מאנסי עירוב
מאנסי עירוב
א קריטישע אסיפת הרבנים איז פארגעקומען אין מאנסי איבערן עירוב
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 246
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
- x 386

Re: מאנסי עירוב
גענומען פון jdn
די שטאט מאנסי רעש'ט און איז איבערראשט, ווען אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט היסטאריע מיטן גענצליך איבערפרישן און מייסד זיין א נייע וועד העירוב וואס וועט געפירט ווערן דורך די גאנצע שטאט, א נייע עירוב וואס וועט האבן דעם זכות פון יעדע איינציגע תושב אין שטאט, און וועט געפירט ווערן דורך א פאראייניגטע קערפערשאפט פון אלע קהילות קדושות אין שטאט, ובראשם אלע אדמור"י ורבני העיר.
א גרויסארטיגע אסיפת הרבנים איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן נאכמיטאג אין צענטער פון שטאט, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען נאנט צו צוויי הונדערט אדמורי"ם רבנים, און דייני קהילות הקדושות. עס איז אויסגעשמועסט געווארן די שרעקליכע קריזיס וואס נעמט ארום די עקזיסטירנדע עירוב אין שטאט, און די נויטיגע שריט וואס מוז זאפארט גענומען ווערן מיט א געוואלדיגע אחריות און פאראייניגטע כח.
עס איז נישט קיין סוד אז די ביז יעצטיגע וועד העירוב שטייט אין א שרעקליכע קריזיס, אלע איינוואוינער אין שטאט האלטן מיט אז די ביז יעצטיגע קערפערשאפט קען נישט ווייטער אנגיין מיטן זעלבן סטאנדארט ווי ביז יעצט, ווייל אין אזא גרויסע און גאר פארשפרייטע אידישע שטאט, וואס נעמט אריין גאנצע פופציג סקווער מייל, פאדערט זיך א מאסיווע כח וואס זאל געפירט ווערן דורך אלע גרויסע קהילות ובראשם אלע רבנים און דייני העיר.
און אט צו דעם מאמענט האט מען אצינד דערגרייכט, ווען ביי געדעקטע טישן זענען אלע רבנים געזעסן בכובד ראש, און באשלאסן פה אחד צו נעמען אויף די פלייצעס דעם גרויסן עול, און אוועקשטעלן א ריכטיגע יסוד פאר א נייע וועד העירוב, וואס וועט בקרוב אריינגיין אין פאקטישע פירערשאפט אויף א שפאגל נייע ארגענעזירטע מהלך.
די היסטארישע אסיפה איז פארגעקומען אין די זאלן פון בנות ישראל וויזניץ אויף 229 מעיפל עוועניו, וואו ביי פול געפאקטע טישן זענען געזעצן אלע רבנים אדמורי"ם וחשובי העיר, געעפנט די מעמד האט הרה"ג ר' שמעון גערטנער שליט"א וועלכער האט מיט א קלארע שפראך און כח המגידות אויפגעשטורעמט די הערצער אדרעסירנדיג די שווערע קריזיס וואס זעט זיך אן אצינד, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יוסף זילבער שליט"א דומ"ץ קהל אברכים וויען, ארויסברענגענדיג די קלארע דעת תורה הברורה און פסק הלכה וואס ווערט ארויסגעברענגט אין די תורה הקדושה, אז יעדער איינציגער איינוואוינער אין שטאט איז מחויב צו זיין א חלק פונעם עירוב, און אויסצאלן די אויסגאבן וואס פעלט זיך אויס.
דאן האט מען געהערט א דרשה פון הגה"צ אב"ד הארנסטייפל מאנסי שליט"א, און דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ג ר' שמעון גערטנער שליט"א איבערגעגעבן די החלטת האסיפה, און די פונקטליכע מהלך וויאזוי די נייע עירוב וועט געפירט ווערן. צום שלוס האבן אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, וועלכער וועט פון היינט און ווייטער זיין דער אפיציעלער נשיא פונעם עירוב ד'מאנסי והגלילות.
די נייע וועד העירוב וועט געפירט ווערן דורך א וועד בעלי בתים און וועד הפועל, ספעציעל באצאלטע בודקים און באצאלטע אחראים, צו פארזיכערן די מאקסימום הידור און כשרות פונעם עירוב, די הויפט אחראי פונעם עירוב וועט זיין די וויזניצע קהילה, וועלכער האט געגרינדעט די ערשטע חלק עירוב מיט נאנט צו זעכציג יאר צוריק, און איז אומאפיציעל געווען אלע יארן די קהילה וואס האט געפירט די עירוב. די אחריות פונעם עירוב וועט געפירט ווערן דורך א צאל גרעסערע קהילות אין שטאט, און מיט א קלארע שיתוף פעולה פון יעדע איינציגסטע בית המדרש אין די גאנצע שטאט און אלע געגנטער ארום.
אין די קומענדיגע טעג וועט ארויסגעשטעלט ווערן פארן ציבור די קלארע פאקטן ארום די נייע עירוב, סיי איבער די פאקטישע פירערשאפט, און סיי איבער די פינאנציעלע אחריות, אין וואס יעדער אידישע איינוואוינער אין שטאט וועט בעז"ה זיין א חלק דערין. צום שלוס פונעם מעמד האבן אלע רבנים פה אחד אונטערגעשריבן א געמיינזאמע קול קורא, וואס וועט פארשפרייט ווערן אין די קומענדיגע טעג.

עס זאל נישט אויסגערעדט זיין ברבים, אבער פאר ווער עס האט אביסל אינפארמאציע ווייסט אז די מאטיוון מיט דעם אסיפה איז נישט אזוי גלאטיג, און נישט אזוי גראד ווי עס זעט אויס...
איינער ווייסט פארוואס עטליכע יאר צוריק האבן די עסקני העירוב געהייסן אלע רבנים וואס פלעגן באקוקן וועכענטליך די עירוב אין זייער געגנט צו אויפהערן? זיי האבן איינגענומען אלע געגנטער ארום מאנסי, און יעצט קומען זיי שרייען אז זיי ברעכן אונטער...
עס ברויך מער פירוש, און ס'האט...

- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 327
Re: מאנסי עירוב
קום אריין קלאר
יעדער געדענקט ווען עטליכע ליטווישע רבנים האבן עפנטליך געבלעקמעילט הרב שטיינמעץ אז זיי וועלן ארויסקומען קעגן זיין השגחה אויף רעסטוראנטן אויב וועט ער זיי נישט לאזן קאלעקטן געלט פאר די וועד העירוב אין פארשידענע חלקים פון די געגנט
איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס איז געבליבן דאן אבער אויב רעדסטו פון דעם איז די מחלוקה געווען איבער פאנדרעיזינג און נישט די באקוקן די עירוב

צוליב דעם וואס אין די פרשה איז אריינגעמישט אסאך לשון הרע און רכילות וואס איז נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן, און נאכדערצו אויף א פובליק פלאטפארמע, וועל איך אויפן שפיץ גאפל מער מסביר זיין וואס עס גייט פאר מיט די מאנסי עירוב
משום איזה סיבה שהוא איז די מציאות געווען אז גאר אסאך מאנסי איינוואוינער זענען געווען גאר שטארק אומצופרידן פון די ביז יעצטיגע עירוב משום כמה סיבות, און די וועד העירוב וואס האט פאר זייער סיבות געפילט אז די עירוב באלאנגט פאר זיי, זענען געגאנגן אפהאלטן אנדערע רבנים אדער עסקנים וואס האבן געהאט זייער אייגענע עירוב ארום זייער געגנט, אדער האבן סתם אזוי געוואלט אריינרעדן אין דעם ענין
אין געוויסע געגנטער איז די עירוב געוועןו געמאכט מיטט געוויסע קולות וואס רוב נעמען אן אז עס הייסט גאר א שוואכע עירוב, און מ'רעדט דא פון דאורייתא'ס, געוויסע פלעצער ווי די עירוב האט זיך פארשפרייט האבן געוויסע געהאט טענות, און עס איז געווארן פארשידענע קאנפליקטן מיט קהילות, ואין כאן מקומו להאריך בזה
על כל פנים, די גאנצע עירוב נושא אין מאנסי האט אין די לעצטערע יארן אריינגענומען גאר אסאך פאליטיק, און קאנפליקטן, און אסאך זענען געווארן אנגעווייטאגט אין רעזולטאט, פון די אנדערע זייט מוז די וועד העירוב שטיין פעסט מיט זייער פרינציפן, אבער ביי גאר אסאך פונקטן האבן זיי זיך אנגעשטויסן מיט פראבלעמען, און כאטש וואס עס איז נישט געווען אזוי אויפגעדעקט און אפן, דאך איז עס געווען קאכעדיג
עס איז געקומען צו א מצב ווי געשריבן אז גאר אסאך טענות און קאנפליקטן האבן געלויטעט אויף די עסקני העירוב, און עס איז נישט געווען מעגליך צו ווייטער אנגיין אן קיין שטיצע פון די איינוואוינער

נישט אומזינסט פעלט זיך אויס פאר א עירוב א שטאטס רב
#מאנסי יוכח
#מאנסי יוכח
Re: מאנסי עירוב
קענסט מיר צייגן וועלעכע חלק האבן זיי איינגענומען? די אנדערע ועד האט נישט געהאלטן ביים צולייגן קיין שום געגענט, און ער האט פון זיי גארנישט צוגענומען קיין שום געגענט.איטשע האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:43 am עס זאל נישט אויסגערעדט זיין ברבים, אבער פאר ווער עס האט אביסל אינפארמאציע ווייסט אז די מאטיוון מיט דעם אסיפה איז נישט אזוי גלאטיג, און נישט אזוי גראד ווי עס זעט אויס...
איינער ווייסט פארוואס עטליכע יאר צוריק האבן די עסקני העירוב געהייסן אלע רבנים וואס פלעגן באקוקן וועכענטליך די עירוב אין זייער געגנט צו אויפהערן? זיי האבן איינגענומען אלע געגנטער ארום מאנסי, און יעצט קומען זיי שרייען אז זיי ברעכן אונטער...
עס ברויך מער פירוש, און ס'האט...
מילא איז וואס די פראבלעם? אז ער האט נישט געזאלט צולייגן צום עירוב? לאזן די אנדערע געגענטער אן קיין עירוב? איך ווייס פאר א פאקט, אז איינער פון די געגענטער האבן אידן געטראגן בשוגג ובמזיד פאר ער האט געמאכט די עירוב, ממילא זאגסטו מיר אז ער האט געזאלט לאזן די מצב אזוי, און נישט ארייננעמען דעם געגענט אין די עירוב?
Re: מאנסי עירוב
ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.

כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א טראגט נישט אין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט באקאנט אין הלכות עירוב אבער עפעס האב איך געהערט אז סאיז דט א חומרא איבער נישט טראגן אפילו מיט אן עירובשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.
Re: מאנסי עירוב
די גלעזער טראגט ער יא אין ק"י, ניין?יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:19 pmכ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א טראגט נישט אין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט באקאנט אין הלכות עירוב אבער עפעס האב איך געהערט אז סאיז דט א חומרא איבער נישט טרטגן אפילו מיט אן עירובשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.
Re: מאנסי עירוב
איך האב געהערט אז סקווירא רבי טראגט אויך נישט אין שטעטליום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:19 pmכ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א טראגט נישט אין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט באקאנט אין הלכות עירוב אבער עפעס האב איך געהערט אז סאיז דט א חומרא איבער נישט טרטגן אפילו מיט אן עירובשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.
Re: מאנסי עירוב
די גלעזער טאקע יא אבער עפעס אנדערש נישט איך געדענק נאך ווי דערמאנט אין אן אנדערע אשכול ווי איידער דער רבי איז געווארן סאטמאר רבי פלעגט ער ביים טיר פון ביהמ"ד ארויסנעמען די טאשטיכל און ארום בינדען די האלזשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:20 pmדי גלעזער טראגט ער יא אין ק"י, ניין?יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:19 pmכ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א טראגט נישט אין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט באקאנט אין הלכות עירוב אבער עפעס האב איך געהערט אז סאיז דט א חומרא איבער נישט טרטגן אפילו מיט אן עירובשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.
Re: מאנסי עירוב
עס שטייט אין ביאור הלכה סי' שסד ס"ב אז בעל נפש יחמיר. אין שוע הרב סי שמה סק יא, שטייט וכל ירא שמים יחמיר לעצמו.יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:19 pmכ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א טראגט נישט אין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט באקאנט אין הלכות עירוב אבער עפעס האב איך געהערט אז סאיז דט א חומרא איבער נישט טרטגן אפילו מיט אן עירובשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.
Re: מאנסי עירוב
ס'דא עפעס א ענין אז איינער אין שטאט דער גדול העיר זאל נישט טראגן שלא תשתכח תורת עירוב
Re: מאנסי עירוב
ווען איך בין געווען א קינד פלעג איך אלעמאל אזוי הערן אבער שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז נישט ריכטיג נאר אזוי ווי @איך ווייס שרייבט און לפי זה שטימט פארוואס דער רבי טראגט נישט אין מאנסי
Re: מאנסי עירוב
דארט רעדט זיך פון א רשות הרביםאיך ווייס האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:30 pmעס שטייט אין ביאור הלכה סי' שסד ס"ב אז בעל נפש יחמיר. אין שוע הרב סי שמה סק יא, שטייט וכל ירא שמים יחמיר לעצמו.יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:19 pmכ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א טראגט נישט אין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט באקאנט אין הלכות עירוב אבער עפעס האב איך געהערט אז סאיז דט א חומרא איבער נישט טרטגן אפילו מיט אן עירובשמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am ווען איך האב געהערט א וויילע צוריק אז אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א שבת אין מאנסי און ער האט נישט געטראגן מיטן עירוב איז עס מיר געווען א וואונדער, ס'איז מיר נישט בייגעפאלן אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט, ס'איז דאך א שטאט מיט ערליכע אידן אוודאי איז אלעס כשורה, אבער זעט אויס אז אזוי איז עס ווען יעדער איז פאר זיך און ס'איז נישט דא קיין הנהגה קענען ערענסטע זאכן פארנאכלעסיגט ווערן.
די זעלבע קשיא האט זיך געפרעגט ביי די פייער לעשער פרשה, וויאזוי קען זיין אז אין אזא עיר ואם בישראל זאל אנגיין חילולי שבת ר"ל און די שטאט זאל זיך נישט איבערקערן.
Re: מאנסי עירוב
מען רעדט זיך פון פארלאזן אז אן ששים ריבוא הייסט עס נישט קיין רהר.
בקיצור ס'איז דא 2 היתירים צו טראגן מיט אן עירוב
1. אן ששים ריבוא הייסט עס נישט קיין רשות הרבים
2. צורת הפתח העלפט פאר א רשות הרבים אן דלתות.
די ביאור הלכה זאגט אז בעל נפש יחמיר אויף ביידע.
די שוע הרב דערמאנט בכלל נישט די צווייטע היתר, וויבאלד ס'איז בכלל נישט אנגענומען, און זאגט אויף די ערשטע אז ירא שמים יחמיר.
שו"ע הרב סי שמ"ה
שו"ע הרב סי שס"ד ס"ק דאיזו היא רשות הרבים רחובות ושווקים הרחבים ט"ז אמה על ט"ז אמה שכן היה רוחב הדרך במחנה לוים שבמדבר. והוא שאינם מקורים ואין להם חומה סביב ואפילו יש להם חומה אלא שהם מפולשים משער לשער דהיינו שהשערים מכוונים זה כנגד זה הרי יש לאותו דרך המכוון משער לשער כל דין רשות הרבים אם הוא רחב ט"ז אמה שהרי אין לו אלא ב' מחיצות משני צדדיו בלבד (אם מחיצות אלו אינן רחוקות אמה ברוחב רשות הרבים מכנגד חלל השער) והוא שאין הדלתות ננעלות בלילה כמו שיתבאר בסימן שס"ד. וכן דרכים שעוברים בהן מעיר לעיר ורחבים ט"ז אמה וכן מבואות רחבים ט"ז אמה המפולשים מרחוב לרחוב או מרחובות לדרכים הרחבים ט"ז אמה הן רשות הרבים גמורה. ויש אומרים שכל שאין ששים רבוא עוברים בו בכל יום כדגלי מדבר אינו רשות הרבים אלא כרמלית. ועל פי דבריהם נתפשט המנהג במדינות אלו להקל ולומר שאין לנו עכשיו רשות הרבים גמורה ואין למחות בידם שיש להם על מי שיסמכו (וכל ירא שמים יחמיר לעצמו):
אע"פ שצורת פתח היא כמחיצה גמורה ואם עשה צורת פתח על גבי ד' קונדסין רשות היחיד גמורה היא מן התורה אפילו עשה כן באמצע רשות הרבים גמורה כמו שנתבאר בסי' שס"ב אעפ"כ מדברי סופרים אין צורת פתח מועלת לרשות הרבים גמורה אם נשלמו בה כל תנאי רשות הרבים שנתבאר בסי' שמ"ה
Re: מאנסי עירוב
כ'מיין אז די אנדערע עירוב פון וואס מ'רעדט איז נישט געוועהן אויף מחמיר צו זיין, נאר פארקערט, מ'האט נישט געוואלט לאזן אז יעדע געגנט ארום מאנסי זאל מאכן שבת פאר זיך מיט עני רב.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס

*
Make yidtish great again!
Make yidtish great again!
Re: מאנסי עירוב
איך האף נאר אז יעצט גייען זיך נישט אידן אנהייבן פרעגן וואס איז אנדערש מאנסי פון ברוקלין, און אנהייבן פארפירן אז מ'טאר בכלל נישט מאכן אן עירוב אויף אזא גרויסע שטאט, וואס נעמט אריין אזעלכע גרויסע גאסען ....
Re: מאנסי עירוב
וואס איז טאקע די חילוק???
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: מאנסי עירוב
איינע פון די זאכן וואס מ'טאר נישט פרעגן !!!
ב''פ
וויליאמסבורג
לאנדען (היינט האט שוין יא, אבער נאר א חלק)
מעגן נישט האבן, זיי זענען גרויסע שטעט
ירושלים
בני ברק
מאנסי
מאנרא
מעגן יא, זיי זענען (כנראה) קליינע שטעט.......
Re: מאנסי עירוב
ווייל די אלע שטעט האבן אריינגעכאפט צו מאכן זייער עירוב ווען מ'האט נאך געמעגט...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.