הצלת בחורי ישראל משמד

נייעס אין אונזער קווארטאל
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

מערערע פאסירונגען זענען געווען אין די לעצטע תקופה, ווען בחורים זענען אנגעטראגן געווארן דורכן מיליטער צו קומען לערנען פארשידענע שטודיעס אין די ראמען פון די מיליטער, וועלכע ווערן אויסגעצאלט פולקאם דורכן מיליטער, און נאך וואס די בחורים פאלן ליידער אריין דערין, ווערט פון זיי אראפגענומען דער 'מעמד בן ישיבה', צוליב וואס זיי לערנען אנדערע זאכן און זענען נישט בין כותלי הישיבה, און זיי טרעפן זיך מיטאמאל טיף פארפלאנטערט – פארלאפענע וואך איז אנגעקומען א בחור וועלכער האט אויף דעם וועג פארלוירן דעם 'מעמד בן ישיבה', און נאך וואס ער האט געזוכט ווער עס זאל אים העלפן און נישט געטראפן, איז ער געגאנגען זיך שטעלן צום מיליטער, וואו מען האט אים געזאגט אז מען וועט אים שטעלן אין א 'חרדי'ש' פלאץ – קורץ נאכן אנהויבן האט ער אבער איינגעזען אז דא וועט ער קיין ערליכער איד נישט קענען בלייבן, אבער ער האט ווייטער נישט געוואוסט וויאזוי ער זעט זיך ארויס פון דעם ארט – ביז ער איז געוואויר געווארן איבער 'מרכז עזרה ויעוץ', וואו ער האט זיך פארבינדן מיט ר' שמעון שישא, וועלכער האט אים מדריך געווען וויאזוי 'נעלם' צו ווערן פון דארט וד"ל, און באלד איז ער אנגעקומען צום מרכז אפיס אין ירושלים, צו הערן הדרכה אויף די וויטערדיגע שריט


באלד נאכן אנטלויפן פון מיליטער, מיט ר' שמעון שישא און ר' אברהם יואל אייזנבערג
פיילס
0.jpg
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

הכו בסנורים...
א חשוב'ער אינגערמאן א בנש"ק איז אנגעקומען מיט די משפחה קיין ארץ ישראל צו די חתונה פון זיינס א ברודער, נאך די חתונה ווילנדיג צוריקפארן קיין חו"ל, האט מען אפגעהאלטן און נישט געלאזט ארויספארן צוליב מיליטער איינגעלעגנהייטן – ער איז דערנאך גענומען געווארן אין ארעסט, וואו עס איז דערנאך קלאר געווארן אז שוין אכט יאר וואס ער איז א משתמט פון מיליטער, און עס ווארט אים א לענגערע תפיסה טערמין ביז אזויפיל ווי ניין חדשים ה"י! – די מצילי המרכז אינאיינעם מיטן עו"ד מנחם שטאובער האבן אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין דעם קעיס, מען איז אראפ אין בית משפט וואו עס איז פארגעקומען דער דיון איבער אים, דערביי האט דאס געריכט אים געוואלט צוטיילן א גאר הארבן עונש מיטן אויסרייד פון 'מצב מלחמה', אבער נאך די פעולות פון ר' שמעון מיטן עו"ד, האט ער דאס נישט באקומען, און מען האט אפגעשטיפט זיין פסק אויף א קומענדיגע סעסיע צומארגנס – אויפצומארגנס איז פארגעקומען דער געריכט, וואו העכער יעדער ערווארטונג, און גענצליך שלא כדרך הטבע, איז אנגענומען געווארן די טענות פונעם עו"ד (וועלכע איז נישט דוקא געווען ממש 'צום ענין'... וד"ל), און עין בעין האט מען געזען אז דער רבוש"ע האט פשוט פארדעקט די שכל פון די שופטים וועלכע האבן מסכים געווען צו אלס וואס דער עו"ד האט געזאגט, און דער אינגערמאן איז ב"ה באפרייט געווארן פון טורמע! – דערנאך האט ער באקומען ווייטערדיגע הדרכה וויאזוי צו זיך באפרייען גענצליך פונעם מיליטער, און קענען אהיימפארן אינאיינעם מיט זיין פאמיליע


ר' שמעון, ר' דוד משה דייטש, און עו"ד מנחם שטאובער, ביים אראפקומען צום משפט פונעם אינגערמאן
פיילס
0.jpg
0.jpg
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

געשאנק געשיקט צו הר"ר שמעון שישא דורך א באגייסטעטער גליקליכער מרכז 'געהאלפענער'
... יישר כוחך רבי שמעון הצדיק שנתת לי להטריד מנוחתך...
פיילס
Capture.PNG
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

זונטאג בא איז א חסידי'שער אינגערמאן ארעסטירט געווארן צום מיליטערישן טורמע ר"ל – צומארגנס מאנטאג איז פארגעקומען זיין משפט מיטן באטייליגונג פון הר"ר שמעון שישא, ב"ה דער אינגערמאן האט זוכה געווען בדין און איז באפרייט געווארן – פון געריכט הויז איז ער גלייך אריבער צום אפיס צו באהאנדלען די ווייטערדיגע שריט אים צו קענען באפרייען בע"ה פון דינסט, נאך וואס ער האט באקומען א צעטל אז ער דארף זיך "גלייך מארגן" שטעלן צום מיליטער צו קוקן זיין פעיגקייט א.א.וו – עס איז געבליבן ער זאל נישט גיין אהין מארגן, און מען וועט באגלייטן די ווייטערדיגע רעאקציעס - ער האט אויסגעפאלגט די הוראות און נישט געגאנגען, אלע טעלעפאן רופן וואס זענען צו אים אנגעקומען אינצווישן, מיט פארלאנגען דורך גוטנס און בייזנס ער זאל שוין קומען זיך שטעלן, האט ער איבערגעגעבן פאר ר' שמעון וואס האט גערעדט מיט איינעם נאכן צווייטן, און עס איז ב"ה געלונגען, און אויף צוויי טאג דערויף, האט ער געהאט זיין פטור אין האנט! - ער איז באלד אריבערגעקומען ב"ה מלא שמחה צום אפיס מיט א גרויסן לחיים... בזמן וואס דער אפיס האט שוין געווירבלט ווי יעדע נאכט מיט פילע אנוועזנדע וואס קומען זוכן הילף


אינעם מרכז אפיס באלד נאכן באפרייאונג
פיילס
0.png
0.png
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

א חתן וועלכער איז נארוואס ליידער פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין מאמע רח"ל, און האט חתונה אין 2 וואכן, האט געהאלטן אינמיטן א מהלך דורכך מרכז עזרה ויעוץ צו מסדר זיין זיינע מיליטער-פראבלעמען, און האט דעריבער נעבעך נישט געקענט ארויספארן צו די לוי' קיין חוץ לארץ -
אצינד ארבעט מען ווייטער מיט די האפענונג אז צום הקמת המציבה זאל ער שוין קענען ארויספארן זיך אויסבעטן אויף א גליקליך לעבן בס"ד, ומכאן ואילך נאר שמחות!

זונטאג בא איז הר"ר שמעון שישא ארויסגעפארן קיין טברי' וואו עס איז פארגעקומען א שווערער משפט אויף אן ארעסטירטער חסידי'שער בחור, וועמען די פאליציי האבן אנגעקלאגט פאר'ן שענדן א ציוניסטישע פאן, וואס איז געווארן געזעצליך א גאר הארבע זאך און זיי האבן אים געוואלט געבן א גאר שווערער עונש – מען האט ב"ה באוויזן אז צוערשט זאל ער ארויסגיין אויף דער פריי, און עס בלייבט צו ארבעטן ווייטער אויפ'ן קעיס זיי זאלן אראפגיין פון אלע חשדות קעגן אים, בס"ד.


ביים בית משפט אין טברי'
פיילס
0.png
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 661

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שמייכלדיג »

@שטייטער האסט שוין לאנג נישט געאפדעיט
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 661

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פון גליון ''משנתו'' אפדעיט איבער גזירת הגיוס
פיילס
משנתו גיוס.pdf
(45.26 KiB) דאונלאודעד 15 מאל
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

ברוך הטוב והמטיב – נפטר געברענגט געווארן לקבורה
א שווערע טראגעדיע האט ליידער פאסירט אין שטאט בית שמש, וואו א יונגער בחור'ל פון א ברעסאלווער משפחה, איז רח"ל אוועקגעריסן געווארן צוויי טעג נאך זיין בר מצוה, ה"י.
די רשעות'דיגע ציוני'סטישע אינסטאנצן, האבן כדרכם געזוכט אויסצונוצן די טראגעדיע אויסצורייסן די אמונה בהשארת הנפש, און האבן פארכאפט דעם נפטר ווילנדיג דורכפירן א פאלמעסונג רח"ל.
ווען די ידיעה איז אנגעקומען צום פוסק הדור ירושלימ'ער רב שליט"א, האט דער רב שליט"א באפוילן מען זאל תיכף אונטערנעמען גרויסע פראטעסטן אין אלע היימישע געגנטער, אויסצושרייען דעם קול מחאה אנטקעגן די רשעות'דיגע מעשים פון די רשעי ישראל.
ועל פי דיבורו הם נאספים, און מאסן דעמאנסטראציעס זענען אפגעהאלטן געווארן איבער ארץ ישראל, וואו יקירי ירושלים האבן אויסגעשריגן דעם וויי געשריי אויף דעם רדיפת הדת וואס לאזט ליידער נישט נאך אין די א.ג. 'אידישע' מדינה.
באזונדער האט ירושלימ'ער רב שליט"א ממנה געווען שלוחו הנאמן הר"ר שמעון שישא שליט"א יו"ר מרכז עזרה ויעוץ, אלס 'שליח בי"ד' אנצופירן די שתדלנות און געריכט קלאגעס אנטקעגן די רשעות'דיגע פאליציי, און ר' שמעון האט זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן אויסצופירן פקודת קדשו פונעם רב שליט"א, און געארבעט העכער אלע כוחות מיט אויסטערלישע יגיעה עצומה, ביז מען האט ב"ה געזען די ישועה, ווען עווענטועל האט די פאליציי ב"ה זיך געבראכן, און נאך בעפאר דעם אורטייל פונעם געריכט, האט פאליציי מחליט געווען ארויסצוגעבן דעם נפטר פאר די צעבראכענע משפחה, וועלכע האט אים געברענגט לקבורה.
א באזונדערע שווערע פאל איז ליידער געווען בשעת די לוי', ווען א.ג. 'קנאים' האבן פראסט און פשוט פארכאפט די מיטה פון די משפחה, כדי דורכצופירן א גרויסע לוי' בשווקים וברחובות אלס אות מחאה, א זאך וועלכע איז געווען גענצליך קעגן דעם רצון פון די משפחה, וועלכע האט געוואלט נאך דורכפירן די קבורה בעפאר שקיעת החמה כמנהג ירושלים, און צוליב דעם געמיינעם שריט פון די צולאזטע באנדעס, האט דאס ליידער נישט געקענט צושטאנד קומען.
-
במשך די פראטעסטן איבער די פלענער פון ניוול המת רח"ל, זענען צוויי און צוואנציג בחורים און יונגעלייט ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי, און דאס האט געפאדערט א באזונדערע ארבעט פון מרכז עזרה ויעוץ צו ארבעטן פארן באפרייאונג פון די אלע אסורים.
טייל פון די ארעסטירטע האבן געהאט גאנץ שווערע קעיסעס, ווען פאר געוויסע האט די פאליציי פארלאנגט זיי זאלן זיצן פינף טאג אין טורמע, אבער ברוב סייעתא דשמיא האט מען ב"ה מצליח געווען, אז אלע זענען גאר אין קורצן באפרייט געווארן לשלום.
במשך די עטליכע שעה ווען טייל זענען נאך געזיצן אין תפיסה, האט דער לויער מטעם המרכז אריינגעגעבן א פארלאנג צום געריכט מען זאל אריינלאזן תפילין צו די ארעסטאנטן, און נאך וואס עס איז ב"ה נאכגעגעבן געווארן, האבן די עסקני המרכז אריבערגעטראגן די תפילין צום טורמע, און אלע ארעסטירטע האבן געהאט די זכי' נאך צו לייגן תפילין בעפאר עס איז צוגעפאלן די שקיעה.
ברוך מתיר אסורים
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

ר' שמעון ברענגט תפילין פאר איינעם פון די ארעסטירטע (מערקט אז ער איז צוגעבינדן בלויז ביי די פיס, נאכן פארלאנג פון ר' שמעון מען זאל אים אויפבינדן די הענט ער זאל קענען לייגן תפילין)
פיילס
1.png
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

מיט משפחות פון די ארעסטירטע
פיילס
2.png
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

מציל המרכז ר' דוד משה דייטש ברענגט תפילין פאר אן ארעסטאנט
פיילס
3.jpg
שטייטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:22 am
x 30

Re: הצלת בחורי ישראל משמד

פאוסט דורך שטייטער »

ריקודין דורך די געוועזענע אסורים מיט די מצילי המרכז, באלד ביים ארויסקומען פון טורמע
פיילס
4.PNG
שרייב פאוסט