סקווירא: נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

היינט נאכט 9:15 וועט פארקומען די קרי"ש ליינען און חלוקת מטבעות דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א לרגל שמחת לידת הבן ביים אייניקל הרב יעקב יוסף בן הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א, דערנאך וועט פארקומען די מסיבת לקח ולחיים אין שטוב פון די בעל שמחה

12:00 ביי חצות וועט די רבי שליט"א אריינקומען צום סעודת וואך נאכט

מארגן מיטוואך וועט די רבי שליט"א דאווענען 8:30 פריער ווי געווענליך צוליב דעם וואס די זיידע האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט דינען אלס סנדק ביים ברית קערט זיך צוריק קיין ארה"ק אין די פארמיטאג שעה'ן, נאכן דאווענען וועט פארקומען דריי ברית'ן מאנ"ש, נאכן ברית וועט פארקומען די לקח ולחיים אויפן פלאץ ווי מ'וועט זינגן ניגוני שמחה און אריבערגיין וואונטשן לחיים, עטליכע מינוט שפעטער וועט די רבי שליט"א ארייננקומען אין חדר זילבערמאן צום סעודת ברית
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

ק/פ JDN

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א איז יעצט נאכמיטאג אנגעקומען אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק, צו מבקר חולה זיין ביים עלטסטן שוועסטער הרבנית הצדיקת מסקווירא תליט"א, אשת חבר כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

די סקווירא רעבעצין איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פארגאנגענעם מאנטאג פארמיטאג, נאך א שווערע אינפעקציע וואס האט זיך נאך ליידער נישט פארבעסערט. היינט צופרי איז דער וויזניצער רבי ארויסגעפארן פון ארץ ישראל אויף א בליץ באזוך צו באזוכן די שוועסטער, און וויבאלד היינט ביינאכט געפאלט די יארצייט פון זיין מאמע הרבנית מוויזניץ ע"ה, איז דער רבי נעכטן ביינאכט ארויף צום ציון מתפלל זיין לכבוד די יארצייט.

דער עלטערע ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער איז צוגאסט אין ניו יארק די לעצטע וואך צייט, און האט געזאלט צוריקפארן קיין ארץ ישראל היינט מיטאג לכבוד די יארצייט פון די מאמע הרבנית ע"ה, האט אין די לעצטע מינוט אפגעשטופט די רייזע צוריק אהיים מיט א טאג, צו קענען באזוכן ביים עלטערן שוועסטער די סקווירא רעבעצין תליט"א, ווי עס זעהט אויס איז פארהאן א שטארקע מעגליכקייט אז ביידע ברידער האדמורי"ם מוויזניץ שליט"א וועלן מארגן דאנערשטאג צוריקפליען קיין ארץ ישראל מיטן זעלבן פליגער.
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

פיר אזייגער איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז געקומען פון ארה"ק פאר א בליץ באזוך צו באזוכן די שוועסטער הרבנית מסקווירא תליט"א לרפו"ש אנגעקומען אין די מאונט סיני שפיטאל, און פארברענגט דארט אינאיינעם מיט די שוועסטער פאר אן ערך פון א שעה א האלב, מארגן פארטאגס וועט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א צוריק אהיימפארן קיין ארה"ק

איעם בילד: האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין ערעפארט
Screenshot 2024-02-07 222334.png
Screenshot 2024-02-07 222334.png (1.04 MiB) געזען געווארן 2165 מאל
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

נעכטן מיטוואך באנאכט בערך 12:00 איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א (מרכז) אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות און בפרט האט מען געשמועסט זכרונות פון די זיידע הרה"ק די אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, נאך בערך א האלבע שעה איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבליבן אין שטוב פריוואט פאר איבער א שעה, ווען אינצווישן האט אים די רבי שליט"א מכבד געווען מיט פירות, ביים ענדיגן האט איהם די רבי שליט"א ארויסבאגלייט ביז די טיר צו די גאס

פון דארט איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א פאר א מסיבת לחיים לרגל די חתונה פון די עלסטע איר אייניקל, עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס מיט זכרונות פון וויזניץ אמאל, און נאך בערך א האלבע שעה האט הרה"צ ראמ"מ שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיט לקח ולחיים, דערנאך האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעוואונטשן פאר די זיידע הרה"צ ראמ"מ שליט"א און פאר זיין איידעם הרב לייבוש טייטלבוים און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויף די ניגון עוד ישמע

יעצט פארמיטאג איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א נאכאמאל אנגעקומען צו די מאונט סיני שפיטאל צו באזוכן די שוועסטער הרבנית תליט"א לרפו"ש
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

האדמו"ר מוויזניץ שליט"א נעכטן מיטוואך ביים סעודת ברית אין סקווירא
5ccce857-aa39-461a-8ae5-36a7dcda3117.jpg
5ccce857-aa39-461a-8ae5-36a7dcda3117.jpg (56.05 KiB) געזען געווארן 2072 מאל
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

מארגן פרייטאג וועט פארקומען די סעודת שלישי למילה פאר הילד ישכר דוב בן הרב יעקב יוסף בן הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק שליט"א אויף א פריוואטע פארנעם בלויז מיט די בני המשפחה
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1999

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך יום טוב »

סקווירא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 12:23 pm נעכטן מיטוואך באנאכט בערך 12:00 איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א (מרכז) אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות און בפרט האט מען געשמועסט זכרונות פון די זיידע הרה"ק די אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, נאך בערך א האלבע שעה איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבליבן אין שטוב פריוואט פאר איבער א שעה, ווען אינצווישן האט אים די רבי שליט"א מכבד געווען מיט פירות, ביים ענדיגן האט איהם די רבי שליט"א ארויסבאגלייט ביז די טיר צו די גאס

פון דארט איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א פאר א מסיבת לחיים לרגל די חתונה פון די עלסטע אייניקל, עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס מיט זכרונות פון וויזניץ אמאל, און נאך בערך א האלבע שעה האט הרה"צ ראמ"מ שליט"א מכבד געווען האדמו"ר מוויזניץ שליט"א מיט לקח ולחיים, דערנאך האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעוואונטשן פאר די זיידע הרה"צ ראמ"מ שליט"א און פאר זיין איידעם הרב לייבוש טייטלבוים און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויף די ניגון עוד ישמע

יעצט פארמיטאג איז האדמו"ר מוויזניץ שליט"א נאכאמאל אנגעקומען צו די מאונט סיני שפיטאל צו באזוכן די שוועסטער הרבנית תליט"א לרפו"ש
כצ"ל
חסדי דוד
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:14 pm
x 9

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך חסדי דוד »

מה המצב אצל הרבנית עכשיו?
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

חסדי דוד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 6:18 am מה המצב אצל הרבנית עכשיו?
א טאג נאך וואס מ'האט איהר אריינגעפירט אין שפיטאל איז זי ב"ה בעסער געווארן, אבער זייט דעמאלס איז די מצב מער ווייניגער די זעלבע, און מ'האפט אויפן בעסטן אז זי זאל ווי אמשנעלסטן קענען ארויסגיין פון שפיטאל

יעדן אינדערפרי נאך תפילת שחרית ביי כ"ק רבינו שליט"א זאגט מען ספר רביעי און תמניא אפי
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

בילדער פון די באזוך פון האדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאריגע וואך ביי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (43.03 KiB) געזען געווארן 1803 מאל
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (47.78 KiB) געזען געווארן 1803 מאל
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

היינט אינדערפרי איז נאכאמאל ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה מטעם בי"ד צדק דשיכון סקווירא אז נאך אלע מנינים שחרית זאל מען זאגן ספר רביעי און תמניא אפי לרפואת הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש
unnamed.jpg
unnamed.jpg (60.1 KiB) געזען געווארן 1724 מאל
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

היינט נאכט וועט די רבי שליט"א פארן קיין קרית יואל צו זיך משתתף זיין ביים חופה פון אן אייניקל ביים שוואגער האדמו"ר מסאטמאר שליט"א
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

היינט נאכט וועט די רבי שליט"א צום צווייטן מאל פארן צום מאונט סיני שפיטאל צו באזוכן הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

היינט אינדערפרי נאך שחרית איז אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א הרה"צ ר' דוד יושע שוחט אב"ד קהל חסידים לס אנגל'ס, בן האדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן וואס וועט פארקומען קומענדיגע מאנטאג נאכט פרשת תצוה אין די נייע זאל לבנות לבנות אין שיכון סקווירא, אזוי אויך האט ער געלאדנט די רבי שליט"א צו אנטייל נעמען ביים שמחה
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

6:30 איז די רבי שליט"א ארויסגעקומען צו די חופות, און תיכף דערנאך געדאווענט מעריב, נאך מעריב בערך 7:10 איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן צום מאונט סיני שפיטאל אין באגלייטונג פון אלע קינדער און משמשים בקודש צו מבקר חולה זיין ביי הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש. די רבי שליט"א איז געזיצן אין שטוב פאר קרוב צו א שעה א האלב, און דערנאך אויפן וועג ארויס פון שפיטאל איז די רבי שליט"א צוגעגאנגן מבקר חולה זיין ביי הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש דומ"ץ קרית יואל לרפו"ש

ביים אנקומען צוריק אהיים לביתו נאוה קודש איז אריין אל הקודש פנימה, הרב אהרן מאיר פארטוגאל בן האדמו"ר מסקולען שליט"א לרגל די חתונה פון א קינד, הרב בעריש רובין מיט א משלחת פון כולל חיבת ירושלים, הרב דניאל בינסקי מיט א קבוצה פון זיין קהילה אין קווינס
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

ברוך דיין האמת
הרבנית הצדיקת חיה חנה בת הרה"צ רבי משה יהושע ע"ה
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

אלע ווייטערדיגע פרטים איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת ע"ה אין די באזונדערע אשכול ברוך דיין האמת-הרבנית מסקווירא ע"ה
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

די נאכט בערך 8:50 איז אריין אל הקודש פנימה האדמו"ר מסלונים שליט"א, מ'האט ארומגעשמועסט פאר א משך פון 20 מינוט בדברי תורה וחסידות. צום ערשט דברי ניחומים שטייענדיג א טאג נאכן זיך אויפשטעלן פון שבעה נאך די פטירה פון הרבנית ע"ה, דערנאך האט האדמו"ר מסלונים דערמאנט עטליכע זכרונות און מעשיות פון די חתונה פון די רבי שליט"א און ארה"ק, אזוי אויך האט מען ארומגערעדט פון ר' משה גבאי ז"ל
די רבי שליט"א האט אים מכבד געווען מיט פירות, נאכדעם וואס האדמו"ר מסלונים שליט"א האט נישט געוואלט מאכן א ברכה פארדעם האט אים די רבי שליט"א געזאגט אז דאס איז מסתם אלס דעם וואס עס שטייט גדול העונה יותר מן המברך, נאך די רבי שליט"א האט געגעסן פון די עפל האט האדמו"ר מסלונים שליט"א גענומען די איבריגע שיריים און אויף דעם געמאכט די ברכה, האט זיך די רבי שליט"א אנגערופן בדרך צחות אז עס איז נישט קיין שנת בצורת
די רבי שליט"א האט דערמאנט אז מ'איז דא צו מחזק זיין קהל חסידיו און אזוי אויך מאכט מען דאך חתונה בקרוב איז עס אויך פירות, און דערנאך געטיילט פירות פאר עטליכע גבאים און עסקנים זאגענדיג אז זיי האבן אויך א חלק און ברענגן אזא חשובע גאסט
דערנאך האט מען געשמועסט איבער קדושת ארץ ישראל, און איבער דעם וואס ר' משה גבאי האט געזאגט אז סקווירא האט א קדושת ארץ ישראל, דערנאך האט האדמו"ר מסלונים שליט"א דערציילט אז הרה"ק ר' מאטל סלונימער זי"ע האט געזאגט ווען זיין רעביצין איז נפטר געווארן "באשעפער אז די האסט אוועקגענומען מיין עזר, וועסטו זיין מיין עזר פון היינט און ווייטער"
די רבי שליט"א האט אים געוואונטשן א לענגערע ברכה און ארויסבאגלייט ביז די גאס טיר
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

נעכטן דינסטאג אינדערפרי איז אריין אל הקודש פנימה האדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א

באנאכט האט זיך די רבי שליט"א משתתף געווען און מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הרב שמעון דוב טווערסקי זוהן פון האדמו"ר מלויעוו טשערנאביל שליט"א, עס איז פארגעקומען אין מאנסי ביים זאל עטרת עלקא

היינט מיטוואך אינדערפרי האט די רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר אן איר אייניקל זון ביי נכדו הרב איתמר כץ בן אב"ד מאגרוב וחתן הרה"צ ר' יצחק שליט"א, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לקח ולחיים. באנאכט איז פארגעקומען די סעודת מצוה אין גרויסע שאטער
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

נעכטן דינסטאג נאכט איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן אויפן וועג קיין סיגעיט ווי די רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען די קינדער פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל

היינט מיטוואך אינדערפרי האט די רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר א איר אייניקל הבחור פרע"ח בן הרב חיים מאיר בן הרה"צ ר' אהרן מענדיל שליט"א, באנאכט וועט פארקומען די סעודת מצוה אין שאטער
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

נעכטן נאכט ביים מנחם אבל זיין בני גאב"ד סיגעיט זצ"ל
48456.jpg
48456.jpg (69.84 KiB) געזען געווארן 792 מאל
4596.jpg
4596.jpg (65.42 KiB) געזען געווארן 792 מאל
4564.jpg
4564.jpg (66.41 KiB) געזען געווארן 792 מאל
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

תפילין לייגן פון אייניקל פון רבינו שליט"א פארגאנגענע מיטוואך
8674896.jpg
8674896.jpg (81.78 KiB) געזען געווארן 732 מאל
894+77+.jpg
894+77+.jpg (97.85 KiB) געזען געווארן 732 מאל
987487+6.jpg
987487+6.jpg (58.47 KiB) געזען געווארן 732 מאל
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

היינט מאנטאג אינדערפרי נאכן דאווענען איז אריין אל הקודש פנימה האדמו"ר מסקווירא גרינוויל שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון זיין זוהן וואס קומט פאר די וואך
אוועיטער
סקווירא
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:08 pm
x 91

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך סקווירא »

הנהלת כולל שומרי החומות ביים אפנעמען ברכת קדשו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א לרגל די דינער וואס זיי האבן אפגעראכטן אין מאנסי
894179.jpg
894179.jpg (82.48 KiB) געזען געווארן 638 מאל
אוועיטער
פרח
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:53 pm
x 172

Re: נייעס און באריכטן פון חצר הקודש סקווירא

פאוסט דורך פרח »

כ'הער אז די סקווערער שפיל איז זייער שיין, וואס איז די מאסע דאס יאר
שרייב פאוסט