מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
א גוטע וואך.
איך האף צו קענען דא פאוסטען בילדער און אפדעיטס פון מיין רייזע צו עטליכע מערב אפריקאנע לענדער, וואס מענטשן גייען געווענליך נישט אהין אלץ טוריזם.
קודם וועל איך מאכן א קורצע באזוך אין פארטוגאל, וואס דאס וועט זיין מיין 47'סטע לאנד צו באזוכן. איך האף צו קענען ארומגיין אין די שטאט ליסבון.
דערנאך וועט מען פארן צו די שטאט Bissau וואס געפונט זיך אין די לאנד גינע-ביסע Guinea-Bissau.
פון דארט איז דא צוויי פלענער אויפן טיש, וועט מען מוזן זען וואס דער אייבערשטער וועט צופירן.
די איצטיגע רייזע איז נישט מטעם קיין שום מאגאזין וכדו' בלויז פארן לשם דיסקאווערן. אין אמת'ן אריין האב איך געהאט א פלאן צו פארן לשם דיסקאווערן צו עטליכע מוסלמענישע לענדער אין אזיע נאך אין נאוועמבער, נאר צוליב די מצב האב איך עס געקענסעלט דאן. און אנשטאט געבוקט די יעצטיגע טריפ. די לענדער ווי איך פלאן צו גיין איז נישט אנדערש די מצב צוליב די מלחמה, לכאורה ווייסן זיי נאכנישט אז עס איז דא א מלחמה, אזוי צוריקגעבליבן זענען זיי...
די הכנות האט שוין אריינגעשלעפט אין היבשע הוצאות מער ווי א געווענליכע רייזע, ווי למשל די יעלאו פיווער וואקסין. ווי אויך האב איך גענומען אנטי מאלעריע טאבלעטס, וואס דאס צו באקומען האב איך געמוזט גיין צו א דאקטאר און צאלן פאר די וויזיט.

Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
אה! דאס שיינט צו זיין אינטערסאנט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3625
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
ווי קענט וועיט!
- שעפטל נחום
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 43
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:24 pm
- x 39
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
אונז שפאנען מיט ווארטונג און מיט א גראדע רוקן.
שיס!.
שיס!.
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 201
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 265
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
קוקט אויס אינטערעסאנט, מיר ווארטן.
וועלכע @יואל לעבאוויטש לעיקוואד איז דאס?

כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
באזוכט אין ליסבאן, יעצט אין עירפארט פאר מיין פלייט צו גינע-ביסאו, מיט א סטאפ אין מאראקא.
ליסבאן, האט געהאט אן ערדציטערניש עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס עס האט אינגאנצען חרוב געמאכט די שטאט און אלעס איז ניי, פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אנדערש ווי אנדערע גרויסע אלטע אייראפע'אישע שטעט ווי עס איז דא היסטאריע פון מער פון 200 יאר.
איך ווייס נישט ווי אזוי ארויפצולייגן ווידיאס, אז איינער וויל זיך מנדב זיין און עס כשר'ן, אדרבה.

- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 121
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
לייגסט די ווידיאוס אויף סטאטוס? וואלסט געפאוסט דיין וואטסעפפ לינק אז מען זאל קענען מיט האלטן דיין סטאטוס?יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 12:24 pm באזוכט אין ליסבאן, יעצט אין עירפארט פאר מיין פלייט צו גינע-ביסאו, מיט א סטאפ אין מאראקא.
ליסבאן, האט געהאט אן ערדציטערניש עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס עס האט אינגאנצען חרוב געמאכט די שטאט און אלעס איז ניי, פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אנדערש ווי אנדערע גרויסע אלטע אייראפע'אישע שטעט ווי עס איז דא היסטאריע פון מער פון 200 יאר.
איך ווייס נישט ווי אזוי ארויפצולייגן ווידיאס, אז איינער וויל זיך מנדב זיין און עס כשר'ן, אדרבה.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2284
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
מיר ווארטן מיט געדולד.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנע לענדער
איך האב געלייגט אויף סטעטוס, איך מוז מודה זיין אז איך האב געמיינט אז עס וועט זיין גרינגער. אינטערנעט איז נישט ווי אין אמעריקע, און עס איז זייער שווער צו זיין קאנעקטעד אויף די וועג. ווען איך בין אנגעקומען אין האטעל, האב איך געמוזט טון קודם אנדערע זאכן, אבער איך האב געלייגט עפעס. אויך איז אייביג גוט צו לייגן מיט א דילעי אויף סיי וועלכע אינטערנעט פלאטפארמע, אלץ א באווארענונג, אין אזאלכע פלעצער.פישל שווארץ האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 2:42 pmלייגסט די ווידיאוס אויף סטאטוס? וואלסט געפאוסט דיין וואטסעפפ לינק אז מען זאל קענען מיט האלטן דיין סטאטוס?יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 12:24 pm באזוכט אין ליסבאן, יעצט אין עירפארט פאר מיין פלייט צו גינע-ביסאו, מיט א סטאפ אין מאראקא.
ליסבאן, האט געהאט אן ערדציטערניש עטליכע הונדערט יאר צוריק, וואס עס האט אינגאנצען חרוב געמאכט די שטאט און אלעס איז ניי, פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר. אנדערש ווי אנדערע גרויסע אלטע אייראפע'אישע שטעט ווי עס איז דא היסטאריע פון מער פון 200 יאר.
איך ווייס נישט ווי אזוי ארויפצולייגן ווידיאס, אז איינער וויל זיך מנדב זיין און עס כשר'ן, אדרבה.
מיין טעלעפאן נומבער איז זיבן-איין-אכט,צוויי-נול-זיבן-צוויי-נול-זיבן-דריי
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
יעצט האלט איך שוין אין מיין פופציגסטע לאנד, גאמביע. ברוך השם. אריינצוגיין אין מיין פופציג'סטע לאנד קען איך זאגן איז געווען די שווערסטע, די וויזע פראסעס, די דורך נישטערנדיג מיין בעגס אין מיך פערזענליך פאר דראגס, האב איך נאך קיינמאל נישט געהאט.
ווי אויך איז דא געווען די ערשטע מאל, וואס אן אימיגראציע אפישעל האט געזוכט צו באקומען פון מיר געלט פאר זיין טאש, אבער פון ליינענדיג אסאך דערוועגן האב איך געוואוסט ב"ה ווי אזוי עס צו באהאנדלען, אבער למעשה איז שחמט געווען פאר אים און ער האט געמאכט געלט פון מיר דורך א צווייטע וועג, ועוד חזון למועד עס צו באשרייבן. (נישט דורך מיר באגנבענען פערזענליכע חפצים).
ווי אויך איז דא געווען די ערשטע מאל, וואס אן אימיגראציע אפישעל האט געזוכט צו באקומען פון מיר געלט פאר זיין טאש, אבער פון ליינענדיג אסאך דערוועגן האב איך געוואוסט ב"ה ווי אזוי עס צו באהאנדלען, אבער למעשה איז שחמט געווען פאר אים און ער האט געמאכט געלט פון מיר דורך א צווייטע וועג, ועוד חזון למועד עס צו באשרייבן. (נישט דורך מיר באגנבענען פערזענליכע חפצים).
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
און גאמביע האב איך איבערגענכטיגט אין א גאנץ נארמאלע האטעל. די קומענדיג צופרי האב איך באזוכט די שטאט בענדזשאל, דאס איז די הויפט שטאט.
שפעטער נאכמיטאג האב איך גענומען א פלייט פון בראסלעס ערליינס צו די שטאט קאנאקרי אין גיונע. דארט האב איך מיט געהאלטן ווי א הויכראנגיקע אפיציר האט קיין שום פראבלעם צו נעמען געלט, ווען ער זעט אז קיינער קוקט נישט.
איך בין געפארן דאן מיט א מאטאר בייק צו א האטעל, וואס 7:00 צופרי פונקטליך האט זיך די לעקטער אויסגעלאשן. אין עירפארט אליינס איז אויך געווען א בלעקאוט פאר עטליכע מינוט. דאס איז זייער נארמאל דארט.
די קומענדיגע טאג בין איך געפארן מיט א פליגער צו דאקאר, סענאגעל. די שטאט האט מיר דערמאנט פון שטעט אין מאראקא. עס איז זייער ענליך, און איך פיל איך וואלט געקענט דארט אליינס דרייווען, פונקט ווי איך האב געטוען אין מאראקא.
דאנערשטאג צופרי בין איך אהיימגעקומען קיין ניו יארק.
שפעטער נאכמיטאג האב איך גענומען א פלייט פון בראסלעס ערליינס צו די שטאט קאנאקרי אין גיונע. דארט האב איך מיט געהאלטן ווי א הויכראנגיקע אפיציר האט קיין שום פראבלעם צו נעמען געלט, ווען ער זעט אז קיינער קוקט נישט.
איך בין געפארן דאן מיט א מאטאר בייק צו א האטעל, וואס 7:00 צופרי פונקטליך האט זיך די לעקטער אויסגעלאשן. אין עירפארט אליינס איז אויך געווען א בלעקאוט פאר עטליכע מינוט. דאס איז זייער נארמאל דארט.
די קומענדיגע טאג בין איך געפארן מיט א פליגער צו דאקאר, סענאגעל. די שטאט האט מיר דערמאנט פון שטעט אין מאראקא. עס איז זייער ענליך, און איך פיל איך וואלט געקענט דארט אליינס דרייווען, פונקט ווי איך האב געטוען אין מאראקא.
דאנערשטאג צופרי בין איך אהיימגעקומען קיין ניו יארק.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
עטליכע האבן מיר געפרעגט פארוואס פונקט די לענדער יעצט, די ענטפער אין קורצן איז, אויב האט מען א ציל אלץ א האבי צו באזוכן יעדע לאנד אין די וועלט, איז די צייט צו באזוכן יענע לענדער ווי אינגער מען איז. איך קען מיך נישט זען אלץ זעכציג יאר צו מאכן אזא רייזע. דאס מוטשעט גוט אויס. מען ווערט אויפגעשאקעלט. ווי אויך איז דא דארט אסאך מחלות, און ווען די אימיון סיסטעם איז שוואכער איז עס מער איינגעשטעלט. איך האב געדארפט נעמען א יעלאו פיווער וואקסין און אנטי מאלעריע מעדיקעישאן, אלץ באווארענונג.
ווידער פארן אין דובאי אדער סאוט אפריקע למשל, קען מען אפילו אלץ אן אכציג יעריגע אי"ה.
ווידער פארן אין דובאי אדער סאוט אפריקע למשל, קען מען אפילו אלץ אן אכציג יעריגע אי"ה.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3625
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
ר' יואל, יעצט אז איר זענט שוין אהיים געקומען בשעה טובה, רוהט אייך גוט אויס, אבער איינמאל איר קומט שוין אביסל צו זיך פארגעסט נישט פון אייערע ברודער דא אויף אידטיש. ביטע קומען מיט פרטים און בילדער פון אייערע אינטערסאנטע נסיעה.
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 929
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1234
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
קומט א המשך?יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 6:46 pm עטליכע האבן מיר געפרעגט פארוואס פונקט די לענדער יעצט, די ענטפער אין קורצן איז, אויב האט מען א ציל אלץ א האבי צו באזוכן יעדע לאנד אין די וועלט, איז די צייט צו באזוכן יענע לענדער ווי אינגער מען איז. איך קען מיך נישט זען אלץ זעכציג יאר צו מאכן אזא רייזע. דאס מוטשעט גוט אויס. מען ווערט אויפגעשאקעלט. ווי אויך איז דא דארט אסאך מחלות, און ווען די אימיון סיסטעם איז שוואכער איז עס מער איינגעשטעלט. איך האב געדארפט נעמען א יעלאו פיווער וואקסין און אנטי מאלעריע מעדיקעישאן, אלץ באווארענונג.
ווידער פארן אין דובאי אדער סאוט אפריקע למשל, קען מען אפילו אלץ אן אכציג יעריגע אי"ה.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 121
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
איז נישט דא וואס צו מורא האבן פון פליען מיט יענע פליגער?יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 6:40 pm און גאמביע האב איך איבערגענכטיגט אין א גאנץ נארמאלע האטעל. די קומענדיג צופרי האב איך באזוכט די שטאט בענדזשאל, דאס איז די הויפט שטאט.
שפעטער נאכמיטאג האב איך גענומען א פלייט פון בראסלעס ערליינס צו די שטאט קאנאקרי אין גיונע. דארט האב איך מיט געהאלטן ווי א הויכראנגיקע אפיציר האט קיין שום פראבלעם צו נעמען געלט, ווען ער זעט אז קיינער קוקט נישט.
איך בין געפארן דאן מיט א מאטאר בייק צו א האטעל, וואס 7:00 צופרי פונקטליך האט זיך די לעקטער אויסגעלאשן. אין עירפארט אליינס איז אויך געווען א בלעקאוט פאר עטליכע מינוט. דאס איז זייער נארמאל דארט.
די קומענדיגע טאג בין איך געפארן מיט א פליגער צו דאקאר, סענאגעל. די שטאט האט מיר דערמאנט פון שטעט אין מאראקא. עס איז זייער ענליך, און איך פיל איך וואלט געקענט דארט אליינס דרייווען, פונקט ווי איך האב געטוען אין מאראקא.
דאנערשטאג צופרי בין איך אהיימגעקומען קיין ניו יארק.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
שכח פאר די ווארימע ווערטער, און די אלע לייקס פון די אלע ליינער דא.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 8:09 pm ר' יואל, יעצט אז איר זענט שוין אהיים געקומען בשעה טובה, רוהט אייך גוט אויס, אבער איינמאל איר קומט שוין אביסל צו זיך פארגעסט נישט פון אייערע ברודער דא אויף אידטיש. ביטע קומען מיט פרטים און בילדער פון אייערע אינטערסאנטע נסיעה.
לגבי זיך אויסרוען, ב"ה דער אייבערשטער האט מיך געגעבן א מתנה, און איך בין א גרינגער רייזענדער. איך האב געלאנדעט 8:30 דאנערשטאג צופרי, געפארן פון JFK צו לעיקוואד מיט פאבליק טראנספארטאציע, סאבוועי און ניו דזשערסי טרענסיט. דאנערשטאג מיטאג בין איך שוין געווען אויף מיין רעגולער סקעדזשול.
די איינציגסטע חילוק פון א געווענליכע וואך, אז שבת צופרי בין איך אויפגעשטאנען צוויי שעה שפעטער פון געווענליך. נישט געזארגט, עס איז נאך געווען בערך 2 שעה פאר סוזק"ש....
ניין, איך בין נישט געפלויגן ביזנעס קלעס, נאר עקאנאמי.
נאך א זאך וואס איך וויל ארויסברענגען דא, ביי מיר איז די חלק פוו באזוכן א פלאץ, ווי מען רופט עס שוין די נעילת החג. ביי א געווענליכע נייע טריפ, וועל איך טוען ריסערטש און ליינען וועגן די היסטאריע פון די פלאץ שוין חדשים פארדעם, דאס איז א גרויסע חלק פון די הנאה. די פארן אליינס איז ווי מען זאגט די שפיץ פון די הנאה פון די רייזע. נאכ'ן לאנדען צוריק אין אמעריקע, סעיוו איך געווענליך אלעס אין א דידזשיטעל פאלדער און איך וועל שוין נישט זיין אינטערסירט איבער די פלאץ. איך טראכט שוין פון די קומענדיגע רייזע.
חוץ אויב איך דארף שרייבן אן ארטיקל דערויף, און אויב מיינע קינדער ווילן עס דורכקוקן.
ביי די יעצטיגע רייזע האב איך געלייגט מער בילדער אויף סטעטוס ווי געווענליך, פשוט ווייל מען האט מיר געבעטן, און אז איך זעה אז מענטשן האבן הנאה געהאט פון פאריגע טריפס, דאן פארוואס נישט.
מיך ציט געווענליך בעיקר אידישע היסטאריע, אדער אידישע קהילות וואס גייט נאך אן. אין א מאסק אדער תיפלה וויל איך נישט אריינגיין אדער מאכן בילדער פון אינדרויסן אפילו, חוץ אויב עס האט עפעס א שייכות מיט אידישע היסטאריע. ווי למשל די מאסק וואס מען זאגט אז דער אור החיים הק' האט דארט באוויזן א מופת. עס איז אין איסטאנבול. וואס דארט בין איך אריין. זיך אויסגעטוען די שיך וכו'.
ספארט אקטיוויטיס רעדט נישט צו מיר צו סאך, איך מאך כמעט נישט קיין הייקס. אפשר 10 הייקס געמאכט דורכאויס מיין גאנצע לעבן.
אפילו נעטשור איז נאר אינטערסאנט פאר מיר פאר א קורצע צייט ממש, למשל ניאגרא פאלס, איז מיר אזוי נישט אינטערסאנט מער, אבער איך וועל פארן אהין נאכאמאל צוליב מיין משפחה.
א פרעמדער גוישער טוריסט קען געווענליך שפירן די לאקאלע קולטור, דורך עסן אין רעסטאוראנטס און פארברענגן, וואס פארשטייט זיך אליינס אז איך אלץ איד, איז עס נישט שייך.
בלייבט מיר נאר אבער די ארומפארן מיט לאקאלע טראנספארטאציע און ארום שפאצירן אין שטעט וואס איך פיל סעקיורד עס צו טוען.
איך אנטשולדיג מיר פאר די דילעי, איך בין פשוט געווען צו ביזי די פארגאנגענע וואך.
און ווי אויך ווען איך האב עפעס ליידיג צייט, קוק איך שוין פאר מיין נעקסטע עדווענטשור רייזע, וואס איך האף אונטערצונעמען קיין סאוט איסט אזיע, די וואך פון ל"ג בעומר, אינאיינעם מיט ארויפגיין קיין מירון ל"ג בעומר.
מען דארף נאר האפן אז די מצב זאל בלייבן אזוי ווי יעצט אדער אפילו ווערן בעסער.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
פון די איינציגסטע צייטן, וואס איך האב געשפירט א שטיקל פחד איז געווען ווען איך בין געפארן 30 מפ"ש אויף א מאטארסייקל (פשוט איך בין נישט געוואוינט צו א מאטארסייקל), און ביים ארויפגיין אויף די Mauritania Airlines פליגער. אבער ברוך השם דער אייבערשטער היט אייביג.פישל שווארץ האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:14 pmאיז נישט דא וואס צו מורא האבן פון פליען מיט יענע פליגער?יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 6:40 pm און גאמביע האב איך איבערגענכטיגט אין א גאנץ נארמאלע האטעל. די קומענדיג צופרי האב איך באזוכט די שטאט בענדזשאל, דאס איז די הויפט שטאט.
שפעטער נאכמיטאג האב איך גענומען א פלייט פון בראסלעס ערליינס צו די שטאט קאנאקרי אין גיונע. דארט האב איך מיט געהאלטן ווי א הויכראנגיקע אפיציר האט קיין שום פראבלעם צו נעמען געלט, ווען ער זעט אז קיינער קוקט נישט.
איך בין געפארן דאן מיט א מאטאר בייק צו א האטעל, וואס 7:00 צופרי פונקטליך האט זיך די לעקטער אויסגעלאשן. אין עירפארט אליינס איז אויך געווען א בלעקאוט פאר עטליכע מינוט. דאס איז זייער נארמאל דארט.
די קומענדיגע טאג בין איך געפארן מיט א פליגער צו דאקאר, סענאגעל. די שטאט האט מיר דערמאנט פון שטעט אין מאראקא. עס איז זייער ענליך, און איך פיל איך וואלט געקענט דארט אליינס דרייווען, פונקט ווי איך האב געטוען אין מאראקא.
דאנערשטאג צופרי בין איך אהיימגעקומען קיין ניו יארק.
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 998
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
- Location: צווישן די קארטאפל
- x 1606
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
נאך איינער האט א תאווה צו דזשוינען אמאל א נסיעה מיט @יואל לעבאוויטש לעיקוואד ?
אפשר מאכמיר אזא אידטיש נסיעה צו די הרי אררט?
אפשר מאכמיר אזא אידטיש נסיעה צו די הרי אררט?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 121
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3625
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
וואס ברויך מען מיטנעמען צו אזא נסיעה?
ס'גייט זיין א שטארקע התעוררות? נח'ס ציון?
ס’איז איש וביתו?
מ'בלייבט שוין דארט וואוינען?
קרן חתנים גייט מאכן א גורל אויף כאטשיג איין טיקעט?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:05 am
- Location: Traveling Around
- x 233
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
איך ווייס נישט אויב די מיינסט עס ערענסט צו א וויץ, אבער איך וועל ענטפערן.
איך ענדזשוי solo travel איך האב עס פרובירט איינמאל עטליכע יאר צוריק, און זייט דענמאלטס האק איך שטיקער, מען קען גרינגער פלאנירן און מען דארף זיך נישט רעכנען מיט אנדערע. און נישט ווארטן ווען יענער איז גרייט אדער יענער גייט האבן א בעבי וכו'.
עס קומט מיר אויס ביליגער די טיקעטס ווייל איך קען קויפן גענוג פרי, לויט מיין סקעדזשול. דאס ביסל וואס די האטעל און די ארומגיין קאסט מער ביים פארן אליינס, שפאר איך מיר געווענליך ביי די טיקעט.
ממילא פאר מיר צו פארן מיט אנדערע אפילו למשל מיט א נאנטע משפחה וועל איך נאר אויב איך האב א ריכטיגע אינסענטיוו. (חוץ מיט די אייגענע שטוב און קינדער). איך בין גענוג געפארן מיט אנדערע די לעצטע עטליכע יאר, אבער כנ"ל.
לגבי נח'ס תיבה, איך האב שוין אריינגעקוקט דערין אמאל, אבער לענ"ד העני' איז עס שטותים. סתם קריכן בערג אן קיין ציל איז נישט פאר מיר. איך בין שוין ארויף גענוג בערג. למשל פון אהרן הכהן'ס קבר, אדער דארט ווי מען זאגט אין סאודי אראביע אז עס איז בארג סיני.
ביי אהרן הכהן האט די אייזל מיר נישט ליב געהאט, ער האט געהאט זייער א שטארקע און גערעכט טענה אז איך האב צוסאך געגעסן אין מיין לעבן און נישט איבערגעלאזט די עסן פאר זיי...., און עס האט זיך אנגעזען אויף מיר... ממילא האט ער מיך געמאכט גיין צו פיס. אז פאר די אייזל איז שווער מיך ארויפצושלעפן, א ק"ו פאר א מענטש...
נישט קיין וואונדער, אז הייקס איז נישט פאר מיר...
איך האף צו גיין איין טאג צו די בארג סיני פון מצרים אי"ה.
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
איך האב עס געמיינט סעמי ערנסט, הלואי קען מען עס מאכן.יואל לעבאוויטש לעיקוואד האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 12:57 pmאיך ווייס נישט אויב די מיינסט עס ערענסט צו א וויץ, אבער איך וועל ענטפערן.
איך ענדזשוי solo travel איך האב עס פרובירט איינמאל עטליכע יאר צוריק, און זייט דענמאלטס האק איך שטיקער, מען קען גרינגער פלאנירן און מען דארף זיך נישט רעכנען מיט אנדערע. און נישט ווארטן ווען יענער איז גרייט אדער יענער גייט האבן א בעבי וכו'.
עס קומט מיר אויס ביליגער די טיקעטס ווייל איך קען קויפן גענוג פרי, לויט מיין סקעדזשול. דאס ביסל וואס די האטעל און די ארומגיין קאסט מער ביים פארן אליינס, שפאר איך מיר געווענליך ביי די טיקעט.
ממילא פאר מיר צו פארן מיט אנדערע אפילו למשל מיט א נאנטע משפחה וועל איך נאר אויב איך האב א ריכטיגע אינסענטיוו. (חוץ מיט די אייגענע שטוב און קינדער). איך בין גענוג געפארן מיט אנדערע די לעצטע עטליכע יאר, אבער כנ"ל.
לגבי נח'ס תיבה, איך האב שוין אריינגעקוקט דערין אמאל, אבער לענ"ד העני' איז עס שטותים. סתם קריכן בערג אן קיין ציל איז נישט פאר מיר. איך בין שוין ארויף גענוג בערג. למשל פון אהרן הכהן'ס קבר, אדער דארט ווי מען זאגט אין סאודי אראביע אז עס איז בארג סיני.
ביי אהרן הכהן האט די אייזל מיר נישט ליב געהאט, ער האט געהאט זייער א שטארקע און גערעכט טענה אז איך האב צוסאך געגעסן אין מיין לעבן און נישט איבערגעלאזט די עסן פאר זיי...., און עס האט זיך אנגעזען אויף מיר... ממילא האט ער מיך געמאכט גיין צו פיס. אז פאר די אייזל איז שווער מיך ארויפצושלעפן, א ק"ו פאר א מענטש...
נישט קיין וואונדער, אז הייקס איז נישט פאר מיר...
איך האף צו גיין איין טאג צו די בארג סיני פון מצרים אי"ה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: מיין רייזע צו מערב אפריקאנער לענדער
פאר מיר עם הארץ, ווער איז ר' @יואל לעבאוויטש לעיקוואד?
ואתכם הסליחה
ואתכם הסליחה
ברויכט איר א VISA (ויזה) אין ארץ ישראל?
קומט אריין אין אישי.
אדער שיקט אן אימעיל צו ws103954@gmail.com