ מיט'ן וואוינען אין די הייליגע שטאט, און ווילן פארזיכערן עתיד העיר, אט די אלע זענען מחוייב צו לאזן הערן זייער מיינוג און מלחמה צו פארזיכערן די שטאט, ס'איז זייער נאריש צו ארויסצושטעלן אלס א כאילו באשולדיגונג אז מען ווען נישט אויך ווירזזשיניע אדער דאלאס מוז מען צילאזן אוועקצישלעפן אונזער גאנצע הייליגע שטאט, און אויב וואוינט מען אויף קליף וואס איז שוין 2 מינוט אוועק אין קרית יואל קען מען שוין נישט רעדן :lol:
יעדער פון אונז פון אלע שכונות איז איינגעלאדן צו קומען העלפן באשיצן אונזער הייליגע שטאט, און נישט לאזן אוועקשלעפן אונזער הייליגע שטאט!!!
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

בילד.
פיילס
01.png
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

2
2
02.png (805.25 KiB) געזען געווארן 915 מאל
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

03.png
03.png (873.96 KiB) געזען געווארן 914 מאל
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

04.png
04.png (1.24 MiB) געזען געווארן 914 מאל
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

05.png
05.png (1.07 MiB) געזען געווארן 897 מאל
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

06.png
06.png (632.75 KiB) געזען געווארן 897 מאל
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

07.png
07.png (839.82 KiB) געזען געווארן 893 מאל
שבת אחים
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 3:15 pm
x 146

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך שבת אחים »

08.png
08.png (1.18 MiB) געזען געווארן 894 מאל
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

ס'קומט אמאל א צייט ווען א איד דארף האבן מסירת נפש פאר המשכת הדורות, יעצט איז די צייט!
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

גשמיות'דיע קארופציע אדער רוחניות'דיגע?
אונטער די קאמאניסטן אין רוסלאנד האבן ערליכע אידן זייער אסאך ארויסגעברענגט און גערעדט פון די שקר פון קאמאניזם, אסאך ליצונותא דעבודה זרה האט מען געמאכט פון די קארופציע און גניבות פון קאמאניזם,
שטעלט זיך די פראגע, ווען מען דיעלט מיט אזא מקור פון כפירה און מינות, פארוואס רעדט מען אפי' פון זייער קארופציע?.
גניבה און שקר זענען גאנץ קליינע עבירות קעגן כפירה מיט די גרעסטע פרעכהייט, אויסרייסן שולן און מקואות, ליצנות מאכן פון רבנים און ערליכע אידן וכו וכו,
נו, אויב אזוי פארוואס רעדט מען בכלל דערפון, פארוואס דערציילט מען בכלל וויאזוי זיי האבן געלאזט אויסהונגערן די רוסישע בירגער און עטליכע יחידים זענען רייך געוארן, וועם אינטרעסירט עס, זאלן אלע רוסן באגאנבעט ווערן אונזער אישו איז בלויז זייער כפירה בעיקר, נישט אזוי?!...
נאר וואס, יעדע אגענדא נגד האנושיות, נגד ד' ונגד משיחו האט אייביג געדארפט האבן א קאווער-אפ, ווען סתם מענטשן קומען און הייבן אן טוען גרויסע אקטיוויטעטן אין א געמיינדע וואס שלעפט אוועק פון די ארגינאלע גרונד פרינציפן וועט דאך קיינער דאס נישט צילאזן,
ממילא אין יעדע פלאץ אין דער וועלט ווי מענטשן האבן געוואלט עוקר זיין די תורה אדער בגשמיות באגנבענען דעם ציבור האבן זיי געמוזט פארשטעלן א צווייטע גן עדן'דיגע פיקטשער וואס זיי ווילן אהערשטעלן, אריינדרייען די אומוויסנדע מאסן אינעם רייץ פונ'ם נייעם גן עדן, און דערנאך קען מען טוהן מיט'ן עולם וואס מען וויל ווייל יעדער גייט דיר נאך כצאן לטבח וועלנדיג געניסן פונ'ם נייעם גן עדן,
קאמאניזם האט בלויז געקענט מצליח זיין וויבאלד די מיליאנען רוסן האבן זיך איינגערעדט אז מען גייט אויסמעקן ארימקייט, האס, ווייטאגן וכדו' און אזוי האט מען אריינגעברענגט די גרעסטע שקר פון קאמאניזם וואס האט ליידער געכאפט כמעט די גאנצע אידישע יוגענט, און דערנאך איז שוין געוועהן א קאצן שפרינג צו אויסמעקן די תוה"ק וואס זיי האבן אהערגעשטעלט ווי כאילו דאס איז א שטער פונ'ם גן עדן ווי מען קען אנקומען וויבאלד ערליכע אידישקייט ציטיילט דאס פאלק,
אין אזא פאל דארפן די מאורי הדור נישט בלויז רעדן איבער אמונה, שמירת התורה, וויבאלד די יוגענט איז ליידער שיכור און קען אפי' נישט הערן, זיי האלטן אינמיטן חלומ'ען פונ'ם גן עדן ווי זיי גייען אנהייבן צו לעבן און סיי וואס דו זאגסט איבער שמירת התורה ווערט אוועקגעשטיפט אויב נישט במכוון איז עס סוב-קאנטשעס וויבאלד זיי זעהען 1 זאך די דמיון פון א הערליכע וועלט ווי מען קען לעבן, און וואס דו זאגסט איז קיין חילוק וויבאלד 1 זאך איז זיכער אז דאס גייט שטערן די נייע קאמאנסיטישע גן עדן ממילא וויל איך נישט הערן דערפון.
וואס טוען קלוגע ערליכע אידן, זיי הייבן אן רעדן פון די שקר וואס ליגט אונטער קאמאניזם, די ליגנטס פון די נייע גן עדן, זיי ווייזן אויף אז דאס איז בלויז א פריוו פון יחידים דיר איינצורעדן כדי צו קענען אוועקשלעפן די גאנצע לאנד אין א נייע דירעקציע פאר זייערע פריוואטע אינטערעסן, זיי וועלן אנפילן די טאשן און די יחידים וועלן בלייבן פארארעמט און אויסגיין פאר הונגער אינעם רוסישן גן עדן וכו',
דער ערליכער איד וואס רעדט פון די אויסגיין פאר הונגער, איז דען דאס זיין נקודה? ניין! ער וויל נאר ציברעכן די בלינדע דמיון און שקר'דיגע האפענונג, יעצט ווען דער יוגנטליכער איז ארויס פון שקר קען מען אנהייבן רעדן צו אים אמונה, שמירת התורה, וואס בעפאר האסטו עס נישט געקענט טוהן ווילאנג די שיכרות האט געארבעט.
ווען מען קוקט גוט צוריק וויאזוי האט מען געקענט נעמען א געגנט וואס איז געוועהן אזוי פשוט אז ס'איז א חלק פון די הרחבת גבולי הקדושה פון קרית יואל, און אנהייבן אריינטראגן דעם עולם אין א נייע דמיון פון עיר ואם בישראל המעטירה, מיט א נייע אין עוד מלבדו'דיגע לאגא?
ווען מען קוקט אריין דערין זעהט מען אז פון די ערשטע מינוט האבן די אנפירער גערעדט כסדר וויפל קארופציע ס'איז דא אין קרית יואל, מחלוקת, וכו' און אין די הערליכע שטאט בלומינגראוו המעטירה איז יעדער באחדות, נישט דא קיין זכר פון קארופציע, זיי האבן אהערגעשטעלט א בילד אז די אנפירער לויפן יעדן יאר פאר וואלן און זיי זענען גרייט תיכף צו רעזיגנירן אויב זיי פארלירן, אזש איינער פון די אנפירער האט זיך געאייסערט אז געוויסע האבן פארגעשלאגן צו מאכן די UJC וואלן יעדע צווייטע יאר, אבער ער האט געזאגט אויב דאס וועט זיין פארמאכט ער די UJC, דא איז בלויז דא ישרות און גראדקייט אויפ'ן העכסטן לעול אזש משיח פון ווארשא וועט אנקומען פון אונזער הערליכע געגנט ווי יעדער איז באליבט.
מיט אט די ריזיגע שקר פון אזויגערופענע ישרות\ אנטי קארופציע\ און אחדות ווי לאנג יענער שטייט דיר נישט אין וועג... האט מען פראבירט אויסרייסן די הייליגע נאמען און מסגרת קרית יואל פון בלומינגראוו.
ממילא ווען דו ווילסט רעדן פון קדושת השם והמסגרת של קרית יואל, איז נישט גענוג בלויז צו רעדן פון די קדושה און זכי' וויבאלד געוויסע פון די מאסן זענען יעצט בעת שיכרות, זיי דמיונ'ען נאך פון אן הערליכע בלומינגראוו וואס קען צישטערט ווערן פון די מאנסטערישע קרית יואל רח"ל, זיי ווייסן און כאפן נישט וויאזוי די גאנצע זאך איז אן אויפגעבלאזענע ליגנט, מען האט ציגענימען די "עכטע" ווילעזש וואוטס און עס ריפלעיסד מיט נארישע וואוטס פון א פאפיר ארגאנעזאציע, מען האט געטוישט די זאונינג בגניבה אנדערש ווי די רעזולטאטן פון די וואוטס אין זמיגראד ביהמ"ד, מען ווייזט דיר אויף וויפל שקר ס'ליגט אין די גאנצע קינדערישע בנין נערים'דיגע הנהגה, דאס העלפט ציברעכן די דמיון,
ביזט נישט אזא פארלירער פון די הייליגע נאמען קרית יואל, בלומינגראוו איז נישט אזוי גוט, ציטער נישט עס צו פארלירן, מען האט סך הכל געמאכט דאס גענאר פון דיר ווען מען האט דיר איינגערעדט אז דא איז משיח אין ווארשא, דא איז אלעס אזוי רויזיג,
און יעצט ווען דער מענטש פארשטייט דאס לאזט נאך די שקר און שיכרות פון עיר המעטירה, קען מען בעסער הערן די דברי אמת, פון עיר הקודש קרית יואל!!
דערפאר איז גאר וויכטיג אויפציווייזן יעדע שקר און קארופציע און ווען די שקר וועט אונטערגיין וועט נתגלה ווערן די אמת וואס איז אור ד' וצדיקיו הקדושים מייסד העיר וזכותו הגדול יגן עלינו!!
כתב וקול
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 194
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:35 pm
Location: ניו יארק
x 82

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך כתב וקול »

0050e63f-c6bc-467c-a9d3-824a5c2344c3.jpeg
0050e63f-c6bc-467c-a9d3-824a5c2344c3.jpeg (230 KiB) געזען געווארן 762 מאל
רבותי מיר וועלן בענטשן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 263
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:23 pm
x 728

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך רבותי מיר וועלן בענטשן »

פאר די אלע וואס פרעגן מיר פריוואט וואס איז דאס די משיח פון ווארשא, וועל איך ארויפלייגן אן אויסצוג פון די ספינע (אנדערע רופן עס: די שטומע פון עיר ואם בישראל המעטירה),
געשריבן געווארן ווען די מאוומענ"ט איז נאך געוועהן בתוקפו, פאריגע יאר ווינטער, מען זעהט דארט די הערליכע סטופידיטי און רויזן גארטן פון בלומינגראוו המעטירה אין וואס מען האט אריינגעדרייט און משוגע געמאכט דעם ציבור פאר יארן:
פיילס
Capture.JPG
יונה טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 pm
x 203

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך יונה טויב »

איי דאס איז א גוטע בריוו צו זיין פאבליק, ייש"כ.
מערקבאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 56
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק פעברואר 10, 2024 9:36 pm
x 25

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך מערקבאר »

הויכע בלוט-דרוק ווייזט זיך ארויס פון די שרייבעריי פון די אינוואדירער וואס זיכן מיט זייער ציין און נעגל צו אנעקסירן דעם עואב"י בלומינג גראוו, עס ווייזט אויף גיטע צייכענעס איבער זייער מאוומענט אז עס לויפט אויס פון לופט,
בלק
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:48 am
x 150

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך בלק »

מערקבאר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 8:52 pm הויכע בלוט-דרוק ווייזט זיך ארויס פון די שרייבעריי פון די אינוואדירער וואס זיכן מיט זייער ציין און נעגל צו אנעקסירן דעם עואב"י בלומינג גראוו, עס ווייזט אויף גיטע צייכענעס איבער זייער מאוומענט אז עס לויפט אויס פון לופט,
די וויץ אז עס איז דרויסענדיגע העצער האט זי געענדיגט א יאר צירוק ביי די וואלן
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 163

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:32 pm פאר די אלע וואס פרעגן מיר פריוואט וואס איז דאס די משיח פון ווארשא, וועל איך ארויפלייגן אן אויסצוג פון די ספינע (אנדערע רופן עס: די שטומע פון עיר ואם בישראל המעטירה),
געשריבן געווארן ווען די מאוומענ"ט איז נאך געוועהן בתוקפו, פאריגע יאר ווינטער, מען זעהט דארט די הערליכע סטופידיטי און רויזן גארטן פון בלומינגראוו המעטירה אין וואס מען האט אריינגעדרייט און משוגע געמאכט דעם ציבור פאר יארן:
very nice and good point
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 390

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך לייבל פריש »

בלק האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 12:51 am
מערקבאר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 8:52 pm הויכע בלוט-דרוק ווייזט זיך ארויס פון די שרייבעריי פון די אינוואדירער וואס זיכן מיט זייער ציין און נעגל צו אנעקסירן דעם עואב"י בלומינג גראוו, עס ווייזט אויף גיטע צייכענעס איבער זייער מאוומענט אז עס לויפט אויס פון לופט,
די וויץ אז עס איז דרויסענדיגע העצער האט זי געענדיגט א יאר צירוק ביי די וואלן
אפילו עס איז דא ווער עס זוכט אפשר צי האב די גענגט אלס ק"י צוליב וואס זיי ווילן עס האבן אינטער די הענט איז אבער קלאר אז די עיקר וויי געשריי קומט פון די ערנסטע ציבור תושבים פון דארט וואס ווילן נישט אז די מחנה מגושמים זאלן געוועלטיגן און מגשם זיין די פלאץ ווי א מאנסי
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
קמיאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:41 pm
x 49

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך קמיאל »

רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 6:32 pm פאר די אלע וואס פרעגן מיר פריוואט וואס איז דאס די משיח פון ווארשא, וועל איך ארויפלייגן אן אויסצוג פון די ספינע (אנדערע רופן עס: די שטומע פון עיר ואם בישראל המעטירה),
געשריבן געווארן ווען די מאוומענ"ט איז נאך געוועהן בתוקפו, פאריגע יאר ווינטער, מען זעהט דארט די הערליכע סטופידיטי און רויזן גארטן פון בלומינגראוו המעטירה אין וואס מען האט אריינגעדרייט און משוגע געמאכט דעם ציבור פאר יארן:
איינער האט מיר געשיקט א לינק צו די ארגינעלע בריוו אונטערגעשריבן מיט א נאמען
https://www.ujcbg.org/warsaw-airport/
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

קמיאל האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 8:32 am

די קענסט אויך אפיר ברענגען די שטימע אז דא איז די איינציגסטע פלאטץ וואס מען העכרט נישט קיין ווילידזש טעקס??
א איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:57 pm
x 67

Re: נייעס פון בלומינגראוו, קרית יואל

פאוסט דורך א איד »

אדער אז דא טוט מען נאר זאכען נאכן זיך אויסשמוסען מיטן ציבור?
שרייב פאוסט