וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:35 pm
@הנהלה
קען מען ביטע צוטיילן די טעמע עקסטער פאר פלארידע און פאר אריזאנא?
@וואוילער איך ריפליי אויף דעם פאוסט כדי נישט צו דארפן מיטנעמען די בילדער וואס זענען זייער העווי (עס העלפט גראדע שטארק אז מען קען זעהן די בילדער היי רעזעלושען - יישר כח).
די בערג מיט שניי ווענדט זיך וויפיל פאר פיניקס איר האט עס געזעהן, אויב איז עס געווען ממש בעפאר איז עס לכאורה געווען די בערג ארום פלעגסטעף ווי עס פאלט אסאך שניי (עס הייסט די ווייט מאונטעין'ס פון אריזאנע, נישט זיך צו פארמישן מיט די ווייט מאונטעין'ס פון ניו העמפשיר וואס הייסט לכאורה אזוי פאר די זעלבע סיבה), און דאס איז א זאך וואס ווייניג מענטשן כאפן אז אמת טאקע אריזאנע האט פון די הייסטע וועטער'ס אין אמעריקע, האט עס אויך זייער קאלטע פלעצער און גרויסע שנייען (אין פלעגסטעף איז דא ריזיגע סקיעינג פלעצער).
אויב איז עס געווען אסאך פריער דאן איז עס געווען די ראקי מאונטעין'ס אין קאלאראדא אדער ערגעץ אין יענע געגנט.
האט דער באטעניקל גארטן געקאסט געלט אריינצוגיין? וואלט איר רעקאמענדירט אהינצוגיין?
דער "באקאנטער מדבר בוים" דער קעקטעס, וואקסט גראדע נאר דאהי אין אריזאנע (אביסל אויך אין די אנדערע שטאטן וואס נעמען אריין דער סאנארען דעזערט), הגם עס איז דער מערסט באוויסטע מדבר בוים אין דער וועלט.
און צום שלוס, פון די בילדער זעה איך אז איר זענט דא געווען ממש יעצט, נעקסט טיים קענסטו צוקומען געבן/ברענגען א גריס...
הערליכע הייזער צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע, פאר שבתים און פאר דורכאויס די וואך, פאר די בעסטע פרייזן, פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.
פילט פריי מיר צו קאנטאקטן פאר אלעס 'קאסא גראנדע', מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן