מקען זאגן קלאר חומת הדת איז א סעקטע פון געוויסע מיני מידות
די שיעורים פון ש. בילגריי
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
פארוואס פארפארט מען פונעם ענין,
- וועגן חולת הדת דארף מען רעדן ביי די טעמא פון פאני נעמען
וועגן חומת הדת דארף גיין ביי די טעמע פון אינטרעסאנטע האטליינס
וועגען געוויסע סארטען טיפס מענטשען דארף מען רעדן ביי זיין טעמע
ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 277
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
לאז ארויס אומשולדיגע מענטשן פון די חאזעריי!!!!!! האסט פארשטאנען??? אז נישט וועט מען ענק עס מאכן פארשטיין!!!!!!!!!משה גרויס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:05 pmפארוואס טראכסטו אז עס איז נישט מיר נוגע? און איך בין אויכעט א חלק פון די "יודישע קינדער"נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:30 pmפון א שנעלע סירטש אויף דיין 9 תגובות ביז אהער, זעהט מיר אויס ווי עס איז דיר נישט נוגע למעשה. נאר דו ווילסט אן אשכול וואס גיסט שמוץ אויף אידישע קינדער!
אגב, עס איז דא א היימישע מקום דא ווי מען גיסט אסאך מער האס
- אויף די אנדערע פראקציאעס פון די אייגיננע קרייז וד"ל
גיוס
מטאר נישט דאווענען, נאר אין די אייגענע בית המדרש
מטאר נישט קויפן פלייש נישט דא און נישט דארט
מטאר נישט הערן דעי האטליין און יענע האטליין
מטאר נישט שוקן אין אן אנדערע ישיבה
מטאר נישט רעדן מיט קיין איין דיין [סאיז געבליבלן צוויי דיינים אפשר איינס, סאיז נאך א ספק]
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 277
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
ווילסט אראפרייסן די עסטעבלעשמענט? כה לחי איך בין פולי מיט דיר! אבער ביז פריוואטע בלוט!
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
יעצט רעדסטו צום זאךworld champion האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:56 pm ווילסט אראפרייסן די עסטעבלעשמענט? כה לחי איך בין פולי מיט דיר! אבער ביז פריוואטע בלוט!

ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
בריווען
- פיילס
-
- קובץ בילגריי 3.pdf
- (51.48 KiB) דאונלאודעד 235 מאל
-
- קובץ בילגריי 2.pdf
- (53.28 KiB) דאונלאודעד 142 מאל
-
- קובץ בילגריי.pdf
- (3.7 MiB) דאונלאודעד 164 מאל
ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
א קול קורא ווי אלע קורא'ס ליידער מיר געדענקען נאך די צוריק ציען בריוון ביי פשוטו של מקרא, דא איז נאר נישט דא גענוג א שטארקע צד שכנגד, לכאורה טייל רבנים האבן געהערט פאלשע אינפארמאציע און אנדערע טייל האבן בכלל נישט געזען דעם בריוו און די איבריגע טייל האבן זיך פארלאזט אויף די אנדערע, וחוזר חלילה
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
די 2 ליידיגע פאוסט'ס איז א מעסמעק, איך האב שוין געבעטן די מנהל צו עס אראפנעמעם
ביטע נעקסטע מאל דן זיין לכף זכות
ביטע נעקסטע מאל דן זיין לכף זכות
ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
אזוי זאגט @יום טוב , ווער עס וויל וויסן וואס די רבנים זאגן, זאל זיי פרעזעלעך פרעגןיום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:27 pmא קול קורא ווי אלע קורא'ס ליידער מיר געדענקען נאך די צוריק ציען בריוון ביי פשוטו של מקרא, דא איז נאר נישט דא גענוג א שטארקע צד שכנגד, לכאורה טייל רבנים האבן געהערט פאלשע אינפארמאציע און אנדערע טייל האבן בכלל נישט געזען דעם בריוו און די איבריגע טייל האבן זיך פארלאזט אויף די אנדערע, וחוזר חלילה
ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
חוץ מזה, די בתי דין אין ארץ ישראל האבן געמאכט א מושב בי"ד, און אויך די בריוו פון סקווערא דיין, און פון ר' משה הלל הירש איז אייגענע בריווען, נישט א קו"ק
ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1874
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5173
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
איר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגען, אבער נישט דאס איז וואס @יום טוב זאגט!משה גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:43 pmאזוי זאגט @יום טוב , ווער עס וויל וויסן, וואס די רבנים זאגן, זאל זיי פרעזעלעך פרעגןיום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:27 pmא קול קורא ווי אלע קורא'ס ליידער מיר געדענקען נאך די צוריק ציען בריוון ביי פשוטו של מקרא, דא איז נאר נישט דא גענוג א שטארקע צד שכנגד, לכאורה טייל רבנים האבן געהערט פאלשע אינפארמאציע און אנדערע טייל האבן בכלל נישט געזען דעם בריוו און די איבריגע טייל האבן זיך פארלאזט אויף די אנדערע, וחוזר חלילה
@יום טוב ברענגט ארויס אז ביים די שערורייה פון די פשוטו של מקרא האט זיך אנגעזעהן דאס אז ליידער ליידער זענען פארהאנען אנשי בליעל, וואס דמן של ישראל איז ביי זיי הפקר, און דעת תורה איז ביי זיי חשוב ווייניגער ווי קליפת השום. מען לויפט ארום טערארזירן רבנים, מען פארקויפט זיי שקרים וכזבים, מען דרייעט און מען חוש'ט ארום. אלעס פאר זייערע אייגענע אגענדעס! די פרשה פון פשוטו של מקרא איז א שאנדע פאר כלל ישראל. און דאס פנים פון אונזערע עיני העדה איז נאך ליידער פארפלאמט פאר בושה! די גאנצע געדאנק פון א קו''ק איז ליידער געווארן ביליג ביי כלל ישראל, אלץ א דאנק די כת מושחתים! און מיר ווילן זיי זאגן בושה תכסה פניכם!
דא קענט איר זעהן ווי משפחת בילעגריי שרייבט אז ס'איז נישטא קיין איין רב וואס האט זיך מיט זיי פארבינדען צו דערגיין די אמת, און דערנאך גע'חתמ'ט. די כת מושחתים שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט! זייער גרעסטע תאוות עולם הזה איז צו טרינקען ריין אידיש בלוט. אנשטאט א קאווע אינדערפרי זעצט מען זיך צו מיט א פרישקייט צו א זעכצען אונץ גלעזעלע אידיש בלוט, און מען טרינקט דאס צוזאמען במושב לצים מיט די גרעסטע הנאה! קאמען קאר, פעטוועיס, וואקסינען, וכדו' איז זיי נישט גענוג. און זיי זוכן דוקא פריוואטע יחידישע קרבנות אויך. רשעות איז נישט דאס ווארט! דאס זענען הפקר אינגען! און די כת איז א שאנדע פאר כלל ישראל!
יא אה''נ, קען טאקע זיין אז עס זענען דא געוויסע רבנים וואס זענען יא באהאווענט מיט'ן מציאות הדברים, און האבן מדעתם דעת תורה פארשטאנען אז דא ליגט א פראבלעם, און ארויסגעקומען מיט אן איסור אויף אירע שיעורים. יכול להיות. אבער דאס זיך קאכען אין דעם איז אן עון בל יכופר ואפי' יום הכיפורים ויום המיתה אינם מכפרים ע''ז. וכל הכת זענען מחויב מצד הדין צו גיין איבערבעטען די פרוי, נישט קיין חילוק צו עס זענען דא רבנים וואס האבן בדעת גע'אסרט. די רבנים טוהן עס ווייל עליהם איז מוטל האחריות, ודנין אותה בכובד ראש. משא''כ די כת לצים קלים פוחזים וריקים טוהן דאס פאר א האבי! די ציונום זענען פון די ערב רב, און די אלע זענען פון כת דתן ואבירם וחבריהם!
און צו אייך @משה גרויס איך בין אייך נישט חושד צו זיין א חלק פון די כת, אבער נישט כחכם און נישט כנביא האב איך תיכף ביים פתיחת האשכול געזעהן קלאר אייערע מאטיווען! הזהרו בדבריכם! חוסו על עצמכם ועל נפשתיכם ועל משפחתכם! דער הייליגער חינוך ווען ער רעדט ארום פון אונאת דברים שרייבט ער אז אה''נ נמי קיין מלקות איז נישטא אויף די לאו אבער כמה מלקיות מבלי רצועה של עגל ביד האדון הַמְּצַוֶּה על זה יתברך ויתעלה! דאס איז א שפיל מיט פייער! אידיש בלוט איז נישט קיין וואסער! איי וועט איר מיך נער'ן אז איר מיינט שם שמים מיט דעם, אויף דעם זאגט שוין רש''י הק' ואם תאמר, מי יודע אם נתכונתי לרעה, לכך נאמר ויראת מאלקיך, היודע מחשבות הוא יודע. כל דבר המסור ללב, שאין מכיר אלא מי שהמחשבה בלבו, נאמר בו ויראת מאלקיך!
ווי האט איר נישט מורא צו טשעפענען אידישע קינדער? ווי אזוי לייגט איר זיך אריין אין בעט ביינאכט ווען איר טוט וויי די שכינה הקדושה יעדן טאג? וואו איז אייער שכל??? דאס איז א שפיל מיט פייער!! אז די בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם ווייסט איר?? ווער דען איז מעכב ביאת המשיח אויב נישט די כת מחריבי העדה??
די הייליגע גמרא פארציילט אונז אין בבא מציעא ביי די ווייטאגליכע מחלוקת צווישען התנא רבי אליעזר עם חביריו. איז עמוד נחשול לטבעו פון רבן גמליאל האט ער זיך אנגערופען צום אויבערשטען רבונו של עולם גלוי וידוע לפניך שלא לכבודי עשיתי ולא לכבוד בית אבא עשיתי אלא לכבודך און ער האט זיך געראטעוועט. קענען די אידן דאס זאגן בפה מלא גלוי וידוע??? און לאמיר גיין ווייטער, דאס האט אויך נישט געהאלפען פאר רבן גמליאל לבסוף. נאר איינמאל רבי אליעזר האט געזאגט תחנון איז רבן גמליאל געגאנגען פון די וועלט. פארוואס? ווייל שערי דמעות לא ננעלו!! דאס איז געווען די הייליגע תנא רבן גמליאל וואס כל מעשיו איז געווען אינגאנצען לשם שמים!
לסיום הענין איז דא א באקאנטע ווארט פון דער הייליגער בריסקער רב. עס זענען דא צוויי וואס האבן פיינט די מייז. 1) דער בעל הבית. 2) דער קאץ. די חילוק איז אז די בעל הבית וויל פטור ווערן פונעם מייז, און דער קאץ ווארט שוין קוים צו טרעפען זיין נעקסטען קרבן! ער האט דאס געזאגט לגבי ציונות, אבער די זעלבע איז גילטיג דא. ווען דאס איז די איינציגע מערכה פון די מושחתים החרשתי, און איך וואלט געהאלטען אז זיי מיינען דאס לשם שמים. אבער ווען יעדע צוויי חדשים פאלט א צווייטער פריוואטער איד א קרבן צו די כת הרוצחים, איז סופן מוכיח תחילתן.
ודי בזה.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
אוי ווי גוט דו זאגסט
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
קודם כל, זייער שיין אראפגעשריבען,און איך בין זיכער אז די האסט כוונות@טובות.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:42 pmאיר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגען, אבער נישט דאס איז וואס @יום טוב זאגט!משה גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:43 pmאזוי זאגט @יום טוב , ווער עס וויל וויסן, וואס די רבנים זאגן, זאל זיי פרעזעלעך פרעגןיום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:27 pm
א קול קורא ווי אלע קורא'ס ליידער מיר געדענקען נאך די צוריק ציען בריוון ביי פשוטו של מקרא, דא איז נאר נישט דא גענוג א שטארקע צד שכנגד, לכאורה טייל רבנים האבן געהערט פאלשע אינפארמאציע און אנדערע טייל האבן בכלל נישט געזען דעם בריוו און די איבריגע טייל האבן זיך פארלאזט אויף די אנדערע, וחוזר חלילה
@יום טוב ברענגט ארויס אז ביים די שערורייה פון די פשוטו של מקרא האט זיך אנגעזעהן דאס אז ליידער ליידער זענען פארהאנען אנשי בליעל, וואס דם ישראל איז ביי זיי הפקר. און דעת תורה איז ביי זיי נחשב כשום. מען לויפט ארום טערארזירן רבנים, מען פארקויפט זיי שקרים וכזבים, מען דרייעט און מען חוש'ט. אלעס פאר זייערע אגענדעס! די פרשה פון פשוטו של מקרא איז א שאנדע פאר כלל ישראל, דאס פנים פון אונזערע עיני העדה פלאמט נאך ליידער פאר בושה! ליידער איז די גאנצע ענין פון א קו''ק געווארן ביליג ביי כלל ישראל א דאנק די כת מושחתים! ובושה תכסה פניהם!
דא קענט איר זעהן ווי משפחת בילעגריי שרייבט אז ס'איז נישטא קיין איין רב וואס האט זיך מיט זיי פארבינדען און דערנאך גע'חתמ'ט! די כת מושחתים שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט! זייער גרעסטע תאוות עולם הזה איז טרינקען אידיש בלוט. אנשטאט א קאווע אינדערפרי זעצט מען זיך צו מיט א פרישקייט צו א זעכצען אונץ גלעזעלע אידיש בלוט, און מען טרינקט דאס צוזאמען במושב לצים מיט די גרעסטע הנאה! קאמען קאר, פעטוועיס, וואקסינען, וכדו' איז זיי נישט גענוג. זיי זוכן פריוואטע יחידישע קרבנות אויך. רשעות איז נישט דאס ווארט! הפקר אינגען! דאס איז א שאנדע פאר כלל ישראל!
יא אה''נ קען זיין אז עס זענען דא געוויסע רבנים וואס זענען יא באהאווענט מיט'ן מציאות און האבן מדעתם דעת תורה ארויסגעגעבען אן איסור אויף אירע שיעורים. יכול להיות. אבער דאס זיך קאכען אין דעם איז אן עון בל יכופר ואפי' יום הכיפורים ויום המיתה אינם מכפרים ע''ז. וכל הכת זענען מחויב מצד הדין צו גיין איבערבעטען די פרוי, נישט קיין חילוק צו עס זענען דא רבנים וואס האבן בדעת ג'אסרט. די רבנים טוהן עס ווייל עס איז מיטל עליהם ודנין אותה בכובד ראש, און אדי כת לצים קלים וריקים טוהן דאס פאר א האבי! די ציונום זענען פון די ערב רב, און די אלע זענען פון כת דתן ואבירם וחבריהם!
און צו אייך @משה גרויס איך בין אייך נישט חושד צו זיין א חלק פון די כת, אבער נישט כחכם און נישט כנביא האב איך תיכף ביים פתיחת האשכול געזעהן קלאר אייערע מאטיווען! הזהרו בדבריכם! חוסו על עצמכם ועל נפשתיכם ועל משפחתכם! דער הייליגער החינוך ווען ער רעדט ארום פון אונאת דברים שרייבט ער אז אה''נ נמי קיין מלקות איז נישטא אויף די לאו אבער כמה מלקיות מבלי רצועה של עגל ביד האדון הַמְּצַוֶּה על זה יתברך ויתעלה! דאס איז א שפיל מיט פייער! אידיש בלוט איז נישט קיין וואסער! איי וועט איר מיך נער'ן אז איר מיינט שם שמים מיט דעם, אויף דעם זאגט שוין רש''י הק' ואם תאמר, מי יודע אם נתכונתי לרעה, לכך נאמר ויראת מאלקיך, היודע מחשבות הוא יודע. כל דבר המסור ללב, שאין מכיר אלא מי שהמחשבה בלבו, נאמר בו ויראת מאלקיך!
ווי האט איר נישט מורא צו טשעפענען אידישע קינדער? ווי אזוי לייגט איר זיך אריין אין בעט ביינאכט ווען איר טוט וויי די שכינה הקדושה יעדן טאג? וואו איז אייער שכל??? דאס איז א שפיל מיט פייער!! אז די בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם ווייסט איר?? ווער דען איז מעכב ביאת המשיח אויב נישט די כת מחריבי העדה??
די הייליגע גמרא פארציילט אונז אין בבא מציעא ביי די ווייטאגליכע מחלוקת צווישען התנא רבי אליעזר עם חביריו. איז עמוד נחשול לטבעו פון רבן גמליאל האט ער זיך אנגערופען צום אויבערשטען רבונו של עולם גלוי וידוע לפניך שלא לכבודי עשיתי ולא לכבוד בית אבא עשיתי אלא לכבודך און ער האט זיך געראטעוועט. קענען די אידן דאס זאגן בפה מלא גלוי וידוע??? און לאמיר גיין ווייטער, דאס האט אויך נישט געהאלפען פאר רבן גמליאל לבסוף. נאר איינמאל רבי אליעזר האט געזאגט תחנון איז רבן גמליאל געגאנגען פון די וועלט. פארוואס? ווייל שערי דמעות לא ננעלו!! דאס איז געווען די הייליגע תנא רבן גמליאל וואס כל מעשיו איז געווען אינגאנצען לשם שמים!
לסיום הענין איז דא א באקאנטע ווארט פון דער הייליגער בריסקער רב. עס זענען דא צוויי וואס האבן פיינט די מייז. 1) דער בעל הבית. 2) דער קאץ. די חילוק איז אז די בעל הבית וויל פטור ווערן פונעם מייז, און דער קאץ ווארט שוין קוים צו טרעפען זיין נעקסטען קרבן! ער האט דאס געזאגט לגבי ציונות, אבער די זעלבע איז גילטיג דא. ווען דאס איז די איינציגע מערכה פון די מושחתים החרשתי, און איך וואלט געהאלטען אז זיי מיינען דאס לשם שמים. אבער ווען יעדע צוויי חדשים פאלט א צווייטער פריוואטער איד א קרבן צו די כת הרוצחים, איז סופן מוכיח תחילתן.
ודי בזה.
איך וויל אנרירן אפאר @נקודות וואס איז נוגע צום ענין (אלעס וואס עס איז שלא מן הענין, וועט מען דן זיין אין א צווייטע געלעגענהייט בס"ד).
ובזה החלו בעהשי"ת, ילמדנו רבינו, ווען רבנים און בתי דין קומען ארויס, מדעתם דעת תורה אנטקעגן געוויסע שיעורים, און זיי שריייבן נאך א מושב בי"ד מיט די בני המשפחה, און הערן אלע צדדים בכובד ראש: ...ודברים הפוגעים בקדושת עם ישראל, עד כדי מינות ודעות כוזבות תוך עקירת יסודות והלכות שבתורה...
און נאך א מושב, אין בי"ד ב"ב שרייבט מען א פסק דין:...ראינו שיעור הדרכה שלה לכלות טרם החתונה, ודעתנו דע"ת שהדרכה זו פסילה ועוקרת את הקדושה מבתי ישראל...
און הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער ראב"ד שבט הלוי, פון די גרעסטע מדריכי דורינו שרייבט:כל מה שכתבתי כאן בדקתי באופן אישי, ולא איש מפי איש, ולא על ידי עסקנים בלבד וכו'
פון ווי נעמט איר אז עס איז אן "עון בעל יכופר" צו פארשפרייטען די דעת תורה? (און איר זענט נאך מוחה [בדרכי נועם] אויף דער וואס פארשפרייט עס,) און וועלעכע תורה שטייט דאס? און איר ברענגט א ראי' אז די משפחה שרייבט וכו'? די בתי דין האבן נישט א רעכט צו שרייבען זייער דע"ת פאר די יראי ה', וואס ווילן זיך צוהערן צו זיי?!?
אויב דו אליין, האלסטיך "קליגער" פון די דע"ת החרשתי... אבער מיט דעם וואס דו קומסט ארויס בפמבי, און די ווילסט משתיק זיין דעם דע"ת [און מחזק זיין די אומווערדיגקייט], דאס איז אן עון פלילי.
לסיום הענין וואלט געווען אין פלאץ, צו צוטירן די מוראדיגע מאמרי חז"ל פון די הארבקייט פון א המנבל פיו, און פון א "שומע ושותק", אבער עס איז כדי יעדער זאל עס אליין נאכקוקען...
און פון די זכות פון פאלגען די תורה [דע"ת], זאל מען געהאלפען ווערן מיט אלעם גוטס, אמן.
ויגבע לבו בדרכי ה'
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
אנטקעגען די שטראם... ווען עס פעלט אויס...
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4841
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14442
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
גא"מ. די שקצים אין אלע דורות האכן גענוצט די אהבת ישראל קארטל,(נישט אז איך פארגלייך ח"ו, אבער די טענה איז שוין גענוצט געווארן להרע)
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
יעדע טענה איז שוין אמאל געניצט געווארן להרע. דאס מיינט נישט אז מען קען עס נישט ניצען מער. ובפרט די פאלטשע פרומע טענות וואס זענען שוין לאנג עביוזט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:01 pm גא"מ. די שקצים אין אלע דורות האכן גענוצט די אהבת ישראל קארטל,(נישט אז איך פארגלייך ח"ו, אבער די טענה איז שוין גענוצט געווארן להרע)
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
יא, איך האב אינפארמאציע.
זי גיט גאר גוטע שיעורים, מיין רעביצין האט מקבל געווען פון איר און געהאט א געוואלדיגע רווח.
מיין רב האלט שטארק פון אירע שיעורים. אויב דיין רב האלט נישט דאן זאלסטו צו די שיעורים נישט צוהערן.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 345
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 390
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
זייער שטארקע ווערטער רב נוקדות כאטש וואס איך קען נישט קלאר די נושא איז אבער די נקודה זייער קלאר און וויכטיגנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:42 pmאיר זאלט מיר שטארק אנטשולדיגען, אבער נישט דאס איז וואס @יום טוב זאגט!משה גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:43 pmאזוי זאגט @יום טוב , ווער עס וויל וויסן, וואס די רבנים זאגן, זאל זיי פרעזעלעך פרעגןיום טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:27 pm
א קול קורא ווי אלע קורא'ס ליידער מיר געדענקען נאך די צוריק ציען בריוון ביי פשוטו של מקרא, דא איז נאר נישט דא גענוג א שטארקע צד שכנגד, לכאורה טייל רבנים האבן געהערט פאלשע אינפארמאציע און אנדערע טייל האבן בכלל נישט געזען דעם בריוו און די איבריגע טייל האבן זיך פארלאזט אויף די אנדערע, וחוזר חלילה
@יום טוב ברענגט ארויס אז ביים די שערורייה פון די פשוטו של מקרא האט זיך אנגעזעהן דאס אז ליידער ליידער זענען פארהאנען אנשי בליעל, וואס דם ישראל איז ביי זיי הפקר. און דעת תורה איז ביי זיי נחשב כשום. מען לויפט ארום טערארזירן רבנים, מען פארקויפט זיי שקרים וכזבים, מען דרייעט און מען חוש'ט. אלעס פאר זייערע אגענדעס! די פרשה פון פשוטו של מקרא איז א שאנדע פאר כלל ישראל, דאס פנים פון אונזערע עיני העדה פלאמט נאך ליידער פאר בושה! ליידער איז די גאנצע ענין פון א קו''ק געווארן ביליג ביי כלל ישראל א דאנק די כת מושחתים! ובושה תכסה פניהם!
דא קענט איר זעהן ווי משפחת בילעגריי שרייבט אז ס'איז נישטא קיין איין רב וואס האט זיך מיט זיי פארבינדען און דערנאך גע'חתמ'ט! די כת מושחתים שטעלן זיך נישט אפ פאר גארנישט! זייער גרעסטע תאוות עולם הזה איז טרינקען אידיש בלוט. אנשטאט א קאווע אינדערפרי זעצט מען זיך צו מיט א פרישקייט צו א זעכצען אונץ גלעזעלע אידיש בלוט, און מען טרינקט דאס צוזאמען במושב לצים מיט די גרעסטע הנאה! קאמען קאר, פעטוועיס, וואקסינען, וכדו' איז זיי נישט גענוג. זיי זוכן פריוואטע יחידישע קרבנות אויך. רשעות איז נישט דאס ווארט! הפקר אינגען! דאס איז א שאנדע פאר כלל ישראל!
יא אה''נ קען זיין אז עס זענען דא געוויסע רבנים וואס זענען יא באהאווענט מיט'ן מציאות און האבן מדעתם דעת תורה ארויסגעגעבען אן איסור אויף אירע שיעורים. יכול להיות. אבער דאס זיך קאכען אין דעם איז אן עון בל יכופר ואפי' יום הכיפורים ויום המיתה אינם מכפרים ע''ז. וכל הכת זענען מחויב מצד הדין צו גיין איבערבעטען די פרוי, נישט קיין חילוק צו עס זענען דא רבנים וואס האבן בדעת ג'אסרט. די רבנים טוהן עס ווייל עס איז מיטל עליהם ודנין אותה בכובד ראש, און אדי כת לצים קלים וריקים טוהן דאס פאר א האבי! די ציונום זענען פון די ערב רב, און די אלע זענען פון כת דתן ואבירם וחבריהם!
און צו אייך @משה גרויס איך בין אייך נישט חושד צו זיין א חלק פון די כת, אבער נישט כחכם און נישט כנביא האב איך תיכף ביים פתיחת האשכול געזעהן קלאר אייערע מאטיווען! הזהרו בדבריכם! חוסו על עצמכם ועל נפשתיכם ועל משפחתכם! דער הייליגער החינוך ווען ער רעדט ארום פון אונאת דברים שרייבט ער אז אה''נ נמי קיין מלקות איז נישטא אויף די לאו אבער כמה מלקיות מבלי רצועה של עגל ביד האדון הַמְּצַוֶּה על זה יתברך ויתעלה! דאס איז א שפיל מיט פייער! אידיש בלוט איז נישט קיין וואסער! איי וועט איר מיך נער'ן אז איר מיינט שם שמים מיט דעם, אויף דעם זאגט שוין רש''י הק' ואם תאמר, מי יודע אם נתכונתי לרעה, לכך נאמר ויראת מאלקיך, היודע מחשבות הוא יודע. כל דבר המסור ללב, שאין מכיר אלא מי שהמחשבה בלבו, נאמר בו ויראת מאלקיך!
ווי האט איר נישט מורא צו טשעפענען אידישע קינדער? ווי אזוי לייגט איר זיך אריין אין בעט ביינאכט ווען איר טוט וויי די שכינה הקדושה יעדן טאג? וואו איז אייער שכל??? דאס איז א שפיל מיט פייער!! אז די בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם ווייסט איר?? ווער דען איז מעכב ביאת המשיח אויב נישט די כת מחריבי העדה??
די הייליגע גמרא פארציילט אונז אין בבא מציעא ביי די ווייטאגליכע מחלוקת צווישען התנא רבי אליעזר עם חביריו. איז עמוד נחשול לטבעו פון רבן גמליאל האט ער זיך אנגערופען צום אויבערשטען רבונו של עולם גלוי וידוע לפניך שלא לכבודי עשיתי ולא לכבוד בית אבא עשיתי אלא לכבודך און ער האט זיך געראטעוועט. קענען די אידן דאס זאגן בפה מלא גלוי וידוע??? און לאמיר גיין ווייטער, דאס האט אויך נישט געהאלפען פאר רבן גמליאל לבסוף. נאר איינמאל רבי אליעזר האט געזאגט תחנון איז רבן גמליאל געגאנגען פון די וועלט. פארוואס? ווייל שערי דמעות לא ננעלו!! דאס איז געווען די הייליגע תנא רבן גמליאל וואס כל מעשיו איז געווען אינגאנצען לשם שמים!
לסיום הענין איז דא א באקאנטע ווארט פון דער הייליגער בריסקער רב. עס זענען דא צוויי וואס האבן פיינט די מייז. 1) דער בעל הבית. 2) דער קאץ. די חילוק איז אז די בעל הבית וויל פטור ווערן פונעם מייז, און דער קאץ ווארט שוין קוים צו טרעפען זיין נעקסטען קרבן! ער האט דאס געזאגט לגבי ציונות, אבער די זעלבע איז גילטיג דא. ווען דאס איז די איינציגע מערכה פון די מושחתים החרשתי, און איך וואלט געהאלטען אז זיי מיינען דאס לשם שמים. אבער ווען יעדע צוויי חדשים פאלט א צווייטער פריוואטער איד א קרבן צו די כת הרוצחים, איז סופן מוכיח תחילתן.
ודי בזה.
אבער ביטע נישט צאמשמעלצן מיט פעטוועיס כאטש די זעלבע שלעכטע מענטשן זענען אויך נגד פעטוועיס מאכט עס נאכנישט איין קוגל פון הודו צי קוש
די וועלט זאגט א ווערטעל נישט יעדע ברעסלעווער איז משוגע נאר אלע משוגעים זענען ע"פ רוב ברסלב
די משוגעים שרייען טאקע פעטוועיס אבער עס מיינט נישט אז ווער עס גייט קעגן די פשע הפעטוועיס - וואס האט געמאכט א לאך אינעם שיף און געגעבן א גרינעם ליכט פאר די כופרים און פאר די רעגירונג - זענען די זעלבע משוגעים
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1874
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5173
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
מיין נקודה איז בכלל נישט געווען צו ניצן די נושא פון פעטוועי'ס צו מגלה זיין קלונם פון די כת מחרחרי ריב.לייבל פריש האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 1:24 amזייער שטארקע ווערטער רב נוקדות כאטש וואס איך קען נישט קלאר די נושא איז אבער די נקודה זייער קלאר און וויכטיג
אבער ביטע נישט צאמשמעלצן מיט פעטוועיס כאטש די זעלבע שלעכטע מענטשן זענען אויך נגד פעטוועיס מאכט עס נאכנישט איין קוגל פון הודו צי קוש
די וועלט זאגט א ווערטעל נישט יעדע ברעסלעווער איז משוגע נאר אלע משוגעים זענען ע"פ רוב ברסלב
די משוגעים שרייען טאקע פעטוועיס אבער עס מיינט נישט אז ווער עס גייט קעגן די פשע הפעטוועיס - וואס האט געמאכט א לאך אינעם שיף און געגעבן א גרינעם ליכט פאר די כופרים און פאר די רעגירונג - זענען די זעלבע משוגעים
עס איז דא א מחלוקת צווישען די רבני ועיני העדה איבער די מהלך וואס כלל ישראל דארף נעמען איבער די גזירות החינוך. איינער האלט יא פעטוועי, און דער צווייטער נישט. אני הקטן @נקודות טובות בין נישט דער ריכטיגער פערזאן צו נעמען א שטעלונג אין די נושא כלל וכלל. איך בין נישט קיין רב, דיין, עסקן, פאליטיקאנט, לויער וכדו'. אה''נ נמי איך מעג מיך אנעמען פאר די מיינונג פון מיין רבי, אבער עכ''ז איז נישט מיין סדר זיך צו מישען אין פאליטיק, און דערפאר נעם איך מיך נישט אן פאר מיין רבי אויך נישט. נאר איך גלייב אז ער האט די ריכטיגע סייעתא דשמיא צו מכוון זיין די אמת לאמיתו, און אז זיין תורה וואס האט אים באגלייט ביז היינט וועט אים ווייטער באגלייטען. ולא תצא מכשול מתחת ידו הרמה.
וואס איך זאג איז אז ביי די מחלוקת פון קרח מיט משה רבינו עליו השלום, ווען קרח האט זיך געקריגט אויף די כהונה ומלכות האבן זיך דתן ואבירם צוגעשטעלט אויף די זייט פון קרח. יעצט קרח כשלעצמו פארשטיי איך, ווייל ווי נישט ווי האט אים געגליסט די כהונה. און ווי אויך קען זיין אז קרח'ס כוונה איז געווען לשם שמים, ווי מיר ווייסען פון אר''י הק' אז ווען משיח וועט קומען וועט קרח עולה זיין לגדולה. שטעלט זיך אבער א הארבע שאלה, דתן ואבירם וואלטען דאך זיכער גארנישט פארדינט, טא פארוואס מישטו זיך אין א מחלוקת וואס איז דיר נישט נוגע? נאר די תירוץ איז אז דתן ואבירם זענען געווען בעלי מחלוקת וואס האבן געלאקרט אויף משה רבינו, אנגעהויבען נאך מיט'ן אים פאר'מסר'ען פאר פרעה, און וואו זיי האבן נאר געקענט טרעפן עפעס זיך ארויפצוכאפען אויף זענען זיי תיכף געשפרינגען! קיין טראפ שם שמים האבן זיי נישט מכוון געווען, נאר דוקא צו צאפען דאס בלוט פון די רבי פון כלל ישראל. פעמים האבן זיי געמאכט אייגענע מחלוקת מיט משה רבינו, און פעמים האבן זיי זיך געשטעלט לצידם פון אנדערע אידן מיט גוטע כוונות. אבער הצד השוה אז די צוויי זענען געווען בלוט דארשטיגע בעלי מחלוקה, און דערפאר ווערן זיי דערמאנט לשמצה! זאל קיינער נישט קלערן אז ווען קרח זאל ווען באזיגען משה רבינו וואלטען דתן ואבירם געלעבט בשלום מיט קרח. א פייג! נאר לצורך הענין זענען זענען זיי געווען מיט די עדת קרח.
עס איז דא די באקאנטע מעשה וואס מען פארציילט אז די רבי ר' יונתן אייבשיץ איז אמאל אנגעקומען צו א קרעטשמע בשעת ווען עס האט ליידער געפלאקערט די ווייטאגליכע מחלוקה צווישען אים מיט רבי יעקב עמדין. און ער הערט ווי צוויי אידן טענה'נען זיך ארום, איינער שרייט אז די רבי ר' יונתן איז גערעכט, און דער צווייטער האט גענומען די צד פון רבי יעקב עמדין. האט זיך די רבי ר' יונתן אנגערופען צו זיי. אז לכאורה ביי די סדר פון חד גדיא קומט אויס אז כביכול דער אויבערשטער איז נישט גערעכט. ווייל אויב איז דער קאץ נישט גערעכט איז דאך דער הונט גערעכט, איז די פייער גערעכט, איז דער אקס גערעכט, איז דאך דער מלאך המות גערעכט? אלא מאי האט די רבי ר' יונתן אויסגעפירט, אז ווען דער הונט זעהט צוויי אנדערע זיך שלאגען מישט ער זיך אריין! און דא דרייעט ער זיך ארום צו די צוויי און ער זאגט, הונט וואס איר זענט, ווען צוויי גדולי ישראל שלאגן זיך ארום וואס מישט איר זיך אריין??!!
עס איז דא נושאים וואס איז דזשענעראל נושאים לדוגמה פעטוועיס, די רבי'ס פון די צוויי סאטמארע פראקציעס האבן מיינונגס פארשידענהייטן צווישען זיך, און אטאמאטיש גיסט זיך עס אריבער צו די חסידים שומעי לקחם וואס פראבירן מצדיק צו זיין זייער רבי. אבער דער הונט וואס שטעלט זיך ניטאמאל אונטער איינער פון די פראקציעס, וואס מישטו זיך אריין??!! וואלט עס ווען געווען נאר פעטוועיס, החרשתי, ווייל למעשה איז דאס א נושא וואס נעמט די אויבענאן ביי חסידישע אידן יעצט, און עס איז באמת דא צדדים לכאן ולכאן. אבער ווען עס קומט אריין א חכם מיט א נסיון פונעם רשע, און שטעלט זיך פאר ווי א תם און פרעגט קשיות ווי א שאינו יודע לשאול. אויב איינער האט אינפארמאציע איבער געוויסע שיעורים, און נישט לאנג דערויף שטעלט זיך ארויס אז עס איז גאר בכלל נישטא דא איינער אויפן פארום וואס איז אזוי באהאווענט אינעם נושא ווי דער שואל אליינס. איז מוכחא מילתא כשמלה אז ווען יענער רעדט פון פעטוועיס, שינוים אין די ביכער וכדו' איז זיין ציהל אויך נישט שם שמים, נאר ער איז תאב למחלוקת כדתן ואבירם! און באמת הדברים זענען זיי נאך ארגער, מען באגניגט זיך נישט מיט בלוט פון גדולי ישראל, וואס זענען אין אלע דורות אויסגעשטאנען רדיפות. נאר זיי זענען הונגעריג דוקא פאר פריוואטע בלוט! מען ענדיגט מיט פשוטו של מקרא איז עס א חתן מדריך, און דערנאך א פרוי וואס איז עוסק אין שלום בית. וכו' וכו' וכו'. עס זענען טאקע דא רבנים וואס פארשטיען לאיסור, אבער די כת פון דתן ואבירם טרעפען צו יעדע צייט א צווייטער רב מיט וועמען מיט צו שטיין! די זעלבע רב מיט וועמען זיי שטייען יעצט מיט האבן זיי פארפירט אויף ביי אנדערע סקאנדאלן! יעדער איז ביי זיי מופרך!
א רב וואס האט א בית מדרש קען זיך אויפשטעלן ביי שלש סעודות און פארפירן קעגן וואס ער וויל. און יעדע שמש פון א בית המדרש וועט זיך דורך רעדן מיט'ן רב בנוגע וועלכע פאשקעווילן אויצוהענגען אין ביהמ''ד. אבער דער וואס מוז נעמען א קו''ק פון א רב מיט א קליין בית מדרש'ל, און ער שפירט פאר וויכטיג דאס צו פארשפרייטען, ווי כאילו דער רב איז ממונה אויף כלל ישראל. דער איז מכת דתן ואבירם!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
איך האב נישט א מיינאנג אויף בילגריי. @נקודות טובות איז אבער 100 פראצענט גערעכט איבער כת הנ”ל
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
ווינדער פארוואס די ניקס זענען נאך דא
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
- x 121
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
וואס איז די נומער זיך צו אויפסיינען פאר די שיעורים?
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
646-585-3071פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:34 pmוואס איז די נומער זיך צו אויפסיינען פאר די שיעורים?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1874
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5173
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
באמת האב איך געשריבען אינעם פריערדיגען תגובה ''ודי בזה'' און איך נישט געפלאנט בכלל זיך אריינצולאזען אין א טענה'ריי אין די נושא. אבער איך וויל אז דו, און די אנדערע ניקס זאלן וויסען קלאר אז איך האב גארנישט קעגן אייך פערזענדליך. און איך וועל אייך יא ענטפערן. פלעין ווייל איר זענט א איד, און מיר זענען ברודער פון איין טאטע, כלנו בני איש אחד אנחנו. און אונזער יוחס גייט צוריק צו די זעלבע דריי אבות אברהם יצחק ויעקב. והריני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה של ואהבת לרעך כמך!
קודם כל וויל איך קלאר שטעלן אז איך האב נישט קיין שום מיינונג כלפי די שיעורים פון מרת בילגריי, ווייל איך האב אירע שיעורים קיינמאל געהערט און ממילא קען איך בכלל נישט אריינרעדן אין דעם. ביי מיר אין קאפ איז יתכן אז זי איז פראבלעמאטיש, און יתכן אז זי איז גאר גוט. איך מאך איר נישט אוועק, און איך דעפענד איר נישט, פשוט מחסרון ידיעה.
איך ווייס נישט אויף ווי ווייט ב''ד איז נאכגעגאנגען די פרטי הדברים, און אויב די עסקנים האבן געוויזען פאר די רבנים חצי דבר. אבער אזא קו''ק איז נישט גענוג. פארוואס? ווייל אין היסטאריע האט זיך ארויסגעשטעלט אז די כת דתן ואבירם זענען מסוגל אויף משקר און מזייף זיין כל הבא לידם, און פארפירן מיט דעם די רבנים וואס זענען פרוש מכל הבלי תענוגי ותאוות עולם הזה, און ספעציעל די רבנים תממי לב.
ביי די פרשה פון פשוטו של מקרא האט זיך זייער קלאר ארויס געשטעלט אז א חתימה פון א רב מיינט נישט אז דער רב האט טאקע אינטער געשריבען. און אז ווען א רב האט אינטער געשריבען מיינט נישט אז ער האלט טאקע אזוי. און ווי אויך אז די ווערסיע פון די קו''ק וואס ווערט פארשפרייט קען זיין כרחוק מזרח ממערב פון די קו''ק וואס די רבנים האבן אינטער געשריבען.
יא, אה''נ אז ווען וועלט איז וועלט וואלט א קו'''ק וואס ווערט אינטערגעשריבען דורך צענליגע רבנים געדארפט זיין די שטערקסטע וואפען וואס כלל ישראל פארמאגט, און צו טוהן עפעס נגד א קו''ק וואלט פארלאנגט א חרם אויפן עבריון. אבער דאס וואס וועלט איז נישט וועלט איז שולדיג די כת דתן ואבירם וואס זיי זענען מסלף און מזייף קלארע פאקטען, פארציילן פאר די רבנים שקרים וכזבים, און מען כאפט זיך ארויף אויף אומקלארע ווערטער פון רבנים און מען הענגט אויף זיי אן בוקי סריקי. והקו''ק של הפשוטו של מקרא יוכיח.
יעצט נאך א זאך. נישט יעדע רב איז מסוגל צו זאגן א מיינונג וואס זאל מחייב זיין כלל ישראל ווען עס קומט צו אזעלכע האקעלע זאכן. די רבנים אשר כל מגמתם איז אך ורק עבדות השם, זיי זענען באמת פרוש מהבלי עולם הזה, און אסאך רבנים פארשטייען באמת נישט די דעת בעל הבית ווען עס קומט צו די ענינים.
די מציאות האט געוויזען אז עס איז דא א חלק פון כלל ישראל וואס דארפן הילף מיט זייער פריוואטע לעבנ'ס שטייגער. און די ביזט איצטיגע מהלך פון נישט רעדן איז געווען א גורם אויף גאר אסאך פראבלעמען אשר אין כאן המקום לפורטן, סיי מפני קדושת המקום, און סיי מפני דקות הענין. אבער עס איז דא א שיינע מספר אידן וואס דרייען זיך ארום אומ-צופרידען זייער לעבן איז אויסגעלאשען, בלויז צוליב קלייניקייטען וואס איז מחמת סיבות נישט געווארן אדראסירט אין די אידישע וועלט. א חלק פון די אידן זענען געגאנגען מחוץ למחנה, און באקומען קלארקייט ממקומות זרים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו. די הילף האבן זיי גענומען סיי פון מומחים פון די ברייטע אידישע גאס, וואס זייערע השקפות זענען ביי אונז שטארק נישט אנגענומען. און אנדערע זענען געגאנגען ווייטער אפי' צו די גוי'שע גאס וואס דאס איז ממש חזיר טריפה. דערנאך זענען דא אנדערע וואס האבן משום סיבות נישט זיך געקענט ברענגען צו גיין צו א מומחה, און די נאכווייען דערפון איז ליידער פארבינדען מיט אסורים חמורים.
@משה גרויס אויב ווייסט איר נישט פון וואס איך רעדט איז אשרי לך ואשרי חלקך! אבער איר זאלט ווייטער זיין פארנומען מיט פעטוועיס און שינוים אין די ביכער, און זיך ארויסלאזען פון ענינים וואס אייער דעת באגרייפט נישט. איך ווייס נישט אויב איר טוט עפעס פאר פרנסה, ווייל דאס רוב פון די כת באשטייט פון אידן וואס דרייען זיך בעיקר בין כותלי בית המדרש והקאווע שטיבעל. אבער וויסען זאלט איר אז די גאס איז זייער ברייט, עס זענען דא געוויסע מיני אידן וואס איר ווייסט אפי' נישט אז זיי עקזעסטרין, אבער די אידן וואס זענען עוסק על המחיה ארבעטען און דרייען זיך מיט זיי אויף א דעילי בעיסיס. די גאס איז זייער ברייט, און נישט יעדער האט די כוחות זיך צו האלטען שטארק.
איך וויל באמת נישט מאריך זיין אין דעם, און אויב איינער שפירט אז מיין שפראך איז צו ברייט וועל איך בל''נ מעקן די חלק. אבער פרישות איז א זאך וואס אויב מען נעמט עס צו א לעוועל וואס מען איז נישט אויף די מדרגה, איז דאס ממש א שטייטע טויט, וואס דאס לעשט אויס א מענטש און מאכט אים חרוב אינערליך אויף א פארנעם וואס איז אומ-באשרייבליך.
חסידים ואנשי מעשה וואס ביי זיי איז די תאוות האכילה נעקר לגמרי וועלן נישט האבן קיין שום פראבלעם צו עסן פערציג יאר און איין צי ברויט מיט טונע פאר פרישטאג לאנטש און סאפיר. איר @משה גרויס זענט אויך אויף די מדרגה? אדער ווען די סאפיר וואס אייער ווייב האט געקאכט פעלט דערפון אביסעל זאלץ לייגט איר אליינס צו אביסעל זאלץ? איר זענט טאקע מופרש פון געוויסע זאכן ואשרי לך, אבער וויסען זאלט איר אז געוויסע זאכן וואס ביי אייך איז בכלל נישט קיין נסיון זענען דא אידן וואס ראנגלען זיך אויף דעם. איר וועט נישט עסן קיין ברויט וואס איז א וואך אלט, און טונע אן קיין מייענעז, און אנדערע אידן האבן אנדערע זאכן מיט וואס זיי סטראגלען. און עס איז דא אסאך זאכן וואס מצד ההלכה זענען די זאכן מותר, אבער ביי אונז חסידים וואס זענען מיט אלעם לפנים משורת הדין, זענען די זאכן אפגעפרעגט. מען דארף אבער וויסען קלאר אז א חומרא איז נישט קיין הלכה. און ביי עדע נושא וואס א מענטש שפירט אז ער קען פאר סאם ריזען נישט לעבן מיט די חומרות, דארף ער רעדן מיט א מורה הוראה וואס פארשטייט די מצב. און דער מורה הוראה וועט אים זאגן עס הדרך אשר ילך בו.
די מציאות איז אז נישט יעדע רב וואס איז א תלמיד חכם, פארשטייט אויך צו דעם דעת בעל הבית. און ממילא איז טאקע נישט יעדע רב מסוגל צו ענטפערן יעדע סארט שאלה. פונקט ווי נישט יעדע רב טויג צו שאפן געלט, און נישט יעדע רב האט א כוח הדיבור. האט אויך נישט יעדע רב די חוש צו פארשטיין מענטשען.
ווען עס קומט צו די נושא פון שלום בית זענען דא אזוי פיל מיני מענטשען וואס יעדער פון זיי האט אנדערע נאטורען. און דערפאר מיינט ביי יעדען די מושג פון שלום בית עפעס אנדערש. עס זענען דא מענטשען וואס ביי זיי איז שלום בית זיך נישט שלאגען מיט די ווייב, און אז זי נעמט קעיר פון די קינדער. און ביי אנדערע איז דא אן אנדערע סארט שלום בית. צו פארשטיין די תכינות הנפש פון מענטשען איז א חוש וואס מען דארף צו דעם האבן, און נישט יעדע רב איז געבוירען מיט דעם. עס זענען דא שלום בית מדריכים וואס איז געאייגענט פאר איין סארט מענטש, און דערנאך איז דא אנדערע מדריכים וואס זענען געאייגענט פאר אנדערע סארט מענטשען. און ווען עס מאכט זי א שאלה צו וועמען מען גייט, פרעגט מען אן די רב מיט וועמען מען איז בקשר אויף אנדערע שאלות און ער קען מיט זיין דעת תורה מחליט זיין וועלכע איז די פאסיגע.
די איינציגע צייט ווען מען קען אפציעל ארויס קומען מיט א פסק וואס זאל מחייב זיין גאנץ כלל ישראל איז ווען א מדריך זאגט זאכן וואס איז ''בפירוש'' אנקעגען די שלחן ערוך. ווי לאנג עס איז נאר אין עניני השקפה, דארף יעדע רב פאר זיך דורך טוהן די נושא און מדריך זיין זיינע אינגעלייט און בעל בתים כפי דעתו.
בכלל איז די גאנצע געדאנק פון ארויסגעבן א קו''ק אויף אזעלכע נישט פראקטיש. נאר אנשטאט דעם דארף מען מאכן אן אסיפה פאר די רבנים ודיינים ומדריכי חתנים וכלות וואס זענען פארנומען מיט די זאכן. די געדאנק פון ארויסגעבן א קו''ק פארן פאבליק פארן דורך שמועסן די נושא מיט די וואס זענען עוסק אין מלאכת הקודש איז נישט ריכטיג ממה נפשך, אויב איז דער אינגערמאן וואס הערט אויס די שיעורים פארבינדען מיט א רב, וועט ער סיי ווי פרעגן זיין רב וואס צו טוהן. און אויב וועט ער באקומען א גרינע ליכט פון זיין רב וועט אים נישט אינטערעסירן קיין שום קו''ק. און אויב איז ער נישט פארבינדען מיט א רב, איז הערשט דא זייער קליינע שאנסען אז א קו''ק זאל ביי אים עפעס מיינען בכלל.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1874
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5173
Re: די שעורים פון ש. בילגריי
לגבי די חלק.משה גרויס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 10:24 pm
און הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער ראב"ד שבט הלוי, פון די גרעסטע מדריכי דורינו שרייבט:כל מה שכתבתי כאן בדקתי באופן אישי, ולא איש מפי איש, ולא על ידי עסקנים בלבד וכו'
פון ווי נעמט איר אז עס איז אן "עון בעל יכופר" צו פארשפרייטען די דעת תורה? (און איר זענט נאך מוחה [בדרכי נועם] אויף דער וואס פארשפרייט עס,) און וועלעכע תורה שטייט דאס? און איר ברענגט א ראי' אז די משפחה שרייבט וכו'? די בתי דין האבן נישט א רעכט צו שרייבען זייער דע"ת פאר די יראי ה', וואס ווילן זיך צוהערן צו זיי?!?
קודם כל ווער איז דער רב בכלל אז ער האט זוכה געווען צו א טיטעל ''פון די גרעסטע מדריכי דורינו''? וואו פונקלעך איז ער אנערקענט אלץ דער וועלטליכע רב אין די נושאים? איך ווייס ווער ער איז, דו דארפסט מיר נישט זאגן. אבער צו זאגן אויף א רב ווי אלע רבנים אז ער איז ''פון די גרעסטע מדריכי דורינו'' איז א פלעינע ספין פון אייער זייט!
א חשובע רב, א גאון ותלמיד חכם, א יושב בישיבה ודחיל חטאין, א איד וואס זיין גאנצע לעבן איז איין לאנגע קייט פון עבדות השם. אבער ''פון די גרעסטע מדריכי דורינו''?? וויבאלד ער גייט אין שפאן מיט אייך אויף די נושא האט איר אים געקרוינט אלץ ''פון די גרעסטע מדריכי דורינו''? ער מעג האבן איין מיינונג, און אנדערע רבנים מעגן האלטען אנדערש, ער איז כלל נישט די סארט רב אז מען זאל קענען זאגן אז כל חכמי ישראל זענען לפניו כקליפת השום. איך בין חלילה נישט מזלזל אין דעם אדם גדול, אבער פליז לייג דיך נישט צו-נער.
און אויף דעם פרעג איך אייך, מי שמך לאיש?? ווער האט אייך @משה גרויס געשטעלט אפצומאכען ווער עס איז גאר דער ''גרעסטע מדריך דורינו''?? אז א רב האט פארשטאנען כפי דעת תורתו אז עפעס איז נישט אויסגעהאלטען איז עס מחייב כלל ישראל? הוא אשר דברתי אז דתן ואבירם האבן זיך געשטעלט לעדת קרח צו לוחם זיין מיט משה רבינו. זיי האבן געמאכט קרח פארן גדול הדור און דערנאך מלחמה געהאלטען מיט משה רבינו. און גענוי דאס טוט איר! די פסקים פון הרב וואזנער זז''ג זאל מען אויפהענגען ביי אים אין ביהמ''ד וזה הוא. פארוואס שפירט איר אז זיינס א פסק איז מחייב כלל ישראל, און מיט דעם באוואשען און פארשעמען א אידיש קינד און איר טרינקען די בלוט?
נאר וואס דען, גדול הדור איז הרב וואזנער זז''ג געווארן ווען ער האט געשריבען לאיסור אויפן וואקסין, הגם דעמאלט זענען געווען אנדערע גרעסערע רבנים וואס האבן דאס אליינס גענומען, אבער בבחינת מי יבא אחרי המלך... אט אזוי גייט די מהלך פון די מחרחרי ריב! מען איז ממליך מלכים, און דערנאך רייסט מען אראפ אנדערע רבנים פארן האבן די חוצפה פון פארשטיין אנדערש פון דיין נארוואס געקרוינטע גדול הדור!
איך האב נאך אסאך צו שרייבען, אבער איך דארף שוין באלד אויפשטיין. זיי מיר געזונט און שטארק. א גוטע נאכט!
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again