אהא הייסט חסורי מחסרא והכי קתנימיטב הגיון האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 11:00 amפשוט שקר, פערלס שרייט שוין לאנג און שרייט נאך אלס אז דא איז דא א געפערליכע גזירה, און מען האלט נאכנישט ביי סוף פסוק.יום טוב האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 10:44 amטאקע מחשבות זרות , ווייל א ווארטזאגער פאר פערלס האט מסביר געווען אין אן אינטערויו אז עס איז בכלל נישט געפערליך, זיי קריכן אראפ פון בוים און עס שוין בכלל נישט קיין גזירה און ביי א מיטונג פאריגע וואך האט ער געזאגט אז מרעדט פון מינדערוויכטיגע שינוים, און דאס ענטפערן פאר די רעגירונג אליינס איז שוין א מעסעדזש אז מיר גייען מיטארבעטן, און דאס איז וואס באזארגט דעם ציבור אז די וואס פייטן פאר די חינוך פייטן פאר פאנדינגס און זענען גרייט נאכצוגעבן אביסעלע און נאך אביסעלעמיטב הגיון האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 10:35 am
טאקע א שווערע קשיא, עס איז נישטא קיין פראבלעם פון אינספעקאשנס, ארעסטן, פאנדינג איז חששות רחוקות, איז וואס געט מען פשוט אויף דעם חינוך?
כ'הייב אפשר אהן צו טראכטן, כ'האב מחשבות זרות (אדער אפשר איז עס גאר כפירה, מען קען נישט וויסן היינט) אז אפשר אפשר האט מען טאקע בכלל נישט אויפגעגעבען אויפן חינוך? און נאכמער ווי דעם (אוי! די האנט ציטערט מיר יעצט דאס צו שרייבן) אפשר קען זיין אז די חברה וועלן פייטן גאר אנטקעגן די גזירה? כ'הייב אהן צו טראכטן אז די מיליאנען וואס די חברה האבן שוין אויסגעגעבן איז בכלל נישט געווען כדי צו פשוט אויפגעבן אויפן חינוך, עס קען אפשר זיין אז מען האט אויסגעגעבן די מיליאנען (ס'קוקט אפשר אויס פאני אבער ס'קען זיין) כדי צו פייטן פאר אונזער ערליכן חינוך.
וה' הטוב יכפר פארן האבן אזוינע געדאנקען.
לגבי די וואס שרייען אז אז אפילו אויב נעמען א פעטוועי זאל זיין די ריכטיגע וועג, (ווייל דעמאלטס שטייט מען 10 מאל שטערקער אין די קאורט קעיסעס , און די גאווערמענט האט מער אן אינטערעסע אראפצוקריכן פון בוים און האבן דעם בוים אויף וואס אראפצוקריכן אויב זיי ווילן), טאר מען אויכנישט ווייל די געזעץ\סובדזשקעטס טריקענערהייט איז כפירה און שמד, אויף דעם ווייזט מען פשוט אויף אז עס איז נישט אמת.
ביי די וועי אויב די סובדזשעקטס זענען נישט קיין פראבלעם דאן וואס איז יא די גזירה?