"דירות" אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
פישפיקלאדיין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 497
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:54 am
x 641

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך פישפיקלאדיין »

יום טוב האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:09 pm מיין ארימע מיינונג איז אז דער ציבור קען עס טוישן מיטן פארלאנגען און זיך נישט לאזן ווארפן זאמד אין די אויגן און מייאש זיין , קיינער וויל נישט הייסן און זיין קיין מייקר השער נאר זיי ווערן פארבלענדט פון די תאוות הממון , און אז דער ציבורנוועט זיך עפענען די אויגן און נישט אפקויפן קיין לאקשן איז דא א שאנס אז זאכן זאלן זיך טוישן , די פאקט אז דער רבי איז אזוי אויפגעשוידערט איז צוליב געציילטע אידן וואס האבן נישט אויפגעגעבן און אריין וויינען צום רבין אויפן מצב, אז דער עולם וועט זיין צופרידן און צאלן כצאן לטבח און האך מצדיק זיין די זאך וועט עס נישט בעסער ווערן
די רבי איז אזוי פארווייטאגט ווייל ער באגעגנט יעדע נאכט ביי זיך אין שטוב נאך און נאך אינגעלייט וואס בלוטיגן נעבעך אפ אזוי פרי אין לעבן.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:11 pm

עס איז נישט מעגליך נאכצוקומען די יעצטיגע פרייזן , איך האב ב"ה נאך געצאלט ביליג (אן קיין דיטעילס) אבער די אינגעלייט וואס קויפן היינט צוטאגס גייען אריין אין א זומפ בדרך הטבע וואס זיי גייען שווער זיך קענען ארויסזעהן , און געוויסע זענען נאך מצדיק די זאך
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שבת קודש »

בערל דער פייפער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 8:42 pm היינט איז פארגעקומען די אסיפה ביי מרן רבינו שליט"א מיט די עסקני והנהלת הקרי', דן צו זיין וויאזוי מען קען טרעפן לעגאלע לעזונגען צו נידערן די דירות פרייזן, נאכפאלגנדיג די נעכטיגע דברות קודש וואו דער רבי האט עטוואס אויפגעוויקלט די דעטאלן וואו דער פראבלעם שטעקט, סיי מיט לאנד אייגנטומער, און סיי מיט פליפער'ס וואס זענען גורם אז דער דעוועלאפער זאל לכתחילה בעטן דאס מערסטע וואס נאר שייך (מיט די טענה אז אויב נישט מאכט א צווייטער געלט אויף זיין ארבעט).

צום אסיפה האט דער רבי גערופן סיי עסקני הקרי' און סיי די קרית יואל ווילעדזש איינגעשטעלטע. פון די ועד הקרי' איז געווען ר' מאיר הירש און ר' אלעזר גרובער, און פון ווילעדזש איז געווען דער אדמיניסטראטאר ר' גדלי' סעגעדין, די האוזינג אפיס ר' משה אליעזר ניימאן, און דער ווילעדזש קאנסולטענט און אינפראסטרוקטור עקספערט ר' משה גרובער.
אינטרעסאנט פארוואס מ'האט נישט גערופן די הנהלת הקהלה ביי די דרשה האט די רבי געבעטן פון די הנהלת הקהלה זיך אריינצולייגן אין דעם אלץ די וויכטיגסטע זאך
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פארנומען האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:28 pm
כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:23 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:15 pm

עס איז נישט "ווערד קיין שום שמועס" ווילאנג עס ראטעוועט טויזענעטער קרית יואל משפחות צו איבערלעבן דעם חודש פינאנציעל.

נוץ דיין הערצעלע וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן בעפאר די שרייבסט סיי וואס איבער די הצלה אפעראציע וואס מטיב האט געברענגט!

ווי געזאגט מיטב איז א דורכברוך

און כלל ישראל ברויך נאך מיטב'ס אין נאך אינדוסטריעס אין נאך געגענטער

אבער די נקודה למחשבה:

סטוט דיר וויי די פרייזן וואס ריפרעש בעהט?

אפשר קוקסטע אויף אלע סערוויסעס וואס מיטב מוז פארמינערן כדי צו קענען אנגיין מיט זייערע פרייזן, און פון דעים מאכן דעם חשבון אז אפשר איז ריפרעש נישט אזוי טייער???

כדי זיי זאלן יא קענען צושטעלן די סערוויסעס וואס מיטס האט אראפגנומען מוזן זיי זיין טייערער???

הא?

מאכט סענס?
חוץ דעליווערי פעלט נישט קיין שום סערוויס, פינטל. איין חיליק איז יא דא אז ביי מטיב איז אייביג דא א גוי וואס איז מיר גרייט צו העלפן ברענגען זאכן פון סטארידזש אויב עס פעלט פון שעלף און ביי מיין לאקאלע גראסערי אחוץ א דאזע עדיטוט באקום איך גארנישט!
ווי קויפסטו?
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:50 pm
כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:38 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:04 pm

אלס איינער וואס האט גוט שטודירט די פרייזן קען איך זאגן בפה מאל אז זענען ארויפגעשרויפט!

און א טייל פון די סערוויסעס פון וואס דו רעדסט איז נאר געמאכט געווארן צו קענען נאכמער ארויפשרויפן די פרייזן.

קען זיין

כבין נישט זוי באקאנט

אבער אונז קענען עגריען אז די מיטב סעלושען איז געקומען דורך ברענגען פרישע אפציעס צום טיש, נישט דורך איינטיילן די עקזיסטירנדע געשעפטן וויפיל צו בעטן
אין אונזער פאל ביי 'דירות אין קרית יואל' איז נישטא קיין אנדערע אפציעס, און עס בלייבט נאר איבער צו בעטן רחמנות ביי די בויער זיי זאלן זיך אומקוקן אויף די אומגליקליכע אינגעלייט וועלכע הייבן אן זייער לעבן מיט ביטערע חובות א דאנק די אומגעהויערע פרייזן וואס די דעוועלאופער בעטן און ווערן נתעשר דערפון.

כהער

הלוואי סזאל אויפטוען
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:44 pm
פישפיקלאדיין האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:50 pm
כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:38 pm

קען זיין

כבין נישט זוי באקאנט

אבער אונז קענען עגריען אז די מיטב סעלושען איז געקומען דורך ברענגען פרישע אפציעס צום טיש, נישט דורך איינטיילן די עקזיסטירנדע געשעפטן וויפיל צו בעטן
אין אונזער פאל ביי 'דירות אין קרית יואל' איז נישטא קיין אנדערע אפציעס, און עס בלייבט נאר איבער צו בעטן רחמנות ביי די בויער זיי זאלן זיך אומקוקן אויף די אומגליקליכע אינגעלייט וועלכע הייבן אן זייער לעבן מיט ביטערע חובות א דאנק די אומגעהויערע פרייזן וואס די דעוועלאופער בעטן און ווערן נתעשר דערפון.

כהער

הלוואי סזאל אויפטוען
פארוואזשע דען נישט ?
מען רעדט פון היימישע אידן מיט א ווארעם הארץ, איך גלייב אז זיי וועלן זיך צוהערן צו די געוויין , פון אידן וואס בלוטיגן אויס
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

שאלה:

איז דא א מציאות ווי די פרייזן זענען הימל שרייענד און אידן בלוטיגן אויס, אבער ס'זאל נאכאלץ בארעכטיגט צו בעטן די פרייז?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:26 pm שאלה:

יא
נאר אויב איז נישט מעגליך צו מאכן געהעריג פראפיט אנדערש (פארשטייט זיך אז יעצט ’ענט איר טרייען צו זינגען אז דאס איז די מציאות אבער דאס איז נישט די מציאות )

א איד א מאמין בה' ובתורתו ווייסט אז אויב עס איז א מצב אז אידן בלוטיגן אויס מוז איך ניט מאכן די פראפיט וואס איך האב געחלומט ,די וועלט איז נישט באשאפן געווארן פאר אפאר יחידים
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

כהער דיין שטעלונג

כהאב נישט וואס צוצולייגן

און ווי געזאגט, הלוואי זאל עס ארבייטן
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

צווישן מיר און דיר

אויב האלט מען ביי די מצב איז צייט פאר פרישע אפציעס

נייע ישובים

קרית יואל איז מער נישט קיין סאלושן

ווייל אפילו לדידך איז עס short term פאר די עטליכע הונדרעט עוועיל דירות

קרית יואל איז די נייע וויליאמסבורג

מער נישט קיין אפציע פארן רעגולער פארדינער
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:40 pm כהער דיין שטעלונג

כהאב נישט וואס צוצולייגן

און ווי געזאגט, הלוואי זאל עס ארבייטן
אמן ואמן
אז מען מיינט דאס ערענסט וועט דער אייבישטער העלפן

די דיוועלאפערס זענען אלע באמת חשובע און טייערע אידן נדיבי לב , עושי צדקה וחסד און עס איז ברור אז ווען זיי וועלן דערהערן די מצב וועלן זיי אודאי טון צו די זאך און די קידוש השם וועט זיין געוואלדיג
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:42 pm צווישן מיר און דיר

אויב האלט מען ביי די מצב איז צייט פאר פרישע אפציעס

נייע ישובים

קרית יואל איז מער נישט קיין סאלושן

ווייל אפילו לדידך איז עס short term פאר די עטליכע הונדרעט עוועיל דירות

קרית יואל איז די נייע וויליאמסבורג

מער נישט קיין אפציע פארן רעגולער פארדינער
קרית יואל איז געהעריג די אפשען מען דארף האר זעהן צו אראפ ברענגען די פרייזן

עס איז אין פלאן נאך אנעקסעישן סאונעס איז נאך דא ווי צו גיין אין קרית יואל
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

זעמיר צוריק אין דריעמלענד

אמאל געהערט אין די היסטאריע פרייזן זאלן אראפגיין???
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך לייבל פריש »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:46 pm זעמיר צוריק אין דריעמלענד

אמאל געהערט אין די היסטאריע פרייזן זאלן אראפגיין???
יא ביי די פלאן פון תקנות בני העיר זענען דירות אראפ מיט 100 אלף איבער נאכט נאך פארן ענדיגן די פלענער אלס מורא וואס מוכרים האבן באקומען אז עס גייט נאך מער פאלן
לדעתי דארף זיין א וועד וואס מאכט נויס אין דעם ענין טאג און נאכט ווייל נאר ווען עס איז שטיל האבן די אינוועסטארס און בראקערס די מעגליכקייט צי געבן א ריק ארויף נאך און נאך
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:46 pm זעמיר צוריק אין דריעמלענד

אמאל געהערט אין די היסטאריע פרייזן זאלן אראפגיין???
היסטאריע?
אין היסטאריע איז נאך נישט געווען אז א נארמאלע פארדינער זאל נישט קענען האבן א דאך איבערן קאפ

און ביי די וועי די אלע אינגעלייט וואס האבן געגעבן א דיפאזיט פאר א מיליאן דאלערדיגע דירה לעבן אויך אין דריעםלאנד

און יעדע זאך אין היסטאריע איז אמאל געווען אן ערשטע

און טאקע פארדעם וועט די קידוש השם זיין א הילכיגע
ביסט גערעכט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
x 385

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך ביסט גערעכט »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:42 pm צווישן מיר און דיר

אויב האלט מען ביי די מצב איז צייט פאר פרישע אפציעס

נייע ישובים

קרית יואל איז מער נישט קיין סאלושן

ווייל אפילו לדידך איז עס short term פאר די עטליכע הונדרעט עוועיל דירות

קרית יואל איז די נייע וויליאמסבורג

מער נישט קיין אפציע פארן רעגולער פארדינער
יאפ אין קרית יואל האבן חתונה יעדעס יאר ארום 400 פרישע פארפעלקער אויב איך מאך נישט קיין טעות
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

נו נו

קאל מיך

ביסט גערעכט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:59 pm
כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:42 pm צווישן מיר און דיר

אויב האלט מען ביי די מצב איז צייט פאר פרישע אפציעס

נייע ישובים

קרית יואל איז מער נישט קיין סאלושן

ווייל אפילו לדידך איז עס short term פאר די עטליכע הונדרעט עוועיל דירות

קרית יואל איז די נייע וויליאמסבורג

מער נישט קיין אפציע פארן רעגולער פארדינער
יאפ אין קרית יואל האבן חתונה יעדעס יאר ארום 400 פרישע פארפעלקער אויב איך מאך נישט קיין טעות

רייט

שטא קיין שום לאנג-טערם פלאן
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:31 am ווען איך רעדט פון צענדליגער מיינעך נישט 13

כגיי דיר נישט זאגן קיין נומבער ווייל איך ווייס נישט די פונקטליכע נומער און איך שיס נישט קיין נומערן סתם לפי רוחי

אבער מרעדט פון א ריזיגע פראצענט פאקטישע איינוואוינער אין שכונת ויואל משה וואס זענען נישט די ארגינעלע קויפער

און מרעדט נישט פון הונדרעט טויזענט דאללער

א דירה וואס מען האט געקויפט פאר פיר הונדרעט טויזענט איז פארקויפט געווארן פאר קרוב צו א מיליון, א רווח פון א האלב מיליון

יעצט צו מיין נקודה

די גרויסע פראצענט פליפערס, אינאיינעם מיט אלע אנדערע בילדערס זענען די וואס האבן געהויבן די פרייזן,

און זיך ארויפזעצן אויף איין בילדער סתם לשם מצוה (אדער מעגליך על מנת לקבל פרס) גייט גארניש העלפן
סא וואס איז א חילוק פון א אינגערמאן וואס האט געקויפט א דירה תשע"ה פאר 400 טויזענט דאלאר און פארקויפט עס תשפ"ד פאר א מיליאן?

צו א אינגערמאן וואס איז אריין אין קאנטראקט תשע"ה פאר 400 טויזענט דאלאר און פליפט עס תשפ"ד פאר א מיליאן דאלאר?

די חילוק צו ער האט געקלאוזט צו נישט?

הייסט דא רעדט מען פשוט פון א אימפארגינערישע נושא און גארנישט פון מייקר השער,

פרייזן זענען קלאר ארויף אין 9 יאר , און וויבאלד סאיז נישט דא גענוג דירות צו קויפן גייען פרייזן ארויף , דאס אז אינוועסטערס זיצן מיט שטחים אין קרית יואל און פארקויפן נישט קיין דירות און בויען נישט קיין דירות איז א צווייטע רויבערשע אקט, און סאיז נישט נאר שכונות ויואל משה און ענקעלעיוו טאקע, אבער פארט האט ער די מערסטע דירות און האלט זיך אפ פון בויען און דאס שמייסט ארויף די פרייזן.
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:42 pm צווישן מיר און דיר

אויב האלט מען ביי די מצב איז צייט פאר פרישע אפציעס

נייע ישובים

קרית יואל איז מער נישט קיין סאלושן

ווייל אפילו לדידך איז עס short term פאר די עטליכע הונדרעט עוועיל דירות

קרית יואל איז די נייע וויליאמסבורג

מער נישט קיין אפציע פארן רעגולער פארדינער
דאס איז די ניגון פון די דעוועלעפערס, עס איז יעצט דא שטח אין קרית יואל אזוי ווי דיר רבי האט געזאגט צו בויען 3000 דירות !
דאס איז אן ענעקסעישאן פון נאך צענדליגע טויזענטער דירות פון
וואדבערי זייט
מאנרא זייט
און פארגעס נישט אז פון בלומינגראוו זייט קען מען בויען מארגן צענדליגע טויזענטער דירות אז מען וויל עכט ,
נאר וואס דען די דעוועלעפערס ווילן נישט, זיי ווילן קרית יואל זאל זיין ווי וויליאמסבורג,

סאיז א פחד ,מלך אסור ברהטים
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך יום טוב »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:07 pm
כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:31 am ווען איך רעדט פון צענדליגער מיינעך נישט 13

כגיי דיר נישט זאגן קיין נומבער ווייל איך ווייס נישט די פונקטליכע נומער און איך שיס נישט קיין נומערן סתם לפי רוחי

אבער מרעדט פון א ריזיגע פראצענט פאקטישע איינוואוינער אין שכונת ויואל משה וואס זענען נישט די ארגינעלע קויפער

און מרעדט נישט פון הונדרעט טויזענט דאללער

א דירה וואס מען האט געקויפט פאר פיר הונדרעט טויזענט איז פארקויפט געווארן פאר קרוב צו א מיליון, א רווח פון א האלב מיליון

יעצט צו מיין נקודה

די גרויסע פראצענט פליפערס, אינאיינעם מיט אלע אנדערע בילדערס זענען די וואס האבן געהויבן די פרייזן,

און זיך ארויפזעצן אויף איין בילדער סתם לשם מצוה (אדער מעגליך על מנת לקבל פרס) גייט גארניש העלפן
סא וואס איז א חילוק פון א אינגערמאן וואס האט געקויפט א דירה תשע"ה פאר 400 טויזענט דאלאר און פארקויפט עס תשפ"ד פאר א מיליאן?

צו א אינגערמאן וואס איז אריין אין קאנטראקט תשע"ה פאר 400 טויזענט דאלאר און פליפט עס תשפ"ד פאר א מיליאן דאלאר?

די חילוק צו ער האט געקלאוזט צו נישט?

הייסט דא רעדט מען פשוט פון א אימפארגינערישע נושא און גארנישט פון מייקר השער,

פרייזן זענען קלאר ארויף אין 9 יאר , און וויבאלד סאיז נישט דא גענוג דירות צו קויפן גייען פרייזן ארויף , דאס אז אינוועסטערס זיצן מיט שטחים אין קרית יואל און פארקויפן נישט קיין דירות און בויען נישט קיין דירות איז א צווייטע רויבערשע אקט, און סאיז נישט נאר שכונות ויואל משה און ענקעלעיוו טאקע, אבער פארט האט ער די מערסטע דירות און האלט זיך אפ פון בויען און דאס שמייסט ארויף די פרייזן.
די פרייזן האבן אפאר בילדערס ארויפגעריקט על לא דבר
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:46 pm זעמיר צוריק אין דריעמלענד

אמאל געהערט אין די היסטאריע פרייזן זאלן אראפגיין???
סאיז כנגד התקנות דא, אולי וועט זיין א ישועה פון ארויפלייגן די ליסט פון 500 מענטשן אין קרית יואל וואס האבן דיפאלטעד ,דאס הייסט אויפגעהערט צאלן די מארגעדש אין קרית יואל די לעצטע 6 חדשים, דאס איז פובליק רעקארדס
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:26 pm שאלה:

איז דא א מציאות ווי די פרייזן זענען הימל שרייענד און אידן בלוטיגן אויס, אבער ס'זאל נאכאלץ בארעכטיגט צו בעטן די פרייז?
נישט אין קרית יואל, קרית יואל איז א אידישע שטעטל נישט פאר מיליאנערן צו ווערן ביליאנערן, זאלן זיי מאכן ביזנעס אויף עמעזאן אדער בויען דירות אין הארלעם אדער בושוויק, ער זאל צורי לאזן די ארימע כולל אינגעלייט ביטע
שמעק טאביק
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 6:01 pm
x 47

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך שמעק טאביק »

כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:46 pm זעמיר צוריק אין דריעמלענד

אמאל געהערט אין די היסטאריע פרייזן זאלן אראפגיין???
יא ביי 2008 קראך האבן דירות אין קרית יואל געטראסקעט, הלוואי קומט א קראך אז אלע דעוועלעפערס זאלן גיין קראכן, יעדע זאך וואס די באשעפער טוט איז לטובה
כתריאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:29 pm
Location: New York
x 26

Re: "דירות אין קרית יואל"

פאוסט דורך כתריאל »

שמעק טאביק האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:10 pm
כתריאל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:42 pm צווישן מיר און דיר

אויב האלט מען ביי די מצב איז צייט פאר פרישע אפציעס

נייע ישובים

קרית יואל איז מער נישט קיין סאלושן

ווייל אפילו לדידך איז עס short term פאר די עטליכע הונדרעט עוועיל דירות

קרית יואל איז די נייע וויליאמסבורג

מער נישט קיין אפציע פארן רעגולער פארדינער
דאס איז די ניגון פון די דעוועלעפערס, עס איז יעצט דא שטח אין קרית יואל אזוי ווי דיר רבי האט געזאגט צו בויען 3000 דירות !
דאס איז אן ענעקסעישאן פון נאך צענדליגע טויזענטער דירות פון
וואדבערי זייט
מאנרא זייט
און פארגעס נישט אז פון בלומינגראוו זייט קען מען בויען מארגן צענדליגע טויזענטער דירות אז מען וויל עכט ,
נאר וואס דען די דעוועלעפערס ווילן נישט, זיי ווילן קרית יואל זאל זיין ווי וויליאמסבורג,
א בושה און א חרפה

נו אז סאיז דא א רעדי שטח פאר דריי טויזענט דירות, פארוואס לייגט מען נישט א שאוועל מארגן???

כשריי דאך דעיס, זאל די ועד הקרי' ארויסלייגן 3000 דירות פאר 250 א ס.פ. וועסטע זעהן ווי פרייזן וועלן זיך סטאביליזירן (לאו דוקא אראפגיין - אבער א אפציע וועט זיין)

נו מיר ווארטן אויף די דריי טויזענט דירות
שרייב פאוסט