קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישן עלטערן און קינדער

שלום עליכם
קודם ווילעך קלארשטעלן איך בין נישט קיין שרייבער, נאר איך ביז זייער איבערגענומען געווארען פין די הייליגע ארבעט פין קשר נפשי אין איר הייליגע ציהל
האמיר געפנט דעם אקאונט 'קשר נפשי' מיט אפענעם ציהל, צו ברענגן אויפמערקזאמקייט דערוועגן - כ'שטעל דערביי קלאר אז כ'פארטרעט זיי נישט אין זיי ווייסן אפילו נישט ווער איך בין
לענ''ד קען זייער העלף קען שטארק בענעפטירן אסאך עלטערן וואס ווייסן נישט וויאזוי אנצוקוקען אין האנדלען אזא מצב
ספעציעל יעצט ווען זיי גרייטן זיך צום ערשטן מאל צו מאכען א אידיש רעדענדע צאמקום קען עס אזויפיל ארויסהעלפן פאר אזויפיל היימישע עלטערן
בדרך כלל פעלט א געוואלדיגע חסרון ידועה ביים היימישע ציבור דערוועגן, חוץ פין דעם וואס איז זייער שווער ארויסצוקמען ברבים
לאמיר האפען אז די נאכפאלגענע דיסקאשען אין אינפארמעישאן וועט העלפן די וואס קענען עס ניצן
פארשטייט זיך אז נישט אלעס קען מען דא ברענגן אין כ'בעט מ'זאל ניצן שכל וואס יא אין נישט צו שרייבן אויף א פאבליק פארום
אויב וועט דא אויסקומען צו רעדן אדווייז, זאל מען נישט נעמען אלס פראפעשאנעל אדווייז, נאר מ'זאל ניצן א מומחה
זעלבסט פארשטענדליך אז אויב האלטן די מנהלים אז די נושא טאר בכלל נישט ווערן דעבאטירט ברבים דאן ידי מסולקת

האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישען עלטערן אין קינדער
לעיטעסט טאלקס
ד' חיי שרה פ״ג
קשר נפשי - ר' גדלי' מיללער - עלטערן מיט וואקלדיגע קינדער
https://www.yiddish24.com/live/196/73213

עלטערן וואס גייען דורך די שווערע צרה פון זיין טאטעס צו קינדער וואס זוכן נאך זייער וועג צוריק
ה' ואתחנן פ״ג
די עלטערן עפענען זייער הארץ פון די אויסטערלישע יסורים וואס א טאטע און א מאמע גייען דורך ווען זייערס א קינד פארקריכט ל"ע פונעם אידישן וועג, טרערן-געווייקטע שילדערונגען פון די שלאפלאזע נעכט ווען מען פארשליסט נישט די טיר האפענדיג אז איין טאג ווען דאס קינד טרעפן זיין וועג צוריק צום טאטן אין הימל
https://www.yiddish24.com/miscellanies/210/88304
ה' ואתחנן פ״ג
די עלטערן עפענען זייער הארץ פון די אויסטערלישע יסורים וואס א טאטע און א מאמע גייען דורך ווען זייערס א קינד פארקריכט ל"ע פונעם אידישן וועג, טרערן-געווייקטע שילדערונגען פון די שלאפלאזע נעכט ווען מען פארשליסט נישט די טיר האפענדיג אז איין טאג ווען דאס קינד טרעפן זיין וועג צוריק צום טאטן אין הימל
https://www.yiddish24.com/miscellanies/210/88304
האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישען עלטערן אין קינדער
זייער א חשוב'ע זאך, כ'קען פערזענליך עטליכע וואס שעפן חיזוק פון די ארגאנעזאציע.
די ערשטע מאל אין אידיש?
די ערשטע מאל אין אידיש?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישען עלטערן אין קינדער
יא, די ערשטע מאל אין אידיש
ווייל די ארגענעזאציע סערווירט אזא גרויסע קאלורפולע ציבור פין כלל ישראל פלעגן רוב דרשות זיין אין ענגליש
וואס פאר איינעם וואס ענגליש איז נישט זיין ערשטע שפראך איז זייער שווער געווען צו קענען אויפכאפען אלעס, נאכדערצו ווען מ'רעדט פין אזעלכע קריטישע נושאים
וועגן דעם האבען עטליכע עסקנים פין סאטמאר אין נאך קהילות מסדר געווען א אידיש גערעדט שבת
לויט די ליסט פין רעדנער קוקט אויס ווי ס'קומט א זעלטנהייט פין א שבת,
האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישען עלטערן אין קינדער
באקומען פין איינעם פריוואט
א גוטן מיינע טייערע ברודער!
אזויווי ס'געווען א אידישע רעדענדיגע שבת, וועל איך ארויסגעבן מיינע געפילן אין אידיש (מאמע לשון).
שוין עטליכע יאר וואס כ'וויל קומען צו די קשר נפשי שבתים, אבער זעהט אויס אז ס'נאך נאכנישט געווען די ריכטיגע צייט, אבער דאס מאל האב איך זיך צוזאמען גענומען, און מיט די הילף פון מיינע נאענטע פריינט וועלכע האבן מיך שטארק געבעטן צו גיין האב איך אפגעמאכט אז דאס איז עס און מ'גיימער.
כ'בין טאקע נישט דארט געווען דאנערשטאג און כ'בין זיכער אז כ'האב פארפאסט עטליכע גוטע געשמאקע רעדנערס און אויך די קומזיץ. כ'בין אנגעקומען פרייטאג א שעה פאר'ן זמן. שוין אין פארקינג לאט האב איך שוין געשפירט די ענערגיע וואס גייט פאר, זעענדיג פאר די אויגן הונדערטער קארס און מיניווענס געפארקט האב איך געשפירט וואספארא ענערגיע ס'הערשט דא.
ארויסקומענדיג פון מיין קאר און אריינגיין צום האטעל איז מיר נישט גרינג געווען, מיט דעם וואס כ'האלט מיך מער פאר אן אפענעם מענטש וואס האט נישט מורא און שעמט זיך נישט צו דרייען און סאושעלייזן מיט אנדערע און מיטטיילן אייגענע מיטמאכעניש, האב איך נאכאלץ געשפירט ווי כ'טאנץ אריין אין א אייז-קאלטע מקוה אינמיטן א תקופת טבת פרעסט.
אריינקומענדיג אינעם האטעל און זעהנדיג די מאסן מענטשן, יונגערע און עלטערע, האב איך קודם געשפירט אז כ'בין טאקע נישט דער איינצייגסטער, און אויך נישט דער ערשטער. און אזוי טראכטענדיג צו מיר, אקעי לאמיך כאפן וואס דא גייט פאר, ס'זענען פארהאן שטאב (סטעף) מענטשן וואס פארמאגן אויף זיך אזאנע שילדן אז זיי באלאנגען צום שטאב, צו וועם מ'ווענדט זיך ווען מ'רעגיסטרירט זיך און אויב ברויך מען עפעס. פון די אנדערע זייט זענען די וועלכע זענען געקומען זיך אנצוווארעמען פון די דרשות, געזאנגען, פאזיטיווע ענערגיע אא"וו.
אריינקומענדיג אין שול האבן זיך מיינע מחשבות און געדאנקען היפש שנעל געטוישט אז ס'איז אלעס איינס, נישטא קיין צוויי גרופעס! די שטאב מענטשן מיט די באזוכערס, אלעס איז איינס, קיין אויבנאן, מזרח, מעריב, פאליש, גארנישט! אלעס איין הערליכע בריאה.. די מעסעדזש איז קליפ און קלאר, מיר זענען אלע איינס, קינדער פון איין טאטן, קומענדיג פאר'ן זעלבן ציל, זיך צו מחזק זיין, און מחזק זיין אנדערע, צו געבן פאר אונזערע טייערע קינדערלעך ליבליכקייט, געזונט און שטארקייט.
נאך אזא הערליכע קבלת שבת, אזא רזא דשבת מיט אזעלכע הערליכע דרשות, הארצליך און הומאריסטיש בחדא מחתא, איז זיך גאר אנדערש אריין אינעם שבת, און זיך גאר אנדערש געגעסן די סעודה.
אריינקומענדיג אין דעם הערליכע באצירטע עס זאל (באלרום בלע"ז) א הערליך צוגעגרייטע סעודה מיט אלע באדערפענישן, וויינען, ברוינפן, וכל מיני געטראנקען, די העפליכקייט, די פאזיטיווע ענערגיע פון איינעם צו צווייטן אי אפשר למפרט על הכתב.
איינע פון די זאכן וועלכע האבן מיך שטארק איבערגענומען איז די וואלנערביליטי, די אפענקייט וואס ס'הערשט, די ווארעמקייט איינער פאר'ן אנדערע. מענטשן וועם כ'האב קיינמאל פריער געקענט קומען צו מיט אזא הארצליכע שלום עליכם, איך הייס אזוי און אזוי, כ'מוטשע מיך מיט א קינד/קינדער/יונגעל/מיידל, דאס זיך עפענען אזוי גרינג פאר א צווייטן און געבן יענעם א טשאנס צו רעדן און מיטשפירן, וואלידירן, און לאזן יענעם זיך עפענען איז עפעס אן אויסטערלישע געפיל, ס'האט מיר פשוט אויסגעקוקט ווי כאילו די אלע זענען געטרעינט געווארן, אבער, מיט די צייט האב איך אנגעהויבן כאפן אז די אלע זענען פונקט ווי מיר, נאר האבן פשוט שוין געדזשוינט קשר נפשי שבתים עטליכע מאל.
זיך ארום דרייענדיג שמועסנדיג מיטן עולם, עלטערע און יונגערע, אריינקוקנדיג אנדערע אידן אין זייער טיפעניש, אין זייער עקזיסטענץ, אנטפלעקט זיך א וועלט, א וועלט פון עקספיריענס. אונטער יעדע אויג, אונטער יעדע צוקנייטשטע שטערן, אונטער יעדנ'ס קרעכץ, געפונען זיך אוצרות מיט ליבשאפט, קאנעקשאן און מיטמאכענישן.
כ'האב זיך שטענדיג געוואונדערט ווי איז מעגליך אזא חילוק צווישן מענטשן ווי טייל געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער מיט אזא ווארעמקייט, ליבשאפט און רעספעקט, אפגעזעהן וויאזוי זיי קוקן אויס, וויאזוי זיי גייען אנגעטוהן, וואו זיי דרייען זיך, און וואס אימער זיי טוען; און פון די אנדערע זענען נאך ליידער פארהאן גענוג און נאך וואס געבן זיך אפ מיט זייערע קינדער אויף א פארקערטע וועג ליידער? און פליז דאנט געט מי ראנג, כ'בין נישט דא צו ח"ו דזשאדזשן קיינעם, נאר דיבר הכתוב בהווה. אבער נאכ'ן דזשוינען אזא הערליכע הארצליכע קשר נפשי שבת איז מיר שוין אלצדינג פארענטפערט.
איבעריג צו זאגן די פאזיטיווע ענערגיע און מעסעדזשעס פון די אלע רעדנערס, יעדעס ווארט מיט הארץ, דברים היוצאים מן הלב, די אפענקייט, אויטענטישקייט, וואלנערביליטי, האט געלאזט א אויסטערלישע איינדרוק. פאר יעדן בעל דרשן אליין קען מען ארויס געבן א בוך, הנייר יוכלו והזמן לא יוכלו. ממש בעת שרייבענדיג די שורות קען איך נאך אלץ נישט צו מיר קומען פון דעם הערליכן שבת. כ'שפיר ווי כ'קען זיצן דא צוגענאגלט צו מיין קיבארד און דריקן די קנעפלעך אן אויפהער. אבער אונז זענען צוריק אינעם עולם העשיה, היצטערט איז א צייט פון טוהן למעשה.
אבער איין נאמען שפיר איך אז כ'וויל יא דערמאנען, און דאס איז מורינו הרב ר' גדליהו מילער שליט"א! עטץ ווינדערטס ענק מסתמא פארוואס כ'באטיטל אים כאחד הבנש"ק'לעך, מיט א מורינו און שליט"א? איך האב דעם איד קיינמאל נישט געטראפן פאר דעם שבת, וויפיל כ'האב געהערט פון אים איז נאר געווען פון וואטשן קשר נפשי קליפס וועלכע זענען ארומגעפארן אויפן ברייטן געוועב, אדער פון חברים וועלכע האבן געדזשוינט קשר נפשי. אבער אנקומענדיג און אנטייל-נעמעדיג דעם שבת האב איך הערשט געכאפט פון וועם מ'רעדט דא, איבער וועם ס'האנדלט זיך.
ר' גדליה א חסידישער איד פון בארא פארק פארמאגט אויך א משפחה פונקט ווי אונז, ארבייט צו שפייזן זיין משפחה פונקט ווי אונז אבער זיין חסד איז נישט א יעדע טאגיקע ערשיינונג, שיינט ארויס ווי א ליכטיגקייט אינעם נאענטן און ווייטן האריזאנט. א איד וועלכער האט זיך ארויסגעשטעלט און אפגעמאכט אז מ'קען נישט זיך סתם נישט וויסענדיג מאכן פון די פראבלעמען וואס נאגן אסאך אידישע שטיבער און איז ארויסגעקומען צו העלפן אנדערע און אוועקגעשטעלט אזא ארגענעזאציע ווי קשר נפשי וואס אפילו ווער ס'נאכנישט דארט געווען קען אויך שפירן די חיות, די פאזיטיווע ענערגיע, די הארצליכקייט וועלכעס איז מושרש אין יעדעם. כ'האב פונקט ווי אנדערע זיך אומגעקוקט אויפן מצב דארט אויף די עסקנים שטאב מעמבערס, און ספעציעל אויף ר' גדליה, כ'האב אפשר גערעדט מיט ר' גדליה אנדערטהאלבן מינוט נאר זיך פשוט צו באדאנקען פאר דעם הערליכן שבת, אויף אזא טייערן איד קען מען רואיגערהייט זאגן מורינו, ער איז פשוט א רבי פון חסד, מ'קען זיך אפלערנען פון אים וויאזוי צו טוהן חסד מיט אנדערע. אשריך ר' גדליה! איר מיט אייער בני בית זאלן זוכה זיין צו אלעם גוטן וואס ענק פאנטאזירן נאר, בני חיי ומזוני רוויחי!

די חברה וואס זענען געווען אויף שבת זענען עפעס אויסער זיך
די אויסוואל פין די דרשות איז געווען עפעס אנבעליוועבעל
געווען 2 שטארקע סופרייזעס
די סאטמאר וומסב''ג רעביצין - רעביצין פין ר' מענדל, האט אויפגעטרעטן פאר די נשים דאנערשטוג נאכט, (א שאד זי לאזט נישט רעקארדירן אירע דרשות וועגן קול באשה), וואס גאר שטארק איבערגענומען,
נאכדעם מוצאי שבת איז געקומען הרה''צ ר' יעקב יוסף א זוהן פין סקווירא רבי, וואס האט אויך זייער שטארק גערעדט
נאכדעם אלע אנדערע ג'סקעזשולד'ע דרשות,
זיי זאגען אז ר' שלום נח לאנדא'ס דרשה פרייטוג צו נאכטס האט געלוינט די גאנצע שבת, דער עולם איז געווען געפלעפט, שאקט, אינספייערד
ר' פנחס ברייער'ס שטארקע אדווייז, חיזוק געמישט מיט הומאר, די טרעיניג פין ר' שמעון ראסעל, ר' אהרן פריעדמאן ר' שלמה אשר טויבער הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר ר' הערשי וויינבערגער הר''ר שמעון שנעבאלג אא''וו אלע אנדערע
שבת צופריה האט א טאטע זייענדיג איבערגענומען פין די שטארקע ווייב'ס זיך אויפגעשטעלט ברבים רעדן פין זיין מצב פין אלס קינד ביז היינט, דער עולם איז ארויס פין די כלים, ר' שמעון ראסעל אין ר' שלום נח לאנדא האבען זיך אויפגעשטעלט רעדן לכבודו
בקיצור ס'געווען עפעס וואס קיינער האט נישט ג'חלומ'ט
האפענטלוך וועט עס ברענגן די ריכטיגע פירות, והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם

צו די אלע וואס פרעגן פרייוועט
קשר נפשי איז א סופארט גרופ וואס דעקט די שוין היינט מער באקאנטע אין אויסגעטרעטענע מהלך פין אלע היימישע מומחים א שטייגער ווי הרב ר' שמעון שנעבאלג, ר' אבי פישהאף, הרב ר' אהרן גליק, ר' גדלי' מיללער אא''וו ועל כולם ר' שמעון ראסעל
ווען מ'רעדט פין קשר נפשי מיינט מען נישט דוקא קשר נפשי, די זעלבע איז מיט Twisted Parenting, גדלנו אדער שובו בנים אא''וו וואס אלע זענען געבעיסד אויף די זעלבע עיקר יסודות
א גרויס חלק פין די מומחים האבען אליין געהאט לעכטיגע קינדער וואס זיי האבען אליין נישט געוויסט אנפאנג וויאזוי צו האנדלען (ר' שמעון ראסעל האט 6 פין 8 קינדער וואס זענען עט סאם פוינט נישט געווען קיין שומר שבת ה''י אין היינט זענען שוין 5 פין די לעכטיגע שומ''ת)
ביז דער רבוש''ע האט אריינגעשיינט אין געפנט די אויגן אז די קינדער זענען הייליגע נשמות וואס ווילן זיין גיט פינקט ווי אלע, נאר זענען דורך זייער פעינפולע מצבים אין טראמא
אין אויב מ'ווייסט עס אין מ'גיבט זיי ווייטער די עכטע ליבשאפט אין נאנטשאפט קענען עס אויסגעהיילט ווערן אין זיי קענען צירוקקומען
אדוכצוגיין די צער איז לויט רוב די גרעסטע יסורים וואס א מענטשן קען אדורכגיין, די בושה, די פארלוירנקייט, די הוצאות, די גילט אין יסורים איז עפעס וואס מ'קען נישט באשרייבן,
אין ליידער איז עס געווארען ממש א מגיפה ר''ל
מ'האט קיינמאל נישט געהערט אזויפיל מצבים ביים היימישען ציבור - דאס איז שוין טראץ וואס א גרויס חלק עלטערן פראבירן עס צו דערשטיקן אין האבען מורא ארויסצוקמען אפען
אבער די פאזעטיווע חלק איז אז ס'דא ב''ה היינט הילף דערויף אין א גרויסע רוב ענדיגן זיך צום סוף אויף די פאזעטיווע זייט אויב מ'טוט די אנגענומענע מהלכים

די גרעסטע חלל ביים היימישען ציבור איז דוקא ביי רבנים אין דיינים וואס קענען די מהלך,
זיי האבען בעבר אפגעהאלטן א אסיפה אין עטליכע היימישע געגענט מיט דיינים אין מחנכים, צווישן אנדערע אויך אין מאנסי, קרית יואל כו' וואס האט א געוואלד אויפגעטוהן
אבער זיי האבען נישט די נויטיגע POWER צו מאכען שנעלערע פארשריט אין דעם פעלד טראץ וואס זיי האבען עס אין פלאן
אבער די אלע וואס האבען אויסגעהערט די אסיפות אין האבען עס פארשטאנען קענען אסאך אויפטוהן צו העלפן אין פארשטיין די וואס גייען עס אדורך
ר' אייזיק לייב מיללער פין מאנסי, איז געווען פין די ערשטע ביים היימישען ציבור ארויסצוקומען אין פאבליק דערוועגן
אין געשריגן אז מ'דארף אוועקלייגן די בושה אין טוהן אלעס וואס מ'קען פאר די לעכטיגע קינדער זיי צו העלפן מיט וואס זיי גייען אדורך, אין ווי ר' שמעון ראסעל שרייט די גאנצע צייט איז עס ספק פיקוח נפש, אבער די גרעסערע רוב האט מורא צו רעדן דערפון, די שטארקע ווייטוג נעמט אוועק די קאפ פין טראכטען גלייך
יעצט זענען געקומען אפאר 'סוקסעפולע' עלטערן פין קרית יואל אין נאך חסידישע קהילות וואס האבען געמאכט א שבת געבעיסד פארן היימישען ציבור, פין היימישע רבנים אין מחנכים פאר היימישע עלטערן, וואס איז געווען א געוואלידיגע דורכבראך אין ערשטמאליגע זאך, אין האט אויפגעטוהן א געוואלד, שוין געווען לעצטע מוצאי שבת א גרויסע צאמקום אין קרן ויואל משה אין קרית יואל פין די עלטערן, אין די סופארט גרופס וואקסן פאר מענער אין פרויען אין אלע היימישע געגנטער

- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 792
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 932
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישען עלטערן אין קינדער
א געוואלדיגע זאך פאר די וואס גייען עס אדורך,
זאל די אויבערשטער זיי באצאלן ווי נאר ער קען.
זאל די אויבערשטער זיי באצאלן ווי נאר ער קען.
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישען עלטערן אין קינדער
קומט יעצט א גרויסע קאמפיין
הייליגע אידן גרייטס ענק אן
הייליגע אידן גרייטס ענק אן
- פיילס
-
- IMG-20240214-WA0034.jpg (129.12 KiB) געזען געווארן 583 מאל
האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישן עלטערן און קינדער
באקומען יעצט אין אימעיל:
Boro Park
Crisis Chinuch Training
Sunday, February 18 7:30pm
Free of Charge
Donation Appreciated
Boro Park
Crisis Chinuch Training
Sunday, February 18 7:30pm
Free of Charge
Donation Appreciated
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישן עלטערן און קינדער
viewtopic.php?p=66655#p66655
רבותי, העלפט ארויס די הייליגע ארבעט, ווייזט א געפיהל פאר די עלטערן
https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
רבותי, העלפט ארויס די הייליגע ארבעט, ווייזט א געפיהל פאר די עלטערן
https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישן עלטערן און קינדער
ר' בעריש מייזליש ביים מ''מ אין ק''י פאר די קשר נפשי משפחות
אין זאל פין קרן ויואל משה
https://www.dropbox.com/scl/fi/f6s9an76 ... 7&e=2&dl=0
אין זאל פין קרן ויואל משה
https://www.dropbox.com/scl/fi/f6s9an76 ... 7&e=2&dl=0
האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישן עלטערן און קינדער
שארמאשע רב ז''ל
- פיילס
-
- WhatsApp Image 2024-02-23 at 14.22.25_d0f61ea3.jpg (269.75 KiB) געזען געווארן 390 מאל
האטס רחמנות https://www.charidy.com/Keshernafshi/5644
Re: קשר נפשי - הילף צו בויען א קשר צווישן עלטערן און קינדער
ר' סענדער משה ווייס פין קרית יואל איז א לאנגיעריגע עסקן אין העלפט ארויס אסאך אידן
ביי די שבת ויגש אין ארמון איז געווען א העכסט דראמטישע אויפטריט פין זיין זוהן אין נאכדעם פין זיין פאטער
ווי ביידע האבען ארויסגעברענגט וואס קשר נפשי האט זיי געראטעוועט ב''ה
שפעטער ביי שבת אידיש גערעדט אין ראלי איז ער געווען פין די הויפט ארגענעזירער פין די שבת
אין ער האט אויפגעטרעטן מיט אלע זיינע קינדער וועלכע האבען ארויסגעברענגט וויאזוי זייער שטוב האט אויסגעקוקט בעפאר קשר נפשי אין נאכדעם
ע'האט ביי די לעצטע קאמפיין אויפגעטריבן כמעט 30 טויזענט דאללער https://www.charidy.com/Keshernafshi/0629 ועוד ידו נטי'

- IMG-20240228-WA0062.jpg (210.8 KiB) געזען געווארן 350 מאל