ביסט גערעכט האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:08 pm
יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:27 pm
Joel האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 5:21 pm
איך מיין אז מען דארף מאכן א שבת פאר יעדער וואס וויל קומען
ווער דארף מאכן? דאס איז דאך די וויליאמסבורגע התאחדות אברכים און זיי שטעלן צו פאר די ארטיגע אידן
פון איין זייט זעהט מען ווי די מארגנים לייגן אריין גאר שטארקע כוחות אינעם קוואליטעט פונעם שבת אז עס זאל זיין אויפן העכסטן ניווא שייך מיט א אויסוואל פון געלונגענע בעלי דרשנים און רייכע נושאים וכדומה. אז איך וואלט געזאגט אז דאס איז ממש א ווי שבת קרבתנו מיטן סאטמארע השקפה און האט גאנץ קנאפ מיט הגה"צ וויליאמסבורגע רב איינגעשטויסן.
פון די אנדערע זייט זעהט אויס פון די כסדרדיגע דערמאנונגען אז די דעדליין איז שוין אט אט און מקען זיך נאך איינשרייבן.
אז זיי זוכן נאך מענטשן אנצופלן די האטעל וואלט געווען א גוטן געדאנק אז מען שטעלט צו אזא שבת פאר כל הקהל הקודש
בנוגע די אויסוואל פון בעלי דרשנים איז אזוי, די ציל פינעם שבת איז צו דעקן גאר אסאך ענינים וואס איז נוגע אין אלע תחומין אין לעבן, אין אלע יארגענג. פארשטייט זיך אז עס איז אומ-מעגליך פאר איין רב צו דעקן די אלע נושאים, פונקט ווי די פארשטייסט אז מען דארף אסאך מאל רופן צוגאב רעדנער צו רבינו שליט"א ביי דינערס צו אסיפת חינוך, אלא מאי? מיינט דאס אז עס האט גאנץ קנאפ מיט רבינו שליט"א ? די זעלבע זאך דא, די רב זיצט אין מיטינגען כסדר וועגן דעם שבת, ער גייט איבער יעדע רעדנער, און וועט פאקטיש משמיע זיין די מערסט וויכטיגסטע דרשה שבת און שפעטער ביי די דברי כבושין ביי שלש סעודות.
לגבי דאס וואס מען זיכט מענטשען אנצופילן די האטעל, דאס איז עפעס וואס מען זאגט אייביג ווען מען מאכט א קאמפיין צו קומען ווייל מען ווייל ווי מער פון אנ"ש תושבי וומ"ס זאלן זיך משתתף זיין.
מען האט אזוי געזאגט פאריאר אויך און לבסוף האבן צענדליגער יודן (וגם אני בתוכם) געדארפט שלאפן אויף פראוועזארישע לופט מאטראצן צוליב מאנגל און פלאץ.