דער רמב''ם אנהויב מורה נבוכים ברענגט אזא קשיא.
לכאורה ווייסען מיר אז אדם הראשון האט פארן עסן פון די עץ הדעת נישט געהאט די כח מבחין צו זיין בין טוב לרע, אזוי ווי דער נחש האט געזאגט פאר חוה אז די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט געזאגט נישט עסן איז כי ביום אכלכם ממנו ונפקחו עיניכם ''יודעי טוב ורע''. און אזוי זעהן מיר טאקע אז ווען זיי האבן געגעסן פון די עץ הדעת איז געווען ותפקחנה עיני שניהם. קומט אויס אז דאס וואס אדם הראשון האט עובר געווען אויפן צווי ד' איז גאר געווען דאס וואס האט געבערנגט א טובה פאר'ן מענטש. פאר'ן חטא איז ער געווען אזוי ווי א בהמה וואס האט נישט געהאט קיין בחירה, און נאכדעם האט ער באקומען די כח פון מבחין זיין בין טוב ורע! טא, ווי אזוי קען זיין אז עובר זיין אויף רצון ד' זאל ברענגען פארן מענטש א טובה?
איז דער הייליגער רמב''ם מסביר. עס איז דא א כח הבחנה פון אמת און שקר, און דערנאך איז דא אן הבחנה פון משובח און מגונה.
דהיינו, ווען א מענטש קוקט ארויס פון פענסטער און ער זעהט אז ס'איז לעכטיג. און עס קומט איינער און זאגט אים אז יעצט איז טונקעל. וועט ער נישט זאגן פאר יענעם אז ער זאגט א דבר מגונה, ווייל עס איז גארנישט שלעכט מיט דעם וואס יענער האט געזאגט. נאר ער וועט זאגן פאר יענעם אז דו זאגסט שקר. און די זעלבע זאך פארקערט, ווען איינער וועט זאגן אז ס'איז לעכטיג וועט ער נישט זאגן א דבר משובח, נאר ער וועט זאגן דעם אמת.
ווען דער אויבערשטער האט אנגעזאגט פאר אדם הראשון אז ער טאר נישט עסן פונעם עץ הדעת האט אדם הראשון יא געהאט שכל צו פארשטייין וואס דער אויבערשטער זאגט אים. ווייל דער אויבערשטער געבט נישט קיין מצוות ועבירות פאר א בהמה וואס האט נישט קיין דעת. און מיר זעהן טאקע אין פסוק אז אדם הראשון האט געהאט דעת פאר'ן חטא, אזוי ווי עס שטייט אז דער אויבערשטער האט אים באשאפען מיט א צלם אלקים וואס די באדייט דערפון איז ''שכל''. און אזוי אויך זאגט דוד המלך אין תהילים, ותחסרהו מעט מאלקים. וואס פשט דערפון איז אז זיין שכל איז געווען זייער שטארק.
די בחירה וואס אדם הראשון האט פארן חטא איז געווען צו אפטיילן די אמת פון די שקר. און משובח ומגונה איז בכלל נישט געווען רעלאוואנט. אדם הראשון האט געזעהן א זאך נאר אויף אן אופן פון אמת ושקר, און מער ווי דעם נישט. אזוי ווי מיר זעהן אז ער האט נישט פארשטאנען בכלל אז נישט צו זיין אנגעטוהן איז א פראבלעם, אפי' דאס איז א זאך וואס יעדע בר דעת פארשטייט אז נישט גיין אנגעטוהן איז א דבר מגונה מאוד. הערשט שפעטער ווען ער האט געגעסן פון די עץ הדעת ווייל עס איז געווען ''תאוה לעינים'', דהיינו ער האט געגעסען א זאך וואס איז געווען נישט גוט פאר אים, אבער וויבאלד עס האט אויסגעזעהן גוט האט ער געהאט א תאווה דערצו און זיך נישט גובר געווען. איז ער אראפ געפאלן א מדרגה, און זיין בחירה איז געווארן א נידריגערע בחירה פון משובח ומגונה וואס די תורה רופו אן ''טוב ורע''.
הרב דעסלער געבט דאס צו פארשטיין מיט א משל.
א מענטש וואס רייכערט גאר אסאך, און ביינאכט ווען ער לייגט זיך אריין אין בעט שפירט ער א הארץ ווייטאג. יעצט ווען דער מענטש ליגט אין בעט טראכט ער צו זיך אז דאס איז עס, איך הער שוין אויף רייכערען! עס איז נישט נארמאל, איך רייכער צופיל, מיין הארץ קומט פריער!
דער מענטש שטייט אויף די נעקסטע טאג אינדערפרי און די ציגרעטעל הויבט אים אן ציען... וואס טוט ער? ער טראכט צו זיך נעכטען האב איך גערייכערט צוואנציג ציגרעטלעך און דערפאר האט מיין הארץ וויי געטוהן. לאמיר יעצט נאר נעמען איין ציגרעטעל און דאס וועט זיכער נישט שאטן. יעצט ווי יעדער פארשטייט ווערט פון איין ציגרעטעל צוויי ווייל צוויי ציגרעטלעך שאדט נישט. און אזוי ווייטער ביז ער טרעפט זיך מיט די זעלבע צוואנציג ווי נעכטען. ער לייגט זיך אריין אין בעט און ער שפירט נאכאמאל הארץ ווייטאג, און לייגט זיך שלאפן מיט די זעלבע קבלה טובה ווי נעכטען. (די וואס סטראגלען מיט'ן עסן אסאך פארשטייען דאס זייער גוט...)
יעצט לאמיר אריינקלערן. ווען ער שטייט אויף די נעקסטע טאג הויבט ער נאכאמאל אן מיט די חשבונות אז איין ציגרעטעל וועט נישט שאטן. פארוואס נער'ט זיך דער מענטש איין טאג נאכן אנדערע נאכאמאל און נאכאמאל? לכאורה האט ער פאר זיך צוויי רצונות. 1) רייכערען. 2) היטען זיין געזונט. יעצט דאס איז זיכער אז זיין רצון פון זיך היטען די געזונט איז שטערקער, ווייל אז נישט וואלט ער דאך בכלל נישט געוואלט אויפהערן. נו אויב אזוי פארוואס איז די שוואכע רצון פון רייכערען גובר אויפ'ן שטערקער'ן רצון פון היטען די געזונט?
זאגט הרב דעסלער אז א מענשט קען באמת מסיח דעת זיין פון זיין אמת'ע רצון, און זיך לאזן נער'ן. און שולדיג אין דעם איז נאר ער אליינס. קיינער צווינגט אים נישט זיך איינצורעדן אז איין ציגרעטעל שאדט אים נישט און מיט דעם דמיון זיך צו לייגען שלאפען יעדע נאכט נאכ'ן רייכערען צוואנציג ציגרעטלעך!
די חיוב הבחירה וואס ליגט אויף א מענטש, איז זיך אויסקלארען וואס די אמת איז און וואס די שקר איז. און איינמאל מען ווייסט דעם אמת נישט צו לאזן די כח הדמיון זיך צו שטעלן אויפן זייט פונעם שקר, און דיך אויסשפילען!
יעדער איינער וואס האט זיך גובר געווען אויף זיינע תאוות און אויפגעהערט רייכערען, וועט ער זעהן אז זיין תאוה צו רייכערען איז געווען געטריבען פון זיין כח הדמיון! און די אלע וואס לייקענען אין די בחירה וואס א מענטש האט איז נאר מכח דעם וואס זיי זענען פארדארבענע אינגען וואס האבן נאך קיינמאל מצליח געווען זיך ארויסצונעמען פונעם דמיון און גובר זיין די אייגענע תאווה!
און אט דאס איז די בחירה מיט וואס אדם הראשון איז נענש געווארן נאכ'ן חטא עץ הדעת. ווייל ער האט געגעסען א זאך וואס איז געווען תאווה לעינים!
המשך יבוא בעזרת השם.
נקודות הבחירה מבוסס על משנתו של הרב אליהו דעסלער זצ''ל
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1913
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5287
נקודות הבחירה מבוסס על משנתו של הרב אליהו דעסלער זצ''ל
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: נקודות הבחירה במשנתו של הרב אליהו דעסלער
WOW כמעיין המתגבר!
Re: נקודות הבחירה במשנתו של הרב אליהו דעסלער
חברה, מ'דארף זיך נעמען אין די הענט אריין.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס