פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 481
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1006

פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 4:32 pm א פרישע FBI דאקומענט ארויסגעגעבן דורך רעפובליקאנער סענאטאר טשאק גרעסלי באשולדיגט אז פרעזידענט דזשאו ביידען און זיין זון האנטער האבן ארויסגעצווינגען מיליאנען דאלארן פון דער באריסמע CEO אין אויסטויש פאר זייער הילף צו אפזאגן אן אוקריינישער פראקוראר וועלכע האט געפארשט די פירמע.

לויט די פרישע דאקומענט האט דער באריסמע פירער געזאגט אז ער האט מערערע טעקסט מעסעדזשעס און רעקארדירונגען וועלכע צייגן אז די ביידענ'ס האבן אים ארויסגעצווינגען געלט.
דאס דארף צו זיין ברעכנדע נייעס. לאמיר צום ערשט פאר א מינוט איבער'חזר'ן אין קורצן פון וואס מען רעדט דא, און דאן זען די פונקטן פארוואס די נייעס איז אזוי ברעכנד:

אין יאר 2016 דאכצעך האט דער דאן וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען, וועלכער האט פארפיגט אויף אמעריקע'ס אויסערן פאליסי אנבאלאנגט אוקראינע, געפאדערט פון אוקראינע אויפצוזאגן וויקטאר שאקין, אוקראינע'ס דאן הויפט פראקוראר וועלכער האט אנגעפירט מיט אן אנטי-קארופציע אויספארשונג אינערהאלב די רעגירונג. צווישן אנדערע האט ער אויך אנגעפירט מיט אן אנטי-קארופציע אויספארשונג קעגן אן אוקראינע פירמע גערופן 'באריסמע' אויף וועמען'ס פירערשאפט באורד איז געזעסן דעם וויצע פרעזידענט'ס זון, האנטער, דורך וועלכע ער האט פארדינט גרויסע געלטער.

די אויספארשונג פון שאקין איז אריגינעל געגרינדעט געווארן אלס טייל פון אוקראינע'ס שריט אויסצוראטן קארופציע אינערהאלב אירע רייען. וויצע פרעזידענט ביידען האט אבער דאן ארגומענטירט אז דער פראקוראר זעלבסט איז קארופטירט, זאגנדיג אז ער איז נישט באמת נאכגעגאנגען קארופציע און אז ער האט נישט באוויזן אנצוקלאגן קיין שום הויכע-פראפיל אינדיווידואלן אויף קארופציע.

וויצע פרעזידענט ביידען האט דאן פארלאנגט אז אוקראינע זאל אראפטראסקען דעם פראקוראר פון זיין פאזיציע.

דער וויצע פרעזידענט איז געגאנגען א טריט ווייטער, ארויסשטעלנדיג א ווארנונג צו אוקראינע, נעמליך אז אויב וועט זי נישט ארויסווארפן דעם פראקוראר וועט אוקראינע נישט באקומען 1 ביליאן דאלאר אין הילף געלט וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האט געהאלטן ביים שיקן קיין אוקראינע.

ביידען'ס סטראשע האט געטון דאס זייניגע, און אוקראינע האט געווארפן דעם פראקוראר פון זיין אמט און אויף זיין פלאץ אויפגענומען א צווייטן פראקוראר, וועלכער האט קורץ דערנאך פארמאכט דעם אויספארשונג קעגן דער באריסמע פירמע.

זינט דעם געשעעניש זענען רעפובליקאנער געווען פארנומען הויך חושד צו זיין אויב ביידען האט דא נישט אויסגעניצט זיין מאכט אלס וויצע פרעזידענט און פאליסי באשליסער מצד די פאראייניגטע שטאטן אנבאלאנגט אוקראינע, פאר פריוואטע פארדינסטן, נעמליך צו ראטעווען די פירמע אויף וועמען'ס באורד זיין זון האנטער איז געזעסן און געשארט גרויס געלט.

ביידען, די מידיא און דעמאקראטן זענען אבער אלץ געווען פארנומען צוריקצואווארפן זאגנדיג אז ביידען האט בלויז געזוכט אז דער פראקוראר זאל "נאכמער אויספארשן קארופציע", עפעס וואס ער האט, לויט ביידען, נישט געטון. רעפובליקאנער האבן זיך טאקע געמיטשעט צו קענען צייגן באווייזן אז ביידען האט דא געהאט קארופטירטע כוונות.

צוריק צום פריש-אויפגעדעקטן עף. בי. איי. דאקומענט: דער דאקומענט צייגט אז דזשאו ביידען און זיין פאמיליע האבן פערזענליך ערהאלטן געלט פון דער 'באריסמע פירמע' צוליב זיין ראלע און ראטעווען די פירמע פון אנטי-קארופציע אויספארשונגען.

דאס צייגט לכאורה גאנץ קליפ און קלאר:
1. אז די גאנצע דרוק מצד ביידען און די אבאמא אדמיניסטראציע אויף אוקראינע, ווי אויך דאס אפהאלטן הילף געלטער פון אוקראינע, איז געווען פאר פערזענליך און פריוואטע אינטערעסן פון ביידען און זיין פאמיליע.
2. אז ביידען האט בפירוש גענומען 'שוחד' אין אויסטויש פאר'ן זיכער מאכן אז דער פראקוראר ווערט ארויסגעווארפן.

----------

די געשיכטע איז פאר יארן אראפגעמאלן געווארן אלס נאך א 'קאנספיראציע' געשטופט דורך פרעזידענט טראמפ און רעפובליקאנער. מיט די פריש-אויפגעדעקט אינפארמאציע טוט די ליסטע פון 'טראמפ קאנספיראציעס' וועלכע שטעלן זיך ארויס צו האבן ערנסטע באזיס. נאט אייך די וויקיפידיע בלאט איבער דער קאנספיראציע: https://en.wikipedia.org/wiki/Biden%E2% ... acy_theory

אבער לאמיר נישט פארגעסן פון דעם עיקר: ווער געדענקט דען נישט טראמפ'ס קוויד פרא קווא אוקראינע סקאנדאל? ער איז דאך אימפיטשט געווארן, צום צווייטן מאל, פאר דעם זונד. וועלכע? אז ער האט געבעטן פון דעם אוקראינע פרעזידענט זעלענסקי אז ער זאל ביטע מיטארבעטן מיט די אמעריקאנע יוסטיץ דעפארטמענט אין איר אריינבליק אין מעגליכע קארופציע מצד דער אמעריקאנער רעגירונג אנבאלאנגט אוקראינע'ס אנטי קארופציע אויספארשונגען.

נו גוט.

------------

דיסקלעימער: איך בין נישט נאכגעגאנגען אלע דעטאלן פון די איצטיגע אויפדעקונגען, נאר בלויז געשריבן באזירט אויף וואס איך האב זיך אויבנאויף אנגעשטויסן.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך רעגנדיג »

קריסטאל קלאר @פעיק ניוז! א דאנק פארן אזוי שיין צוזאמנעמען!

אויף למעשה ווייסן מיר אלע זייער גוט וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון...

#גלייכע יוסטיץ
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 32

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך ר' דן »

קען עס אויף עפעס א וועג האבן צו טיען עפעס מיט די מלחמה אין אוקריינע?
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
נחום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:33 pm
x 10

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך נחום »

@פעיק ניוז קריספל קלאר
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 725
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1156

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך ווירקליך »

יישר כח @פעיק ניוז !

ביטע אונז האלטן אינפארמירט
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך גראז »

שכוח @פעיק ניוז פאר די קלארע באריכט!
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
דיעל שפיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:30 pm
x 247

האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך דיעל שפיל »

senator Chuck Grassley האט ארויסגעגעבן FBI דאקומענטן מיט באווייזן אז די פרעזידענט און זיין זון האנטער האבן באקומען פינעף מיליאן דאלאר יעדער איינער פון די קארופטירטע אוקריינא גאז פירמע בוריזמע.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 403
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך תינוק הבורח »

דיעל שפיל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 5:15 pm senator Chuck Grassley האט ארויסגעגעבן FBI דאקומענטן מיט באווייזן אז די פרעזידענט און זיין זון האנטער האבן באקומען פינעף מיליאן דאלאר יעדער איינער פון די קארופטירטע אוקריינא גאז פירמע בוריזמע.
צ"ל מיט באשולדיגונגען.
אוועיטער
שמן ששון
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:00 pm
x 35

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך שמן ששון »

אוודאי די באווייזן וועלן לכאורה נישט זען די שיין פון די זון עכ"פ ביז 2024 זיכער.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 501

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך קיינמאל »

ספיקער מיקארטי זאגט אז קאנגראס גרייט זיך פאר די אימפיטשמינט פון דשאו ביידן.
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 501

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך קיינמאל »

ספיקער פאלאסי האט געווארענט מקארטי זאל נישט אימפיטשען ביידען
אוועיטער
דיעל שפיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:30 pm
x 247

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך דיעל שפיל »

קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:21 pm ספיקער מיקארטי זאגט אז קאנגראס גרייט זיך פאר די אימפיטשמינט פון דשאו ביידן.
קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm ספיקער פאלאסי האט געווארענט מקארטי זאל נישט אימפיטשען ביידען
א ביטערן געלעכטער, װער זאגט דאס? א צווייטע מאל...

האב איך נישט גוט געהערט?
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך גראז »

שמן ששון האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 9:43 pm אוודאי די באווייזן וועלן לכאורה נישט זען די שיין פון די זון עכ"פ ביז 2024 זיכער.
וואס??? די פארשטארבענער וויסלבלויער גייט אויפשטיין לתחיה??? ער גייט קומען מיט די ווייסע בגדים און די לעכט אויפן קאפ??? 😮😮😮

די ארעסטירטער וויסלבלויער גייט ווערן געפארדענט?
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
גליק
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:14 am
x 80

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך גליק »

1dfc61644890c69d.jpg
1dfc61644890c69d.jpg (163.93 KiB) געזען געווארן 867 מאל
אוועיטער
שמן ששון
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:00 pm
x 35

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך שמן ששון »

גראז האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:47 am
שמן ששון האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 9:43 pm אוודאי די באווייזן וועלן לכאורה נישט זען די שיין פון די זון עכ"פ ביז 2024 זיכער.
וואס??? די פארשטארבענער וויסלבלויער גייט אויפשטיין לתחיה??? ער גייט קומען מיט די ווייסע בגדים און די לעכט אויפן קאפ??? 😮😮😮

די ארעסטירטער וויסלבלויער גייט ווערן געפארדענט?

מעגליך. נאך 24, ווענדט זיך ווער ס'וואוינט נאכדעם אין די סאמע פארזיכערסטע קאקעין קלאב אין די וועלט.

קען אויך זיין אויב קומט אפיר א נייע עף בי איי דירעקטאר, אז מ'וועט קענען האבן צוטריט צו געוויסע רעקארדירונגען.
אוועיטער
דער פאטעטע מייסטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 978
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
x 1412

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך דער פאטעטע מייסטער »

.
פיילס
5044543002046999971_120.jpg
5044543002046999971_120.jpg (89.96 KiB) געזען געווארן 851 מאל
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך גראז »

שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:25 am
גראז האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:47 am
שמן ששון האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 9:43 pm אוודאי די באווייזן וועלן לכאורה נישט זען די שיין פון די זון עכ"פ ביז 2024 זיכער.
וואס??? די פארשטארבענער וויסלבלויער גייט אויפשטיין לתחיה??? ער גייט קומען מיט די ווייסע בגדים און די לעכט אויפן קאפ??? 😮😮😮

די ארעסטירטער וויסלבלויער גייט ווערן געפארדענט?

מעגליך. נאך 24, ווענדט זיך ווער ס'וואוינט נאכדעם אין די סאמע פארזיכערסטע קאקעין קלאב אין די וועלט.
😄

שמן ששון האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:25 am קען אויך זיין אויב קומט אפיר א נייע עף בי איי דירעקטאר, אז מ'וועט קענען האבן צוטריט צו געוויסע רעקארדירונגען.
איך האלט אז א אף בי איי דירעקטאר האט נישט קיין שום מאכט. ס'קומט אריין א נייע דירעקטאר יעדע פאר יאר, דארט זיצן חברה שוין יארן איינגעגעסן אינעם זומפ, זיי זענען אסאך מער בעל הבית ווי דער נארוואס אנגקעקומענער גרינער דירעקטאר. אויב דרעינט מען נישט דעם זומפ דארטן קענסטו אריינלייגן דארט וויפיל דירעקטארן די ווילסט, סוועסט גארנישט פארדינען דערפון.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
בעקיטשע
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:01 pm
x 2

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך בעקיטשע »

ווען איז די אימפישמענט געסקעזשולט פארצוקימען ?
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 501

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך קיינמאל »

בעקיטשע האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:23 pm ווען איז די אימפישמענט געסקעזשולט פארצוקימען ?
2028
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 481
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1006

Re: האנטער ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

אגב, עס איז שוין פארגאנגענע וואך געעפנט געווארן אן אשכול איבער דעם נושא. ביטע צוזאמשמעלצן ביידע אשכולות.

א דאנק.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 481
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1006

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

באריכטן געבן אן אז די האנטער ביידען פליע דיעל מיט די יוסטיץ דעפארטמענט, איבער שטייער פארלעצונגען, האלט ביים צוזאמפאלן אין געריכט, נאך וואס דער ריכטער האט אויסגעדריקט זארג איבער דעם אז אונטער דעם אפמאך וועט האנטער נישט ווערן אנגעקלאגט איבער זיינע גאן פארלעצונגען.

דאס קומט אויך אין א צייט ווען עס ווערט באריכטעט אז האנטער ווערט אויך אויסגעפארשט איבער פאטענציאלע פארלעצונגען פון דער 'אויסערן אגענט רעגיסטראציע' געזעץ.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך העלדיש »

די אלע מעשיות זענען נישט וויכטיג.

ווילאנג עס איז דא א שאלה אויב די ביידען פאמיליע מיט זייער דעמאקראטישע קאלעגן זענען קארופטירט אדער נישט, דארף מען טאקע האבן באווייזן און ראיות. אבער איך האב שוין פון לאנג איינגעזען אז אמעריקא איז נישט קיין דעמאקראטיע און א דעמאקראטיע איז נישט אמעריקא.
עס איז קלאר ווי די טאג. איז וואס האב איך פון די באווייזן? דאס איז נאך פון זיין קליינע עבירות.
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 481
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 1006

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך פעיק ניוז »

קעווין מעקארטי זאגט אז קאנגרעס גייט אין ריכטונג פון לאזן אין גאנג אן אימפיטשמענט אויספארשונג, אין פאל די רעגירונג וועט נישט איבערגעבן פאר קאנגרעס קאמיטעען די אינפארמאציע וועלכע זיי פארלאנגען.

צווישן די באשולדיגונגען וועלכע ווערן מאמענטאל אויסגעפארשט, ציילט זיך א לעצטע אויפדעקונג פון עף. בי. איי. דאקומענטן וועלכע צייגן אז די אוקראינישע באריסמע פירמע האט מעגליך געצאלט פאר ביידען און זיין פאמיליע מיליאנען דאלארו, אין אויסטויש פון דעם דאן וויצע פרעזידענט ביידען'ס הילף אנבאלאנגט דאס אויפזאגן דעם אוקראינישן פראקוראר וועלכער האט אויסגעפארשט די פירמע אויף וועמען'ס פירערשאפט באורד האנטער ביידען איז געזעסן.

אזוי אויך טוען רעפובליקאנער באשולדיגן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אינטערווינירט צו צוימען דעם אויספארשונג קעגן האנטער ביידען.
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך העלדיש »

פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 12:40 pm קעווין מעקארטי זאגט אז קאנגרעס גייט אין ריכטונג פון לאזן אין גאנג אן אימפיטשמענט אויספארשונג, אין פאל די רעגירונג וועט נישט איבערגעבן פאר קאנגרעס קאמיטעען די אינפארמאציע וועלכע זיי פארלאנגען.

צווישן די באשולדיגונגען וועלכע ווערן מאמענטאל אויסגעפארשט, ציילט זיך א לעצטע אויפדעקונג פון עף. בי. איי. דאקומענטן וועלכע צייגן אז די אוקראינישע באריסמע פירמע האט מעגליך געצאלט פאר ביידען און זיין פאמיליע מיליאנען דאלארו, אין אויסטויש פון דעם דאן וויצע פרעזידענט ביידען'ס הילף אנבאלאנגט דאס אויפזאגן דעם אוקראינישן פראקוראר וועלכער האט אויסגעפארשט די פירמע אויף וועמען'ס פירערשאפט באורד האנטער ביידען איז געזעסן.

אזוי אויך טוען רעפובליקאנער באשולדיגן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אינטערווינירט צו צוימען דעם אויספארשונג קעגן האנטער ביידען.
פארוואס איז נישט אבאמא אין פעקל?
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 622
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 501

Re: פרעזידענט ביידען סקאנדאלן

פאוסט דורך קיינמאל »

העלדיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 1:02 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 12:40 pm קעווין מעקארטי זאגט אז קאנגרעס גייט אין ריכטונג פון לאזן אין גאנג אן אימפיטשמענט אויספארשונג, אין פאל די רעגירונג וועט נישט איבערגעבן פאר קאנגרעס קאמיטעען די אינפארמאציע וועלכע זיי פארלאנגען.

צווישן די באשולדיגונגען וועלכע ווערן מאמענטאל אויסגעפארשט, ציילט זיך א לעצטע אויפדעקונג פון עף. בי. איי. דאקומענטן וועלכע צייגן אז די אוקראינישע באריסמע פירמע האט מעגליך געצאלט פאר ביידען און זיין פאמיליע מיליאנען דאלארו, אין אויסטויש פון דעם דאן וויצע פרעזידענט ביידען'ס הילף אנבאלאנגט דאס אויפזאגן דעם אוקראינישן פראקוראר וועלכער האט אויסגעפארשט די פירמע אויף וועמען'ס פירערשאפט באורד האנטער ביידען איז געזעסן.

אזוי אויך טוען רעפובליקאנער באשולדיגן אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט אינטערווינירט צו צוימען דעם אויספארשונג קעגן האנטער ביידען.
פארוואס איז נישט אבאמא אין פעקל?
אין א פרייע מדינה וואלט אבאמא געברויכט זיצן פאר אסאך אנדערע זאכן
נאר אין אמעריקע איז קיין יוסטיץ נישט פארהאן אז אפילו די ווענט שרייען די קארופציע

די איינציגסטע זאך וואס קאנגרעס קען טון איז אימפיטשען וואס איז בלויז א סימבאלישע זאך א געוועזענע פרעזידענט קען מען נישט אימפיטשען
שרייב פאוסט