"געזונטע” רוצחים!

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1574
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3325

"געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

ס'איז זייער שווער אריינצוגיין אין מסביר זיין וואס דאס מיינט "העלט מיינדעד", ווייל ס'דא מענטשן וואס זענען פשוט "געזונט מיינדעד", זיי גיבן אכט וואס זיי עסן אא"וו, ואשרי חלקם. ווידער איז דא וואס זענען "נעטורעל מיינדעד" און טוען פארשידענע נאטורליכע השתדלות פארן געזונט. ווידער איז דא די נעקסטע שטאפל, מענטשן וואס ציטערן פון מעדיקעישן, און ווייטער אנדערע וואס טראסטן נישט וואס דער דאקטאר זאגט ביז זיי סיורטשן אליינס צו מיסטער גוגל ווייסט אויך אזוי.

מ'קען נישט דערין אריינרעדן, יעדנס מח לויפט אנדערש, און ס'איז בכלל נישט קלאר ווער עס קומט אן בעסער, אמאל אזוי און אמאל אזוי, די טעמע איז ענדלעס.

אבער! כהיום איז שוין געווארן, בעיקר ביי די נשים צדקניות, א פולקאמע "געזונטהייט מחלה" מיט'ן גרעסטן עקסטרעמיזם, א ביטערע 'קרענק' וואס רופט זיך 'געזונט'. וויאזוי זאל איך עס אנרופן? "העלט אנערעקסיע" וואלט געווען פאסיג.

על מה יצא הקצף? פשוט, איך האב לעצטנס פערזענליך מיטגעהאלטן 2 פעלער פון אידענעס וואס זענען ב"ה געבענטשט מיט די מחלה, און האבן זיך פשוט איינגעשטעלט דאס לעבן, און געצאלט לעבנס.

----


איין מעשה איז געווען מיט 2 חדשים צוריק, איך האב א קרוב וואס וואוינט אין מאנסי און איז געהאלפן געווארן מיט א 5'טע קינד למז"ט. זיינס א ידיד רופט מיר אן און בעט מיר געלט, ער דערציילט מיר אז מ'האט געמוזט גיין צו א דאקטאר וואס נעמט נישט מיין קרוב'ס אינשורענס. איך האב זיך משתתף געווען מיט א ריזן סכום, זייענדיג קרוב ללבי.

א טאג דערויף הער איך א קריטישע נייעס אז דאס ניי געברוין קינד איז אין א קריטישע מצב, די אטעם איז גאר גאר נידריג, מ'האט עס אריינגעלייגט אין א פריזער צו ראטעווען, בקיצור ס'זעט אויס שווארץ. תהילה לקל ס'איז אריבער אפאר טאג און דאס קינד איז געראטעוועט, נאך גאר שווערע און קריטישע טעג. (כהאב לעצטנס געזען א בילד פונעם קינד אין די ערשטע טעג אין שפיטאל, כבין נאך יעצט אין טראמא וויאזוי דאס קינד האט אויסגעקוקט).

איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי די גאר נאנטע וואס די מעשה איז געווען, הער איך אזוי נישט מער און נישט ווייניגער: פארוואס האט מען געדארפט קעש? ווייל דער דאקטאר האט געזאגט אז ס'איז דא אישו'ס, און ער גייט מוזן מאכן א פראצעדור אז דאס קינד זאל געבוירן ווערן געזונט. אזוי ווי מ'האט דאס געהערט איז מען שנעל אנטלאפן! מען האט געקאנטאקט איינעם וואס קען זיך גוט אויס... (אין הלכות רציחה), און יענער האט געהייסן גיין צו עפעס א "דאקטאר ראשעי", ער איז א מומחא אין אויסמיידן פראצעדורן! וכך הוה, ער האט געזאגט אז מ'דארף נישט קיין שום פראצעדור ב"ה! ביז "איין מינוט נאכ'ן" לעצטן מינוט האט ער געזען אז ס'איז טאקע צרות צרורות, און... ער האט געמאכט דעם פראצעדור! אבער אביסל צו שפעט, און דאס קינד איז געווארן קריטיש.

איר הערט?! מ'איז אוועקגעלאפן, געמאכט דעם פראצעדור אידערוועי, און דאס קינד שיעור גע'הרג'עט! (מיט מיין געלט).

---

א צווייטע מעשה איז געווען איין וואך צוריק, אין וויליאמסבורג. א קינד איז רח"ל אוועק ביים געבורט, איך קען די עלטערן, מיין הארץ איז אויסגעגאנגען.

היינט הער איך אז די מאמע האט געוויסט אז ביים פאריגן קינד איז געווען אישו'ס, און מ'האט געדארפט מאכן עמערדזשענסי פראצעדורן, ממילא איז מען יעצט געגאנגען צו.... דעם זעלבן דאקטאר, ווייל ער האט א רעקארד פון "נישט מאכן קיין פראצעדורן נאר אויב ס'איז עמערדשענסי ממש"!, און די עזרת נשים גייט משוגע דערפאר. נו, מ'האט עס טאקע נ ישט געמאכט ב"ה. און דאס קינד איז אין בית החיים! רח"ל.

דאס איז נישט קיין פאנטאזיעס, נאר מעשיות וואס כהאב מיטגעהאלטן אזוי אומשולדיג, און איך האב נאך אסאך דיטעילס וואס איז נישט צום שרייבן.

רבותי, ס'איז א "העלט אנערעקסיע" פענדעמיע!!!

(הערה: כבין דא געגאנגען א טראפ אויף א דינע ליניע, ביטע נישט פארשמירן וד"ב)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: געזונטע רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

אזעלכע און ענליכע מעשיות זענען ליידער דא צופיל, אין די לעצטע יאר האב'ך מיטגעהאלטן עטליכע.

די פראבלעם איז אז ס'איז געווארן א סטייל ביי די פרויען, און פונקט ווי אלע סטיילס, וויסט מען נישט וואו זיך צו אפשטעלן

#דעתן קלות
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

אגב, דער דאקטאר אליינס סוירטשט אויך גוגל צו וויסן וואס צו געבן, ווייל היינט ווייסן זיי אליינס נישט אלעס אן נאכקוקן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 676

Re: געזונטע רוצחים!

פאוסט דורך צייטווייליג »

איר גייט גארנישט אויף קיין דינע ליניע.. סאיז זייער קלאר אייער נקודה. וילמדו תועים בינה.

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז נישט קיין קינדער שפיל!

אז מוויל קויפן ווייטעמינען און זיין ביזי מיט דייעט, נו מהיכי תיתי.. אבער ווען משפילט מיטן לעבן איז עס שוין גארנישט קיין געלעכטער!
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 883

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

זייער רירנד! א פחד.

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:09 am אגב, דער דאקטאר אליינס סוירטשט אויך גוגל צו וויסן וואס צו געבן, ווייל היינט ווייסן זיי אליינס נישט אלעס אן נאכקוקן.
ס'נישט אינטערסאנט אריינצוגיין פונקטליך וואס דער דאקטאר ווייסט מער פון מיר... אבער וואס אמאל זיכער, דער דאקטאר איז געווען א קאלעדזש. ער האט זיך געלערנט. און איך נישט! פינטל. ענד אוו סטארי. (כמיין.. לדעתי)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך וואוילער »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:09 am אגב, דער דאקטאר אליינס סוירטשט אויך גוגל צו וויסן וואס צו געבן, ווייל היינט ווייסן זיי אליינס נישט אלעס אן נאכקוקן.
ס'נישט אינטערסאנט אריינצוגיין פונקטליך וואס דער דאקטאר ווייסט מער פון מיר... אבער וואס אמאל זיכער, דער דאקטאר איז געווען א קאלעדזש. ער האט זיך געלערנט. און איך נישט! פינטל. ענד אוו סטארי. (כמיין.. לדעתי)
כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען אז היות היינט איז דא מענטשן וואס ווייסן אסאך, און אינפארמאציע איז אפן, און פון די אנדערע זייט זעהט מען אז דאקטוירים זענען נישט אלעמאל בא'הבנ'ט מיט די פרטים אליינס, מאכט עס פילן ווי "כ'קען אליינס".
אבער חלילה, איך בין זייער פרא מעדיקל (מיט אביסל נוצן די אייגענע שכל)
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 883

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:22 am אבער חלילה, איך בין זייער פרא מעדיקל (מיט אביסל נוצן די אייגענע שכל)
👍
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 498

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קיינמאל »

יא די מצב איז לעצטנס געפערליך.

איך האב א מומע וואס איז נעבעך דיזעגנירט מיט די מחלה
אין לעצטנס מאכט זי משוגע מיין ווייב אין עס הייבט אן צו קאסטן אסאך געלט
א קליינע דוגמא איך האב שוין עטליכע חדשים א וואסער פילטער אין די מומע איז אויפגעקומען אז פילטער וואסער איז נישט געזונט נאר געבאטעלטע וואסער
יאנטשי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 379
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 277

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך יאנטשי »

קיינמאל האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:37 am יא די מצב איז לעצטנס געפערליך.

איך האב א מומע וואס איז נעבעך דיזעגנירט מיט די מחלה
אין לעצטנס מאכט זי משוגע מיין ווייב אין עס הייבט אן צו קאסטן אסאך געלט
א קליינע דוגמא איך האב שוין עטליכע חדשים א וואסער פילטער אין די מומע איז אויפגעקומען אז פילטער וואסער איז נישט געזונט נאר געבאטעלטע וואסער
חחח... געפיטערטע וואסער איז פיל פיל געזונטער!... פארשטייט זיך מיט די גוטע פילטערס וואס איז גוט מענטעינד.

געב איבער ביטע
קיינמאל
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 621
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
x 498

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קיינמאל »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:44 am
קיינמאל האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:37 am יא די מצב איז לעצטנס געפערליך.

איך האב א מומע וואס איז נעבעך דיזעגנירט מיט די מחלה
אין לעצטנס מאכט זי משוגע מיין ווייב אין עס הייבט אן צו קאסטן אסאך געלט
א קליינע דוגמא איך האב שוין עטליכע חדשים א וואסער פילטער אין די מומע איז אויפגעקומען אז פילטער וואסער איז נישט געזונט נאר געבאטעלטע וואסער
חחח... געפיטערטע וואסער איז פיל פיל געזונטער!... פארשטייט זיך מיט די גוטע פילטערס וואס איז גוט מענטעינד
יא יא דארפסט מיר נישט זאגן

איך האב א גוטע טייערע פילטער
אוועיטער
פרינדזשעס..
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:31 pm
x 16

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך פרינדזשעס.. »

כ'האב געהערט א טייער ווארט פון הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זצ"ל

איינער האט אנגעפרעגט איבער נושא פון נייטראלע היילונג,
האט ער געזאגט: וואס מיינט השתדלות? מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות, מען מעג גיין אבער מען טאר נישט גלייבן דערין
אבער Natural Healing גלייבסטו אין דעם...וד"ל ואכמ"ל ודוק
אוועיטער
רעגנדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:53 am
x 81

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך רעגנדיג »

יאפ, נישטא וואס צוצולייגן, דער מצב איז איום ונורא, רוצחים במלוא מובן המילה, השם ירחם.
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אני-הק' »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:44 am
קיינמאל האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:37 am יא די מצב איז לעצטנס געפערליך.

איך האב א מומע וואס איז נעבעך דיזעגנירט מיט די מחלה
אין לעצטנס מאכט זי משוגע מיין ווייב אין עס הייבט אן צו קאסטן אסאך געלט
א קליינע דוגמא איך האב שוין עטליכע חדשים א וואסער פילטער אין די מומע איז אויפגעקומען אז פילטער וואסער איז נישט געזונט נאר געבאטעלטע וואסער
חחח... געפיטערטע וואסער איז פיל פיל געזונטער!... פארשטייט זיך מיט די גוטע פילטערס וואס איז גוט מענטעינד.

געב איבער ביטע
רוב געבאטעלטע וואסער זענען אויך געפילטערט היינט צוטאג'ס
וואסער וואס קומט טאקע עכט פון א קוואל, און איז אויך געפילטערד, אזאנס איז טאקע געזונטער און אסאך פעלער, ס'ווענדט זיך וועלכע קאמפאניס, ס'זענען דא קאמפאניס וואס האבן מער אלקעליין וכו'
אגב, ס'איז דא וויכטיגערע זאכן וואס מ'דארף קודם אבאכט געבן אויף די געזונט ווי וועלכע קאמפאני וואסער וכדו' צו טרינקען, ווצב"ש וויאזוי צו עסן, צוקייען גוט די עסן בעפארן אראפשלינגען, נישט טרינקען בשעתן עסן (נאר וויין וכו'), טרינקען אביסל נאכן עסן, נישט טרינקען אסאך נאכן עסן, גיין אויף א קורצע שפאציר נאכן עסן, נישט גיין שלאפן ביז א שעה צוויי נאכן עסן, נישט עסן צו אסאך באזאלצענע עסן, וכדו' וכדו', כמבואר ברמב"ם
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 22

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך אלעמאל »

עס איז א גרויסער פראבלעם.
א ווייטאג און א שרעקעדיגע מציאות.

אבער נישט אלעס זענען די אומוויסענדיגע אידישע מאמע'ס אינגאנצען שולדיג אויף זייער קרענק.

אסאך איז שולדיג די דאקטורים אליין.

למשל, דער באקאנטע פאוטשי מיט זיינע קביעותדיגע ליגענט און פארדרייען די מוחות, איז גענוג צו פארלירן טראסט אין דאקטוירים.

דער מחלה איז שוין געווען פאר קאוויד, אבער איך געב נאר א משל, (אויך ווי די מעדיקל וועלט שטיפט קארן סירופ, אנשטאטס צוקער וכדומה, מאכט אז מ'זאל וויסען אז דער דאקטאר איז נישט תורה מן השמים,).

נישט חלילה אז איך האלט פון דעם קרענק, נאר ליידער איז עס דא, אבער דער דאקטאר איז מער שולדיג ווי דעם אומוויסענדע, אומשולדיגער אידישע מאמע.
אוועיטער
מיילעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 209
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:41 am
x 234

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך מיילעך »

איין זאך וואס איז זיכער דער מאן דארף זיך האלטן פעסט און טון וויאזוי מען דארף טון.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

דאס אז די וועלט איז געווארן אזוי ארטיפישעל און אזוי מעדיקל איז עקטשולי שולדיג אין די גאנצע קרענק
מעכטיג
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:15 pm
x 3

Re: געזונטע רוצחים!

פאוסט דורך מעכטיג »

צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:09 am איר גייט גארנישט אויף קיין דינע ליניע.. סאיז זייער קלאר אייער נקודה. וילמדו תועים בינה.

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז נישט קיין קינדער שפיל!

אז מוויל קויפן ווייטעמינען און זיין ביזי מיט דייעט, נו מהיכי תיתי.. אבער ווען משפילט מיטן לעבן איז עס שוין גארנישט קיין געלעכטער!
פאר דיין אינפארמעשין,ושמרתם מאוד לנפשותיכם שטייט די וואך אין די סדרה, עניני דיומא.
לאז געמאך
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:04 am
x 5

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך לאז געמאך »

מיילעך האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:06 pm איין זאך וואס איז זיכער דער מאן דארף זיך האלטן פעסט און טון וויאזוי מען דארף טון.
זייער גוט געזאגט, א מאן זאל האבן די שטארקייט און זעהן אז מען טוט וואס מען דארף צו טוען
אסאך יוגעלייט זאגן אז "כ'ווייס נישט, כקענן מיך נישט אויס, מן הסתם ווייסן די פרויען בעסער, איך וויל מיך סתם אזוי נישט אנהייבן מיט יענער מומע... (אגב דאס איז א גאנץ א צווייטע פראבלעם ווען מענטשן הייבן אן געבן דעות מיט עצות)
וויסן זאלן מיר, אז עס איז אונזער חיוב זיכער צו מאכן אז אונז ווייס'מער אלעס וואס ווערט געטוען אדער באטראכט, עס איז נישט קיין פרישות נישט צו וויסן, עס איז אונזער אחריות און נאר אונזער אחריות.
פארשטייט זיך אויפן כשר'סטן אופן שייך און מיט א דעת תורה וואס פארשטייט...
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

אלעמאל האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 11:57 am עס איז א גרויסער פראבלעם.
א ווייטאג און א שרעקעדיגע מציאות.

אבער נישט אלעס זענען די אומוויסענדיגע אידישע מאמע'ס אינגאנצען שולדיג אויף זייער קרענק.

אסאך איז שולדיג די דאקטורים אליין.

למשל, דער באקאנטע פאוטשי מיט זיינע קביעותדיגע ליגענט און פארדרייען די מוחות, איז גענוג צו פארלירן טראסט אין דאקטוירים.

דער מחלה איז שוין געווען פאר קאוויד, אבער איך געב נאר א משל, (אויך ווי די מעדיקל וועלט שטיפט קארן סירופ, אנשטאטס צוקער וכדומה, מאכט אז מ'זאל וויסען אז דער דאקטאר איז נישט תורה מן השמים,).

נישט חלילה אז איך האלט פון דעם קרענק, נאר ליידער איז עס דא, אבער דער דאקטאר איז מער שולדיג ווי דעם אומוויסענדע, אומשולדיגער אידישע מאמע.
👍100 פראצענט!
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך איך ווייס »

ווילסט וואוסן עפעס אינטרעסאנט? אסאך גוטע דאקטורים וועלן מציע זיין דייעט און געזונטהייט איבער מאכן פרדאצוערען, זיי וועלן נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע אומנויטיגע פראדוצערן, און זיי וועלן געווענליך מסביר זיין ווען און וואו עס פעלט יא אדער נישט אויס קיין מעדיצינען. ס'איז נישט כאילו דער דאקטער ווייסט נישט פון די אלטערניטיוו מהלך.
לעדי באג
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 11:20 am
x 8

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך לעדי באג »

פרינדזשעס.. האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 10:45 am כ'האב געהערט א טייער ווארט פון הרה"ק ר' הערשעלע מ'ספינקא זצ"ל

איינער האט אנגעפרעגט איבער נושא פון נייטראלע היילונג,
האט ער געזאגט: וואס מיינט השתדלות? מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות, מען מעג גיין אבער מען טאר נישט גלייבן דערין
אבער Natural Healing גלייבסטו אין דעם...וד"ל ואכמ"ל ודוק
אייזן ווארט!
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 18

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך קלוגער חכם »

איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:07 pm ווילסט וואוסן עפעס אינטרעסאנט? אסאך גוטע דאקטורים וועלן מציע זיין דייעט און געזונטהייט איבער מאכן פרדאצוערען, זיי וועלן נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע אומנויטיגע פראדוצערן, און זיי וועלן געווענליך מסביר זיין ווען און וואו עס פעלט יא אדער נישט אויס קיין מעדיצינען. ס'איז נישט כאילו דער דאקטער ווייסט נישט פון די אלטערניטיוו מהלך.
רוב דאקטורים גייען נישט טון די זאכן חוץ געוויסע זאכן וואס איז אפיציעל אנגענומען אין די מעדיקל וועלט
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 676

Re: ”געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך צייטווייליג »

מעכטיג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:57 pm
צייטווייליג האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 9:09 am איר גייט גארנישט אויף קיין דינע ליניע.. סאיז זייער קלאר אייער נקודה. וילמדו תועים בינה.

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז נישט קיין קינדער שפיל!

אז מוויל קויפן ווייטעמינען און זיין ביזי מיט דייעט, נו מהיכי תיתי.. אבער ווען משפילט מיטן לעבן איז עס שוין גארנישט קיין געלעכטער!
פאר דיין אינפארמעשין,ושמרתם מאוד לנפשותיכם שטייט די וואך אין די סדרה, עניני דיומא.
מיינע רבי’ס פלעגן אין אזא פאל זאגן אז סאיז ”תורה לשמה” :)
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך העלדיש »

איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:07 pm ווילסט וואוסן עפעס אינטרעסאנט? אסאך גוטע דאקטורים וועלן מציע זיין דייעט און געזונטהייט איבער מאכן פרדאצוערען, זיי וועלן נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע אומנויטיגע פראדוצערן, און זיי וועלן געווענליך מסביר זיין ווען און וואו עס פעלט יא אדער נישט אויס קיין מעדיצינען. ס'איז נישט כאילו דער דאקטער ווייסט נישט פון די אלטערניטיוו מהלך.
פראצודורן איז די אלטערנעטיוו
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: "געזונטע” רוצחים!

פאוסט דורך איך ווייס »

קלוגער חכם האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:16 pm
איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 2:07 pm ווילסט וואוסן עפעס אינטרעסאנט? אסאך גוטע דאקטורים וועלן מציע זיין דייעט און געזונטהייט איבער מאכן פרדאצוערען, זיי וועלן נישט מאכן קיין איבערגעאיילטע אומנויטיגע פראדוצערן, און זיי וועלן געווענליך מסביר זיין ווען און וואו עס פעלט יא אדער נישט אויס קיין מעדיצינען. ס'איז נישט כאילו דער דאקטער ווייסט נישט פון די אלטערניטיוו מהלך.
רוב דאקטורים גייען נישט טון די זאכן חוץ געוויסע זאכן וואס איז אפיציעל אנגענומען אין די מעדיקל וועלט
למשל דייעטע, געוויסע ווייטאמינען, וכדומה, זיי וועלן נישט געבן זאכן וואס איז נישט אויפגעוויזן, און מהיכי תיתי אז די זאכן העלפן אפילו?
שרייב פאוסט