מדינת ישראל אין מלחמה: חאמאס; חיזבאלא; איראן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

פרישע 3 אומגעקומענע און חיזבאלא הויפטקווארטירן
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

די מדינת ישראל רעגירונג האט אנגעהויבן שטילערהייט לייגן דרוק אויף אמעריקע און די יו-ען צו ערלויבן פארלייפיג די "אונרא" אגענטור ווייטער צו פארבלייבן אין עזה, טראץ די אויפדעקונגען אז שטאב פון דער אגענטור האבן געשפּילט א ראלע אין די אקטאבער 7 כאמאס אטאקעס. מדינת ישראל וויל אז אונרא זאל האבן די אויפגאבע ווייטער צו פארטיילן הומאניטארישע הילף, ווייל אז נישט פאלט עס אויף מדינת ישראל. נאך דער מלחמה וויל מדינת ישראל אז אונרא זאל פארטריבן ווערן
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זאגן אז לויט זייער אינפארמאציע אויף די 136 פארבליבענע משכונות אין עזה זענען ווייניגסטענס 32 פון זיי נישט ביים לעבן
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

צוויי מדינת ישראל סאלדאטן זענען לייכט פארוואונדעט געווארן פון א מיסל אטאקע נעבן די מרגליות געגענט אין צפון ארץ ישראל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

קאטארישער פרעמיער מיניסטער זאגט אז כאמאס האט ענדליך געלאזט הערן פאזיטיווע רעאקציע צו פייער אפשטעל פארשלאג‎
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

עקסטרעם רעכטע מדינת ישראל רעגירונג מיניסטארן ברויזן אויף די מיליטער פאר א דריל וואס האט אויפגעשפילט סצענעס וויאזוי מתנחלים פארכאפן פאלעסטינער
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

מדינת ישראל האט באמבאדירט און סיריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

די דירעקטע מדינת ישראל פאנדינג ביל, וואס איז געווארן ארויפגעברענגט דורך ספיקער דזשאנסאן איז אדורכגעפאלן און קאנגרעס מיט 155 דעמאקראטען דערקעגן און 14 רעפאבליקאנע, און פילע האבן זיך צוריקגעהאלטן פון שטימען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

ווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:28 am מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זאגן אז לויט זייער אינפארמאציע אויף די 136 פארבליבענע משכונות אין עזה זענען ווייניגסטענס 32 פון זיי נישט ביים לעבן
מדינת ישראל האט איינגעמאלדן די משפחות
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקאנער און בריטישע קאליציע האבן היינט דורכגעפירט באמבאדירונגען אויף די האויטיס און תימן, און די חודיידע געגנט
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1326
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3596

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך רואה חשבונות »

ארגענטינער פרעזידענט אויף א באזוך און מסע חיזוק אין מדנ"י
פיילס
38944.jpeg
38944.jpeg (33.27 KiB) געזען געווארן 769 מאל
V9846.jpeg
V9846.jpeg (76.32 KiB) געזען געווארן 769 מאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך וואוילער »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:28 am ארגענטינער פרעזידענט אויף א באזוך און מסע חיזוק אין מדנ"י
ביים באזוכן ביבי דארף ער נישט קיין קאפל
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
קישטא קאי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 281
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 5:50 pm
x 221

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך קישטא קאי »

כאמאס האט לויט באריכטן פארגעלייגט א פייער אפשטעל פלאן פון 4-א-האלב חדשים צייט וואס באשטיין פון דריי באזונדערע פאזעס

לויט ווי עס ווערט באריכטעט טוט כאמאס נישט פארלאנגן א גאראנטי פאר א פערמענאנטע פייעראפשטעל, נאר אז דורכאויס די פאר חדשים זאל מען זיך דורכקומען פאר אן ענדע צו די מלחמה איידער די לעצטע גרופע משכונות ווערן באפרייט. די כאמאס פלאן באשטייט פון דריי פאזעס, יעדע איינס פון 45 טעג צייט. דורכאויס די ערשטע 45 טעג וועלן באפרייט ווערן אלע מדינת ישראל פרויען משכונות, מענער אינטער 19 יאר אלט און אזוי אויך עלטערע לייט און קראנקע לייט, און מדינת ישראל וועט אין אויסטויש באפרייען פרויען און אינגע פאלעסטינער ארעסטאנטן און ארויס נעמען אירע טרופן פון באוואוינטע געגענטער. די צווייטע פאזע וועט אריין נעמען די באפרייאונג פון אלע פארבליבענע מענער משכונות און א פולע מדינת ישראל ריקצונג פון גאנץ עזה, און די דריטע פאזע וועט אריין נעמען די באפרייאונג פון אלע גופים.
שקר אין לו רגלים: ווי לאנג די אמת טוט זיך אן די זאקן פליהט שוין די שקר ארום די גאנצע וועלט (קרעדיט: מעלות)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2272
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2445

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 11:23 am
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:28 am ארגענטינער פרעזידענט אויף א באזוך און מסע חיזוק אין מדנ"י
ביים באזוכן ביבי דארף ער נישט קיין קאפל
Ar isr.jpeg
Ar isr.jpeg (255.48 KiB) געזען געווארן 692 מאל
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו אפגעווארפן פארשלאג פון כאמאס טעראר גרופע פאר פייער אפשטעל‎
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פליט »

מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו האט געזאגט פאר אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען אז מדינת ישראל שטייט גאר נאנט צו א גענצליכע געווינס אין עזה, און כאמאס' פארלאנגען צו ענדיגן די מלחמה זענען פאנטאזיעס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28704

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקע האט דורכגעפירט פרישע באמבאדירונגען און איראק, ווי זיי האבן אומגעברענגט די פירער פון כיזבאלא גרופע וואס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע וואס האט אומגעברענגט די 3 אמעריקאנער זעלנער
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1587

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פארפאלענער »

ביי די געשפרעכן יעצט מיט כאמאס זעט אויס ווי ס'איז ידם פון כאמאס על העליונה. זיי בעטן אזעלכע אבסורדע זאכן אין אויסטויש פאר משכונות, ווארשיינליך שפירן זיי אז די דרוק וואס קומט פאר אין די מדינה, די פאקט אז משפחות וואס בלאקירן טראקס ווערן אוועקגעפירט מיט צוואנג, און אז נתניהו איז מער באזארגט פאר די עזה ציווילע ווי איידער זיינע סאלדאטן - אויסערדעם וואס די מדינה מאכט נישט קיין שום פארשריט מיט'ן לאקירן משכונות - שפילט גוט אריין אין זייערע הענט.

וואס זענען די כאמאס פארלאנגען?

א באריכט אין די לעבענאזער אלאכ'באר צייטונג, וועלכע איז א שופר פאר די אינטערעסן פון כאמאס און כיזבאללא, האט היינט ארויסגעלייגט וואס זיי האבן באקומען פון איינעם אין כאמאס.

אין קורצן:
1. אפשטעלן די מ"י מיליטערישע אקטיוויטעטן און פון דארט זאל עס גיין שטאפלווייז ביז זיך גענצליך ארויסציען פון עזה.
2. א צייט-אפשניט פון 135 טעג אין 3 שטאפלען, יעדע פון זיי 45 טעג, וואס ביז איר ענדע ועט מען באפרייען משכונות אדער קערפער, אין אויסטויש פון טעראריסטן.
3. אפיציעל און געזעצליך אסר'ן פאר אידן אריינצוטרעטן אויפ'ן הר הבית און מדינת ישראל זאל ארויספיצן פון דארט, ווי ס'איז געווען ביז 2002.
4. די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מוז נעמען אחריות צו אויפשטעלן עזה פון פריש.

ערשטע שטאפל (45 טעג) -

1. גענצליכע פייער אפשטעל פון ביידע זייטן, אריינגערעכנט קלארע הימלען העכער עזה אן קיין שום פלי-געצייג.

2. מ"י מיליטער דארף זיך ארויסציען פון יעדע באוואוינטע פלאץ אין עזה.

3. אין די טעג וועט מען באפרייען די משכונות אונטער 19 יאר (נישט אריינגערעכנט סאלדאטן) און די אלטע און קראנקע משכונות וואס האבן שוין געזאלט באפרייט ווערן ביים לעצטן אויסטויש, און מ"י דארף באפרייען אלע פאלעסטינער ארעסטאנען אונטער 19 יאר אדער העכער 50 און אלע קראנקע + 1500 כאמאס טעראריסטן וועמען כאמאס וועט אויסקלויבן, פון זיי 500 מיט בלוט אויף די הענט וועלכע זיצן לעבנסלענגליך.

4. מ"י דארף זיך פארפליכטן נישט צו ארעסטירן נאכאמאל די באפרייטע טעראריסטן אויף די קלאגעס פארוואס זיי זענען געזיצן ביז יעצט.

5. פארבעסערן די אומשטענדן פון די טעראריסטן אין איזראעלי טורמע, און אראפנעמען אלע שטרענגערע באגרעניצונגען וואס די טורמעס האבן ארויפגעלייגט אויף טעראריסטן זינט די אקטאבער 7 שחיטה.

6. גענצליכער פארבאט פאר אידן אויף די גאנצע הר הבית אומגעגנט, צוריק געבן די פולסטע אויטאריטעט פאר די פאלעסטינער אויפן שטח.

7. טעגליך דארף אריינקומען קיין עזה 'מינימום' 500 טראקס, אין דעם אריינגערעכנט א באדייטענדע צאל פון גאז-טראקס.

8. צוריק קערן אלע פארטריבענע פון עזה אין זייערע געגנטער, און די מ"י מיליטער זאל נישט אפהאלטן קיינעם פון גיין אין ערגעץ אין גאנץ עזה.

9. עפענען אלע דורכגענג אין עזה און אדורכלאזן סיי וועם און סיי וואס, מענטשן, טראקס וכו', אן קיין שום אונטערזוכונג און אן קיין שום באגרעניצונג.

10. מ"י דארף צושטעלן בוי-מאשינען און מאטריאל צו אויסרייניגן אלע חרוב'ע געגנטער, מעדעצינען פאר די כאמאס געזונטהייט מיניסטעריום, און 'זעלבסט-שוץ מיטלען' פאר די ציווילע אין עזה.

11. מ"י דארף איבערבויען און פאררעכטן אלע שפיטעלער און עסן-געשעפטן איבער גאנץ עזה וואס די מדינה האט געשעדיגט.

12. צושטעלן 'אלע הומאניטארישע געברויכן' וואס די פלטים דארפן, אין דעם איז אריינגערעכנט 60,000 צייטווייליגע הייזער און קאראוואנען פאר מינימום 15,000 דאלער א וואך, און 2000,000 געצעלטן א וואך פאר מינימום 50,000 דאלער א וואך.

13. מ"י דארף פאררעכטן אלע וואסער, לעקטער און אינטערנעט ליניעס וואס זיי האבן געשעדיגט איבער גאנץ עזה.

14. מ"י זאל צושטעלן א רעאליסטישע פלאן צו איבערבויען אלע הייזער, געשעפטן און פאבריקן וואס זיי האבן געשעדיגט, אלעס מוז שטיין אין דריי יאר פון ווען די אפמאך גייט אריין אין קראפט.

15. באנייען אלע הומאניטערישע געברויכן פאר אלע איינוואוינער פון עזה, און בעיקר צוריק געבן אלע איינגעפרוירענע געלטער פון לענדער וועלכע מען האלט אפ פון אונר"א, און אונר"א דארף צוריק ווערן די זעלבע ווי איידער די אקטאבער זיבן אטאקע.

16. מ"י זאל צושטעלן סאלאר סטאנציעס אין אלע געגנטער אין עזה.

17. מ"י איז פאראנטווארטליך צו צאלן און בויען די לעקטער, וואסער און גאז פייפליינס איבער גאנץ עזה.

18. זיך אראפזעצן צו געשפרעכן פאר די קומענדיגע צוויי שטאפלען.

19. מען וועט נישט באפרייען קיין משכונות ביז ווילאנג די אלע 18 סעיפים ביז אהער וועלן נישט אריינגיין אין קראפו. מצרים, טערקיי, קאטאר, רוסלאנד און די יו-ען דארפן נעמען אחריות אז אלעס אינעם אפמאך ווערט אויסגעפירט.

עד כאן די ערשטע שטאפל.

די צווייטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:

1. צוענדיגן אומדירעקטע געשפרעכן איבער א גענצליכער פייער אפשטעל

2. איידער עס איז נישטא קיין אפמאך איבער א פראמינענטע פייער אפשטעל פון א לענגערע צייט וועט מען נישט באפרייען קיין משכונות וואס זענען מענער העכער 19, און יעדער משכון וועט דארפן אויפגעטוישט ווערן מיט א גרעסערע נומער פון טעראריסטן, וועלכע כאמאס וועט פארלאנגען זייער באפרייאונג.

3. צה"ל מוז שוין זיין דעמאלט גענצליך אינדרויסן פון עזה.

4. די פאקטישע אויבערבוי ארבעט מוז שוין זיין אין קראפט.


די דריטע שטאפל פאר נאך 45 טעג:

1. אויב אלעס גייט ווי געפלאנט, וועט מען ארבעטן אויף אן אויסטויש פון קערפער פון מ"י משכונות און טעראריסטן.

--

איך מיין אז נאכ'ן זען די תנאים פון כאמאס קען מען קלאר זאגן: די מדינה איז דורכגעפאלן מיט זייער דרוק אפעראציע.

קרעדיט @מיט א פרישקייט
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1587

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פארפאלענער »

א לענגערע אנאליז אינערהאלב די משכונות סיטואציע אין מדינת ישראל: קרעדיט @ראטשילד

דער בחור האט געוואלט קויפן א הויז, א ביליגע, נאך יארן לאנג פון אראפ פלאשן חודש'ליכע רענט האט דער ראש המשפחה באשלאסן אז גענוג איז גענוג, ער האט צוזאמגעקלויבט די שפארזאמע פרוטות שנהפכו לסכום גדול, און מ'גייט קויפן א הויז!
נו וואס טוהט מען? מ'ווענדט זיך צו א גוטע בראוקער וואס זאל זוכן די ריכטיגע פראפעטי.

ויהי היום, די סעלפון דריזלט, אתא בראוקער ודיעלו בידו, ער האט א גאלדענע מציאה עין לא שזפתו און עס איז נאכנישט ארויף אויף די מארקעט, א מעשה א בוידעם א זקן א תרח בן תשעים האט אפגע'פגר'ט, האט איבערגעלאזט א שיינע הויז וואס איז ווערד א קנאפע 2 מעלאונעס, זיין בן יחיד'ל איז נישט קיין גרויסע חכם, א שטיקל קרימינאל אויך, שולדיג אסאך געלט, די טונקעלע מאפיאנערן לויפן אים נאך, ער וויל פטור ווערן פון די הויז און צאלן די חובות בעפאר איינער ווערט געוואר אז ער האט באקומען א פעטע ירושה, ער איז גרייט צו פארקויפן די הייזקע פאר 1 מיליאן אבער קעש טבין ותקילין יעצט דא און שוין.

אונזער בחור ווערט אויפגעהייטערט, די ענדרענעלין לעוול הייבט זיך און פאנגט אן צו לאזן אירע שפורן, צום מזל וברכה זיצט ער יעצט ביי די יערליכע חנוכה פארטי ארום גענומען מיט די נאנטע פאמיליע מיטגלידער, זיינע קינדער כשתילי זיתים ארום זיין טיש, די זוויות מחוטבות לאכן ארום און סערווירן די נארהאפטיגע געשמאקע לאטקעס, און יעצט בהיות בראוקרו באקריגט ער א טעקסט "קאם נאו!! אויב איר ווייסט וואס איז גוט פאר דיר קום יעצט אריבער און ברענג מיט א בינטל קעש העולה כמס' מיליאן".

ואילין מיליא די מיליאן האט ער אבער קיין ווערטער נישט, וואס זאגט ער פאר די פאמיליע מיטגלידער? די ראש המשפחה לאזט איבער דאס געזינדל לאנחות? קען מען דען איבערלאזן א חנוכה מסיבה כצאן בלי רועה? קען ער דען פארלאזן דאס ארט אינגאנצן צוברעכן די הארמאנישע אטמוספערע באין רואה?

ער זיצט אויבן אן, זיין געזיכט שיינט און טוישט קאלירן תמול ושלשום משמשים בערבוביא, די עולם הייבט אן צו כאפן אז עפעס גייט פאר, "טאטע!! איז אלעס אין ארדענונג"? פרעגן די טייערע שאף, די טאטע איז קיין ליגענער נישט "ניין, בכלל נישט! עס איז מיר אונטערגעקומען א צודרייטע דיעל און איך קווענקל נאך צו איך זאךל פארלאזן און צוברעכן אונזער מסיבה בעבור השלמת הקנין והמקח.

"קום אריין קלאר" - עוללים שואלים, און די טאטע לייגט אראפ אין געציילטע ווערטער במה מדובר.

די עולם ווערט עקסיידעט, די געמיטער ווערן הייסער און ווארימער, מצאו מנוח לכף רגלם! אן אייגענע הויז! "יעצט! טאטע! אבער שוין! איר קענט נישט ווארטן קיין מינוטע, נו טאטע! פארוואס זענט איר נאך דא???

דעם טאטנ'ס מאנטל איז געקומען צו פליען, די דרדקים האבן שנעל אנגעטון דעם טאטן מיטן פעלץ און ווען די טאטע האט דערגרייכט זיין מיניווען האט ער שוין געטראפן די גאנצע משפחה זיצן שיין אין די קאר ווארטנדיג אז די טאטע זאל דריקן די געז פעדאל און זיך ארויס לאזן צום ריכטונג פון די בורא עולם בקנין השלם זה הבנין.

די נשארים וואס האבן נישט געהאט קיין פלאץ זיך אריין צו שטיפן אין די מיניווען האבן זיך שנעל ארויף געפאק'ט אויף די ברודער'ס/שוואגער'ס טרעקעלעך און שנעל ארויס מארשירט נאכייאגנדיג דעם טאטן די מורה דרך באשעפענדיג א לענגערע קאנאווי פון פריילעכע מקחי מקח ששים ושמחים עליונים ששו ותחתונים עלזו כולם נקבצו ובאו "מ'גייט שליסן די היסטארישע מקח"!!

די עלטערע איידעם האט געוואלט מאכן א מצב, ווי נישט ווי קוקט ער שוין ארויס ווייטער, ער ווייסט אז לא לעולם חוסן און די ראש המשפחה וועט זיך איינמאל בהגיע עתו - געזעגענען פון אט דאס וועלטעלע - און דאן ווער וועט ירש'ענען די נארוואס געקויפטע הייזקעלע? נעוודאי די עלטסטע איידעם! ער איז דאך נאנט צום שיסל און ער האט די בעסטע וועג צו אריבערפירן צו אים די שליסל, אומר ועושה, די מקח מוז געשען ויהי מה, ער רופט אן פלוני די חברותא וואס ארבעט אין פרינט-טאון און ער בעט מ'זאל זויפארט ארויס פרינטן ריזיגע שילדן "בורא עולם בבנין השלם זה הקנין" מיט נאך פארשידענע קידוש לבנה סייז לאוזונגען ווי "קויף! קויף! טאטע קויף!! יעצט, איצט, שנעל און גיך! עס מאכט נישט אויס די פרייז! מיר ברויכן די מקח! מיר דארפן א הויז!!

די אנדערע צאצאים לא טמנו ידם בצלחת, זיי האבן נאר פארערגערט די קלחת, זיי האבן ארויסגעדינגען בעלי מנגנים מיט ריזיגע גראנדיעזע ספיקערס, די מלחיני המשפחה האבן שוין קאומפאזירט נייע פריש געמאכטע ניגונים "אוי טאטע טאטע טאטע איך וויל זיין, יא איך וויל זיין, א הויז אייגענטומער אוי אוי אוי"...🎶 די יונגערע טין עידזשערס וואס גלייכן מער די דזשעזי סטייל מיוזיק זיי האבן איבעראשט דען עולם מיט די באמבעדיגע סינגל בו בו ריי ריי ריי עוי עוי לאם לאם לאם 🎶🎶🎶 און שפעטער האט מען געהאפקעט קין-יאן קין-יאן חזן וקהל וחוזר הניגון פזמון ארויף פזמון אראפ...

נאך א קורצע וויילע, ריקט זיך אן די שיירה לבית האבלים, די פארקויפער שטייט בייםן פענסטער מיט אן אפענע מויל, ער טרעפט א גאנצע לוסטיגע פאמיליע, כאפט נישט וואס גייט פאר לשמחה מה זו עושה?

די בראוקער וואס איז שוין מיעד פון אויסזויגן פון זיין אויסגעמאטערטע פינגער אלערליי פארשידענע טענות ומענות פארוואס די הויז איז נישט ווערד קיין סאך, אפשר א מיליאן וועט מען קענען ארויס קעשן... און דא טרעפט ער זיך מיט א מחנה ששין ושמחים לעשות רצון קונים, די עולם איז גאר פריילעך צו אפקויפן די כאדטקע...
ועני אנא הוא בא?

די בלאסע נאסע טאטע קומט אריין, מיט זיינע ציין האלט ער די טאשקע, מיט די הענט פראבירט ער צו באשיצן זיינע אומשולדיגע אויערן וואס רייסן אויף מאימת הרעש קול ענות גבוה מעל גבוה, ניגוני הקטנים גברו על לחני הגדולים, די משפחה הענפה איז אריין געקומען מיט די גאנצע שטיצע, די קינדער מאטעווירן דעם טאטן, ברכות הבנים גברו על ברכות ההורים, און די ריזיגע קאלירטע שילדן האבן קלארער ווי קלאר ארויסגעברענגט די מציאות אז דא גייט געשלאסן ווערן א מקח ויהי מה שקיינחילוק די פרייז, א הויז, געקויפט יעצט און שוין! פאר א יעדע פרייז!

די אומבאהאלפענע טאטע שטייט דך ונכלם, די מוכר זעט אז זיין נכס'ל איז היבש אינטערגעשאצט און ער קען באקומען דערפאר א גוטע מכס'ל, ער דרייט מיטן צונג און שיסט ארויס "אינטער 3 מיליאן איז נישט דא וואס צו רעדן"!!

אמר מוכר ואתא בראוקער און פאר די טאטע איז טונקל געווארן כחשכת לילה.

די טאטקע קווענקל'ט פראבירט צו פארהאנדלען, אפשר דאך, אולי יחוס, רעכן דיך מיט מיין יחוס, א קוועטש אהער א קוועטש אהין, עס העלפט נישט קיין פודנו, מצילנו איז פארנומען, די אפעטיט איז געוואקסן, דער מוכר האט פארשטאנען וואס פארא פארמעגן ער האט כמעט ארויסגעלאזט פון זיין ארעם, מ'האט אים שיהר פארנערט איבערלאזענדיג חסר כל לעקיש און ארעם.

א גאלדענע אנטוישונג האט ארומגענומען די געוועזענע פאטענציאלע קונה, מיט אזעלעכע בנים ובני בנים קען מען קיין דירה'לע אויך נישט קויפן און אזוי האט ער פארלאזט דאס מקום מיט א מעלאונע אבער אן קיין הויז.

ווען די פרעסע האט זיך אינטרעסירט ביי די משפחת המלוחה וואס איז פארגעגאנגען ביי די מאדנע דעמאנסטראציע אקעגן די אבל האבן זיך די קינדער אויסגעדריקט:

נע, גארנישט... אונזער פארריקטע שלאמזל'דיגער טאטע האט פראבירט צו מאכן א דיעל און גארנישט... ער האט אנגעזעצט אזוי ווי געווענדליך. נו, זאל ער ווייטער צאלן רענט לאורך ימים ושנים, נעקסטיים זאל ער זיך צוהערן צו אונזער רייד און קויפן די דירה אנע קוקן אויף זייטיגע דעטאלן ווי די פרייז אד"ג...
--------


די נמשל? כבהמות נדמו.

יא, איך רעד פון די איזראעליס.

זיי באהנדלען די משכונות סיטואציע שוין באלד ערגער ווי די פריילעכע קטנות המוחין משפחה.
שמיני עצרת אינדערפרי, האט מדינת ישראל געכאפט א שווערע מכה הכתובה בתורה, "בניך ובנתיך נתנים לעם אחר ועיניך ראות וכלות אליהם כל היום ואין לאל ידך... בנים ובנות תוליד ולא יהיו לך כי ילכו בשבי" רח"ל ליידער ליידער האבן זיך די שחצני קברניטי המדינה געטראפן מיט אן ערנסטע בראך.
טויזענטע חללים און הונדערטע שבויים ה"י, די כאמאס האט זיך ארויסגעלאזט אין א מסע הרג וביזה און צוגענדיגט ליידער בחטף און מיטגענומען קיין עזה אנשים נשים וטף.

איך וועל נישט אריין גיין אין חשבונות שמים, מיר ווייסן זייער קלאר אז אין די רגע וואס קוב"ה וועט מחליט זיין אז ושבו בנים לגבולם - וועלן זיך די אלע פארכאפטע אומקערן אהייםן געזונטערהייט!

איך וויל נאר פראבירן צו פארשטיין במוחי הקט והדל וואס טראכטן למען ה' די א"ג חכמי אתונה היושבים במדינת ישראל, די אלע קארפן קעפ וואס זיצן סיי אין די רעגירונג און זיי אין די באקוועמע לופטיגע מידיע קארידארן, יושבי אולפנות ודוברי שחץ ומרמה, צו דען כאפן זיי נישט אז במו ידיהם טרייבן זיי ארויף די פרייז פון די אומבאהאלפענע משכונות?

לאמיר מאכן אביסעלע סדר:

יחיא סינוואר ימ"ש וחבר מרעיו וואס זענען זייערע פראייארעטיס:
קודם כל, ווילן זיי איבערלעבן - זענען גרייט צו אוועקגעבן אלע זייערע שאהידן בלויז צו איבערלעבן.
דערנאך - ווילן זיי געלט.
שפעטער - כבוד.
באפרייען די טעראריסטן וואס זענען איינגעשפארט אין מדינת ישראל.
ווילן א פאלעסטינער לאנד.
די לעצטע - זיך זארגן פאר די פאלעסטינער בירגער'ס פרידן.

מאידך גיסא - די איזראעליס האבן אן אנדערע סדר ווי זאכן גייען:

צום ערשטנס ווילן זיי א לאנד וואס אין די לאנד זאלן זיי לעבן.
זיי זענען גרייט צו גיסן בלוט [רק בדם וגו'] אבער מיט די ציהל פון לעבן אין זייער אייגענע לאנד.
דערנאך ווילן זיי זיך זארגן פאר די בירגער'ס זיכערהייט און פרידן.
צוריק ברענגען די פארכאפטע משכונות.
געלט.
כבוד.

יעצט, ווען די צווי צדדים טרעפן זיך אין א קאנפליקט, צד כאמאס האט באוויזן צו פארכאפן א דאזע איזאראעליס אריין אין זייערע טונקעלע טונעלן, און מ'פראבירט צו דערגרייכן אן אפמאך, וואס וויל א יעדע זייט טוהן? א יעדער וויל אנקומען ווי דער שטארקער און מעכטיגער וואס אלע קארטן ליגן אין זיינע הענט.

די כאמאס ווייסט אז ביי די איזראעליס איז דאס לעבן א וויכטיגע ארטיקל אלזא מאכן זיי זיכער צו האלטן ווי לענגער די משכונות נאנט צום הארץ [אויב זיי האבן איינס]

ווייטער די איזראעליס - קענען זייערע כאמאסיסטן, זיי ווייסן אז די פאלעסטינער לעבנס איז נישט ווערד ביי זיי ניטאמאל כקליפת השום, פראבירן זיי צו שלאגן די כאמאס אויף די פאר האקעלע ווייעכע ערטער וואס דארט טוהט זיי יא וויי דהיינו - אנזייען א תוהו ובוהו אין עזה מיט די ציהל צו דערגרייכן די שלאנג הייל וואס דארט זיצט דער מנוול און אים אומברענגען צוזאמען מיט זיינע חברים מנוולים.

פאשטייט זיך איזראעל צילט אויך צו עלימינירן כאמאס און רעדוצירן ביז אינגאנצן אראפנעמען די געפאר וואס שטייט העכער די מדינת ישראל בירגער פון צו האבן אזא שכן ווי כאמאס, אבער מיר גייען יעצט רעדן וועגן די משכונות סיטואציע - דאס איז א פריוואטע קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און יחיא סינוואר וואס טראכט נישט פון גארנישט אויסער זיין וואוילזיין.

אלזא, סינוואר האט זיך געטראפן הארט בעפאר די פריערדיגע משכונות דיעל - אין א טיפע פלאנטער, ער האט שוין געשמעקט די איזרעלי סאלדאטנ'ס שיך און ער האט געשפירט ווי די שטריק נעמט שוין ארום זיין שמוציגע האלדז, מה עשה אותו משוקץ? הייבט אויף א טעלעפאון צו איסמאיל האניא און געבט איבער די גרינע ליכט אז מ'קען זיך פארריקן מיט א משכונות דיעל, משכונות פאר די פרייז פון עטליכע שטילע טעג.

פארוואס דארך ער די שטילשטאנד? פשוט, כדי צו פארן מהכא להתם אן צו כאפן א איזראעלי קויל אין קאפ - ברויך מען א שטיקעלע הפסקה.

די הומאניטארישע הילף? האט ער צוגעלייגט צו די דיעל נישט ווייל ער זארגט זיך פאר זיין פאלק וואס הונגערט צום טויט, נע.. ער דארף אנשטעלן א שטיקעלע אימעדזש פאר די וועלט + ער דארף נאכאלץ שפייזן זיינע כאמאס קעמפער וואס כידוע 60% פון די הומאניטארישע הילף קומט אן צו זייערע בייכער.

אבער נחזור לעניינינו - אלע דרייט זיך ארום יחיא סינוואר און זיין אנגעבלאזענע איגא.

[ווער עס מיינט אז סינוואר איז גרייט צו זיין א שאהיד - טעות גדולה בידיו און ער זאל זיך בעסער נאכפרעגן.]

למעשה האט די איזראעלי סטארטעגיע פון האקן שטיקער און אריין בייסן אין סינוואר'ס פערזענליכע זיכערהייט צוים - זיך ארויסגעשטעלט ווי א גאר ריכטיגע מהלך!
די וועג פון מאכט און שטייפע פייער גיסונג האט זייער פיין איבערגעגעבן די מעסעדזש פארן שטן אז זיינע טעג זענען געציילטע און ער האט זיך געטראפן בלית ברירה און ער האט געמוזט ארויסלאזן א דאזע משכונות צו קענען כאפן זיין אטעם.

נאך א פונקט, - סינוואר איז גאר א כיטערע פארשוין, ער קען א פליסיגן העברעיש, [טאקע אדאנק די איזראלי שוטים וואס האבן אים אלעס אויסגעלערנט אין תפיסה] און ער איז גאר באקאנט אין די איזראעלי פאליטישע הלוך ילך, ער וואטשט אין זיין מערה אלע נייעסער און אלע מהדורות חדשות פון די איזראעלי קאנאלן, ער זעט און שמעקט וואס גייט פאר אין די מדינה, - די ערשטע 2 חדשים האט ער זיך געטראפן אין א פלאנטער, ער האט געהאפט אז די צוריבענע נארישע איזראעלי פאליטיקאנטן וועלן זיך נישט קענען פאראייניגן און רעפארמירן א אחדות רעגירונג, און מיט א צושלפאלטענע צוריבענע לאנד איז גרינגער זיך צו שלאגן און ווער רעדט פון האנדלען וועגן משכונות... אבער דא האט ער זיך געטראפן מיט בעני גאנץ וואס האט מכלומרשט שלום געמאכט למען טובת המדינה און ער האט זיךל אנגעשלאסן מיט נתניהו אין א ספעציעלע מלחמה רעגירונג, בעני גאנץ איז גאר ארויף געקוקט ביי סינוואר, סינוואר ווייסט אז בעני האט פלייצעס און צוזאמען מיט נתניהו זענען זיי גאר א שטארקע קאאליציע וואס וועט נישט איבערלאזן קיין שריד ופליט פון כאמאס,
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פליט »

א קאר אין לבנון איז געצילט געווארן פון א קאמפס דשעט.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1850
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3613

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך ווער »

מדינת ישראל מיליטערישע קוועלער זאגן אז לויט ווי זיי גלייבן געפונט זיך נאך דער כאמאס פירער יאחיא סינוואר אויסבאהאלטן אין די חוואן יוניס געגענט
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פליט »

מדינת ישראל האט געטראפן א טונעל אונטער די UNRWA הויפטקווארטיר
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פליט »

די UNRWA זאגט אז זיי האבן נישט געוויסט וואס קומט פאר אונטער זייער הויפטקווארטיר אין עזה, און זיי האבן אויסגעפונען דורך די באריכטן פון די מידיא.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פליט »

ביידען אין נתיניהו האבן היינט גערעדט פאר 45 מינוט איבער די ווייטערדיגע פלעינער
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10719

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

פאוסט דורך פליט »

באריכטן איבער א שטעכעריי אין אלט שטאט ירושלים אויף פאליציאנטן
שרייב פאוסט